קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קונדיטון
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2016 1:49 pm

תגובהדורך קונדיטון » מאנטאג מארטש 11, 2019 1:35 pm

דריידל האט געשריבן:ס'ווינדערט מיר אביסול די געדאנק פון מחייב זיין אלע ברוקלינע איינוואינער ארויסצוהעלפן בלומינגבורג. רוב שטאטישע איינוואינער מיטשענען זיך צו דעקן די מינימאלע הוצאות און וואינען פארקוועטשט און פארגלייך צו זייערע בלומינגבורגע ברידער, גייט מען זיי מחייב זיין ארויסצוהעלפן בלומינגבורג? מילא די בעלעבאטישע אידן, אבער וואס וויל מען פון די דורכשניטליכע פארדינער?


וואס און אויף וועם איז די וואונדער?

מהרז"ל איז מחייב זיינע נאכפאלגער פון איבעראל, לאו דווקא ברוקלין, ארויסצוהעלפן בויען א שטאט, וואס צוליב איזו סיבה איז די נייע שטאט נוגע לליבו, און ס'ברענט אים שטארק. ("אפשר ווייל ס'וועט העלפן פאר די ברוקלינע איינוואונער וואס מיטשענען זיך צו דעקן די מינימאלע הוצאות און וואינען פארקוועטשט", צו טרעפן א בעסער מקום צו וואוינען? ווער ווייסט).

וועם ס'אינטרעסירט אים אויסצוהערן דער גיבט בחפץ לב אן צופיל שאלות, און וועם ס'כאפט נישט קיין התפעלות דעם האט קיינער גארנישט מחייב געווען.

אבער נישט פארגעסן וואס אנדערע האבן שוין ארויסגעברענגט, מצות צדקה איז דא, מ'רעדט דא פון צענדליגע משפחות וואס האבן קיין ברויט און שטוב, רעגארדלעס אויב די שטאט איז א דורכפאל אדער ס'פעלט בכלל אויס.

אידיש.טייפינג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2012 12:29 pm

תגובהדורך אידיש.טייפינג » מאנטאג מארטש 11, 2019 1:42 pm

ווער דען האט געהאלפן קרית יואל אין די בראשית יארן אויב נישט די ברוקלינער?...

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » מאנטאג מארטש 11, 2019 2:30 pm

איך קען זיך נישט צוריקהאלטן פון ארויסגעבן מיינע שטורמישע געפילן, נאך א גאנצן טאג זיצן אין בתי מדרשים נאך געלט נעכטן זונטאג.

ס'איז געווען מורא'דיג צוצוזען וואס דאס מיינט "ישראל קדושים נתבעים ונותנים" פשוט און פראסט, איך האב נעכטן בייגעוואוינט עפעס וואס איך האב נאכנישט געזען פאר יארן, און איך בין שוין צענדליגער מאל געזיצן ביי טישלעך נאך געלט, אבער נעכטן איז געווען אינגאנצן אנדערש! אידן זענען אליינס צוגעקומען איינער נאך דער אנדערער מיט זייערע קעש אדער קרעדיט קארדס אין די האנט זאגנדיג "דא האסטו"! מען האט ניטאמאל געדארפט איבערפרעגן, וויפיל? עס איז געווען א דבר פשוט, הונדערט דאללער..
פילע פון דער עלטערער דור, זענען אריינקומענדיג אין ביהמ"ד באלד צוגעקומען, אריינגעשטעקט די הענט אין טאש, ארויסגענומען אן איינגעקנייטשן געביגלטן הונדערטער, "דאס האב איך אנגעגרייט פאר אייך..!" די אידן האבן אינדערהיים ספעציעל אריינגעלייט אין בערזל אן "הונדערטער" ספעציעל איבערצוגעבן פאר די טישל.

אינגעלייט, אברכי כולל, ארבעטער, עלטערע, יונגערע, אלעס האט געגעבן דעם "הונדערטער" מיט אזא פשטות.

געווענליך ביי אקציעס ווייסט מען אז מען בעט $360 גיט מען $100, אז מען בעט $100 גיט מען $20
אז מען מוטשעט אביסל, קען מען פועל'ן אויף $36 אדער $50
דא האט מען געבעטן $100 און מען האט געגעבן $100 אן קיין שאלות!
(אוודאי זענען אלס דא אידן וואס קענען נישט געבן, אוודאי האט נישט יעדער איינציגער אין ביהמ"ד געגעבן. אבער ווער עס האט יא געקענט האט געגעבן דעס סכום. 98% נדבות זענען 100 און ארויף!)

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » מאנטאג מארטש 11, 2019 2:38 pm

קונדיטון האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:ס'ווינדערט מיר אביסול די געדאנק פון מחייב זיין אלע ברוקלינע איינוואינער ארויסצוהעלפן בלומינגבורג. רוב שטאטישע איינוואינער מיטשענען זיך צו דעקן די מינימאלע הוצאות און וואינען פארקוועטשט און פארגלייך צו זייערע בלומינגבורגע ברידער, גייט מען זיי מחייב זיין ארויסצוהעלפן בלומינגבורג? מילא די בעלעבאטישע אידן, אבער וואס וויל מען פון די דורכשניטליכע פארדינער?


וואס און אויף וועם איז די וואונדער?

מהרז"ל איז מחייב זיינע נאכפאלגער פון איבעראל, לאו דווקא ברוקלין, ארויסצוהעלפן בויען א שטאט, וואס צוליב איזו סיבה איז די נייע שטאט נוגע לליבו, און ס'ברענט אים שטארק. ("אפשר ווייל ס'וועט העלפן פאר די ברוקלינע איינוואונער וואס מיטשענען זיך צו דעקן די מינימאלע הוצאות און וואינען פארקוועטשט", צו טרעפן א בעסער מקום צו וואוינען? ווער ווייסט).

וועם ס'אינטרעסירט אים אויסצוהערן דער גיבט בחפץ לב אן צופיל שאלות, און וועם ס'כאפט נישט קיין התפעלות דעם האט קיינער גארנישט מחייב געווען.

אבער נישט פארגעסן וואס אנדערע האבן שוין ארויסגעברענגט, מצות צדקה איז דא, מ'רעדט דא פון צענדליגע משפחות וואס האבן קיין ברויט און שטוב, רעגארדלעס אויב די שטאט איז א דורכפאל אדער ס'פעלט בכלל אויס.


דער סאטמאר'ער רבי שליט''א האט 'געבעטן' פון די בני הקהילה. נישט מחייב געווען. ווער ס'קען באמת נישט איז זיכער פטור וה' ירחם עליו וישפיע לו פרנסה.

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » מאנטאג מארטש 11, 2019 2:46 pm

דריידל האט געשריבן:ס'ווינדערט מיר אביסול די געדאנק פון מחייב זיין אלע ברוקלינע איינוואינער ארויסצוהעלפן בלומינגבורג. רוב שטאטישע איינוואינער מיטשענען זיך צו דעקן די מינימאלע הוצאות און וואינען פארקוועטשט און פארגלייך צו זייערע בלומינגבורגע ברידער, גייט מען זיי מחייב זיין ארויסצוהעלפן בלומינגבורג? מילא די בעלעבאטישע אידן, אבער וואס וויל מען פון די דורכשניטליכע פארדינער?

קודם כל, מען האט נישט מחייב געווען! דער רבי האט געבעטן, געפאדערט, פארלאנגט, אבער נישט "חיוב"
שנית, דער מציאות ביז היינט איז געווען אז דער אלגעמיינער עולם, ד.מ. טאקע די "בעלעבאטישע אידן" האבן אבער אויך געקוקט אויף בב"ג ווי א דורכגעפאלענע לעכעריגע זאק, און מען האט נישט געקענט אפעלירן צום ציבור דערוועגן, און דערפאר איז טאקע געשען וואס איז געשען

אצינדער, אז דער רבי שליט"א האט זיך אויפגעשטעלט און געזאגט אפן און קלאר, מורי ורבותי, דאס איז מיין שטעטל און איך בעט אייך העלפטס ארויס, האט דאס איבערגעדרייט דעם בליק מן הקצה אל הקצה ממש! עס איז העכסט אינטערסאנט צו זען ווי דער רבי שליט"א האט אזא מורא'דיגן כח
צוגעלייגטע
Screenshot_3.jpg
Screenshot_3.jpg (117.02 KiB) געזעהן 1628 מאל
לעצט פאראכטן דורך בענאק אום מאנטאג מארטש 11, 2019 2:57 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1058
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מאנטאג מארטש 11, 2019 2:51 pm

בענאק האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:ס'ווינדערט מיר אביסול די געדאנק פון מחייב זיין אלע ברוקלינע איינוואינער ארויסצוהעלפן בלומינגבורג. רוב שטאטישע איינוואינער מיטשענען זיך צו דעקן די מינימאלע הוצאות און וואינען פארקוועטשט און פארגלייך צו זייערע בלומינגבורגע ברידער, גייט מען זיי מחייב זיין ארויסצוהעלפן בלומינגבורג? מילא די בעלעבאטישע אידן, אבער וואס וויל מען פון די דורכשניטליכע פארדינער?

קודם כל, מען האט נישט מחייב געווען! דער רבי האט געבעטן, געפאדערט, פארלאנגט, אבער נישט "חיוב"
שנית, דער מציאות ביז היינט איז געווען אז דער אלגעמיינער עולם, ד.מ. טאקע די "בעלעבאטישע אידן" האבן אבער אויך געקוקט אויף בב"ג ווי א דורכגעפאלענע לעכעריגע זאק, און מען האט נישט געקענט אפעלירן צום ציבור דערוועגן, און דערפאר איז טאקע געשען וואס איז געשען

אצינדער, אז דער רבי שליט"א האט זיך אויפגעשטעלט און געזאגט אפן און קלאר, מורי ורבותי, דאס איז מיין שטעטל און איך בעט אייך העלפטס ארויס, האט דאס איבערגעדרייט דעם בליק מן הקצה אל הקצה ממש! עס איז העכסט אינטערסאנט צו זען ווי דער רבי שליט"א האט אזא מורא'דיגן כח


לאמיר האפן אז נאך אפאר הונדערט מענטשן זאלן מופן און נישט חס וחלילה פארקערט וועגן עס איז דעם רבינ'ס שטעטעל

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » מאנטאג מארטש 11, 2019 2:56 pm

האב איך ארומגעשיקט דעם אימעיל פון "מערכת סאטמאר" צו מיינע ידידים
HelpMe האט געשריבן:פארגאנגענעם ליל שב"ק תיכף נאך מנחה, איז רבינו שליט"א ארויף אויפ'ן ארון הקודש מעוטף בטליתו, און ארויסגעברענגט מנהמת לבו הטהור זיין גרויס ווייטאג אויפ'ן מצב פון "אונזערע" הייליגע סאטמארע מוסדות אין די שטאט "קרית יטב לב" אין בלומינגבורג.
ווער נאך אזוי ווי איך - אלס תושב פון די שטאט קרית יטב לב - ווייס דעם שווערן מצב, מיטהאלטענדיג פונדערנאנט ווי די חברי הנהלת המוסדות מוטשענען זיך געפערליך טראגענדיג דעם לאסט פון א ריזן בודזשעט, פון דעם פארהעלטנימעסיג "יונגע מוסד". מיר תושבי העיר פרובירן די מערסטע זיך אנצושטערנגען מיט באצאלן שכר לימוד צייטליך אבער דאס איז ווייט נישט גענוג צו דעקן די ריזיגע קאסטן.

איך בעט דיר מיין פריינד
טו עס פאר'ן נאמען פון רבינו הק' זי"ע בגנזי מרומים וואס דער שטאט איז נקראת על שמו "קרית יטב לב"!
טו עס צו ממלא זיין דעם רצון פון רבינו שליט"א, להחיות נפש צדיק וואס דאס ענין איז אזוי ווייט נוגע ללבו!
טו עס פאר דיר אליינס! צו זיכער מאכן אז מיר האבן אן עתיד וואו צו מרחיב זיין גבולי הקדושה און אויפבויען אידישע הייזער לשם ולתפארת!

דריק יעצט דעם לינק
https://secure.cardknox.com/mosdossatmarofbloomingburghttps://secure.cardknox.com/mosdossatmarofbloomingburg
און זיי מנדב לכל הפחות $100 כפקודת הקודש פון רבינו


צוויי אידן האבן שוין ריספאנדעד, און מיר צוריקגעשיקט זייער רעסיט אז זיי האבן ממלא געווען רצון רבינו שליט"א
צוגעלייגטע
image.png
image.png (52.94 KiB) געזעהן 1639 מאל
Screenshot_1.jpg
Screenshot_1.jpg (63 KiB) געזעהן 1639 מאל

HelpMe
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תגובהדורך HelpMe » מאנטאג מארטש 11, 2019 3:27 pm

דריידל האט געשריבן:ס'ווינדערט מיר אביסול די געדאנק פון מחייב זיין אלע ברוקלינע איינוואינער ארויסצוהעלפן בלומינגבורג. רוב שטאטישע איינוואינער מיטשענען זיך צו דעקן די מינימאלע הוצאות און וואינען פארקוועטשט און פארגלייך צו זייערע בלומינגבורגע ברידער, גייט מען זיי מחייב זיין ארויסצוהעלפן בלומינגבורג? מילא די בעלעבאטישע אידן, אבער וואס וויל מען פון די דורכשניטליכע פארדינער?

איינער וואס מוטשעט זיך און שטאט קען ארויס העלפן דורכן זיך ארויסציען
אית מאן דפרע בגופא ואית מאן דפרע בממונא

איך הער נישט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2015 10:06 am

תגובהדורך איך הער נישט » מאנטאג מארטש 11, 2019 3:31 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:
בענאק האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:ס'ווינדערט מיר אביסול די געדאנק פון מחייב זיין אלע ברוקלינע איינוואינער ארויסצוהעלפן בלומינגבורג. רוב שטאטישע איינוואינער מיטשענען זיך צו דעקן די מינימאלע הוצאות און וואינען פארקוועטשט און פארגלייך צו זייערע בלומינגבורגע ברידער, גייט מען זיי מחייב זיין ארויסצוהעלפן בלומינגבורג? מילא די בעלעבאטישע אידן, אבער וואס וויל מען פון די דורכשניטליכע פארדינער?

קודם כל, מען האט נישט מחייב געווען! דער רבי האט געבעטן, געפאדערט, פארלאנגט, אבער נישט "חיוב"
שנית, דער מציאות ביז היינט איז געווען אז דער אלגעמיינער עולם, ד.מ. טאקע די "בעלעבאטישע אידן" האבן אבער אויך געקוקט אויף בב"ג ווי א דורכגעפאלענע לעכעריגע זאק, און מען האט נישט געקענט אפעלירן צום ציבור דערוועגן, און דערפאר איז טאקע געשען וואס איז געשען

אצינדער, אז דער רבי שליט"א האט זיך אויפגעשטעלט און געזאגט אפן און קלאר, מורי ורבותי, דאס איז מיין שטעטל און איך בעט אייך העלפטס ארויס, האט דאס איבערגעדרייט דעם בליק מן הקצה אל הקצה ממש! עס איז העכסט אינטערסאנט צו זען ווי דער רבי שליט"א האט אזא מורא'דיגן כח


לאמיר האפן אז נאך אפאר הונדערט מענטשן זאלן מופן און נישט חס וחלילה פארקערט וועגן עס איז דעם רבינ'ס שטעטעל

אויף וויפל איך פארשטיי האט ער נישט געבעטן ארויסצומופן ער האט געבעטן זיך משתתף צו זיין מיט $100 להחזקת המוסדות אויף וואס טויזענטער האבן א טאג דערנאך הילעכיג געענטפערט נעשה ונשמע און זיך געעפענט די טאשן

די רביס אינטערעסע איז אז עס זאל זיין א מקום מוכשר ווי אידן וואס ווילן זאלן קענען קויפן דירות פאר צוגענגליגע פרייזן היינו טעמא דבלומינגבורג היינו טעמא דלעיקוואד
לעצט פאראכטן דורך איך הער נישט אום מאנטאג מארטש 11, 2019 3:55 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2997
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג מארטש 11, 2019 4:45 pm

בענאק האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:ס'ווינדערט מיר אביסול די געדאנק פון מחייב זיין אלע ברוקלינע איינוואינער ארויסצוהעלפן בלומינגבורג. רוב שטאטישע איינוואינער מיטשענען זיך צו דעקן די מינימאלע הוצאות און וואינען פארקוועטשט און פארגלייך צו זייערע בלומינגבורגע ברידער, גייט מען זיי מחייב זיין ארויסצוהעלפן בלומינגבורג? מילא די בעלעבאטישע אידן, אבער וואס וויל מען פון די דורכשניטליכע פארדינער?

קודם כל, מען האט נישט מחייב געווען! דער רבי האט געבעטן, געפאדערט, פארלאנגט, אבער נישט "חיוב"

זשאסט פאר די רעקארד, די קוואטסט דאך די נוסח פון די דברות קודש "קיינער זאל זיך נישט ארויסדרייען פון די חובת השעה צו גיבן לכה"פ הינדרעט דאללער". און די פלאקטן האבן אויך געריפן אויסצופאלגן די התחייבות פון רבי'ן.

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » מאנטאג מארטש 11, 2019 4:48 pm

דריידל האט געשריבן:
בענאק האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:ס'ווינדערט מיר אביסול די געדאנק פון מחייב זיין אלע ברוקלינע איינוואינער ארויסצוהעלפן בלומינגבורג. רוב שטאטישע איינוואינער מיטשענען זיך צו דעקן די מינימאלע הוצאות און וואינען פארקוועטשט און פארגלייך צו זייערע בלומינגבורגע ברידער, גייט מען זיי מחייב זיין ארויסצוהעלפן בלומינגבורג? מילא די בעלעבאטישע אידן, אבער וואס וויל מען פון די דורכשניטליכע פארדינער?

קודם כל, מען האט נישט מחייב געווען! דער רבי האט געבעטן, געפאדערט, פארלאנגט, אבער נישט "חיוב"

זשאסט פאר די רעקארד, די קוואטסט דאך די נוסח פון די דברות קודש "קיינער זאל זיך נישט ארויסדרייען פון די חובת השעה צו גיבן לכה"פ הינדרעט דאללער". און די פלאקטן האבן אויך געריפן אויסצופאלגן די התחייבות פון רבי'ן.


א מחלוקה שוין אין די גמרא צו תפוס לשון ראשון צו תפוס לשון אחרון. די רבי הייבט אן אנפאנג אז ער בעט...

מ'קען אפשר מיישב זיין אז די רבי 'בעט' אז יעדער זאל נעמען אויף זיך א ''חלות'' (חולם למד דגושה) פון א חיוב..

באקסער בוים
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

תגובהדורך באקסער בוים » מאנטאג מארטש 11, 2019 5:01 pm

קונדיטון האט געשריבן:די מוסדות האט א בוזשעט פון בערך 180 טויזנט פער חודש, און איבער 100 דערפון דארף ווערן גערעיזד פונעם ציבור.

אויף די פראגע פארוואס אזוי סאך? האט ער מסביר געווען.
מלמדים און טיטשערס קאסטן מער פער קינד זינט געוויסע קלאסן פארמאגן ווייניגער קינדער, אבער מקען נישט צאלן פארן מלמד ווייניגער לכבוד דעם.
ווי אויך די עלטערע קינדער וואס פארן קיין קרית יואל קאסט די טראנספארטעשן אסאך, אבער מקען נישט צופיל בעטן פון די עלטערן פאר דעם, וויל זיי צאלן דאך שכר לימוד און קרית יואל.
לע״ע וואוינען נישט דארט צופיל ב״בטישע אינגעלייט קען מען פון די אייגענע ציבור אויך נישט צופיל דעקן.

דערווייל דארפן זיי שאפן אן ערך פון א מליאן דאלער דזשאסט צו קאווערן די לאך פון יעצט, און פון דא און ווייטער ארבייטן זיי אויף א מסודערדיגן פאנדרעיזינג סיסטעם אזוי ווי אלע אנדערע מוסדותער, וואס זאל דעקן די קליינע לעכער וואס בלייבן נאך די אויבער דערמאנטע טוישונגען.

מ'דארף לכאורה אריינברענגן א גוטן קאונסאולטענט דורכצוגיין ווי מ'קען אלץ שניידן פון די הוצאות,
געהערט זאגן (כ'ווייס נישט אויב ס'איז קראנט) אז אין לעיקוואד האט מען געשניטן די הוצאות פון איבער 80 אלפים א חודש צו בערך 55 אלפים.
אגב, די מוסדות האבן דארט לאנטש פראגרעמס אדער עני אנדערע פראגראמען?

מיין הונדערטער האב איך שוין געגעבן נעכטן אין שול...
כ'האב באמת נישט קיין מיינונג אויף די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2997
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג מארטש 11, 2019 5:09 pm

וואס טיט זיך מיט הייזער, מ'בויעט יעצט עפעס דארט?

אחד מהחבורה
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 6:51 pm

תגובהדורך אחד מהחבורה » מאנטאג מארטש 11, 2019 5:35 pm

ס'אינטערעסאנט צו זעהן.. ווי ס'איז דא מענטשן וואס זענען אנגעפילט מיט ווייטאג ,אין ווען ס'מאכט זיך זיי די מינדעסטע געלעגנהייט ארויסצוגעבן זייער ביטערניש, זענען זיי דא.... אין זאגן אין פרעגן כלומר'שט תמימותדיגע שאלות וואס זיי ווילן וויסן, מ'זעהט אבער קלאר זייער ווייטאג שפריצן פון צווישן די שורות.

מ'בעט די אלע געליטענע, זאלן אויפהערן אריינהאקן איבעראל מיט זייערע נארישע אגענדע'ס, אויפן חשבון פון די פרידליכע ליינער אין שרייבער.

סאו יונגערמאן האסט ווייטאג גיי צום דאקטאר.... אין לאז צורוה דעם עולם. וד"ל.
.don't meet with negative people. because they have a problem,for every solution

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מאנטאג מארטש 11, 2019 6:53 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:
איש האשכולות האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:דאסמאל האבן די ליטווישע גדולים געראטעוועט סאטמארע מוסדות פון צוזאמבראך :grin: :grin:

:smile:


שוין לאנג נישט געהערט אזא גוטס!

ס'איז א בפירושע פסוק....

שלח לחמך על פני המים כי ברוב הימים תמצאנה
. . . . . . .

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג מארטש 11, 2019 7:16 pm

אחד מהחבורה האט געשריבן:ס'אינטערעסאנט צו זעהן.. ווי ס'איז דא מענטשן וואס זענען אנגעפילט מיט ווייטאג ,אין ווען ס'מאכט זיך זיי די מינדעסטע געלעגנהייט ארויסצוגעבן זייער ביטערניש, זענען זיי דא.... אין זאגן אין פרעגן כלומר'שט תמימותדיגע שאלות וואס זיי ווילן וויסן, מ'זעהט אבער קלאר זייער ווייטאג שפריצן פון צווישן די שורות.

מ'בעט די אלע געליטענע, זאלן אויפהערן אריינהאקן איבעראל מיט זייערע נארישע אגענדע'ס, אויפן חשבון פון די פרידליכע ליינער אין שרייבער.

סאו יונגערמאן האסט ווייטאג גיי צום דאקטאר.... אין לאז צורוה דעם עולם. וד"ל.

אזא ביטערקייט.

הויעך
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » מאנטאג מארטש 11, 2019 7:46 pm

א גרויסען יישר כח פארן ברענגן די לינק זיך יעצט משתתף געווען אנליין ווייל ווי קען מען שטיין אין א זייט ווען די חברים זענען זיך משתתף לדבר מצווה
ווען איר ליינט מיין תגובות בנוגע מדינת ישראל זאל איר וויסען איך בין מוחה אויף די התגרות באומות

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 575
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » מאנטאג מארטש 11, 2019 9:13 pm

lebediger berel האט געשריבן:דער אשכול האט שוין איבער 400 בלאט און אסאך שרייבן דא כאילו מהאט עס היינט געעפנט און ס'איז א נייע נושא - ס'גייט אויף די נערוון
איך האב שוין קלאר געשטעלט למען האמת אז איך דאווען ענדערש אין 53 ווי אין 52'נד און כ'צאל שכר לימוד פאר וועלץ נישט פאר שנעבאלג
כ'האף אז איר פארשטייט אז איך זוך נישט צו שטופן איצט קיין פארטייאישע וואגן
נאכדעם וואס בלומינגבורג האט געכאפט דעם קלאפ פון די רעגירונג אז די דעוועלאפערס וואס האבן עס ארגינעל געדארפט שטופן ביזן סוף האבן זיך בעל כרחם געמוזט ארויס ציען פונעם עסק,
איז עס אן קיינעם'ס שולד געבליבן הענגען אין די לופט,
און עס קומט אסאך קרעדיט פאר האדמו"ר וחסידיו וכת דלהון וואס האבן גענומען די פלייצע און די עול עס ווייטער צו טראגן און שלעפן די אומאויסגערעכנטע אומגעפלאנטע אונטערנעמעונג.
כ'גיי כלל נישט אריין צו סאיז לשמה צו שלא לשמה, פונקט ווי דו ווילסט נישט מ'זאל דיר אריין קריכן. ס'איז נישט צוגענומען פון קיינעם, ס'איז א זויבערע נייע זאך וואס מ'מוטשעט זיך שרעקליך דערמיט בשעת ס'וואלט נישט געדארפט זיין אזוי (ווייל די דעוועלאפארס וואלטן געדארפט העלפן דערמיט אבער זיי זענען ארויס געטריבן געווארן בשן ועין דורך די רעגירונג) און סקומט זיך קרעדיט און מ'דארף העלפן ווייל דאס איז בעקיפין א הילף פאר גאנץ יהדות ניו יארק, ובמישרין פאר די וואס געהערן צו די קהלה וואס באשטייט פון א ריזיגע ציבור אידן יראים ושלמים.
כ'האף אז מ'קען לאזן די תגובה, און אויך ענטפערן זויבער און צו די זאך!
זיידי בערעלע
אם חכמה אין כאן זקנה יש כאן
נ.ב. פארוואס איך בין אזוי קעגן די רעגירונג און פאר די דעוועלאפערס וועל איך אפשר בל"נ מרחיב הדיבור זיין ביי אנדערע געלעגנהייט, אבער איך האב קלארע איבערצייגונג אז סאיז געווען אזוי ווי כ'שרייב וכגון דא אמרו חכמים הזהרו בדבריכם

זיידי דו ביסט אייזן, יש חכמה ויש זקנה, יש 52 ויש 53, יש וועלץ ויש שנעבאלג, יש לשמה ויש שלא לשמה, יש רעגירונג ויש דיוועלאפערס, ויש קרעדיד להאדמו''ר וחסידיו, ויש ציקער זיסע בערעלע.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג מארטש 11, 2019 10:09 pm

ויש כאן ישר כח לגעריבענער סוחר
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8046
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג מארטש 11, 2019 11:42 pm

דער זיידע וויל פארשטיי איך שטעלן אין פלאץ די אידן וואס פרעגן דא די אלע אויסגעקנעטענע טראל שאלות.

@בענאק, ישר כח פארן ברענגן דעם לשון, זייער שטארקע דיבורים.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

מאתים
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 24, 2014 12:19 pm

תגובהדורך מאתים » דינסטאג מארטש 12, 2019 12:16 am

סאיז דערגרייכט געווארן די ציל פון א האלב מיליאן ?
(אינקלודינג איז מיין אנגעשטרענגטע הונדערטער)
'ומאתים לנוטרים את פריו'

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1789
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » דינסטאג מארטש 12, 2019 12:21 am

גאר א געלונגענע קאמפיין ב"ה, זיך משתתף געווען מיט $100 היינט אין שוהל
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

יונה
שר האלף
תגובות: 1612
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » דינסטאג מארטש 12, 2019 12:30 am

מאתים האט געשריבן:סאיז דערגרייכט געווארן די ציל פון א האלב מיליאן ?
(אינקלודינג איז מיין אנגעשטרענגטע הונדערטער)

קודם א יישר כח פאר דיר און פאר אלע וואס האבן זיך אנגעשטרענגט און זיך משתתף געווען ברוח נדיבה, כ'קען מעיד זיין אז דאס געלט איז אנגעקומען אויף א גוט פלאץ, זכות המצוה וועט אייך אלע זיכער באשטיין לטובה.

וועגן גרייכן די גאול, דאס האט נאך דערווייל נישט פאסירט, די צוויי טעג זונטאג און מאנטאג האט מען זיך שטארק פארלייגט אויף די גרויסע בתי מדרשים אין וויליאמסבורג, עס איז נאך דא אסאך קלענערע שולן און געגענטער ווי די עסקנים האבן נאכנישט עספיעט אנצוקומען, די קאמפיין גייט נאך אן מיטן גאנצן קראפט פאר די קומענדיגע פאר טעג בעז''ה.

אויב האט איר נאכנישט אנטייל גענומען אינעם גרויסן מגבית ביטע קליקט דעם לינק מנדב צו זיין דורכן קאמפיוטער אדער אויפן טעלעפאון.

http://bit.ly/2u0Hugr

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3168
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » דינסטאג מארטש 12, 2019 1:00 am

דריידל האט געשריבן:וואס טיט זיך מיט הייזער, מ'בויעט יעצט עפעס דארט?


#אבא האיך מעשרין את המלח

יונה
שר האלף
תגובות: 1612
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » דינסטאג מארטש 12, 2019 8:11 am

IMG-20190312-WA0000.jpg
IMG-20190312-WA0000.jpg (112.85 KiB) געזעהן 544 מאל


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: splinter און 11 געסט