Advertisement

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער
שרייב א תגובה

מאנטאג דצמבר 30, 2013 12:16 am

איך האב עס געליינט, ס'איז נישט געפערליך שלעכט, נאר די מאנטיסעלוי ראביי זאגט, "אז מיט שוועריקייטן האט ער אנגעקניפט א שטיקל קשר מיט די חסידים דורך אויס די זוממער וואכן.

Advertisement

מאנטאג דצמבר 30, 2013 12:41 am

א שווערע טעלער טשולענט?

מאנטאג דצמבר 30, 2013 11:11 am

פלעכטער האט געשריבן:איך האב עס געליינט, ס'איז נישט געפערליך שלעכט, נאר די מאנטיסעלוי ראביי זאגט, "אז מיט שוועריקייטן האט ער אנגעקניפט א שטיקל קשר מיט די חסידים דורך אויס די זוממער וואכן.

ווער האט אים געבעטן זיך עקשנ'ען אין אנהייב...

מאנטאג דצמבר 30, 2013 11:51 am

שוועמל האט געשריבן:
זיס ווי האניג האט געשריבן:איך הער אז די גוישע שכנים העצן זייער שטארק קעגן די אידן די לעצטע פאר טעג.

נישט נאר די גויישע שכנים נאר אפילו די אידישע פרויען דא זענען עפעס געפערליך קעגן דעם נייעם שטעטל... אויס מורא אז מען וועט חס וחלילה אוועקמופן פון די באליבטע LEE עוועניו (היינט וואלאבאוט).

פארוואס פון לי צו וואלאבאוט האבן זיי יא מסכים געווען צו טוישן?

מאנטאג דצמבר 30, 2013 12:16 pm

נעכטן נאכט גערעדט מיט א חבר וואס איז פון די קונים וואס האבן אראפגעלייגט די טויזענטער, ער איז געווען זייער ווארעם פאר די זאך, אבער ער איז לעצטענס געגאנגען קיקן די דירות, ער איז אהיימגעקומען זייער אנטוישט, ער טענה'ט אז מען באקומט נישט אזא גוטע דיעל ווי ער האט געמיינט, ער איז שוין פון דעי וואס מ'האט אראפגעריקט צו 300K מיט 30 דאון, אבער נאכן זעהן די דירות איז ער שוין נישט אזוי אנטציקט, ער זעהט נישט דארט קיין 2800 ס.פ. ס'שניידט אוועק פון אלע זייטן...

מאנטאג דצמבר 30, 2013 12:41 pm

כ'האב מורא אז דאס איז ווייל מ'האט אים אראפגעריקט די פרייז...

ס'הייסט ס'שניידט אוועק פון אלע זייטן? ער האט זיך פארגעשטעלט אז ער גייט האבן א 30X40 דיינינג רום אדער וואס?

מאנטאג דצמבר 30, 2013 1:44 pm

פלאטשיגער האט געשריבן:נעכטן נאכט גערעדט מיט א חבר וואס איז פון די קונים וואס האבן אראפגעלייגט די טויזענטער, ער איז געווען זייער ווארעם פאר די זאך, אבער ער איז לעצטענס געגאנגען קיקן די דירות, ער איז אהיימגעקומען זייער אנטוישט, ער טענה'ט אז מען באקומט נישט אזא גוטע דיעל ווי ער האט געמיינט, ער איז שוין פון דעי וואס מ'האט אראפגעריקט צו 300K מיט 30 דאון, אבער נאכן זעהן די דירות איז ער שוין נישט אזוי אנטציקט, ער זעהט נישט דארט קיין 2800 ס.פ. ס'שניידט אוועק פון אלע זייטן...

איבעראל שניידט מען אוועק, סקווירא-פיס פון א בילדער מיינט אלעמאל מיטן כולל דו"ק ותשכח, עס נעמט אריין די סטעפס, עיר קאנדישאן דאקטס, האללוועיס מבית ומבחוץ, אמאל אפי' די פארטשעס.

מאנטאג דצמבר 30, 2013 1:51 pm

מיללער האט געשריבן:אמאל אפי' די פארטשעס.

דאס איז שוין נאר ביי אונז אין די סיטי. ניין?

מאנטאג דצמבר 30, 2013 2:27 pm

פלאטשיגער האט געשריבן:נעכטן נאכט גערעדט מיט א חבר וואס איז פון די קונים וואס האבן אראפגעלייגט די טויזענטער, ער איז געווען זייער ווארעם פאר די זאך, אבער ער איז לעצטענס געגאנגען קיקן די דירות, ער איז אהיימגעקומען זייער אנטוישט, ער טענה'ט אז מען באקומט נישט אזא גוטע דיעל ווי ער האט געמיינט, ער איז שוין פון דעי וואס מ'האט אראפגעריקט צו 300K מיט 30 דאון, אבער נאכן זעהן די דירות איז ער שוין נישט אזוי אנטציקט, ער זעהט נישט דארט קיין 2800 ס.פ. ס'שניידט אוועק פון אלע זייטן...


ער האט אויסגעמאסטן אלע שטובער?

דינסטאג דצמבר 31, 2013 9:31 am

מיללער האט געשריבן:
פלאטשיגער האט געשריבן:נעכטן נאכט גערעדט מיט א חבר וואס איז פון די קונים וואס האבן אראפגעלייגט די טויזענטער, ער איז געווען זייער ווארעם פאר די זאך, אבער ער איז לעצטענס געגאנגען קיקן די דירות, ער איז אהיימגעקומען זייער אנטוישט, ער טענה'ט אז מען באקומט נישט אזא גוטע דיעל ווי ער האט געמיינט, ער איז שוין פון דעי וואס מ'האט אראפגעריקט צו 300K מיט 30 דאון, אבער נאכן זעהן די דירות איז ער שוין נישט אזוי אנטציקט, ער זעהט נישט דארט קיין 2800 ס.פ. ס'שניידט אוועק פון אלע זייטן...

איבעראל שניידט מען אוועק, סקווירא-פיס פון א בילדער מיינט אלעמאל מיטן כולל דו"ק ותשכח, עס נעמט אריין די סטעפס, עיר קאנדישאן דאקטס, האללוועיס מבית ומבחוץ, אמאל אפי' די פארטשעס.

ביינונז אין שטאט אויך דאס ביסל פלאץ אין גראטעס.

מיטוואך ינואר 01, 2014 8:52 am

פאר וויר עס וויל וויסן וויאזוי מען רעכענט סק פט, זאל גיין צו פרעסטידש, די וועב זייטל איז אויפן בענער דא אויפן וועלטל, דארט אויפן וועב זייטל שרייבן זיי אז די דירות זענען 2000 סק פט. דאוינלויד פליז די פלאר פלענס וואס זענען אויך אויפן וועב זייטל און כאפ א בליק וויפיל דו האסט אינעווייניג אין די דירה, מיט א שנעלע רעכן איז עס (לכל היותר - שוין ברייט גערעכענט) ווייניגער פון 1500, (ווער סגלויבט נישט, זאל עס אליינס אויסרעכענען) נישט אז איך האב טענות אדער וואס, נאר דאס איז די וועג איבעראל, גארנישט אנדערש, צו זאגן אז אין בלומינג. איז א אויסנאם איז נעריש און מיסאינפארמירט וויאזוי מען רעכענט סק פט.

מיטוואך ינואר 01, 2014 9:21 am

די רעכענסט אריין נאר די ליידיגע שטיבער אינעם חשבון פון סק פט.?
די ווענט און די קלאזעטס איז זיכער בארעכטיגט אינעם חשבון פון סק פט. דאס קענסטע אויך רעכענענן זענענדיג די פלאר פלען?

מיטוואך ינואר 01, 2014 12:10 pm

גערעכענט אלעס,

מיטוואך ינואר 01, 2014 4:14 pm

הערליך האט געשריבן:גערעכענט אלעס,

כ'זע נישט וואו ס'שטייט אז ס'איז 2,000 ס'פ, אבער איך האב אויסגערעכנט 1 יוניט, ס'האט אריבער 1,700 ספ.

מיטוואך ינואר 01, 2014 6:58 pm

Spacious 2,000 Square-Foot Layout / Large 4 Bedroom Units / Family Den and/or Study /2½ Family-Sized Bathrooms / Outdoor Concrete Patio and/or Pressurized Wooden Deck Terrace

http://prestigecondominiums.com/amenities.html


ווי אויך איז עס געפרייזד פאר א צוויי טויזענט, העל איך אפשר שפעטער ארויפלייגן וויאזוי מען רעכענט

פרייטאג ינואר 03, 2014 12:27 am

ווי אזוי איז די שניי אין בלומינגבורג?

פרייטאג ינואר 03, 2014 2:15 am

שתוקא בתרין האט געשריבן:ווי אזוי איז די שניי אין בלומינגבורג?

ביליגער ווי דא.

פרייטאג ינואר 03, 2014 3:15 am

דארטען קען מען מאכען גרעסערע סנאו מענס

דאנערשטאג ינואר 09, 2014 5:26 pm

מיללער האט געשריבן:פראנט זייט פונעם היינטיגען רעקארד

די רעקארד האט גענומען א פאנעל פון פיר א.ג. מומחים איבער רעליגיע צו דעצידירען די פראגע איבער די אינצידענטן אין פיין-בוש און בלומינגבורג קענען ווערן באצייכנט אלס "אנטי-סעמעטיזם" און צו "אנטי-חסידים" מיינט אויטאמאטיש "אנטי-סעמעטיזם"

גאווערנער קאומא אינעם היינטיגען "סטעיט אוו דע סטעיט" אדרעס, האט בארירט די פיין-בוש אינצידענט. און געווארענט די באמטע.

דאנערשטאג ינואר 09, 2014 6:47 pm

כלל ישראל דורשט נאך אביסל גוטע נייעס, אפשר לאזט איר וויסן וואס טוט זיך עפעס לעצטנס אין בלומינגבורג שוין לאנג נישט געהערט עפעס.

דאנערשטאג ינואר 09, 2014 7:33 pm

אין דער איד דע וואך איז דא שיינע פיקטשערס מ׳בויט פעסט

דאנערשטאג ינואר 09, 2014 9:19 pm

ברענגטס אהער די בילדער ביטע,

זונטאג ינואר 12, 2014 11:52 am

הושענא שלש שבועות הושענא
פון היינט 3 וואכן גיין זיך די ערשטע משפחות ארויס ציען בשטומ"ע צום נייעם שטעטל

# עס ווערט געמאלדן בשם די עסקנים אז מפלאנט א גרויסע מעמד צאתכם לשלום אויף ככר השבת

זונטאג ינואר 12, 2014 12:00 pm

איינער האט בילדער פין די דירות וואס די פופציג יונגעלייט גייען באקומען (נישט די נייע געבויטע)

זונטאג ינואר 12, 2014 12:39 pm

maybeeynot האט געשריבן:הושענא שלש שבועות הושענא
פון היינט 3 וואכן גיין זיך די ערשטע משפחות ארויס ציען בשטומ"ע צום נייעם שטעטל בשעה טובה ומוצלחת, כ'וואלט פארגעשלאגן גאנץ כלל ישראל זאל זאגן אפאר קאפיטלעך תהלים זיי זאלן האבן הצלחה

# עס ווערט געמאלדן בשם די עסקנים אז מפלאנט א גרויסע מעמד צאתכם לשלום אויף ככר השבת וואו איז דאס?
שרייב א תגובה

Advertisement