בלאט 420 פון 526

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 7:22 pm
דורך פרנס היום
פעטער שמואל האט געשריבן:
משה יענקל האט געשריבן:
פרנס היום האט געשריבן:די שאלה איז וויפעל טעקס גייט זיין אין די הייזער אין בלומינגבורג

10k

ווי אזוי איז מעגליך אז אין טשעסנאט רידזש דעוועלאפמענט צאלט מען 13 טויזנט אויף א טאונהויז און ביי די פריוואטע וועט נאר זיין 10 טויזנט?

דאס איז נישט אין וויליזש , סא שפארט מען זיך וויליזש טעקס, און טשעסנאט ריזש ווי באקאנט איז ווען געפיילט אויף אנדערע אופן וואלט עס נישט געקאסט קיין 10 טויזענט אויך נישט

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 7:56 pm
דורך יונה
פעטער שמואל האט געשריבן:
משה יענקל האט געשריבן:
פרנס היום האט געשריבן:די שאלה איז וויפעל טעקס גייט זיין אין די הייזער אין בלומינגבורג

10k

ווי אזוי איז מעגליך אז אין טשעסנאט רידזש דעוועלאפמענט צאלט מען 13 טויזנט אויף א טאונהויז און ביי די פריוואטע וועט נאר זיין 10 טויזנט?

עס איז טאקע נישט קיין יושר! ארגינעל איז טאקע אויסגעקומען די שטייערן בערך 7 טויזנט א יאר. די חברה האבן עס עטליכע יאר צוריק ארויפגעריקט שלא ביושר ובנוגד צום געזעץ, ולכן ווערט עס העפטיג באקעמפט אין געריכט. דער געריכט האט זיך שטארק פארצויגן, יעצט האלט עס שוין נאנטער ווי ווייטער בעז''ה.

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 8:45 pm
דורך שכל'דיג
2 שמחות אין 1 נאכט קע"ה

@SatmarKYL: R' Yoel Shtultzberg is inviting everyone to the Vach Nacht of his son in his house at 121 Chestnut Ridge
Bris tomorrow in Bihm'd Beis Yeshia

@SatmarKYL: R' Yosef Mendel Shpitzer is inviting everyone to the Vach Nacht of his son at 8 Winterton Rd.
Bris tomorrow in Bihm'd Beis Yeshia.

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 8:51 pm
דורך יונה
פרנס היום האט געשריבן:דאס איז נישט אין וויליזש , סא שפארט מען זיך וויליזש טעקס,

די טאון האט א ספעציעלע טעקס פאר די וואס זענען אויסער די ווילידש סא מען שפארט נישט דאס גאנצע. אויסערדעם באקומט מען נישט די סערוויסעס פון די ווילידזש, למשל אפלויף סיסטעם, די וואלנאט רידזש למשל האט שוין אריינגעגעבן א פארלאנג זיך צו קאנעקטן צום ווילידש סוער סיסטעם און זענען גרייט עקסטער צו באצאלן דערפאר.

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 9:16 pm
דורך בענאק
שכל'דיג האט געשריבן:@SatmarKYL: R' Yosef Mendel Shpitzer is inviting everyone to the Vach Nacht of his son at 8 Winterton Rd.
Bris tomorrow in Bihm'd Beis Yeshia.

דער ר' יוסף מענדל נ"י איז פון די סאמע ערשטע תושבים אין די שטאט

זע דא
viewtopic.php?p=937356#p937356
להודיע האט געשריבן:@ChaveirimTMM: Beste Wintchen For HuAvrech Yossef Mendel Shpitzer Upon his Moving to the new Chareidishe Yishev in Bloominburg NY.

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 9:17 pm
דורך פרנס היום
איז געווען וואלן אין בלומענבורג?

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 9:24 pm
דורך יעקב פריינד
פרנס היום האט געשריבן:איז געווען וואלן אין בלומענבורג?

יאפ! הייינט איז געווען וואלן פארן טאון סופערווייזער

ווארטן מיר יעצט נאר אויף די רעזולטאטן!

וואלן אוסגאנג פאר טאון סופערווייזער

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 9:37 pm
דורך מצה בעקערי
(Election results) *Tonight* you could find here election results

http://sullivanny.us/Departments/Elections

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 11:18 pm
דורך יונה
ב"ה דער אינדארסירטער קאנדידאט האט געווינן די דעמאקראטישע פריימערי וואלן מיט 50 שטימען.

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 11:20 pm
דורך פאלקס קיך
וויפעל וואוטס פון וויליזש אויף בלומינגבורג?

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 11:35 pm
דורך יונה
פאלקס קיך האט געשריבן:וויפעל וואוטס פון וויליזש אויף בלומינגבורג?

58 פארן געווינער און 6 פאר די אנדערע קאנדידאט.

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 11:36 pm
דורך פאלקס קיך
די היימישע תושבים האבן נישט א גוטע 250 וואוטס? מיט וואוטס קומט מען אן

געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2019 12:24 am
דורך מצה בעקערי
פאלקס קיך האט געשריבן:די היימישע תושבים האבן נישט א גוטע 250 וואוטס? מיט וואוטס קומט מען אן

רוב היימישער עולם אין אפסטעיט זענען רעגיסטרירט אלס רעפאבליקאנער ........
נאר לעצטענס האט מען אנגעהויבן צי רעגעסטרירן אלס דעמאקראטישע אז עס זאל זיין איווען ווען עס איז נוגע וואס כהיום האלט עס בערך 70 דעמ. אין ארום 300 רעפ.
אין ב"ה עס האט זיך אויסגעצאלט די איבערמידליכע האראוואניע פון די עסקנים אז 99% דעמאקראטן זענען ארויסגעקומען שטימען .
ווי מען קען עס זעהן קליפ קלאר אז די דיסטריקט פון די יודן )11( איז געווען די מערסטע שטימען אויפאמאל

ED Brenda J. Giraldi - DEM Janet M. Lybolt - DEM Write-in
Town of Mamakating 1 LD 4 19 6 0
Town of Mamakating 2 LD 4 25 14 0
Town of Mamakating 3 LD 4 12 7 0
Town of Mamakating 4 LD 4 11 8 1
Town of Mamakating 5 LD 4 29 21 0
Town of Mamakating 6 LD 4 22 23 0
Town of Mamakating 7 LD 2 10 17 0
Town of Mamakating 8 LD 2 13 17 0
Town of Mamakating 9 LD 2 15 37 0
Town of Mamakating 10 LD 2 6 8 0
Town of Mamakating 11 LD 4 6 58 0
Town of Mamakating 12 LD 4 10 12 0
Total 178 228 1

געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2019 12:59 am
דורך בר דעת
יונה האט געשריבן:ב"ה דער אינדארסירטער קאנדידאט האט געווינן די דעמאקראטישע פריימערי וואלן מיט 50 שטימען.

אויב מעג מען פרעגן, האט די געווינער אדער גאר ביידע קאנדידאטן געזוכט די שטיצע פון די היימישע אידן? זענען די אידן געווען א אישו ביי די פארמעסט?

געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2019 8:51 am
דורך מצה בעקערי
בר דעת האט געשריבן:
יונה האט געשריבן:ב"ה דער אינדארסירטער קאנדידאט האט געווינן די דעמאקראטישע פריימערי וואלן מיט 50 שטימען.

אויב מעג מען פרעגן, האט די געווינער אדער גאר ביידע קאנדידאטן געזוכט די שטיצע פון די היימישע אידן? זענען די אידן געווען א אישו ביי די פארמעסט?

ב"ה רוב לאקאלע גוים האבן שלום געמאכט מיטן מצב אז עס איז געווארן א אידישע שטאט וואס סך הכל בענעפעטירן זיי נאר פון דעם . עקאנאמי אדג
אבער אין טאון איז נאך דא בייזע ווינטן וואס עפעקט די אידן אויף א טעגליכע פארנעם כידוע ביז יעצט איז געזעצן אויפן בענקל א עוכר ישראל bill herman שר"י וואס האט זיכער געמאכט אז מען זאל אססעסן די הויעכע טעקסעס. געשטערט די סיידוואלקס וכדומה
ממילא בשורה הוא לנו אז עס איז ארויפגעקומען א קאנדידאט וואס האט בעבר געהאט אפאר טובות פונם ציבור (די קירכע שערורי') איז זי אקעגן געקומען די עסקנים און געזעצן ביי מיטינגען און זיי צוגעזאגט צו העלפן.
וואס דאס איז א געווינס פארן היימישן ציבור אז די לופט אין טאון זאל ווערן אביסל רואיגער מיט כאטש 1 אוזן קשבת.
אין די #בלאק וואיט פונם היימישן עולם איז געווען אויף א אבנערמאלער פארנעם ווי קיינמאל בעפאר אינם לאקאלן היסטורי'

געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2019 9:21 am
דורך אדער יא
נאמבער צו דינגן א דירה פאר דעם שבת?

געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2019 9:24 am
דורך מצה בעקערי
אדער יא האט געשריבן:נאמבער צו דינגן א דירה פאר דעם שבת?

2 בעדרום 718-208-8677

געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2019 9:26 am
דורך אדער יא
ייש"כ

געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2019 3:28 pm
דורך פרנס היום
מצה בעקערי האט געשריבן:
פאלקס קיך האט געשריבן:די היימישע תושבים האבן נישט א גוטע 250 וואוטס? מיט וואוטס קומט מען אן

רוב היימישער עולם אין אפסטעיט זענען רעגיסטרירט אלס רעפאבליקאנער ........
נאר לעצטענס האט מען אנגעהויבן צי רעגעסטרירן אלס דעמאקראטישע אז עס זאל זיין איווען ווען עס איז נוגע וואס כהיום האלט עס בערך 70 דעמ. אין ארום 300 רעפ.
אין ב"ה עס האט זיך אויסגעצאלט די איבערמידליכע האראוואניע פון די עסקנים אז 99% דעמאקראטן זענען ארויסגעקומען שטימען .
ווי מען קען עס זעהן קליפ קלאר אז די דיסטריקט פון די יודן )11( איז געווען די מערסטע שטימען אויפאמאל

ED Brenda J. Giraldi - DEM Janet M. Lybolt - DEM Write-in
Town of Mamakating 1 LD 4 19 6 0
Town of Mamakating 2 LD 4 25 14 0
Town of Mamakating 3 LD 4 12 7 0
Town of Mamakating 4 LD 4 11 8 1
Town of Mamakating 5 LD 4 29 21 0
Town of Mamakating 6 LD 4 22 23 0
Town of Mamakating 7 LD 2 10 17 0
Town of Mamakating 8 LD 2 13 17 0
Town of Mamakating 9 LD 2 15 37 0
Town of Mamakating 10 LD 2 6 8 0
Town of Mamakating 11 LD 4 6 58 0
Town of Mamakating 12 LD 4 10 12 0
Total 178 228 1

ני אויב אזוי לוינט נישט צו טוישען יעדעם פאר דעמאקראטען?

געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2019 3:30 pm
דורך פרנס היום
בר דעת האט געשריבן:
יונה האט געשריבן:ב"ה דער אינדארסירטער קאנדידאט האט געווינן די דעמאקראטישע פריימערי וואלן מיט 50 שטימען.

אויב מעג מען פרעגן, האט די געווינער אדער גאר ביידע קאנדידאטן געזוכט די שטיצע פון די היימישע אידן? זענען די אידן געווען א אישו ביי די פארמעסט?

מען ברויך נישט ווארטען ווען די קאנדידאטן זיכן , אדער ווארטען אויף א אישו ,אז מען ווייסט אז סאיז דא א בלאק וואוט ,וועלן זיי מיט די צייט זיך קומען בעטען

עיין ערך קרית יואל , זיי זענען אייביג אן טאפ מיט וואוטס נישט נאר ווען עס איז דא א אישו

געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2019 5:50 pm
דורך בר דעת
נישט געזאגט אז מען דארף ווארטן אז זיי זאלן בעטן די אידישע וואוטס, נאר געוואלט וויסן ווי די מצב האלט יעצט ביי די טאון, אויב זיי זעהן שוין אז מען דארף אנקומען צו די אידישע שטימען.
יישר כוח מצה בעקערי פארן אזוי קלאר מסביר זיין ווי מצב האלט טאקע.

געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2019 5:57 pm
דורך יונה
בר דעת האט געשריבן:נישט געזאגט אז מען דארף ווארטן אז זיי זאלן בעטן די אידישע וואוטס, נאר געוואלט וויסן ווי די מצב האלט יעצט ביי די טאון, אויב זיי זעהן שוין אז מען דארף אנקומען צו די אידישע שטימען.
יישר כוח מצה בעקערי פארן אזוי קלאר מסביר זיין ווי מצב האלט טאקע.

די קאנדידאט איז געקומען קיין קרית יטב לב פאריגע וואך און געזיצן מיט א גרופע היימישע יונגעלייט ווי זי האט שטאַרק געבעטן מיר זאלן שטארק פרובירן אונזערע מענטשן זאלן איר שטיצן, זי האט שטארק ארויסגעברענגט ווי שטארק יעדע שטימע ציילט און ווי וויכטיג אונזערע שטימען זענען.

אגב כאטש נעכטן האט אויסגעקוקט ווי די פרידליכע קאנדידאט האט גרינג געווינען מיט 50 שטימען, האט זיך היינט ארויסגעשטעלט אז ס'איז דא 70 עבסענטי בעלאטס וואס וועט הערשט געציילט ווערן מארגן, דאס מיינט אז איר געווינס איז נישט אזוי זיכער.

געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2019 6:06 pm
דורך בר דעת
70 עבסענטי? דאס איז זייער א גרויסע נאמבער קעגן די קנאפע 400 שטימען.

געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2019 8:25 pm
דורך פרנס היום
יונה האט געשריבן:
בר דעת האט געשריבן:נישט געזאגט אז מען דארף ווארטן אז זיי זאלן בעטן די אידישע וואוטס, נאר געוואלט וויסן ווי די מצב האלט יעצט ביי די טאון, אויב זיי זעהן שוין אז מען דארף אנקומען צו די אידישע שטימען.
יישר כוח מצה בעקערי פארן אזוי קלאר מסביר זיין ווי מצב האלט טאקע.

די קאנדידאט איז געקומען קיין קרית יטב לב פאריגע וואך און געזיצן מיט א גרופע היימישע יונגעלייט ווי זי האט שטאַרק געבעטן מיר זאלן שטארק פרובירן אונזערע מענטשן זאלן איר שטיצן, זי האט שטארק ארויסגעברענגט ווי שטארק יעדע שטימע ציילט און ווי וויכטיג אונזערע שטימען זענען.

אגב כאטש נעכטן האט אויסגעקוקט ווי די פרידליכע קאנדידאט האט גרינג געווינען מיט 50 שטימען, האט זיך היינט ארויסגעשטעלט אז ס'איז דא 70 עבסענטי בעלאטס וואס וועט הערשט געציילט ווערן מארגן, דאס מיינט אז איר געווינס איז נישט אזוי זיכער.

אוי וויי
פארוואס זאל מען נישט יעדעם הייסן טוישן אלס דעמאקראט ? אזוי אז מען זאל האבן א בלאק וואוט פון בערך 300 היימישע וואוטערס?

געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2019 8:40 pm
דורך יעקב פריינד
פרנס היום האט געשריבן:

דו האסט לכאורה פארגעסן אז אונז דארף מיר קענען אויך וואטן ביי די רעפאבליקאנע פריימעריס ממילא פרובירט מען עס זאל זיין איווען מיט די וואטערס סא יעדער נייער תושב וואס קומט יעצט אין שטאט רעגיסטרירט מען אים אלס דעמאקראט - רעפאבליקאנע האט מען אויפדערווייל גענוג -