קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
הויעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » דינסטאג מארטש 19, 2019 8:45 am

lebediger berel האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
פרנס היום האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:עני פיוטשער פלענס
ביטע אפדעיטן
הכו"ח. זיידי

מיט וועלכע חלק ?

ער מיינט מסתמא ווען די קריטיקירער פלאנען צוריקצוקומען...

פשוט, האט מען מצליח געווען צו שאפן דאס געלט צו שטעלן די מוסדותאויף די פיס מהיום והלאה
אויך אויב מ'האט שוין פארמירט עפעס א מהלך ס'זאל זיין א דבר של קיימא וואס מ'האט געזאגט אז ס'גייט זיין
"און איך גלייב אז עס קען זיין אויב מ'וועט טון צו די זאך"
און כדי שלא להוציא הנייר חלק הייב איך אן מיט הצעות וואס כ'גלייב סאיז סייווי דא
אז מ'דארף אנהייבן צו שטעלן הכנסות פאר די מוסד, למשל א קנאקעדיגע האטעל קען זיין א זאך, אפילו א מצה בעקערי, וכו' וכו'
Working האט געשריבן:זעה איך אז מען עפענט א מצה בעקערי אין שטאט.

Hrh"g R' Yoel Gold Shlita - Moitz, was now by Rabbiny Shlita L'vurach V'Lhisburach in preparation of the opening of the new Matzah Bakery.

האבן זיי גענומען די עצה פון די לעבעדיגע זיידי
ווען איר ליינט מיין תגובות בנוגע מדינת ישראל זאל איר וויסען איך בין מוחה אויף די התגרות באומות

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3478
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג מארטש 19, 2019 9:13 am

הויעך האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
פרנס היום האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:עני פיוטשער פלענס
ביטע אפדעיטן
הכו"ח. זיידי

מיט וועלכע חלק ?

ער מיינט מסתמא ווען די קריטיקירער פלאנען צוריקצוקומען...

פשוט, האט מען מצליח געווען צו שאפן דאס געלט צו שטעלן די מוסדותאויף די פיס מהיום והלאה
אויך אויב מ'האט שוין פארמירט עפעס א מהלך ס'זאל זיין א דבר של קיימא וואס מ'האט געזאגט אז ס'גייט זיין
"און איך גלייב אז עס קען זיין אויב מ'וועט טון צו די זאך"
און כדי שלא להוציא הנייר חלק הייב איך אן מיט הצעות וואס כ'גלייב סאיז סייווי דא
אז מ'דארף אנהייבן צו שטעלן הכנסות פאר די מוסד, למשל א קנאקעדיגע האטעל קען זיין א זאך, אפילו א מצה בעקערי, וכו' וכו'
Working האט געשריבן:זעה איך אז מען עפענט א מצה בעקערי אין שטאט.

Hrh"g R' Yoel Gold Shlita - Moitz, was now by Rabbiny Shlita L'vurach V'Lhisburach in preparation of the opening of the new Matzah Bakery.

האבן זיי גענומען די עצה פון די לעבעדיגע זיידי

שכח, וועסט זען זיי גייען נעמען מיין אנדערע עצה אויך! און איך זאג שוין אויך א אשת חיל און אפשר א כלליות'דיגע ערהוילונגס היים כמו שהי' בסיגעיט אבער א פראפיט פאר די מוסדות הקדושים,
אז מ'לעבט דערלעבט מען

יונה
שר האלף
תגובות: 1713
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » דינסטאג מארטש 19, 2019 9:38 am

איר מאכט מסתמא א ווערטל, ריכטיג? עס בויט זיך נישט קיין בעקעריי איבערנאכט.. מיין ידיד ר' בענאק האט שוין געשריבן עטליכע חדשים צוריק* אז די פלענער האלטן שוין אין ערענסטע פאזעס, עטליכע וואכן צוריק האביך געהערט אז דער אויווען איז שוין דא.

חוץ פון דעם איז דאָס א פריוואטע אינטערנעמונג לטובת די חשובע תושבים גארנישט מיט קיין פראפיטן אדער מיט די מוסדות, עכ''פ לעת עתה.

*
viewtopic.php?f=98&t=20605&p=1826342#p1826342

נישטאמת
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

תגובהדורך נישטאמת » דינסטאג מארטש 19, 2019 9:44 am

הלשון האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:רעדןדיג נעכטן מיט א מיטארבערן מיינער זאגט ער מיר, אז ער וואוינט\שיקט זיינע קינדער צו א מוסד און פסעיג נ"דז אין ער צאלט שכר לימוד מער ווי 600 דאלער א חודש פער קינד. לכאורה איז די איינציגסטע סעלאשין צו שטעלן די מוסדות אויפן פיס.

בעטן געפעפערטע שכר לימוד פרייזן איז בלויז איין זייט פון די מטבע

ביטע פרעג אויך דיין מיטארבייטער, וויפיל דער מלמד/טיטשער/פרינסיפעל/סעקרעטאר וכו' באקומט באצאלט

(דאס איז חוץ וואס די גאנצע מהלך החיים איז אנדערש. א גרויס טייל זענען שטודירט און האבן מער אפיציעלע פאזיציעס מיט העכערע פארדינסטן (דאקטוירים, לויערס אד"ג). ביידע ראשי המשפחה האבן געווענליך א קאר - ווייל ביידע גייען אינדערפרי צום דזשאב. ועוד ועוד).

זע איך בכלל נישט וואס די האסט דא געענפערט. אויב ווילסטו פירן א מוסד אן דארפן יעדע האלבע יאר סטאפן צו צאלן וועידזשס אין מאכן עמערדזשעסי קאמפייןס איז בעטן 600 טאלער שכר לימוד די איינציגסטע אפשין.

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2990
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » דינסטאג מארטש 19, 2019 10:17 am

איך האב בכלל נישט אריינגערעדט אין דעם נושא

זיך נאר באצויגן צו דיין פארגלייכן צו א מוסד אין פעסעעיק ניו דזשערסי - אויב פארגלייכן דארף עס זיין נישט נאר מיט די שכר לימוד פרייזן
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

מצה בעקערי
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 4:10 pm

כולל אברכים קאמפיין

תגובהדורך מצה בעקערי » דינסטאג מארטש 19, 2019 10:32 am

זייט אליינס מנדב למען קיום כוללנו הק' און שיקט עס וויטער צו אייערע באקאנטע, תזכו למצוות
כולל קאמפיין.jpg
כולל קאמפיין.jpg (234.2 KiB) געזעהן 2118 מאל

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3478
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג מארטש 19, 2019 10:33 am

יונה האט געשריבן:איר מאכט מסתמא א ווערטל, ריכטיג? עס בויט זיך נישט קיין בעקעריי איבערנאכט.. מיין ידיד ר' בענאק האט שוין געשריבן עטליכע חדשים צוריק* אז די פלענער האלטן שוין אין ערענסטע פאזעס, עטליכע וואכן צוריק האביך געהערט אז דער אויווען איז שוין דא.

חוץ פון דעם איז דאָס א פריוואטע אינטערנעמונג לטובת די חשובע תושבים גארנישט מיט קיין פראפיטן אדער מיט די מוסדות, עכ''פ לעת עתה.

*
viewtopic.php?f=98&t=20605&p=1826342#p1826342

וואס ס'איז לטובת די תושבים איז אויטאמאטיש א פראפיט פאר די מוסדות
בערעלע פראטאקאלירט אבער, אז מ'דארף נעמען די מעין אינדוסטריס און עכ"פ לעת עתה עס אויסשטעלן צו פראפיטירן די מוסדות, חוץ אז די מוסדות האבן א אנדערע פלאן וואס כ'קען נישט פאהרזען!
אז מ'לעבט דערלעבט מען

מצה בעקערי
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 4:10 pm

תגובהדורך מצה בעקערי » דינסטאג מארטש 19, 2019 10:33 am

מצה בעקערי האט געשריבן:זייט אליינס מנדב למען קיום כוללנו הק' און שיקט עס וויטער צו אייערע באקאנטע, תזכו למצוות
כולל קאמפיין.jpg

https://thechesedfund.com/cause/-8711

יונה
שר האלף
תגובות: 1713
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » דינסטאג מארטש 19, 2019 10:38 am

וואס ס'איז לטובת די תושבים איז אויטאמאטיש א פראפיט פאר די מוסדות
בערעלע פראטאקאלירט אבער, אז מ'דארף נעמען די מעין אינדוסטריס און עכ"פ לעת עתה עס אויסשטעלן צו פראפיטירן די מוסדות, חוץ אז די מוסדות האבן א אנדערע פלאן וואס כ'קען נישט פאהרזען!

קרית יטב לב איז אין די פאראייניגטע שטאטן נישט אין רוסנלאנד... דא 'נעמט' מען נישט קיין אינדעסטריס פאר די רעגירונג, יעדער יחיד האט די פילע רעכט צו מאכן וועלכע ביזנעס ער וויל, כל זמן עס איז אין אנקלאנג מיט די תורה און דינא דמלכותא.

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3478
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג מארטש 19, 2019 10:55 am

יונה האט געשריבן:
וואס ס'איז לטובת די תושבים איז אויטאמאטיש א פראפיט פאר די מוסדות
בערעלע פראטאקאלירט אבער, אז מ'דארף נעמען די מעין אינדוסטריס און עכ"פ לעת עתה עס אויסשטעלן צו פראפיטירן די מוסדות, חוץ אז די מוסדות האבן א אנדערע פלאן וואס כ'קען נישט פאהרזען!

קרית יטב לב איז אין די פאראייניגטע שטאטן נישט אין רוסנלאנד... דא 'נעמט' מען נישט קיין אינדעסטריס פאר די רעגירונג, יעדער יחיד האט די פילע רעכט צו מאכן וועלכע ביזנעס ער וויל, כל זמן עס איז אין אנקלאנג מיט די תורה און דינא דמלכותא.

אודאי, כ'רעד נאר כדוגמת בוטשער סטאר חתונה זאלן ועוד, וואס מ'האט אזוי "אויסגעשטעלט"
איר ווייסט דאך אז איך בין א שטרענער קאפיטאליסט, נאר דא איז אביסל א אויסנאם פאל ווי די רעגירונג (פאראייניגטע שטאטן וואס איר פארופט זיך) האט זיך ליידער אויפגעפירט ערגער ווי אין רוסלאנד. על כן דארף מען אביסל מער זוכן צו שטעלן יסודות פאר די מוסדות וואס ארגינעל וואלטן עס ווען די דעוועלאפערס געדארפט טון.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2352
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » דינסטאג מארטש 19, 2019 11:07 am

איך זעה אן אנהייב אויפן וועג ווייטער ארויף פארן שטעטל מיט די מוסדות קאמפיין.

יעדע מוסות ברויך און וועט אייביג ברויכן צוקומען צו שטיצע פון אחינו בני ישראל, און 'יא' די מוסודות ''וועט זיך אי''ה אנלייגען אויף אחינו בני ישראל און ברוקלין יאהר יערליך'' ביז די שטעטל וועט פארמאגען אייגענע עשירים.

די גרעסטע זאך וואס די שטעטל האט געפעלט ביז יעצט איז א טאטע, די שטעטל ברויך א לידער וואס זאל זיך שטעלן און די לענג און די ברייט פאר די הצלחה פונעם שטעטל. דאס איז אזאך וואס יעדער וואס איז אינטערסירט זיך ארויס צוציען צו א נייע פלאץ קוקט ארויס דערויף.

יעצט אז מהרי''י האט גענומען די זאך פערזענליך איז דאס א מורא'דיגע שטופ ארויף פאר די פלאץ.

סיי צוקניפענדיגע תושבים וועלן גרינגער מאכען דאס באשלוס ארויס צו מופען
סיי עשירים וועלן גרינגער תורם זיין גרעסערע סכימים
סיי אז די דיוועלאפער וועלן פילן אשטערקערע שותפות

ונזכה...

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3478
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג מארטש 19, 2019 11:18 am

משה יענקל האט געשריבן:איך זעה אן אנהייב אויפן וועג ווייטער ארויף פארן שטעטל מיט די מוסדות קאמפיין.

יעדע מוסות ברויך און וועט אייביג ברויכן צוקומען צו שטיצע פון אחינו בני ישראל, און 'יא' די מוסודות ''וועט זיך אי''ה אנלייגען אויף אחינו בני ישראל און ברוקלין יאהר יערליך'' ביז די שטעטל וועט פארמאגען אייגענע עשירים.

די גרעסטע זאך וואס די שטעטל האט געפעלט ביז יעצט איז א טאטע, די שטעטל ברויך א לידער וואס זאל זיך שטעלן און די לענג און די ברייט פאר די הצלחה פונעם שטעטל. דאס איז אזאך וואס יעדער וואס איז אינטערסירט זיך ארויס צוציען צו א נייע פלאץ קוקט ארויס דערויף.

יעצט אז מהרי''י האט גענומען די זאך פערזענליך איז דאס א מורא'דיגע שטופ ארויף פאר די פלאץ.

סיי צוקניפענדיגע תושבים וועלן גרינגער מאכען דאס באשלוס ארויס צו מופען
סיי עשירים וועלן גרינגער תורם זיין גרעסערע סכימים
סיי אז די דיוועלאפער וועלן פילן אשטערקערע שותפות

ונזכה...

אגרי, כ'האב עס געשריבן אויבן אפשר אין אנדערע ווערטער, מ'טאר אבער נישט אפלאזן די לייצעס נאר מ'דארף גליען די רעדער ווילאנג דער אייזן איז נאך הייס, יעצט איז די צייט צו טון!
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2352
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » דינסטאג מארטש 19, 2019 2:31 pm

גערעכט גערעכט

אבער דאס אז סאטמאר קומט אריין שטארק און נעמט אחריות דאס איז א געוואלדיגע שטופ

טאטע זיי מיר מוחל
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 20, 2018 3:17 pm

יעצט געטראפן

תגובהדורך טאטע זיי מיר מוחל » דינסטאג מארטש 19, 2019 2:46 pm

די ניק איז איבערגעשטרענגט. דעריבער קען מען איצטערט נישט שרייבן. ביטע פראביר אביסל שפעטער. אנטשולדיג.

בעל הנס
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:21 pm

תגובהדורך בעל הנס » מיטוואך מארטש 20, 2019 3:34 pm

וואס זענען די רעזולטאטן פון די נעכטיגע וואלן?

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2069
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מיטוואך מארטש 20, 2019 6:02 pm

בעל הנס האט געשריבן:וואס זענען די רעזולטאטן פון די נעכטיגע וואלן?

קול מבשר מעלדט אז ס'געווען א זיג פאר די קהילות און עסקנים אינדארסירטע קאנדידאטן.
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

יונה
שר האלף
תגובות: 1713
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » מיטוואך מארטש 20, 2019 6:12 pm

בעל הנס האט געשריבן:וואס זענען די רעזולטאטן פון די נעכטיגע וואלן?

דער לאנגיעריגע טראסטי ר' אהרן הערש ראבינער האט געווינן מיט 101 וואוטס, אינו דומא מאה למאה ואחד... עס איז נישט געלאפן קיין קעגענער און קיינער האט נישט אריינגעשריבן אנדערע נעמען (ווי עס איז געווען פאריגע פאר מאל) די בלומינגבורגע עסקנים באדאנקן זיך פאר די אלע וואס האבן גענומען די פאר מינוט און ארויסגעקומען שטימען. כאָטש דאָס מאָל איז טאַקע נישט געווען גארנישט קיין רייט-אינס, מיינט עס נישט אז ס'וועט נישט זיין דאס קומענדיגע מאל.

יונה
שר האלף
תגובות: 1713
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » מיטוואך מארטש 20, 2019 7:18 pm

פילע אידן מאנ''ש וועלן פערזענליך איבערגעבן נדבת לבם ביום הפורים הבעל''ט צו שטיצן און ארויסהעלפן דעם רבינ'ס (סאטמאר מהרי"י שליט''א) מוסדות אין קרית יטב לב.
צוגעלייגטע
IMG_20190320_191549.jpg
IMG_20190320_191549.jpg (77.19 KiB) געזעהן 1419 מאל

אוועטאר
קונדיטון
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2016 1:49 pm

תגובהדורך קונדיטון » דינסטאג מארטש 26, 2019 7:04 am

באאיינפלוסט פונעם לעצטיגן אויפוואכונג ארום קי״ל בלומינגבורג, האב איך לעצטענס געמאכט אסאך ריסערטש אויף די שטעטל און אפי׳ אנגענומען אן איינליידענוג פון א ידיד מיינער און פארברענגט אן איינגענעמער שבת דארטן. איך וועל פראבירן איבערצוגעבן אביסל פון מיינע געפונסן.

איך שטעל זיך פאר אז איך וועל שרייבן אסאך זאכן וואס איז בכלל נישט קיין נייעס פאר די ליינער, אבער פאר מיר איז דאס יא געווען אינטרעסאנט, בעט איך מחילה למפרע, אויב סאיז אייך נישט אינטרעסאנט זייט מוחל גייט צום נעקסטן תגובה.

איז אזוי.
דער שטעטל פארמאגט בערך 150–140 איינוואוינער קע״ה, (א גרויסע רוב זענען נישט אין די נייע דעוועלאפמענט) יעדער האט אן אנדערע מעשה וויאזוי ער איז אנגעקומען, טייל האבן באקומען סעקשן 8, טייל האבן געקויפט און אפי׳ וואס זענען געקומען פאר רענט נאר זיי גלייכן די אפסטעיט רואיגקייט און עפארדעביליטי.

די וואס וואוינען אין די נייע דעוועלאפמענט זענען ע״פ רוב גרעסערע פאמיליעס וואס דארפן די גרויסע דירות, און די דרויסענדע זענען די מערהייט קלענערע פאמיליעס.

דער שטעטל איז ווי באקאנט אויסגעשטאטעט מיט די וויכטיגע עמענעטיס צו וואס מדארף ציקומען אפט, ווי למשל עטליכע בתי מדרשים, מקוואות, גראסערי, פיש געשעפט, יעצט א נייע הארדווער געשעפט און דאקטער. פאר איבריגע זאכן דארף מען פארן קיין מידעלטאון וואס איז 10 מינוט, אדער קיין ק״י וואס נעמט א האלבע שעה. סאיז מיר געווען אינטרעסאנט, אז די אלע זאכן וואס זענען יא צוגעשטעלט זענען צוגעשטעלט זייער אפ טו דעיט, נישט ווי איך האב ערווארטעט פון א דארף.

די איינוואוינער זענען פון אלע סארטן, כולל אינגעלייט, ארבייטער, בעלי בתים און סתם ליידיגייערס. הויכע, פלאכע, שטאפענע היטן, שיינע און אנדערע קוטשמעס. שווארצע גלעזער, סטיילישע, שווארצע זאקן, דזעקעקטס, לעצט סטיילישע סוטס, און שיפע טאשן. זייער דיווערסיפייד.

די דירות אינדרויסן פונעם דיוועלאפמענט זענען וויאויבן דערמאנט קלענערע און אלטע דירות, א גרויסע טייל פון די וואס זענען געקומען פארן 8טער וואוינען דארט. אסאך פון זיי וואלטן קאנסידערט צו בלייבן ווערן די דירות זאכן ווען זיין צוגעראכן ווי עס באדארף צו זיין.

די דעוועלאפמענט. שיינע ריזיגע דירות, בין פערזענדליך זייער נתפעל געווארן. כ’האב זיך געראכטן אויף גרעסערע גראונדס ארום די דירות, אבער ס’איז נאך אלס זייער גוט געבעלענסד די פרייוועסי ווס. די קאמיוניטי, דהיינו מען וואוינט זייער צוזאמען, אבער פון די אנדערע זייט האט יעדער זיין אייגענע ד׳ אמות וואס באלאנגט אויסשליסליך נאר פאר אים. מען האט מיר אויפגעמערקט אז די קאך אין דיינינג רום האבן נישט קיין פענסטער צום פארנט, זייער פראקטיש ווען מען איז אויסגעשטעלט צו יענטע שכנים.

עס זענען דא אפאר זאכן וואס פעלט צום שלימות, וואו למשל צוויי שלאף שטיבער האבן נישט קיין קלאזעטס, א פאדער צימער ווען מקומט אריין און די דירה, א פלעי רום אויף די ערשטע שטאק, די ערשטע פאזא פעלן ספאט לייטס אונעם דיינינג רום. אבער איך הער אז פאר עטליכע אלפים האבן א שיינע פאר איינוואוינער דאס אלעס פאראכטן.

איין זאך וואס זיי טוען זייער באדוירן, דאס זענען די נידריגע בעיסמענטס, הגם מניצט דאס און גרויסן פאר סטארעדש.

ע״פ רוב די איינוואוינער זענען זייער צופרידן, זיי האבן שטארק הנאה וואס די געלט האט זיי געגעבן.

די דירות זענען צפעציעל געאייגנט פאר גרעסערע משפחות, אדער פאר די וואס זיכן א שטארקע ברייטקייט, און וואס פארדינען גענוג אויף צו קענען אויסהאלטן אזא דירה. אן ארעמאן וואס זיכט עפעס א מציאה דארף ארויסגיין זיכן אין די ארומיגע עלטערע הייזער.

פארזעצונג בעזהש״י

פליז דיסריגארד עני טייפאס.

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 801
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » דינסטאג מארטש 26, 2019 8:20 am

יישר כח

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2990
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » דינסטאג מארטש 26, 2019 8:53 am

קונדיטון האט געשריבן:מען האט מיר אויפגעמערקט אז די קאך אין דיינינג רום האבן נישט קיין פענסטער צום פארנט, זייער פראקטיש ווען מען איז אויסגעשטעלט צו יענטע שכנים.

האמיר הנאה צו הערן... א שטארקע אויפטוה

ווען איך האב באטראכט דעם געגענט פון אינדרויסן, האבן די הייזער געמאכט א רושם, ווי מען וואוינט זייער צעקוועטשט, איינער אריין אינעם צווייטענס נאז
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
קונדיטון
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2016 1:49 pm

תגובהדורך קונדיטון » דינסטאג מארטש 26, 2019 10:04 am

הלשון האט געשריבן:
קונדיטון האט געשריבן:מען האט מיר אויפגעמערקט אז די קאך אין דיינינג רום האבן נישט קיין פענסטער צום פארנט, זייער פראקטיש ווען מען איז אויסגעשטעלט צו יענטע שכנים.

האמיר הנאה צו הערן... א שטארקע אויפטוה

ווען איך האב באטראכט דעם געגענט פון אינדרויסן, האבן די הייזער געמאכט א רושם, ווי מען וואוינט זייער צעקוועטשט, איינער אריין אינעם צווייטענס נאז

ריכטיג, אבער (לויט מיין אינפארמציע) שפירן די איינוואוינער נישט אזוי. דער איינצוגער פאל ווי יא איז די בעק פארטשעס, ווי טייל וואס שטערט זיי האבן איבער געמאכט די געיט אדער געטון אנדערע פעולות צו באשוצן די פריוואטקייט.
אגב ס׳איז דא א חילוק צווישן די ערשטע און צווייטע פאזע, וואו ס׳איז שטארק פארבעסערט געווארן.

יונה
שר האלף
תגובות: 1713
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » דינסטאג מארטש 26, 2019 10:23 am

יישר כח קונדינדן זייער שיין אראפגעשריבן.. עס איז אלץ אינטערסאנט צו הערן וויאזוי א גאסט זעהט זאכן, אפט זעהט א באזוכער זאכן וואס איינוואוינער באמערקן נישט, ווי די וועלט זאגט "א גאסט אויף א ווייל זעהט א מייל"...

דאס וואס די שרייבסט וועגן די דירות אינדערויסן עס איז באמת א פראבלעם, סיי עס איז נישט דא גענוג לויטן געברויך און סיי א גרויס טייל דערפון זענען זייער אלט 80-90 יעריגע דירות. ב"ה עז ווי ספיק איז דא צוויי אפליקאציע'ס בעפאר דעם זאניג באורד צו בויען קלענערע דירות אויף מעין סטריט, און נאך צוויי אנדערע האלטן טיפ אינמיטן די פלאנירונגן שטאפל. איינס פון די ערשטע זאכן וואס דיוועלאפערס דארפן טון בעפאר מען קען באקומען ערלויבניש צו בויען איז באווייזן אז מען האט גענוג וואסער פארן געברויך פון די דירות, ווילאנג די וועטער איז אונטער אדער ארום דעם פרירונג-פונקט קען מען נישט דורכפירן די נויטיגע טעסטן ווייל דאס וואסער אין די כלים העלן פארפרוירן ווערן.. עס איז צום האפן אז יעצט ווען די וועטער ווערט אביסל ווארעמער זאלן די פרוייקטן זיך קענען ריקן פאראויס בעז"ה מיט שנעלע טריט.

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2352
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » דינסטאג מארטש 26, 2019 10:33 am

זייער שיין געשריבן
די ספאט לייטס איז סיי און פאזע איינס און סיי און פאזע צוויי נאר דא פיר ספאט לייטס, און א דיינונג רום פון ארום 400 סקווער פוס איז עס ווייט פון גענוג, פאר ארום זעקס זיבען הונדרעט טאלער קען מען צוללייגען נאך,
די זעלבע איז און די קיטשען איז אויך נישט גענוג לעכטוג און פאר אפאר הונדרעדט טאלער קען מען עס מסדר זיין.

ריגארדונג די פאדער צימער, איז א בראך ווייל דאס קאסט שוין יא אפאר אלפים צו מאכען אויף די ריכטיגע וועג,
די בעיסמענט ווען עס וואלט געווען אפאר פיס העכער וואלט אויך נישט געשאט

באט פאר די פרייז וואס מען צאלט איז דאס נאך אלס א מציאה רבה

יונה
שר האלף
תגובות: 1713
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » דינסטאג מארטש 26, 2019 10:38 am

משה יענקל האט געשריבן:ריגארדונג די פאדער צימער, איז א בראך ווייל דאס קאסט שוין יא אפאר אלפים צו מאכען אויף די ריכטיגע וועג,

טא בי פעיר.. דעס איז געמאכט אזוי ביי דיזיין, אמת אז אסאך מענטשן גלייכן עס נישט אזוי און לייגן זיך עס צו אליינס. באט דאס איז אזוי געמאכט בכוונה תחילה, אסאך אנדערע היימישע דעוועלאפמענט בויט מען אזוי.
די זעלבע איז אמת מיט די קאך און דיינוג-רום, עס איז דא וואס גלייכן צו האבן אביסל טירן, דאס איז אבער געבויט מיט די אפען-ספעיס דיזיין.

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט