קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

קאמפיין אין "קרית יטב לב" גופא

תגובהדורך בענאק » דינסטאג מארטש 12, 2019 11:32 am

אין שטעטל אליינס, לעבט אויך דער קאמפיין אויף אלע באקן
אלע ווענט אין די בתי מדרשים זענען באהאנגן מיט די פייערדיגע צעטלעך
0311191009.jpg
0311191009.jpg (242.36 KiB) געזעהן 4504 מאל

0311191014.jpg
0311191014.jpg (343.48 KiB) געזעהן 4504 מאל


די מקוה מאשין האט באקומען די אפציע פון "פקודת הקודש $100"
0312190930.jpg
0312190930.jpg (531.11 KiB) געזעהן 4504 מאל

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג מארטש 12, 2019 12:49 pm

צל עובר האט געשריבן:דער זיידע וויל פארשטיי איך שטעלן אין פלאץ די אידן וואס פרעגן דא די אלע אויסגעקנעטענע טראל שאלות.

@בענאק, ישר כח פארן ברענגן דעם לשון, זייער שטארקע דיבורים.


איך וויל פשוט מחזק זיין די זאך און געבן קרעדיט ווי קרעדיט איז DUE.

און איך האלט גראדע אז מען דארף נישט באלמוטשען אזוי שטארק די תושבים / נחשונים
די כל התחלות קשות און חבלי לידה איז גענוג א שווערע זאך.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

גליטשעדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

תגובהדורך גליטשעדיג » דינסטאג מארטש 12, 2019 4:28 pm

זיך משתתף געווען מיט 100$

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

עני אפדעיט

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 9:19 pm

עני פיוטשער פלענס
ביטע אפדעיטן
הכו"ח. זיידי
אז מ'לעבט דערלעבט מען

פרנס היום
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 10:12 pm

lebediger berel האט געשריבן:עני פיוטשער פלענס
ביטע אפדעיטן
הכו"ח. זיידי

מיט וועלכע חלק ?

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2803
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 10:43 pm

פרנס היום האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:עני פיוטשער פלענס
ביטע אפדעיטן
הכו"ח. זיידי

מיט וועלכע חלק ?

ער מיינט מסתמא ווען די קריטיקירער פלאנען צוריקצוקומען...
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

אוועטאר
קאץ און מויז
שר חמש מאות
תגובות: 906
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » פרייטאג מארטש 15, 2019 2:52 am

קע"ה כן ירבו
צוגעלייגטע
IMG_20190315_025004.jpg
IMG_20190315_025004.jpg (59.31 KiB) געזעהן 2515 מאל

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג מארטש 15, 2019 9:33 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
פרנס היום האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:עני פיוטשער פלענס
ביטע אפדעיטן
הכו"ח. זיידי

מיט וועלכע חלק ?

ער מיינט מסתמא ווען די קריטיקירער פלאנען צוריקצוקומען...

פשוט, האט מען מצליח געווען צו שאפן דאס געלט צו שטעלן די מוסדותאויף די פיס מהיום והלאה
אויך אויב מ'האט שוין פארמירט עפעס א מהלך ס'זאל זיין א דבר של קיימא וואס מ'האט געזאגט אז ס'גייט זיין
"און איך גלייב אז עס קען זיין אויב מ'וועט טון צו די זאך"
און כדי שלא להוציא הנייר חלק הייב איך אן מיט הצעות וואס כ'גלייב סאיז סייווי דא
אז מ'דארף אנהייבן צו שטעלן הכנסות פאר די מוסד, למשל א קנאקעדיגע האטעל קען זיין א זאך, אפילו א מצה בעקערי, וכו' וכו'
אז מ'לעבט דערלעבט מען

הויעך
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » פרייטאג מארטש 15, 2019 10:35 am

א מצה בעקערי זעה איך נישט וויאזוי סקען אריינברענגען געלט ווען סאיז דא אין קרית יואל, אבער א האטעל קען זיין א מאסיווע איידיע אז די מוסדות זאל האבן אפאר הייזער צו פארדינגען אויף וויקענדס א מאטעל סטייל.
ווען איר ליינט מיין תגובות בנוגע מדינת ישראל זאל איר וויסען איך בין מוחה אויף די התגרות באומות

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2328
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » פרייטאג מארטש 15, 2019 11:04 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
פרנס היום האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:עני פיוטשער פלענס
ביטע אפדעיטן
הכו"ח. זיידי

מיט וועלכע חלק ?

ער מיינט מסתמא ווען די קריטיקירער פלאנען צוריקצוקומען...

ווען איך וואלט געהאט צייט וואלט איך אויסגעשמועסט די פארשידענע שאלות וואס מען האט נעכטען דא געפרעגט.
די גרעסטע פראבלעים און די אשכול איז אז עס איז דא פארשידענע ניקים וואס האלטן נישט אויס די סוקסעס חלק פונעם שטעטל און טאנצען דא אריין און פאטשקענען ארום. דערנאך מיז די הנהלה אראפנעמען אלעס אפילו תגובות וואס ווען זיי וואלטן געפרעגט געווארן נארמאל וואלט מען עס שיין אויסגעשמועסט.

די עולם דארף פארשטיין אז דאס איז א פאבלוק פארום וואס ווערט געליינט דורך צוקניפטיגע תושבים, אינוועסטירער, עסקנים, קהילה און נגידים. ארומפאטשקענען דא מיט אירעלליווענט שטיתים מאכט נאר פראבלעימען, אז האסט ווייטאג גיב עס אויס ערגעץ אנדערש און שטער נישט א שטעטל פון דיינע ברידער וואס בויעט זיך הערליך ברוך השם

א דאנק

נישטאמת
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

תגובהדורך נישטאמת » פרייטאג מארטש 15, 2019 11:23 am

lebediger berel האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
פרנס היום האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:עני פיוטשער פלענס
ביטע אפדעיטן
הכו"ח. זיידי

מיט וועלכע חלק ?

ער מיינט מסתמא ווען די קריטיקירער פלאנען צוריקצוקומען...

פשוט, האט מען מצליח געווען צו שאפן דאס געלט צו שטעלן די מוסדותאויף די פיס מהיום והלאה
אויך אויב מ'האט שוין פארמירט עפעס א מהלך ס'זאל זיין א דבר של קיימא וואס מ'האט געזאגט אז ס'גייט זיין
"און איך גלייב אז עס קען זיין אויב מ'וועט טון צו די זאך"
און כדי שלא להוציא הנייר חלק הייב איך אן מיט הצעות וואס כ'גלייב סאיז סייווי דא
אז מ'דארף אנהייבן צו שטעלן הכנסות פאר די מוסד, למשל א קנאקעדיגע האטעל קען זיין א זאך, אפילו א מצה בעקערי, וכו' וכו'


רעדןדיג נעכטן מיט א מיטארבערן מיינער זאגט ער מיר, אז ער וואוינט\שיקט זיינע קינדער צו א מוסד און פסעיג נ"דז אין ער צאלט שכר לימוד מער ווי 600 דאלער א חודש פער קינד. לכאורה איז די איינציגסטע סעלאשין צו שטעלן די מוסדות אויפן פיס.

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 575
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » פרייטאג מארטש 15, 2019 11:27 am

וויפיל קינדער האט ער? הא? צוויי אדער דריי?

מען קען נישט ברענגן קיין ראי' אויף די זאכן פון אנדערע סאסייעטיס.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

נישטאמת
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

תגובהדורך נישטאמת » פרייטאג מארטש 15, 2019 11:30 am

מאכט נישט אויס וויפעל קינדער ער האט. אויב ווילסטו האבן מוסדות אויף די פיס איז דעס די איינציגסטע אפשין!

בבל
שר האלף
תגובות: 1011
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » פרייטאג מארטש 15, 2019 11:30 am

אין אזאנע פלעצער ווי פאסעיק נוי דזשערזי, צאלט מען די פילע שכר לימוד קאסטן
די ביליגע ראטעס איז נאר ביי חסידישע קרייזן אין גאר נאנטע צי חסידישע קרייזן אביסל ווייטער צאלט מען טאַפּ פרייז

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » פרייטאג מארטש 15, 2019 12:54 pm

נישטאמת האט געשריבן:מאכט נישט אויס וויפעל קינדער ער האט. אויב ווילסטו האבן מוסדות אויף די פיס איז דעס די איינציגסטע אפשין!

נארישקייטן! קענסט בעטן וויפיל דו ווילסט, אויב דער ציבור האט נישט דאס געלט קען מען עס באקומען.
בעטן טייער קען אויפטון איין זאך, אז מען זאל גארנישט צאלן... דעריבער בעט מען פון יעדן א פרייז וואס ער קען זיך ערלויבן, און דאס האט מען טאקע פרובירט טון דאס יאר אנהייב יאר, מען איז געזיצן מיט יעדן און גענומען א סכום וואס מען וועט בעז"ה קענען צאלן יעדן חודש

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: ביים טאטן און וויינגארטן

תגובהדורך נעגלוואסער » פרייטאג מארטש 15, 2019 4:53 pm

בענאק האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:מאכט נישט אויס וויפעל קינדער ער האט. אויב ווילסטו האבן מוסדות אויף די פיס איז דעס די איינציגסטע אפשין!

נארישקייטן! קענסט בעטן וויפיל דו ווילסט, אויב דער ציבור האט נישט דאס געלט קען מען עס באקומען.
בעטן טייער קען אויפטון איין זאך, אז מען זאל גארנישט צאלן... דעריבער בעט מען פון יעדן א פרייז וואס ער קען זיך ערלויבן, און דאס האט מען טאקע פרובירט טון דאס יאר אנהייב יאר, מען איז געזיצן מיט יעדן און גענומען א סכום וואס מען וועט בעז"ה קענען צאלן יעדן חודש

האב איך געהערט אמאל איינעם זאגן
בעהט מיך ווי ווייניגער אזוי וועסטו ווייניגער דערלייגן
צו מאכן געלט דריקט דא
https://www.vitalcard.com/u/FEF
פאר קריטיק דריקט דא
http://c0026106.cdn1.cloudfiles.rackspa ... le-001.mp3

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2328
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

נייע הארדווער געשעפט

תגובהדורך משה יענקל » זונטאג מארטש 17, 2019 3:01 pm

א שטופ פאראויס און שטעטל!!

היינט זונטאג צו עפענט זיך אויף די נייע הארוועיר געשעפט אויף 54 מעין סטריט ( ממש בעפאר היקארי קאורט) די געשעפט ווערט געעפענט דורך ר' משה פריעד נ''י ( אנסטרומענט שפילער) די געשעפט איז פילשטענדיג פסח'דיג און איז ערווארטעט צו פארגרינגערען די בלומינגבורגע איינוואוינער אויף י ערב יו''ט סעזאן.

דרך אגב די געשעפט אייגענטומער איז א נעפיו פון די בארימטע האלאנדער הארדוועיר געשעפט און קרית יואל.

נאמען פון געשעפט FreedHome

פאר בילדער עמער צו ווארטן פאר יונה

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » זונטאג מארטש 17, 2019 4:10 pm

משה יענקל האט געשריבן:א שטופ פאראויס און שטעטל!!

היינט זונטאג צו עפענט זיך אויף די נייע הארוועיר געשעפט אויף 54 מעין סטריט ( ממש בעפאר היקארי קאורט) די געשעפט ווערט געעפענט דורך ר' משה פריעד נ''י ( אנסטרומענט שפילער) די געשעפט איז פילשטענדיג פסח'דיג און איז ערווארטעט צו פארגרינגערען די בלומינגבורגע איינוואוינער אויף י ערב יו''ט סעזאן.

דרך אגב די געשעפט אייגענטומער איז א נעפיו פון די בארימטע האלאנדער הארדוועיר געשעפט און קרית יואל.

נאמען פון געשעפט FreedHome

פאר בילדער עמער צו ווארטן פאר יונה


0317191406b.jpg
0317191406b.jpg (385.02 KiB) געזעהן 1178 מאל

0317191406.jpg
0317191406.jpg (345.75 KiB) געזעהן 1178 מאל

געהעריג מוזיק אין די גאס לכבוד די גרענד אפענינג, און לכבוד חודש אדר
0317191405.jpg
0317191405.jpg (388.14 KiB) געזעהן 1178 מאל

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » זונטאג מארטש 17, 2019 6:02 pm

נישטאמת האט געשריבן:רעדןדיג נעכטן מיט א מיטארבערן מיינער זאגט ער מיר, אז ער וואוינט\שיקט זיינע קינדער צו א מוסד און פסעיג נ"דז אין ער צאלט שכר לימוד מער ווי 600 דאלער א חודש פער קינד. לכאורה איז די איינציגסטע סעלאשין צו שטעלן די מוסדות אויפן פיס.

בעטן געפעפערטע שכר לימוד פרייזן איז בלויז איין זייט פון די מטבע

ביטע פרעג אויך דיין מיטארבייטער, וויפיל דער מלמד/טיטשער/פרינסיפעל/סעקרעטאר וכו' באקומט באצאלט

(דאס איז חוץ וואס די גאנצע מהלך החיים איז אנדערש. א גרויס טייל זענען שטודירט און האבן מער אפיציעלע פאזיציעס מיט העכערע פארדינסטן (דאקטוירים, לויערס אד"ג). ביידע ראשי המשפחה האבן געווענליך א קאר - ווייל ביידע גייען אינדערפרי צום דזשאב. ועוד ועוד).
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

יונה
שר האלף
תגובות: 1612
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » מאנטאג מארטש 18, 2019 12:55 am

דעם דינסטאג יום שנכפל בו כי טוב קומט פאר ווילידש וואלן ווי דער געטרייער היימישער טראסטי ר' אהרן הערש ראבינער טוט קאנדיטאטירן צום דריטן מאל צו פארטרעטן אלע תושבים פון די ווילידש אוו בלומינגבערג. ר' אהרן הערש איז נישט קיין פנים חדשות דאהי, שוין העכער פיר יאר וואס ער שטייט צום דינסט פונעם ציבור און פרובירט ארויסצוהעלפן מיט וואס נאר מעגליך בעניני הכלל והפרט.

בלויז דעם פארגאנגענע פרייטאג ווען די נייע הארדוועיר סטאר האט געברויכט באקומען דעם סי-או ערלויבעניש צו קענען עפענן דעם געשעפט, האט דער טראסטי ערלעדיגט אז דער אינספעקטאר זאל ספעציעל קומען צו פארן - כאטש ער ארבעט נישט געווענליך פרייטאג - און ארויסגעבן דעם סערטיפיקאט. דאס איז א קליינע משל וואס האט פאסירט ממש די וואך. בכלל לייגט ער אריין גרויסע כוחות אין ריזיגע פרוייקטן וואס כאטש עס וועט נאך נעמען א לאנגע צייט ביז דער עולם העט זעהן די רעזאלטאטן, למשל שוין עטליכע חדשים וואס ער לייגט אריין ארבעט צו ברענגן מאניסיפעל וואסער, דאס מיינט אז די ווילידש וועט צושטעלן וואסער פאר אלע איינוואוינער. אדער סיידוואלקס אויף די ווינטארטאן גאס וואס מען האט שוין אנגעוואנדן אסאך שתדלנות יארן לאנג דאס מסדר צו זיין, ב"ה לעצטענס האט זיך עס שטארק פארויס געריקט. בעז"ה קוקט אויס ווי ביז אפאר חדשים וועט מען קענען אראפלייגן סיידוואלקס פאר די זיכערהייט פון די פיסגייער.
די זעלבע איז מיטן צולייגן לעקטער'ס צו באלייכטן די גאסן באנאכט, עטליכע חדשים צוריק האט מען שוין צוגעלייגט א היפשע צאל לעקטער'ס, ביי דעם פארגאנגענע מיטונג האט דער ווילידש באשטעטיגט נאך לעקטער'ס אויף די ווינטארטאן גאס פארנט פון די דיוועלאפמענט [מען האט ביז יעצט נישט געקענט דארט לייגן קיין לעקטער'ס ווייל עס איז א "קאנטי ראוד" ב"ה עטליכע וואכן צוריק האט דער ווילידש באקומען ערלויבניש פון די קאונטי ארויפצולייגן אפאר לעקטער'ס דארט].
די ראוד אויף מעין סטריט איז שטארק צובראכן, האט מען באשטעלט אויף מארגן מאנטאג א פירמע צו געבן א פרייז עס גענצליך איבערצופלאסטערן.
די זאניג קאוד איז שטארק צוריקגעשטאנן און איז נישט זייער מסודר האט די ווילידש האט יעצט אויפגענומען א פירמע וואס ספעציעלירט זיך אין דעם מסדר צו זיין און ארויפלייגן די אלע געזעצן אויף א ספעציעלע וועבזייטל אז די וואס ווילן בויען זאלן האבן גרינגע צוטריט צו וויסן וואס יא און וואס נישט.
חוץ דעם ארבעט דער ווילידש יעצט אויף א מהלך אז די פירמע וואס נעמט צאם די מיסט פון די גאנצע ווילידש זאל אויך אפנעמען פון די נייע דיוועלאפמענט, דערווייל איז דא א עקסטערע פירמע בלויז פאר די דיוועלאפמענט וואס ציעט אריין און גרויסע הוצאות.

אלעס וואס כ'האב דא געשריבן איז בלויז פון וואס מען האט דן געווען ביי די חודש'ליכע מיטונג פאריגע וואך, עס איז דא נאך פילע פילע אקטיוויטעטן וואס גיין פאר אין שטעטל, אלעס ווערט געפירט דורך דעם געטרייען מעיאר מיסטער וואד און זיינע מיטארבעטער דער לאנג יעריגע טראסטי ר' אהרן הערש און ר' זאנוויל וויינגארטן. זיי גיבן אוועק אסאך צייט און טון אויף גדולות ונצורות פארן ציבור ב"ה. איינמאל א יאר איז די צייט וואס דער ציבור צייגט ארויס זייער הכרת הטוב פאר די שווערע ארבעט דורכן ארויסקומען אין די מאסן אפגעבן זייער שטימע. געדענקט יעדע שטימע ציילט!...

אין בעפארגרייטונג צו די וואלן איז ר' אהרן הערש היינט געווען אויף א באזוך ביים סאטמאר'ן רבי מהרי"י שליט"א, דער רבי שליט"א האט גאר שיין אויפגענומען דעם טראסטי און זיך א לענגערע צייט אינטערסירט איבער פארשידענע ענינים פון די שטאט, דאן האט דער רבי שליט"א געווינטשן דעם חשובן טראסטי בברכות לרוב ער זאל קענען ווייטער אויפטאן לטובת הכלל והפרט.

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1789
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » מאנטאג מארטש 18, 2019 1:23 am

ר' יונה א חוץ בילדער לייגן קענסטו מעכטיג שרייבן..
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

יונה
שר האלף
תגובות: 1612
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » מאנטאג מארטש 18, 2019 1:26 am

קרית יטב לב, דעם פארגאנגענע מוצאי שבת איז דא פארגעקומען אן אייגנארטיגע מלוה דמלכה אין די זאלן פון "עטרת פעסיל לאה" ספעציעל געווידמעט פאר די חשובע עסקנים תושבי העיר וואס האבן זיך אוועקגעגעבן אסאך שעה'ן שלא על מנת לקבל פרס זיך מטריח געווען בטרחה דגופא ארומגעגאנן צוזאמען קלויבן די נדבות פונעם ציבור אנ"ש תלמידי וחסידי סאטמאר פון איבער גרעיטאר ניו יארק. דער מסיבה האט געדינט ווי אן הודאה לשעבר און א בקשה אויף להבא, דער קאמפיין איז נאך נישט געשלאסן די עסקנים ארבעטן נאך יעצט אויף פארשידענע פראנטן צאמצושטעלן גרעסערע געלטער צו קענען אפצאלן אלע חובות און אוועקשטעלן דעם מוסד אויף א גוטן יסוד בעז"ה.

צום ערשט האט אויפגעטרעטן ר' יוסף מענדל שפיצער פון די סאמע ערשטע תושבים דאהי פאר העכער פיר יאר צוריק, ער האט געשילדערט וויזוי עס האט אויסגעזען דאן דער מצב, עס האט זיך זייער שווער געלאזט גלייבן בימים ההם אז עס וועט נאך פון דעם גאנצן עסק עפעס אויסארבעטן, עס האט זיך פארצויגן און פארשלעפט יעדע זאך חדשים אויף חדשים גארנישט האט זיך גערירט. ענדליך איז שוין געקומען א רב איז ער א וואך שפעטער געווארן אויפגענומען פאר לאנדאן'ער רב.. און אזוי ווייטער און ווייטער אלעס האט אויסגעזען ווי אחר יואש. אבער דער אייבערשטער האט נישט פארלאזט נאך אלע שוועריקייטן ב"ה אז מען קוקט זיך היינט צו, פון דאס פלאץ וואס מען האט געדארפט ברענגן טעגליך יונגעלייט מצרף צו זיין דעם מנין, איז אויסגעוואקסן א שטאט מיט קרוב צו 150 משפחות בליע"ה, א מוסד פון כמעט 400 קינדער'לך בליע"ה [חוץ די עלטערע וואס פארן קיין קרית יואל לערנן] דריי בתי מדרשים לתורה ולתפלה, א מקוה טהרה, א גראסערי סטאר, בוטשער סטאר, הויז-ווארג געשעפט וכו' וכו', אז מען קוקט צוריק קען מען זיך נישט גענוג אפווינדערן, בלייבט נאר איבער צו וואונטשן עד הנה עזרוני רחמך, די שווערסטע האט מען שוין ב"ה אדורכגעבראכן, ולא עזבנו רחמך לנצח דער אייבערשטער וועט אונז ווייטער נישט פארלאזן, די שטאט וועט בעז"ה ווייטער בליען ביתר שאת וביתר עוז עד ביאת הגואל.

אינמיטן די שפאנדע שילדערונג פון די בלומינגבערגע-היסטארי האט אריינשפאצירט אין זאל מיט גרויס איבעראשונג, הרה"ח ר' משה אלי' עסטרייכער דער מנכ"ל פון מוסדות ויואל משה אין קרית יואל, ר' משה אלי' וואס איז שוין לאנג באקאנט מיט זיין לשון לימודים און טרעפליכע רעדע'ס האט אונז טאקע נישט אנטשויט.. פאר א לאנגע צייט האט ער געהאלטן דעם עולם געשפאנט מיט דברי חיזוק והתעוררת איבער ארויסהעלפן דעם רבינס מוסדות, צולייגענדיג פארשידענע סיפורים ווי מען האט געזען בחוש אז דער רבי זי"ע בגנזי מרומים האלט אן עיני פקוחה אויף זיינע מוסדות דאהי און לאזט איר נישט פאלן.

די בעלי השיר האבן געזינגן די זמירות למוצאי שבת, דער מזכיר הקהלה הרב ר' יוסף יוחנן וואלנער האט פארגעזינגן שושנת יעקב אויף אן אייגנארטיגע תנועה לכבוד חודש אדר פון וועלכע דער ציבור האט שטארקע הנאה געהאט. דאן איז הרב ר' יואל בהרב מקרלי ז"ל גאלד שליט"א מו"ץ נתכבד געווארן מיט ברכות המזון.

ר' משה אלי' האט אויסגענוצט די געלגענהייט פון דעם באזוך צו כאפן א שפאציר אין עטליכע חדרים פון דעם בנין אין באגלייטונג פון דעם געטרייען בילדונג מענעדזער ר' משה גאנץ, דער מנכ"ל האט אויסגעדריקט שטארקע איבעראשונג ווי שיין לעכטיג די קלאסן זענען אהערגעשטעלט מיט אלע צוגהער אז די תינוקות של בית רבן זאלן קענן לערנן אומגעשטערט מיט הרחבת הדעת.

עס איז שוין געווען גאר שפעט אויפדערנאכט ווען דער ציבור איז זיך צוגאנן אנגעפילט מיט חיזוק און התעוררת ווייטער ארויסצוהעלפן אונזערע אייגענע מוסדות און טון וואס נאר מעגליך פאר איר סוקסעס. אם אין אני לי מי לי...
צוגעלייגטע
melava1.jpg
melava1.jpg (625.53 KiB) געזעהן 787 מאל

HelpMe
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תגובהדורך HelpMe » מאנטאג מארטש 18, 2019 8:22 am

יונה האט געשריבן:...


פארציילט עטליכע מופתים פון אלקא דרבינו יואל עננו?

יונה
שר האלף
תגובות: 1612
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » מאנטאג מארטש 18, 2019 11:36 pm

וואלן קאמפיין אין פילן שוואונג
צוגעלייגטע
r2.jpg
r2.jpg (533.18 KiB) געזעהן 303 מאל
R3.jpg
R3.jpg (99.78 KiB) געזעהן 303 מאל
r1.jpg
r1.jpg (658.29 KiB) געזעהן 303 מאל

Working
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 28, 2016 3:14 pm

תגובהדורך Working » דינסטאג מארטש 19, 2019 7:15 am

זעה איך אז מען עפענט א מצה בעקערי אין שטאט.

Hrh"g R' Yoel Gold Shlita - Moitz, was now by Rabbiny Shlita L'vurach V'Lhisburach in preparation of the opening of the new Matzah Bakery.


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: splinter און 10 געסט