קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

היסטאריקער
שר חמש מאות
תגובות: 812
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

תגובהדורך היסטאריקער » דינסטאג פאברואר 16, 2021 1:30 pm

שבת פרה איז געווען א גרויסע געפארעכטס צו צדיקים

אין סאטמאר איז די גאנצע ד' פרשיות נישט געווען קיין עסק, נאר אין די נישט געזונטע יארן ווען רביה"ק זי"ע איז נישט געווען בתוכינו נאר ספעציעלע שבתים, איז שבת שקלים געוועןא גרויסע געפארעכטס

אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3027
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

תגובהדורך אלט מאנרא » דינסטאג פאברואר 16, 2021 1:35 pm

איז דא א שיינע הויז וואס מען קען דינגען אויף שבתים ?
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

Programming
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

תגובהדורך Programming » דינסטאג פאברואר 16, 2021 2:36 pm

שבת שקלים איז אלעמאל געווען א ספעציעלער שבת, דער רבי פלעגט אלס אהיים קומען פון מיאמי אפאר טאג בעפאר. עס איז טאקע נישט געווען קיין ספעציעלע געפארעכטס אין די געזונטע יארן וויבאלד דער רבי האט געוואוינט אין וויליאמסבורג און רוב עולם האט נישט געדארפט פארן.

מצה בעקערי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 4:10 pm

Re: בלומינגבורג ניו יארק

תגובהדורך מצה בעקערי » דינסטאג פאברואר 16, 2021 2:44 pm

געמיינט האב איך ביים באקומען די נאטיפיקאציע צום דיזן אשכול אז ענדליך איז שוין דא עפעס חדשות אינם שטעטל ביזדערוייל............

מצה בעקערי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 4:10 pm

Re: בלומינגבורג ניו יארק

תגובהדורך מצה בעקערי » דינסטאג פאברואר 16, 2021 2:53 pm

תושבי בלומינגבורג ערווארטן מיט שמחה די חתונה בבית צדיקים החתן יצחק אייזיק בן כ"ק אדמור מנדבורנא שליט"א וואס וועט פארקומען די קומענדיגע דאנערשטאג און פאפא תלמוד תורה און מאנסי

אידיש.טייפינג
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2012 12:29 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

תגובהדורך אידיש.טייפינג » דינסטאג פאברואר 16, 2021 3:28 pm

Programming האט געשריבן:שבת שקלים איז אלעמאל געווען א ספעציעלער שבת, דער רבי פלעגט אלס אהיים קומען פון מיאמי אפאר טאג בעפאר. עס איז טאקע נישט געווען קיין ספעציעלע געפארעכטס אין די געזונטע יארן וויבאלד דער רבי האט געוואוינט אין וויליאמסבורג און רוב עולם האט נישט געדארפט פארן.

א שיינער שבת מיינט נישט נאר אויב עס איז דא א געפארעכטס
פארטיש איז שבת שקלים געווען א ספעציעלער שבת אין סאטמאר

חסד השם
שר חמש מאות
תגובות: 761
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: בלומינגבורג ניו יארק

תגובהדורך חסד השם » דינסטאג פאברואר 16, 2021 4:09 pm

מצה בעקערי האט געשריבן:תושבי בלומינגבורג ערווארטן מיט שמחה די חתונה בבית צדיקים החתן יצחק אייזיק בן כ"ק אדמור מנדבורנא שליט"א וואס וועט פארקומען די קומענדיגע דאנערשטאג און פאפא תלמוד תורה און מאנסי

העי וואס פשט?

גייט נישט פארקומען אונעם נייעם נדבורנא בית מדרש? און פרויען אקעיגען איבער און עטרת פעסיל לאה? ווי געפלאנט
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים

אידיש.טייפינג
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2012 12:29 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

תגובהדורך אידיש.טייפינג » דינסטאג פאברואר 16, 2021 4:27 pm

יענער טאג קומט פאר דער דינער פון די ארטיגע מוסדות אין עטרת פעסיל לאה

רעלאטיוו
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 30, 2019 3:26 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

תגובהדורך רעלאטיוו » דינסטאג פאברואר 16, 2021 5:39 pm

די חתונה איז ארגינעל געווען באשטימט אויף מיטוואך, צוליב אומפאראויסזעענדע סיבות איז דאס די לעצטע וואך געווארן אפגעשטיפט צו דאנערשטיג ווען דער יערליכע דינער קומט פאר אינעם זאל.

אוועטאר
קאץ און מויז
שר האלף
תגובות: 1724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

תגובהדורך קאץ און מויז » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 11:08 pm

איש בשורה אנוכי היום!
אין די מאמענטן ביים גרויסארטיגן דינער חיינו לטובת מוסדותינו הק' אין קרית יטב לב האט דער מנכ"ל מו"ה ר' עוזיאל פליישמאן הי"ו פראקלאמירט דאס בויען פון א נייע גיגאנטישע בנין תלמוד תורה אויפן שטח פון מוסדותינו הק'.

דער בנין וועט ענהאלטן 3 שטאק און וועט פארמאגן 52 טויזענט סקווער פיס, 35 קלאס צימערן, עס זאלן, וכד'
ווי אויך וועט דער בנין ענהאלטן א הערליכע ריזיגע חתונה זאל.
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין!
ופרצה ימה וקדמה!
צוגעלייגטע
IMG-20210218-WA0033.jpg
IMG-20210218-WA0033.jpg (182 KiB) געזעהן 1555 מאל

הרב_שלום
שר שמונת אלפים
תגובות: 8709
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

תגובהדורך הרב_שלום » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 11:18 pm

א הויז צו פארקויפען אויפ North Rd פאר $500,000 מיט א לאט גרויס 1.25 עיקער פאר מער אינפורמציע שיקט אן אימייל צו
Kl6371930@gmail.com
עמעזאן האט געפענט א פסח געשעפט
https://amzn.to/3ehIWTY

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15246
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 11:27 pm

וואס איז מיט די בנין אויך וואס מען האט געמאכט די גרויסע אבן הפינה? דאס איז די זעלבע זאך?
דיו טו קאוויד קענען מיר קיין אינטערשריפט נישט ארויפלייגן. מיט פארשטענדעניש.

יענקעל משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 11:19 am

Re:

תגובהדורך יענקעל משה » פרייטאג פאברואר 19, 2021 12:36 am

סטיטשינער האט געשריבן:וואס איז מיט די בנין אויך וואס מען האט געמאכט די גרויסע אבן הפינה? דאס איז די זעלבע זאך?

לכאורה, יעצט נעמט מען זיך אנגעבליך צו די מלאכת הבניה

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 789
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

תגובהדורך בענאק » פרייטאג פאברואר 19, 2021 4:46 pm

.
צוגעלייגטע
unnamed.jpg
unnamed.jpg (159.88 KiB) געזעהן 1260 מאל

אוועטאר
לחיים טובים ולשלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 28, 2015 3:20 pm
לאקאציע: לית אתר פנוי מיניה.

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

תגובהדורך לחיים טובים ולשלום » דאנארשטאג פאברואר 25, 2021 2:17 pm

נעכטן אנגעהויבן די בוי ארבעט ביים פרישן ראזא גארדען דעוועלאפמענט
געבויעט דורכ'ן בונה ומקים העיר ר' משה שמילאוויטש הי"ו
צוגעלייגטע
1.JPG
1.JPG (150.17 KiB) געזעהן 983 מאל
2.JPG
2.JPG (131.48 KiB) געזעהן 983 מאל

אוועטאר
שמואל בארג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

תגובהדורך שמואל בארג » דאנארשטאג פאברואר 25, 2021 2:44 pm

וואס איז די אדרעס?

די_אמת
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 21, 2011 2:16 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

תגובהדורך די_אמת » דאנארשטאג פאברואר 25, 2021 6:45 pm

6 Old Roosa Gap Rd
Mayor Russ Wood געוועזענע הויז, ער האט אויך געמאכט די היינטיגע דעמאלישען
תושב בלומינגבורג יצ"ו

אינטער שמש
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 15, 2020 6:02 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

תגובהדורך אינטער שמש » פרייטאג פאברואר 26, 2021 7:09 am

פון די roosa gap דעוועלאפמענט וועט די שטאט נישט וואקסען , נאדא זילטש

דאס איז אלעס זומער הייזער פאר נגידים און די סטייל פון די הייזער ווי אויך די 'לאקעישאן' מאכט עס אומפאסיג פאר סתם עמך ,איינוואוינער פון שטאט

דערפאר טוט מיר וויי ווען מ'מעלדט מיט פאטאס אז ב"ה מ'בויט , כאילו דאס האט עפעס מיט'ן ישוב

עטס קענטס די זעלבע זאך מעלדען מיט גרויסע אותיות אז ב"ה א גרופע יודען חסידי דינוב קומען זיך באזעצען דא...

(דינוב קאנטרי/קעמפ איז נישט ווייט)

די שאלה איז האט די שטאט פאטטענשעל?

נאר אויב / ווען מען וועט עפענען די שטחים לאנד נעקסט צו די דעוועלאפמענט ,און בויען אזוי אז ס'זאל ציען מענטשען ארויס צוקומען וועט די שטאט האבען א עתיד

לעת עתה ,מיט די אלע הייזלעך וואס איז דא צו האבען וועט מען נישט אנקומען צו 200 'תושבים'

יא , איך בין אביסל דראמאטיש אבער דאס איז דער 'מציאות'

נאר למען האמת די זומער הייזלעך זענען זייערווחכטיג פאר הצלחת השטעטל ווייל עס ברענגט אהין די נגידים/ נדיבים וואס לאזען זיך קאסטען גרויסע סכומים אהערצושטעלען דאס פלאץ ,א שטייגער ווי ר' משה יואל מזרחי נ"י וואס האט אהערגעשטעלט א ביהמ"ד א כבוד און א פראכט,וכדומה

וואס דאס פעלט זיך זייער אויס אויף א פלאץ מיט איינוואוינער פון דעם סארט ווי בלומינגבערג....

עניוועי,איך קוק ארויס אויף די הצלחה פום דעם ישוב

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

תגובהדורך סראלי » פרייטאג פאברואר 26, 2021 10:34 am

אינטער שמש האט געשריבן:פון די roosa gap דעוועלאפמענט וועט די שטאט נישט וואקסען , נאדא זילטש

דאס איז אלעס זומער הייזער פאר נגידים און די סטייל פון די הייזער ווי אויך די 'לאקעישאן' מאכט עס אומפאסיג פאר סתם עמך ,איינוואוינער פון שטאט

דערפאר טוט מיר וויי ווען מ'מעלדט מיט פאטאס אז ב"ה מ'בויט , כאילו דאס האט עפעס מיט'ן ישוב

עטס קענטס די זעלבע זאך מעלדען מיט גרויסע אותיות אז ב"ה א גרופע יודען חסידי דינוב קומען זיך באזעצען דא...

(דינוב קאנטרי/קעמפ איז נישט ווייט)

די שאלה איז האט די שטאט פאטטענשעל?

נאר אויב / ווען מען וועט עפענען די שטחים לאנד נעקסט צו די דעוועלאפמענט ,און בויען אזוי אז ס'זאל ציען מענטשען ארויס צוקומען וועט די שטאט האבען א עתיד

לעת עתה ,מיט די אלע הייזלעך וואס איז דא צו האבען וועט מען נישט אנקומען צו 200 'תושבים'

יא , איך בין אביסל דראמאטיש אבער דאס איז דער 'מציאות'

נאר למען האמת די זומער הייזלעך זענען זייערווחכטיג פאר הצלחת השטעטל ווייל עס ברענגט אהין די נגידים/ נדיבים וואס לאזען זיך קאסטען גרויסע סכומים אהערצושטעלען דאס פלאץ ,א שטייגער ווי ר' משה יואל מזרחי נ"י וואס האט אהערגעשטעלט א ביהמ"ד א כבוד און א פראכט,וכדומה

וואס דאס פעלט זיך זייער אויס אויף א פלאץ מיט איינוואוינער פון דעם סארט ווי בלומינגבערג....

עניוועי,איך קוק ארויס אויף די הצלחה פום דעם ישוב


פון וויפיל הייזער רעדט מען?

און איז עס טאקע פארקויפט געווארן פאר צווייטע היים איינוואוינער?
ישראל אשר בך אתפאר

אינטער שמש
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 15, 2020 6:02 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

תגובהדורך אינטער שמש » פרייטאג פאברואר 26, 2021 11:22 am

אדרבה כאפ א שפאציר לכבוד פורים (בעזרת גוגל מעפס) אויף old roosa gap rd. וועסטו אליין זען

חסד השם
שר חמש מאות
תגובות: 761
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

תגובהדורך חסד השם » מוצ"ש פאברואר 27, 2021 9:21 pm

אינטער שמש האט געשריבן:פון די roosa gap דעוועלאפמענט וועט די שטאט נישט וואקסען , נאדא זילטש

דאס איז אלעס זומער הייזער פאר נגידים און די סטייל פון די הייזער ווי אויך די 'לאקעישאן' מאכט עס אומפאסיג פאר סתם עמך ,איינוואוינער פון שטאט

דערפאר טוט מיר וויי ווען מ'מעלדט מיט פאטאס אז ב"ה מ'בויט , כאילו דאס האט עפעס מיט'ן ישוב

עטס קענטס די זעלבע זאך מעלדען מיט גרויסע אותיות אז ב"ה א גרופע יודען חסידי דינוב קומען זיך באזעצען דא...

(דינוב קאנטרי/קעמפ איז נישט ווייט)

די שאלה איז האט די שטאט פאטטענשעל?

נאר אויב / ווען מען וועט עפענען די שטחים לאנד נעקסט צו די דעוועלאפמענט ,און בויען אזוי אז ס'זאל ציען מענטשען ארויס צוקומען וועט די שטאט האבען א עתיד

לעת עתה ,מיט די אלע הייזלעך וואס איז דא צו האבען וועט מען נישט אנקומען צו 200 'תושבים'

יא , איך בין אביסל דראמאטיש אבער דאס איז דער 'מציאות'

נאר למען האמת די זומער הייזלעך זענען זייערווחכטיג פאר הצלחת השטעטל ווייל עס ברענגט אהין די נגידים/ נדיבים וואס לאזען זיך קאסטען גרויסע סכומים אהערצושטעלען דאס פלאץ ,א שטייגער ווי ר' משה יואל מזרחי נ"י וואס האט אהערגעשטעלט א ביהמ"ד א כבוד און א פראכט,וכדומה

וואס דאס פעלט זיך זייער אויס אויף א פלאץ מיט איינוואוינער פון דעם סארט ווי בלומינגבערג....

עניוועי,איך קוק ארויס אויף די הצלחה פום דעם ישוב

ערעב איד במחילת כבודך רעדט איר געבראטענע שטותים.... פון קליינע דעוועלעמענטס דא דארט איז דא סאך בעסערע טשענסעס פאר סוקסעס ווי איין גרויסע.....

נעם וואלנאט רידזש פאר אן עקזעמפעל, סאיז אפילו א גאס ווייטער ווי אלד ראאסע געפ און סאיז געווען דארט 4 זוממער הייזער און יעצט איז ארויפגעקומען נאך 9 הערליכע הייזער ווי משפחות לעבן דארט בהרחבת הדעת! דעיס אז סאיז דא זוממער הייזער פון פאראויס מאכט עס נאר גרינגער צו בויען דארט ווייטער הייזער ווייל אז סאיז שוין באוואונט קומען מענטשען גרינגער.....

כווייס נישט פונקטליך וואס דיין ציל דא איז, אבער איר זענט כלל נישט גערעכט, די געגענט האט ערענסטע פאטענשעלס און סגיבט גאר אסאך צו צום שטאט!
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים

חסד השם
שר חמש מאות
תגובות: 761
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

תגובהדורך חסד השם » מוצ"ש פאברואר 27, 2021 9:24 pm

סראלי האט געשריבן:
אינטער שמש האט געשריבן:פון די roosa gap דעוועלאפמענט וועט די שטאט נישט וואקסען , נאדא זילטש

דאס איז אלעס זומער הייזער פאר נגידים און די סטייל פון די הייזער ווי אויך די 'לאקעישאן' מאכט עס אומפאסיג פאר סתם עמך ,איינוואוינער פון שטאט

דערפאר טוט מיר וויי ווען מ'מעלדט מיט פאטאס אז ב"ה מ'בויט , כאילו דאס האט עפעס מיט'ן ישוב

עטס קענטס די זעלבע זאך מעלדען מיט גרויסע אותיות אז ב"ה א גרופע יודען חסידי דינוב קומען זיך באזעצען דא...

(דינוב קאנטרי/קעמפ איז נישט ווייט)

די שאלה איז האט די שטאט פאטטענשעל?

נאר אויב / ווען מען וועט עפענען די שטחים לאנד נעקסט צו די דעוועלאפמענט ,און בויען אזוי אז ס'זאל ציען מענטשען ארויס צוקומען וועט די שטאט האבען א עתיד

לעת עתה ,מיט די אלע הייזלעך וואס איז דא צו האבען וועט מען נישט אנקומען צו 200 'תושבים'

יא , איך בין אביסל דראמאטיש אבער דאס איז דער 'מציאות'

נאר למען האמת די זומער הייזלעך זענען זייערווחכטיג פאר הצלחת השטעטל ווייל עס ברענגט אהין די נגידים/ נדיבים וואס לאזען זיך קאסטען גרויסע סכומים אהערצושטעלען דאס פלאץ ,א שטייגער ווי ר' משה יואל מזרחי נ"י וואס האט אהערגעשטעלט א ביהמ"ד א כבוד און א פראכט,וכדומה

וואס דאס פעלט זיך זייער אויס אויף א פלאץ מיט איינוואוינער פון דעם סארט ווי בלומינגבערג....

עניוועי,איך קוק ארויס אויף די הצלחה פום דעם ישוב


פון וויפיל הייזער רעדט מען?

און איז עס טאקע פארקויפט געווארן פאר צווייטע היים איינוואוינער?

מרעדט פון 16 הייזער, און ניין פארקויפט פאר אידן וואס פלאנען צו וואונען דארט, (מקען עס נאכנישט אנריפן פארקויפט, אבער רעזערווירט)...
נעם וואלנאט רידזש פאר אן עקזעמפעל פון 9 הייזער איז נאר איינס געווארן פארקויפט פאר א סאמער האוז
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים

חסד השם
שר חמש מאות
תגובות: 761
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

תגובהדורך חסד השם » מוצ"ש פאברואר 27, 2021 9:43 pm

אינטער שמש האט געשריבן:אדרבה כאפ א שפאציר לכבוד פורים (בעזרת גוגל מעפס) אויף old roosa gap rd. וועסטו אליין זען

אז מרעדט שוין.... דעי דעוועלעפמענט איז כמעט ביי די קארנער, א פיינע לאקעישען נאנט צו די חדר אקעגן איבער נדבורנא בית מדרש מיט מקווה פלאס ר' יואל גאלד האט א פלאן פאר א שול דארט.

און ארויפציער אריין און די גאס וואונען א שיינע פאר אידן שוין פאר אפאר יאר
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים

אינטער שמש
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 15, 2020 6:02 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

תגובהדורך אינטער שמש » מוצ"ש פאברואר 27, 2021 9:46 pm

יא יא
איר קלערט אז פון די סארט הייזער פאר ארום 5 מאה אלף קען בלומנבערג וואקסען ?

אלע מבינים האלטען אז מען דארף בויען די ביליגסטע וואס שייך , דאס רעדט צום בלומינגבירגע קלייענטעל

חסד השם
שר חמש מאות
תגובות: 761
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

תגובהדורך חסד השם » מוצ"ש פאברואר 27, 2021 10:10 pm

אינטער שמש האט געשריבן:יא יא
איר קלערט אז פון די סארט הייזער פאר ארום 5 מאה אלף קען בלומנבערג וואקסען ?

אלע מבינים האלטען אז מען דארף בויען די ביליגסטע וואס שייך , דאס רעדט צום בלומינגבירגע קלייענטעל

קודם כל מרעדט פון 4 מאה אלף. נישט 5

און אגעין זיכער אז מדארף האבן גאר ביליג, אבער סאיז דא גענוג אידן וואס זענען דרייט צו צאלן די פרייזן צו האבן עפעס מער פרייוועט... וואלנאט רידזש יוכיח דארט איז געווען נאך טייערער געווען 450 און סשנעל צוכאפט געווארן.

בקיצור קענסט נישט בויען קיין בנינים אויף השערות
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט