קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » זונטאג מארטש 10, 2019 7:37 pm

א נחת צו זעהן ברודער העלפן זיך ארויס.

אוועטאר
קונדיטון
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2016 1:49 pm

תגובהדורך קונדיטון » זונטאג מארטש 10, 2019 7:38 pm

האב איך זיך היינט גענומען די צייט און אנגערופן איינעם פון די גרויסע עסקנים לטובת בלומינבורג, מיין יוגענט פריינד, איך וועל פראבירן צו מיטטיילן אביסל פונעם שמועס.

די מוסדות האט א בוזשעט פון בערך 180 טויזנט פער חודש, און איבער 100 דערפון דארף ווערן גערעיזד פונעם ציבור.

אויף די פראגע פארוואס אזוי סאך? האט ער מסביר געווען.
מלמדים און טיטשערס קאסטן מער פער קינד זינט געוויסע קלאסן פארמאגן ווייניגער קינדער, אבער מקען נישט צאלן פארן מלמד ווייניגער לכבוד דעם.
ווי אויך די עלטערע קינדער וואס פארן קיין קרית יואל קאסט די טראנספארטעשן אסאך, אבער מקען נישט צופיל בעטן פון די עלטערן פאר דעם, וויל זיי צאלן דאך שכר לימוד און קרית יואל.
לע״ע וואוינען נישט דארט צופיל ב״בטישע אינגעלייט קען מען פון די אייגענע ציבור אויך נישט צופיל דעקן.

פרעג איך אים, מיין פריינד, מקען אזוי נישט אנגיין, איך האף אז איר ערווארט נישט אז אייער רבי וועט זיך אויפשטעלן צוויי מאל א יאר און קאמפיינען פאר אייך .ענטפערט ער מיר מיר א נצחון, אז זיי פארשטייען גוט די סיטואציע, דער רבי האט קלאר פארלאנגט פון די עסקנים אויפצוקומען מיט א פלאן וויאזוי צו קענען קאווערן מכאן ולהבא. א מעסטער פלאן איז יעצט אין די פיינעל סטעזשעס, און וועט אימפלימענטירט ווערן גאר בקרוב.

דערווייל דארפן זיי שאפן אן ערך פון א מליאן דאלער דזשאסט צו קאווערן די לאך פון יעצט, און פון דא און ווייטער ארבייטן זיי אויף א מסודערדיגן פאנדרעיזינג סיסטעם אזוי ווי אלע אנדערע מוסדותער, וואס זאל דעקן די קליינע לעכער וואס בלייבן נאך די אויבער דערמאנטע טוישונגען.

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » זונטאג מארטש 10, 2019 9:09 pm

דאס האב איך געוואלט הערן! כ'בין יעצט דא אריינגעקומען צו פרעגן אויב ס'איז דא עפעס א עהרנסטען פלאן אויף ווייטער אדער מ'גייט נאכאמאל וויינען 'הצלת בלומענגבורג!' אין א האלבע יאר ארום.

כ'האף אז מ'שטעלט טאקע אראפ עפעס שטאנדהאפטיג.


וועלמיר אויב אזוי געבן פארן קאמפיין אי''ה.

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » זונטאג מארטש 10, 2019 9:20 pm

פארוואס סובסעדירט די מוסד די טראנספערטאציע פאר די קינדער וואס לערנען (אין קרית יואל) נישט אין דעם מוסד?

יונה
שר האלף
תגובות: 1616
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » זונטאג מארטש 10, 2019 9:34 pm

א גרויסן יישר כח פאר אלע חשובע אנ"ש וואס האבן זיך שוין אנגערופן מיט א ווארעם הארץ צום גרויסן קאמפיין, עס איז אבער נאך זייער ווייט פון גענוג... ווי די עסקנים גיבן איבער איז דערווייל צוזאמגעשטעלט געווארן דער סכום פון ארום 120 טויזענט דאלער. עס איז טאקע גאר א שיינע סומע ב"ה צאמצושטעלן אין בלויז איין טאג, אבער עס איז נאך היפש ווייט פונעם ציל! מיר מוזן אנקומען צו לכה"פ א האלב מיליאן דאלער אין לויף פון די געציילטע טעג. ביטע העלפט אונז גרייכן דעם ציל!

https://secure.cardknox.com/mosdossatmarofbloomingburg
אדער דורכן מערכת סאטמאר אטאמאטישע טעלעפאן סיסטעם.
718-831-7000 #4

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » זונטאג מארטש 10, 2019 11:42 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:זיך ב"ה משתתף געווען מיט מער ווי דעם באשטימטן סכום.

גם אני מצטרף להנ"ל


מקום חותם על ראשבא

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » זונטאג מארטש 10, 2019 11:47 pm

@קונדיטן

פארוואס שטעלט מען נישט צוזאם 2 עידזשעס?

פרעג די אידן וואס האבן געוואוינט אין אורוגווי ארום 35-40 יאר צוריק, די גאנצע קהילה איז באשטאנען פון ארום 60 משפחות די העלפט פון די איצטיגע היימישע פאפולאציע אין בלומינגבערג און מ'האט געלערנט עטליכע עידזשעס אינאיינעם.
ס'האט נישט קיין זין אנצוהאלטן אזא גרויסע שטאב פאר אזוי ווייניג קינדער, אי"ה אין די נעקסטע פאר יאר וועט נתרחב ווערן דער ציבור און מ'וועט קענען עפענען באזונדערע קלאסן.

ראבב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 23, 2017 2:55 pm

תגובהדורך ראבב » זונטאג מארטש 10, 2019 11:56 pm

El Rushbo האט געשריבן:@קונדיטן

פארוואס שטעלט מען נישט צוזאם 2 עידזשעס?

פרעג די אידן וואס האבן געוואוינט אין אורוגווי ארום 35-40 יאר צוריק, די גאנצע קהילה איז באשטאנען פון ארום 60 משפחות די העלפט פון די איצטיגע היימישע פאפולאציע אין בלומינגבערג און מ'האט געלערנט עטליכע עידזשעס אינאיינעם.
ס'האט נישט קיין זין אנצוהאלטן אזא גרויסע שטאב פאר אזוי ווייניג קינדער, אי"ה אין די נעקסטע פאר יאר וועט נתרחב ווערן דער ציבור און מ'וועט קענען עפענען באזונדערע קלאסן.
גוטע קשיא?? נא יונה קום אריין

Working
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 28, 2016 3:14 pm

תגובהדורך Working » מאנטאג מארטש 11, 2019 12:12 am

A5C1B139-FF3D-4CCF-9734-62BD5F91A0F9.jpeg
A5C1B139-FF3D-4CCF-9734-62BD5F91A0F9.jpeg (95.64 KiB) געזעהן 1209 מאל
ABA534AE-E82A-43AA-B687-1130CAF26B53.jpeg
ABA534AE-E82A-43AA-B687-1130CAF26B53.jpeg (99.93 KiB) געזעהן 1209 מאל
525DF726-8620-4F65-B88B-365273CC5179.jpeg
525DF726-8620-4F65-B88B-365273CC5179.jpeg (85.01 KiB) געזעהן 1209 מאל

אוועטאר
nmi
שר האלף
תגובות: 1503
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מאנטאג מארטש 11, 2019 5:17 am

מהרי"י האט געזאגט אפאר יאר צוריק כ"א כסליו אז די רבי זי"ע האט געזאגט אמאל אז אויב וואלט ער געוויסט פון פאראויס וויפול זיינע מוסדות וואלטן אים אריין געשלעפט אין די חובות ווייסט ער נישט צו ער וואלט אריינגעגאנגן דעראין. אבער מ'קען נישט מאכן קיין חשבונות פון אנפאנג אויב יא איז צרות. מ'ברויך טוען פאר די הייליגע מוסדות פאר די תינוקות של בית רבן און דער אייבישטער וועט שוין העלפן. בערך לשונו וואס ער האט נאך געזאגט פונעם רבין

קרייסלער
שר חמש מאות
תגובות: 755
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » מאנטאג מארטש 11, 2019 8:38 am

איך קוק עס אן אזוי: פערציג יונגעלייט האבן נישט באקומען קיין פעיראל דעם ווינטער, פלעין און פשוט העלפן אידן לייגן ברויט אויפן טיש

אוועטאר
קונדיטון
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2016 1:49 pm

תגובהדורך קונדיטון » מאנטאג מארטש 11, 2019 9:52 am

@פומפדותא, @El Rushbo; פליז פרעגט ווייניגער קשיות, איך בין געווארן געטשעלענזשד מיט א הונדערטער פער שאלה :grin:

למעשה הער איך עפעס אזוי. עס איז די אחריות אויף די שטאט, קהילה, מוסדות (וועלט איינס אדער מער) אז די קינדער זאלן נתחנך ווערן כדבעי', און אדעתי דהכא האבן זיך די איינוואוינער אהינגעצויגן אז ס'דא ווער ס'זארגט זיך פאר דעם, סא אויב מקען נישט צושטעלן אליינס, דארף מען זארגן זיי זאלן קענען אנקומען קיין ק"י. (הגם די עלטערן דארפן צושטייער געבן).

ס'איז דא איינס אדער מער קלאסן וואס זענען צוזאם געשטעלט, אבער נישט אלס איז דאס די עצה, ווי למשל צוויי קלאסן פון 16 קינדער קען מען נישט מאכן פאר א קלאס פון 32 א.ד.ג.

ggg
שר חמש מאות
תגובות: 661
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

תגובהדורך ggg » מאנטאג מארטש 11, 2019 10:29 am

קרייסלער האט געשריבן:איך קוק עס אן אזוי: פערציג יונגעלייט האבן נישט באקומען קיין פעיראל דעם ווינטער, פלעין און פשוט העלפן אידן לייגן ברויט אויפן טיש

איך אויך און צוליב דעם האב איך געבען 100 צו העלפן מיינע ברודער

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » מאנטאג מארטש 11, 2019 10:54 am

ggg האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:איך קוק עס אן אזוי: פערציג יונגעלייט האבן נישט באקומען קיין פעיראל דעם ווינטער, פלעין און פשוט העלפן אידן לייגן ברויט אויפן טיש

איך אויך און צוליב דעם האב איך געבען 100 צו העלפן מיינע ברודער

הונדערט פראצענט!

איך פרעג ווייל איך (און קיינער) וויל נישט אז מ'זאל נישט דארפן נאכאמאל מאכן א ויצעקו און 6 חדשים ארום.


ווען איך האב געלערנט אין חדר איז 30 קינדער אין א קלאס געווען זייער א אפטע ערשיינונג.

איז זאג נישט אז ס'איז א לכתחילה אבער ס'איז זיכער ווייניגער בדיעבד ווי אומבאצאלטע פעיראל יעדע פאר חדשים.

איך בין באמת מכיר טובה פאר די פיאנירן פון די אלע נייע ישובים וואס בויען די שטעטלעך ווי אונזערע קינדער גייען וואוינען, אבער צו בלייבן אנגעוויזן אויף ברוקלינ'ס שטיצע קען נאר זיין צייטווייליג

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג מארטש 11, 2019 10:56 am

balkishron האט געשריבן:קום אריין קלאר ווייל לויט מיין אינפא איז דעעס געווען קודם א פלאן צו ראטעווען די זאך פון צוזאם בראך אן א פלאן אויף ווייטער
זיי זאגן אז זיי האבן א דעפעציד חודשלעך כמעט אכציג אלפים
ברויך מען האבן א מהלך אויף דעם

כ'האב נאך נישט געליינט ווייטער ביזן סוף, אבער אכציג אלפים דאס מיינט אונטער א מיליאן דאללער א יאר, דאס דארף זיין גרינג צוזאמצושנארן פון סאטמאר מהר"י אלוועלטליך פלאס אנדערע אידן פון כלל ישראל, היינט ווען יעדע קליינע אומבאקאנטע צוועק מאכט א טשערידי אנליין אדער עטה"ק קאמפיין פון א מיליאן דאללער
אויך וועט דער דעפיציט זיך פארקלענערן מיט יעדן נייעם תושב און ווען זאכן וועלן ווערן מער מסודר
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
קונדיטון
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2016 1:49 pm

תגובהדורך קונדיטון » מאנטאג מארטש 11, 2019 11:11 am

El Rushbo האט געשריבן:ווען איך האב געלערנט אין חדר איז 30 קינדער אין א קלאס געווען זייער א אפטע ערשיינונג.

איך בין נישט קיין מלמד אדער מנהל, איך פארשטיי נישט דערצו, אבער איך קען הערן אז 30 קינדער איבערהויפט פארשידענע יארגענג זאל נישט ארבייטן.
אינידענספאל, איך פארשטיי אז די אידן באקומען עצות אין הדרכות פון פארשידענע עקפיריענסד מלמדים און מנהלים, און פראבירן ארויסצונעמען פון זייער סיטואציע די בעסטע וואס מעגליך.

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

דער אשכול האט שוין איבער 400 בלאט

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג מארטש 11, 2019 11:19 am

דער אשכול האט שוין איבער 400 בלאט און אסאך שרייבן דא כאילו מהאט עס היינט געעפנט און ס'איז א נייע נושא - ס'גייט אויף די נערוון
איך האב שוין קלאר געשטעלט למען האמת אז איך דאווען ענדערש אין 53 ווי אין 52'נד און כ'צאל שכר לימוד פאר וועלץ נישט פאר שנעבאלג
כ'האף אז איר פארשטייט אז איך זוך נישט צו שטופן איצט קיין פארטייאישע וואגן
נאכדעם וואס בלומינגבורג האט געכאפט דעם קלאפ פון די רעגירונג אז די דעוועלאפערס וואס האבן עס ארגינעל געדארפט שטופן ביזן סוף האבן זיך בעל כרחם געמוזט ארויס ציען פונעם עסק,
איז עס אן קיינעם'ס שולד געבליבן הענגען אין די לופט,
און עס קומט אסאך קרעדיט פאר האדמו"ר וחסידיו וכת דלהון וואס האבן גענומען די פלייצע און די עול עס ווייטער צו טראגן און שלעפן די אומאויסגערעכנטע אומגעפלאנטע אונטערנעמעונג.
כ'גיי כלל נישט אריין צו סאיז לשמה צו שלא לשמה, פונקט ווי דו ווילסט נישט מ'זאל דיר אריין קריכן. ס'איז נישט צוגענומען פון קיינעם, ס'איז א זויבערע נייע זאך וואס מ'מוטשעט זיך שרעקליך דערמיט בשעת ס'וואלט נישט געדארפט זיין אזוי (ווייל די דעוועלאפארס וואלטן געדארפט העלפן דערמיט אבער זיי זענען ארויס געטריבן געווארן בשן ועין דורך די רעגירונג) און סקומט זיך קרעדיט און מ'דארף העלפן ווייל דאס איז בעקיפין א הילף פאר גאנץ יהדות ניו יארק, ובמישרין פאר די וואס געהערן צו די קהלה וואס באשטייט פון א ריזיגע ציבור אידן יראים ושלמים.
כ'האף אז מ'קען לאזן די תגובה, און אויך ענטפערן זויבער און צו די זאך!
זיידי בערעלע
אם חכמה אין כאן זקנה יש כאן
נ.ב. פארוואס איך בין אזוי קעגן די רעגירונג און פאר די דעוועלאפערס וועל איך אפשר בל"נ מרחיב הדיבור זיין ביי אנדערע געלעגנהייט, אבער איך האב קלארע איבערצייגונג אז סאיז געווען אזוי ווי כ'שרייב וכגון דא אמרו חכמים הזהרו בדבריכם
אז מ'לעבט דערלעבט מען

HelpMe
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תגובהדורך HelpMe » מאנטאג מארטש 11, 2019 11:20 am

פארגאנגענעם ליל שב"ק תיכף נאך מנחה, איז רבינו שליט"א ארויף אויפ'ן ארון הקודש מעוטף בטליתו, און ארויסגעברענגט מנהמת לבו הטהור זיין גרויס ווייטאג אויפ'ן מצב פון "אונזערע" הייליגע סאטמארע מוסדות אין די שטאט "קרית יטב לב" אין בלומינגבורג.
ווער נאך אזוי ווי איך - אלס תושב פון די שטאט קרית יטב לב - ווייס דעם שווערן מצב, מיטהאלטענדיג פונדערנאנט ווי די חברי הנהלת המוסדות מוטשענען זיך געפערליך טראגענדיג דעם לאסט פון א ריזן בודזשעט, פון דעם פארהעלטנימעסיג "יונגע מוסד". מיר תושבי העיר פרובירן די מערסטע זיך אנצושטערנגען מיט באצאלן שכר לימוד צייטליך אבער דאס איז ווייט נישט גענוג צו דעקן די ריזיגע קאסטן.

איך בעט דיר מיין פריינד
טו עס פאר'ן נאמען פון רבינו הק' זי"ע בגנזי מרומים וואס דער שטאט איז נקראת על שמו "קרית יטב לב"!
טו עס צו ממלא זיין דעם רצון פון רבינו שליט"א, להחיות נפש צדיק וואס דאס ענין איז אזוי ווייט נוגע ללבו!
טו עס פאר דיר אליינס! צו זיכער מאכן אז מיר האבן אן עתיד וואו צו מרחיב זיין גבולי הקדושה און אויפבויען אידישע הייזער לשם ולתפארת!

דריק יעצט דעם לינק
https://secure.cardknox.com/mosdossatmarofbloomingburg
און זיי מנדב לכל הפחות $100 כפקודת הקודש פון רבינו

HelpMe
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תגובהדורך HelpMe » מאנטאג מארטש 11, 2019 11:20 am

פארגאנגענעם ליל שב"ק תיכף נאך מנחה, איז רבינו שליט"א ארויף אויפ'ן ארון הקודש מעוטף בטליתו, און ארויסגעברענגט מנהמת לבו הטהור זיין גרויס ווייטאג אויפ'ן מצב פון "אונזערע" הייליגע סאטמארע מוסדות אין די שטאט "קרית יטב לב" אין בלומינגבורג.
ווער נאך אזוי ווי איך - אלס תושב פון די שטאט קרית יטב לב - ווייס דעם שווערן מצב, מיטהאלטענדיג פונדערנאנט ווי די חברי הנהלת המוסדות מוטשענען זיך געפערליך טראגענדיג דעם לאסט פון א ריזן בודזשעט, פון דעם פארהעלטנימעסיג "יונגע מוסד". מיר תושבי העיר פרובירן די מערסטע זיך אנצושטערנגען מיט באצאלן שכר לימוד צייטליך אבער דאס איז ווייט נישט גענוג צו דעקן די ריזיגע קאסטן.

איך בעט דיר מיין פריינד
טו עס פאר'ן נאמען פון רבינו הק' זי"ע בגנזי מרומים וואס דער שטאט איז נקראת על שמו "קרית יטב לב"!
טו עס צו ממלא זיין דעם רצון פון רבינו שליט"א, להחיות נפש צדיק וואס דאס ענין איז אזוי ווייט נוגע ללבו!
טו עס פאר דיר אליינס! צו זיכער מאכן אז מיר האבן אן עתיד וואו צו מרחיב זיין גבולי הקדושה און אויפבויען אידישע הייזער לשם ולתפארת!

דריק יעצט דעם לינק
https://secure.cardknox.com/mosdossatmarofbloomingburghttps://secure.cardknox.com/mosdossatmarofbloomingburg
און זיי מנדב לכל הפחות $100 כפקודת הקודש פון רבינו

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מאנטאג מארטש 11, 2019 11:53 am

ב"ה א שטארק מוצלח'דיגע קאמפיין
דאס איז א נייע סארט פאנדרעיזינג קאמפיין וואס בלומינגבורג האט אהערגעשטעלט
די רבי פערסענעל פארלאנגט אים צו העלפן, די דיינים און שמשים העלפן די רבי פערזענליך צו מצליח זיין מיט זיין צדקה אקציע.
.
דאסמאל האבן די ליטווישע גדולים געראטעוועט סאטמארע מוסדות פון צוזאמבראך :grin: :grin:

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מאנטאג מארטש 11, 2019 12:01 pm

רצון טוב האט געשריבן:דאסמאל האבן די ליטווישע גדולים געראטעוועט סאטמארע מוסדות פון צוזאמבראך :grin: :grin:

:smile:
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3007
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג מארטש 11, 2019 12:10 pm

ס'ווינדערט מיר אביסול די געדאנק פון מחייב זיין אלע ברוקלינע איינוואינער ארויסצוהעלפן בלומינגבורג. רוב שטאטישע איינוואינער מיטשענען זיך צו דעקן די מינימאלע הוצאות און וואינען פארקוועטשט און פארגלייך צו זייערע בלומינגבורגע ברידער, גייט מען זיי מחייב זיין ארויסצוהעלפן בלומינגבורג? מילא די בעלעבאטישע אידן, אבער וואס וויל מען פון די דורכשניטליכע פארדינער?

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » מאנטאג מארטש 11, 2019 12:22 pm

דריידל האט געשריבן:ס'ווינדערט מיר אביסול די געדאנק פון מחייב זיין אלע ברוקלינע איינוואינער ארויסצוהעלפן בלומינגבורג. רוב שטאטישע איינוואינער מיטשענען זיך צו דעקן די מינימאלע הוצאות און וואינען פארקוועטשט און פארגלייך צו זייערע בלומינגבורגע ברידער, גייט מען זיי מחייב זיין ארויסצוהעלפן בלומינגבורג? מילא די בעלעבאטישע אידן, אבער וואס וויל מען פון די דורכשניטליכע פארדינער?

ביי די טשערידי קאמפיין פון בלאבלאבלא האטסטו אויך געהאט די פראבלעם?

ישראל נתבעים ונותנים, בעטן מעג מען אייביג, אבער דער וואס האט באמת נישט איז טאקע פטור פון אריינטשיפן זיין אזוי אויך אנגעסווייפטע סי סי.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
וואס עפעס?
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מאנטאג מארטש 11, 2019 12:28 pm

איש האשכולות האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:דאסמאל האבן די ליטווישע גדולים געראטעוועט סאטמארע מוסדות פון צוזאמבראך :grin: :grin:

:smile:


שוין לאנג נישט געהערט אזא גוטס!
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

סקאטש
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 14, 2014 7:46 am

תגובהדורך סקאטש » מאנטאג מארטש 11, 2019 12:38 pm

דריידל האט געשריבן:ס'ווינדערט מיר אביסול די געדאנק פון מחייב זיין אלע ברוקלינע איינוואינער ארויסצוהעלפן בלומינגבורג. רוב שטאטישע איינוואינער מיטשענען זיך צו דעקן די מינימאלע הוצאות און וואינען פארקוועטשט און פארגלייך צו זייערע בלומינגבורגע ברידער, גייט מען זיי מחייב זיין ארויסצוהעלפן בלומינגבורג? מילא די בעלעבאטישע אידן, אבער וואס וויל מען פון די דורכשניטליכע פארדינער?


דורכאויס די יארן האט מען כסדר מחייב געווען אנ״ש סאטמאר מיט סכומים פאר פארשידענע צוועקן


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: דגל יהודה און 13 געסט