Advertisement

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער
שרייב א תגובה

מיטוואך דצמבר 25, 2013 2:55 pm

די רבי ביים באטראכטן די הייזער.
עטעטשמענטס
image.jpg

Advertisement

מיטוואך דצמבר 25, 2013 2:59 pm

היטל ווי וואנט מאר.

אגב דעם קעפל מעגסטו פאררעכטן "דער סובארבון ביים באטראכטן דעם רבי'ן".

מיטוואך דצמבר 25, 2013 3:06 pm

ווער איז דער אנעם היט?
לעצט פאראכטן דורך ניק ניק אום מיטוואך דצמבר 25, 2013 3:23 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מיטוואך דצמבר 25, 2013 3:14 pm

ער זעהט אויס ווי ר' ישראל ג"ב

מיטוואך דצמבר 25, 2013 3:17 pm

ניק ניק האט געשריבן:ווער איז דער אנעם היט? די דעוועלעפער?

ס'איז ר ישראל גאלבערגער
עיין לעיל
download/file.php?id=60014&mode=view

מיטוואך דצמבר 25, 2013 3:23 pm

פארצייטישער יוד האט געשריבן:דער רבי פון שטעטל איז יעצט אויפען ארט

אוי!!

גאנץ כלל ישראל קוקט ארויס להצלחתו סיי דעי און סיי יענע אלע אהנע אויסנאם


ווערט געזען אויף די בילדער הרה"ח בונה ומקים עולמות של תורה ר' ישראל גאלדבערגער הי"ו, איז ער א נדבן דארט?

מיטוואך דצמבר 25, 2013 4:08 pm

מיללער האט געשריבן:
פארצייטישער יוד האט געשריבן:דער רבי פון שטעטל איז יעצט אויפען ארט

אוי!!

גאנץ כלל ישראל קוקט ארויס להצלחתו סיי דעי און סיי יענע אלע אהנע אויסנאם


ווערט געזען אויף די בילדער הרה"ח בונה ומקים עולמות של תורה ר' ישראל גאלדבערגער הי"ו, איז ער א נדבן דארט?

מן הסתם איז עס על שם העתיד

מיטוואך דצמבר 25, 2013 4:10 pm

ס'וואלט געווען א גוטע פלאן אויב דער רבי שליט"א נעמט ארויס א דירה דארט, אפי' ער וועט נישט זיין דארט נאר אפאר מאל א יאר איז ער א געוואלדיגע חיזוק און א שטופ פאר חסידים צו קויפן דארט. אויב דער רבי וועט דארט זיין לאמיר זאגן א וואך א יאר, וועט עס האבן א שטיקל עקאנאמי, ווי רבי'ס מאכן איבעראל

מיטוואך דצמבר 25, 2013 4:37 pm

מיללער האט געשריבן:
ווערט געזען אויף די בילדער הרה"ח בונה ומקים עולמות של תורה ר' ישראל גאלדבערגער הי"ו, איז ער א נדבן דארט?

מיין קאמפעטישן ? :?: ער איז דאך אויך א האלץ סוחר סא ער איז אויך געגנגען פאר ביזנעס
האלץ האקער האט געשריבן:זעמיר דארט געווען זען צי איך קען באקימען די האלץ האקעריי ביזנעס אבער די וועכטערס האבן נישט אריין געלאזט און דעם שטח :-( אבער ב"ה די זאך פארט מ'בויט און גרויסן אפי' און אזא טאג ווי היינט סרעגענט
סלאזט זיך נישט גלייבן לאמיר האפן אז אלעס פארט לטובה

דאנערשטאג דצמבר 26, 2013 8:04 am

שמעלקא זאגט פיין, א גוטע איידיע

דאנערשטאג דצמבר 26, 2013 8:55 am

שוין באשריבען אין די לאקאלע פעפערס דו באזיך. Grand rabbi tours housing under construction in Bloomingburg

BLOOMINGBURG – Any speculation that apartments are being constructed for a new Hasidic community in the tiny Village of Bloomingburg has essentially been put to rest as a continent of high level Jewish religious leaders from Brooklyn toured the site on Wednesday.

The group, which included the Grand Rabbi Zalman Leib Teitelbaum, religious leader of the Satmar sect in Williamsburg Brooklyn, came to the southern Sullivan County village.

Close to 400 townhouse units are under construction, which when completed and inhabited, will double the population of the village.

Local opponents are concerned about the increased traffic and potential environmental impacts the massive project will have on the community, which some fear, is being planned to be similar to the Village of Kiryas Joel in Orange County.

Religious leaders point out that in heavily populated Jewish areas, there is virtually no crime

דאנערשטאג דצמבר 26, 2013 8:59 am

פין וואנעט קומט די ארטיקל ? ער שרייבט מיט א גרויס דרך ארץ!

דאנערשטאג דצמבר 26, 2013 9:08 am

http://www.midhudsonnews.com/News/2013/ ... Dec13.html

דאנערשטאג דצמבר 26, 2013 11:47 am

דאס הארץ קוועלט פאר פרייד.

מיין חבר וואס מופט (גייט קויפן) איז נעכטן דארט געווען, און אהיימגעקומען מיט א שטראלנדע געזיכט.

א אינטערסאנטע נייסל, ער פארציילט מיר פון נאך א קונה וועם ער האט אנגעטראפן דארט, איינער וואס איז גראדע נישט קיין "עכטע" סאטמאר'ע פרי, ער האט פעדעמער וואס ציען אהער,משפחה וכו' אבער אליינס האט ער געלערנט אין אן אנדערן קרייז, (פארשטייט זיך נישט קיין אגודה'יסטישע) און "ער גייט"!.

אלזא "ניק ניק" וועט האבן מיט וועם זיך צו דינגען.
לעצט פאראכטן דורך פשוט'ער אידל אום דאנערשטאג דצמבר 26, 2013 11:48 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דאנערשטאג דצמבר 26, 2013 11:48 am

הערליך האט געשריבן:שמעלקא זאגט פיין, א גוטע איידיע


דאס איז דער פלאן לכתחילה

--

ר' ישראל גאלדבערגער האט א לאמבער, וואו מען קויפט די האלץ צו בויען דעם נייעם קרי'

דאנערשטאג דצמבר 26, 2013 11:51 am

לויט וויפיל מלמדים כ'זעה פלאנען זיך אריבער ציציען, זעהט אויס אז די תלמוד תורה אליינס דארט וועט שוין באשטיין פון הונדערטער קינדער....

דאנערשטאג דצמבר 26, 2013 9:04 pm

צו ווייסט מען שוין ווער ס'וועט זיין די הנהגה רוחנית אינעם שטעטל? א רב? א דיין? וכו' וכו'

פרייטאג דצמבר 27, 2013 12:39 pm

און ווער עס וועט זיין די פורים רב פורים קטן......

שבת דצמבר 28, 2013 9:59 pm

פורים רב איז שוין פארכאפט

זונטאג דצמבר 29, 2013 6:35 pm

פראנט זייט פונעם היינטיגען רעקארד

די רעקארד האט גענומען א פאנעל פון פיר א.ג. מומחים איבער רעליגיע צו דעצידירען די פראגע איבער די אינצידענטן אין פיין-בוש און בלומינגבורג קענען ווערן באצייכנט אלס "אנטי-סעמעטיזם" און צו "אנטי-חסידים" מיינט אויטאמאטיש "אנטי-סעמעטיזם"
עטעטשמענטס
IMG-20131229-00271.jpg

זונטאג דצמבר 29, 2013 6:39 pm

איך הער אז די גוישע שכנים העצן זייער שטארק קעגן די אידן די לעצטע פאר טעג.

זונטאג דצמבר 29, 2013 7:14 pm

בערקא האט געשריבן:וויפיל כלל ישראל קענסטו???....

י-ם ד'אמעריקא ועוד קצת ממאנרא ו'נייטרא קאשוי

זונטאג דצמבר 29, 2013 7:35 pm

געקלערט אזוי.

זונטאג דצמבר 29, 2013 11:39 pm

זיס ווי האניג האט געשריבן:איך הער אז די גוישע שכנים העצן זייער שטארק קעגן די אידן די לעצטע פאר טעג.

נישט נאר די גויישע שכנים נאר אפילו די אידישע פרויען דא זענען עפעס געפערליך קעגן דעם נייעם שטעטל... אויס מורא אז מען וועט חס וחלילה אוועקמופן פון די באליבטע LEE עוועניו (היינט וואלאבאוט).

זונטאג דצמבר 29, 2013 11:54 pm

מיללער האט געשריבן:פראנט זייט פונעם היינטיגען רעקארד

די רעקארד האט גענומען א פאנעל פון פיר א.ג. מומחים איבער רעליגיע צו דעצידירען די פראגע איבער די אינצידענטן אין פיין-בוש און בלומינגבורג קענען ווערן באצייכנט אלס "אנטי-סעמעטיזם" און צו "אנטי-חסידים" מיינט אויטאמאטיש "אנטי-סעמעטיזם"


אין װאס װאַלטען די גוים געטוהן אן די אידן?
יא די דייטשען, פאלעקען, מארידען פרייען זיך אז עס איז נאך געבליבען עטליכע אידען דארט איז נאך דא פין װעם צו רעדען ...
הדא הוא דאמרינן דזשוס איז ניוס!
יא װייסט מען דאך אז מיר פירען דער װעלט..
שרייב א תגובה

Advertisement