קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

יונה
שר האלף
תגובות: 1841
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » מוצ"ש נובעמבער 16, 2019 9:54 pm

דברים אלו האט געשריבן:ווי שטארק איז די שאנס אז סוועט אראפגיין ?
און צו וויפל וועט עס אראפגיין?


יונה האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:
יונה האט געשריבן:בנושא הטעקס האט מען שוין עטליכע מאל געשריבן אז עס ווערט העפטיג באקעמפט אין געריכט. מיט א געריכט קען מען זיך קיינמאל נישט אויסרעכנן, נישט מעגליך פארויסצוזאגן מיט א זיכערקייט וויאזוי עס גייט זיך ענדיגן, אבער די אדוואקאטן גיבן זייער גוטע שאנס בעז"ה צוריק אראפצוריקן די טעקסעס.


יונה
שר האלף
תגובות: 1841
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » זונטאג נובעמבער 17, 2019 1:26 pm

http://bit.ly/2COr6E1


עדיטאריעל_001.jpg
עדיטאריעל_001.jpg (445.42 KiB) געזעהן 2593 מאל

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1041
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 7:21 pm

ווי קען איך דינגען א דירה און דעוועלאפמענט?

הרב_שלום
שר ששת אלפים
תגובות: 6693
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 8:52 pm

דברים אלו האט געשריבן:ווי קען איך דינגען א דירה און דעוועלאפמענט?


אינדערויסען איז אויך גוט?
Detergents: Save $10 when you buy 3 item(s)
https://amzn.to/2QOcIUM

Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1041
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 8:58 pm

הרב_שלום האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:ווי קען איך דינגען א דירה און דעוועלאפמענט?


אינדערויסען איז אויך גוט?

No

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 9:39 pm

אזוי ווי יונה שלאפט טיף לעצטנס וועלן מיר געבן א שטיקעלע אפדעיט פארן עולם
=====
די וואך קומט ר' יצחק ראזענבערגער דומץ לי גארדענס אויף שבת
=====
די וואך אינדסטאלירט מען די געיט ביי די מקוה און בית המדרש בית יהושע, די אנדערע מקוה בבית ר' משה שמילאוויטש האט מען יעצט אויך איבערגעפרישט
=====
די מוסד איז פיל עד אין מקום, די טרעילארס וואס גייט אנקומען בקרוב גייט קוים קאלעקטן פאר אפאר חדשים
=====
מען האט שוין אנגעהויבן האקן ביימער ביי די נייע דיוועלאפמענט פון די 28 דירות, ווי מען גיט איבער איז כמעט האלב דירות שוין אויסגעכאפט
=====
און א פאזאטיווע שריט זענען לעת עתה ארום 90 פראצענט איינוואוינער דא אויף מער ווי א יאהר צוויי וואס דאס מיינט אז מען בלייבט דא וואוינען
=====
און די רענטל מארקעט איז כמעט נישט דא קיין איין דירה, און מען ארבייט יעצט איבער צו בויען נאך דירות פארן ציבור

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2258
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 10:03 pm

וויפיל אידן וואוינען היינט אין קרית ייטב לב?
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 10:08 pm

ארום 170

יונה
שר האלף
תגובות: 1841
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 11:00 pm

יישר כח משה ינקל פאר די אפדעיטס.

בייגעלייגט א בילד פון די אנגייענדע ארבעט ביי די "בנין אברהם יעקב" מאדיולער בנין אין פיינ-באהש ניו יארק ווי עס איז גענוצט געווארן פארן ארטיגן סקול דיסטריקט, ווי אויך בילדער פונעם ריזן שטח אין די זייט פונעם "בנין גאלדבערגער" ווי מען האפט בעז"ה אין די קומענדיגע וואך אנצהויבן די ארבעט צוצוגרייטן דעם באדן צו קענען אוועקשטעלן דעם בנין. בורא עולם בקנין השלם זה הבנין.

ווי מ'הערט פונעם הנהלת המוסד וועט זיך נאך אויספעלן ארום הונדערט פופציג טויזענט דאלער צו קענען גומר זיין דעם בנין כליל בהדרו בעז"ה, עס איז צום האפן אז נדיבים בעם וואס פארשטיין די זכי' ארויסצוהעלפן אזא הייליג מקום ווי עס ווערן מחונך לתורה וליראת שמים קרוב צו 400 תלמידים ותלמידות בליע"ה על דרך ישראל סבא - וועלן אקעגן קומען מיט גרעסערע נדבות און אפקויפן זכותים אינעם בנין עס צו קענען גומר זיין וואס שנעלער, מיט דעם ערמעגליכן אז די געווענליכע איינאמע זאל גענוצט ווערן אנצוהאלטן דאס צאלן צייטליך די געטרייע עוסקים במלאכת הקודש וואס גייט שוין אן נאנט צו אהאלב יאר נאכאנאנד ב"ה.

דאס ענגשאפט אין אלע אפטיילונגן פונעם מוסד איז אבנארמאל, עס האבן זיך געמאלדן א באדייטענע צאל קינדער וואס ווילן אנהויבן שולע, עס איז פשוט נישט ווי צו עפענן א פרי-נורסערי קלאס, אפי' די "עטרת פעסיל לאה" זאל איז שוין פארנומען מיט עטליכע פריוועזארישע שטיבלאך... די זעלבע ביי די יונגלאך איז שוין דא אין די קליינע קלאס עטליכע אין דרייסיג יונגעלך בליע"ה, עס איז פשוט נישטא נאך א שטיבעלע צו עפענן א פרישע פאראלעל קלאס. די עלטערן\מחנכות\קינדער קוקן ארויס בכליון עינים אז דער בנין זאל אוועקגעשטעלט ווערן וואס א טאג פריער, געלט טאר חלילה נישט זיין קיין אפהאלט.
צוגעלייגטע
moduler.jpg
moduler.jpg (702.63 KiB) געזעהן 1656 מאל
location1.jpg
location1.jpg (711.82 KiB) געזעהן 1656 מאל
location2.jpg
location2.jpg (716.84 KiB) געזעהן 1656 מאל

יונה
שר האלף
תגובות: 1841
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 11:15 pm

בילדער פון פאריגע וואך.
צוגעלייגטע
EFFECTS.jpg
EFFECTS.jpg (656.62 KiB) געזעהן 1617 מאל
20191120_113239.jpg
20191120_113239.jpg (655.76 KiB) געזעהן 1617 מאל

יונה
שר האלף
תגובות: 1841
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 11:41 pm

עס האט זיך געעפענט א 'דאלער דזענעראל' געשעפט עטליכע וואכן צוריק, זייער אינטערסאנט געווען מיטצוהאלטן וויזוי פון דעם אבן הפנה ביזן פאקטיש עפענן די טויערן האט נישט גענומען מער ווי א חודש מיט 2 וואכן! און דעם איז אריינגערעכנט אלעס אלעס מבית ומבחוץ כלול בהדרו.

אגב לויט ווי מ'הערט פונעם געשעפט מענעדשער איז דעס געשעפט גאר שיין מצליח העכער אלע ערווארטונגן, אזש זיי זוכן שוין אויפצונעמען פרישע ארבייטער, "מיר זענען פארנומען כמעט א גאנצע טאג ביים רעכנן די פילע איינקויפער, עס בלייבט קוים צייט אויסצולייגן די פרישע סחורה אויף די פאליציע'ס און אנדערע וויכטיגע ארבעט אינעם געשעפט", זאגט זי.

אויב זענט איר אינטערסירט זיך איינצוגעבן פאר אן אמט ביי דעם געשעפט קליקט אויף דעם לינק: https://g.co/kgs/jwPRzo
צוגעלייגטע
open.jpg
open.jpg (690.37 KiB) געזעהן 1568 מאל
structure.jpg
structure.jpg (617.01 KiB) געזעהן 1568 מאל
slab.jpg
slab.jpg (673.38 KiB) געזעהן 1568 מאל

יונה
שר האלף
תגובות: 1841
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 11:52 pm

אנדערע זאגן - א באריכט אין א לאקאלע צייטונג פארציילט איבער דאס אריבערברענגן דעם בנין אברהם יעקב.
אגב -אנדערש ווי עס שטייט אינעם באריכט - האט דער בנין מער נישט קיין שום שייכות מיט Learning Tree Properties LLC זינט עס איז אפגעקויפט געווארן בערך א יאר צוריק און געווארן פולשטענדיג איבערגעשריבן אויפן נאמען פון די מוסדות הק'.

Learning Tree School Trailer Expansion

Learning Tree Properties LLC, which operates the Hasidic school at 132 Main Street, can go forward with its expansion of classroom space by using a mobile trailer.

The Zoning Board of Appeals ruled the classroom will not have a significant impact on the environment and found that “the proposed trailer will be in harmony with the appropriate and orderly development of the district.”

However, the site plan approval is contingent upon Learning Tree submitting to the building inspector a full plan showing the new sewer alignment. Furthermore, Learning Tree must submit details of the water alignment pipe to the code enforcement officer and village engineer.

The trailer will be located behind the school, which is in the NBD. Last year, the village amended its zoning regulations to permit trailers in the NBD for school use. The school bought the trailer for $40,000 from the Pine Bush School District, where it sat unused. The classroom trailer is large, with eight pieces, combining to total 6,600-square-feet of space, said Eziel Fleischman, chairman of the ZBA. Pine Bush divided the space in to five large rooms, but Learning Tree may create more, smaller rooms, Fleischman said. Work is expected to begin within two weeks.

אמסטערדאם
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 25, 2016 11:45 am

תגובהדורך אמסטערדאם » זונטאג דעצמבער 01, 2019 3:58 pm

הער איך גאר אז גראד נאכן ברית ביי הרב ליפא וועט דער רבי קומען אויף אפרוה אין שטעטל
אזא זכי׳ אז דאס איז געווארן די אפרוה ארט

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2701
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » זונטאג דעצמבער 01, 2019 4:02 pm

פיינע נייעס!

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » זונטאג דעצמבער 01, 2019 4:04 pm

יאפ די רבי איז שטארק מקושר צום שטעטל.

ווען רבי יואל גאלד איז געגאנגען אריינטראגען די געלט וואס ער האט צוזאמען געשטעלט פאר שקל הטהור האט איהם די רבי געזאגט אז ער פלאנט צו קומען אויף אפרוה גלייך נאך די נסיעה

יונה
שר האלף
תגובות: 1841
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 6:35 am

בילדער פון די שניי
צוגעלייגטע
Night70.jpg
Night70.jpg (466.33 KiB) געזעהן 973 מאל
Morning70.jpg
Morning70.jpg (587.57 KiB) געזעהן 973 מאל
Morning71.jpg
Morning71.jpg (711.36 KiB) געזעהן 973 מאל

מצלמה
שר האלף
תגובות: 1103
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 7:49 am

זייער שיין.

די ראוד זענען שיין געפוצט.

וואס איז מיט די סיידוואקס?

יונה
שר האלף
תגובות: 1841
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 9:17 am

מצלמה האט געשריבן:זייער שיין.
די ראוד זענען שיין געפוצט.
וואס איז מיט די סיידוואקס?

דא איז איינגעפירט (אזוי ווי אין וויליאמסבורג..) אז יעדע אייגנטומער דארף אליינס זויבערן די סיידוואלק פארנט פון זייער פראפערטי.

א ספעציעלע פירמע (מערקט דעם טרעקל ביים עק) איז געדינגן געווארן דורך די גבאים פון ביהמ''ד בית יהושע צו מאכן זיכער אז דער שול הויף איז שיין גערייניגט בעפאר די חשובע מתפללים קומען דאווענען.
צוגעלייגטע
shul.jpg
shul.jpg (532.25 KiB) געזעהן 830 מאל

יונה
שר האלף
תגובות: 1841
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 10:33 pm

פילייכט איז שוין צייט אנצוהויבן אריינקוקן אין צושטעלן א לאקאלע חתונה זאל...

אגב די שבת שבע ברכות איז די ערשטע צו ווערן געפראוועט דאהי.
צוגעלייגטע
bais5.jpg
bais5.jpg (338.45 KiB) געזעהן 576 מאל
word.jpg
word.jpg (145.42 KiB) געזעהן 585 מאל
tonight24.jpg
tonight24.jpg (417.5 KiB) געזעהן 585 מאל

טראק דרייווער
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

תגובהדורך טראק דרייווער » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 10:42 pm

אמסטערדאם האט געשריבן:הער איך גאר אז גראד נאכן ברית ביי הרב ליפא וועט דער רבי קומען אויף אפרוה אין שטעטל
אזא זכי׳ אז דאס איז געווארן די אפרוה ארט


די קהילה מעג דעמאלס בויען א הייזקע פאר'ן רבי'ן, מיט א גארטן צו קענען לערנען בצלילות הדעת ארום די בלומינגבורגע בערג

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3631
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 3:23 pm

יונה האט געשריבן:פילייכט איז שוין צייט אנצוהויבן אריינקוקן אין צושטעלן א לאקאלע חתונה זאל...

אגב די שבת שבע ברכות איז די ערשטע צו ווערן געפראוועט דאהי.

כ'מיין יונה'לע אז סאיז שנעלער צו פארן פון בלומינגבורג סיי קיין קרית יואל און סיי רעלי ווי פון מירטל אדער קיין כתר צבי וכדו' (אויב נעמסטו נאך די פארקינג אין באטראכט איז אפגערעדט) אדער פון מיין הויז צו די נייע כרם מנחם אין בארא פארק (קענסט אפילו נישט טראכטן פון פארקינג, איך ווארט אפ ווילאנג די אידענע גיבט מזל טוב און דערנאך קומט זי זיצן אין די קאר ביי א פאמפ אדער דרייוועי ווילאנג איך גיב מזל טוב) א גוטע שעה געספענדט צו געבן מזל טוב לאקאל.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 694
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 3:37 pm

טראק דרייווער האט געשריבן:
אמסטערדאם האט געשריבן:הער איך גאר אז גראד נאכן ברית ביי הרב ליפא וועט דער רבי קומען אויף אפרוה אין שטעטל
אזא זכי׳ אז דאס איז געווארן די אפרוה ארט


די קהילה מעג דעמאלס בויען א הייזקע פאר'ן רבי'ן, מיט א גארטן צו קענען לערנען בצלילות הדעת ארום די בלומינגבורגע בערג

איך גלייב נישט אז אזוי שנעל וועט מען בויען א אייגענע דירה, אבער די אכסני' וואס דער רבי שליט"א האט אין שטעטל איז צוגעשטעלט מיט אלע צוגעהערן ווי א געהעריגע דירה פון רבי'ן.
אריינגערעכנט א ריזיגע ספרים צימער מיט פולע ספרים שענק אויף אלע פיר זייטן. א ביהמ"ד אין די בעיסמענט פאר מנחה מעריב. און נאך.

עקסטער איז - בשעת ווען דער רבי איז געווען אין שטאט נאך ימים נוראים - דער אוצר הספרים געווארן טראנספארמירט פאר א געהעריגע הערליכע שטוב פארן רבי'ן שליט"א וואו דער רבי האט געלייגט טלית ותפילין און רבינו תם.
צוגעלייגטע
Picture1205190826_1.jpg
Picture1205190826_1.jpg (45.7 KiB) געזעהן 294 מאל

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 694
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 3:40 pm

היינט האט א חשוב יונגערמאן מתושבי העיר זיך ארויסגעצויגן פון זיין געדינגענע דירה, און זיך אריינגצויגן אין זייער נייע אייגענע געקויפטע דירה אין די דעוועלאופמענט
צוגעלייגטע
Picture1205191004_1.jpg
Picture1205191004_1.jpg (42.95 KiB) געזעהן 282 מאל

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 3:44 pm

יונה האט געשריבן:פילייכט איז שוין צייט אנצוהויבן אריינקוקן אין צושטעלן א לאקאלע חתונה זאל...

אגב די שבת שבע ברכות איז די ערשטע צו ווערן געפראוועט דאהי.

יאפ.

מען האלט שוין בי די זיבעטע פאר פאלק וואס בלייבט וואוינען און שטעטל

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 3:48 pm

טראק דרייווער האט געשריבן:
אמסטערדאם האט געשריבן:הער איך גאר אז גראד נאכן ברית ביי הרב ליפא וועט דער רבי קומען אויף אפרוה אין שטעטל
אזא זכי׳ אז דאס איז געווארן די אפרוה ארט


די קהילה מעג דעמאלס בויען א הייזקע פאר'ן רבי'ן, מיט א גארטן צו קענען לערנען בצלילות הדעת ארום די בלומינגבורגע בערג

יאפ וואלט געווען כדאי.

די שטעטל איז און געברויך פון א הערליכע גרויסע שוהל, אפשר קאן מן בויען מיט א דירה אזוי ווי אין גרויסן שוהל און קרית יואל.


זעלבע לגבי א חתונה זאל, די מוסדות דארף גאר דרינגענד א נייעם בנין, קען מען בויען א בנין מיט א זאל


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט