קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

די_אמת
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 21, 2011 2:16 pm

תגובהדורך די_אמת » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 6:13 pm

.
צוגעלייגטע
add yeshiva.pdf
(52.3 KiB) דאונלאודעד 182 מאל
תושב בלומינגבורג יצ"ו

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 696
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 6:20 pm

איז דאס די זעלבע ווי די קאריצער ישיבה, אדער רעדט מען שוין גאר פין א צווייטע ישיבה די זעלבע זמן אינעם קליינעם דערפל?
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.

יונה
שר האלף
תגובות: 1333
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 1:40 pm

דער מנהג פון כפרות איז געווארן דורכגעפירט על צד היותר טוב ווי אין די פארגאנגענע יאר'ן אויפן שול הויף אינעם טשעסטנאט רידז דיוועלאפמענט.

שפעטער האבן עטליכע אידן אליינס געלאזט בודק זיין און כשר געמאכט די עופות אויפן פלאץ. די גרופע בחורים וואס לערנן יעצט די הלכות אין א ספעציעלע חבורה מיט א חשובע דיין שליט"א, האבן יעצט געהאט א געלעגנהייט צוצוזעהן און מיטהאלטן די פראקטישע עבודה פון כשר מאכן אן עוף ווי עס דארף צו זיין.

עטליכע אידן האבן אליינס געברענגט עופות פון פארשידענע סארטן לעג הארן, קארניש וכו' עס געלאזט שחט'ן און אהיימגענומען כשר געמאכטע פלייש לכבוד יו"ט...

יה"ר עס זאל נתקבל ווערן לרחמים ולרצון לפני אדון כל אמן.
צוגעלייגטע
kapures1.jpg
kapures1.jpg (560.45 KiB) געזעהן 865 מאל
bodek.jpg
bodek.jpg (726.28 KiB) געזעהן 865 מאל
salt.jpg
salt.jpg (529.97 KiB) געזעהן 865 מאל

אוועטאר
אורח הכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

פרייליכע נייעס!

תגובהדורך אורח הכבוד » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 11:49 am

@SatmarHQ: Just in! Kehiluseiny is proclamating a exclusive "Lease to Buy" for 25 new houses in KYL development, applications will be right after Yom Tov.
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')



orechhakuved@gmail.com

I don't know
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 28, 2018 8:10 pm

תגובהדורך I don't know » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 12:22 pm

אורח הכבוד האט געשריבן:@SatmarHQ: Just in! Kehiluseiny is proclamating a exclusive "Lease to Buy" for 25 new houses in KYL development, applications will be right after Yom Tov.

אוי וויי דאס איז דאך נישט קיין גוטע נייעס, לכאורה מיינט דאס אז עס גייט נאך נעמען זייער לאנג ביז די AG ISSUE וועט ווערן געסאלפט.....

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6713
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 12:33 pm

IMG_2233.JPG
IMG_2233.JPG (162.64 KiB) געזעהן 393 מאל
וואו איז דָוִי?

יונה
שר האלף
תגובות: 1333
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 12:44 pm

I don't know האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:@SatmarHQ: Just in! Kehiluseiny is proclamating a exclusive "Lease to Buy" for 25 new houses in KYL development, applications will be right after Yom Tov.

אוי וויי דאס איז דאך נישט קיין גוטע נייעס, לכאורה מיינט דאס אז עס גייט נאך נעמען זייער לאנג ביז די AG ISSUE וועט ווערן געסאלפט.....

נאופ, דער פראגראם האט נישט קיין שום שייכות מיטן דיוועלאפער אדער מיט די עי-דזי עפפראוועל'ס, עס איז א פריוואטע אינטערנעמונג פון קהל יטב לב וואס איז געווארן ערמעגליכט דורך עטליכע וואוילטעטיגע עסקנים.

I don't know
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 28, 2018 8:10 pm

תגובהדורך I don't know » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 12:57 pm

יונה האט געשריבן:
I don't know האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:@SatmarHQ: Just in! Kehiluseiny is proclamating a exclusive "Lease to Buy" for 25 new houses in KYL development, applications will be right after Yom Tov.

אוי וויי דאס איז דאך נישט קיין גוטע נייעס, לכאורה מיינט דאס אז עס גייט נאך נעמען זייער לאנג ביז די AG ISSUE וועט ווערן געסאלפט.....

נאופ, דער פראגראם האט נישט קיין שום שייכות מיטן דיוועלאפער אדער מיט די עי-דזי עפפראוועל'ס, עס איז א פריוואטע אינטערנעמונג פון קהל יטב לב וואס איז געווארן ערמעגליכט דורך עטליכע וואוילטעטיגע עסקנים.


אויב קען מען קלויזען ביז א קורצע צייט וואס פעלט אויס די גאנצע אינטערנעימונג??

ווי אויך פארשטיי איך נישט וואס איז די אינטערנעימונג בכלל מצד די עסקנים, ס'גייט דאך ברענגען געלט פאר די דעוועלאפערס במילא לוינט זיך עס זייער פאר זיי אנשטאט זיצען מיט ליידיגע הייזער וואס קאסט געלט יעדע חודש וואס עס שטייט ליידיג.

יונה
שר האלף
תגובות: 1333
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 1:16 pm

I don't know האט געשריבן:אויב קען מען קלויזען ביז א קורצע צייט וואס פעלט אויס די גאנצע אינטערנעימונג??

ווי אויך פארשטיי איך נישט וואס איז די אינטערנעימונג בכלל מצד די עסקנים, ס'גייט דאך ברענגען געלט פאר די דעוועלאפערס במילא לוינט זיך עס זייער פאר זיי אנשטאט זיצען מיט ליידיגע הייזער וואס קאסט געלט יעדע חודש וואס עס שטייט ליידיג.

עס פעלט אויס ווייל עס איז דא אסאך אידן וואס קענען זיך נישט צאמקלויבן א דאונפעימענט וואוינענדיג אין שטאָט מיט די ריזיגע ראטעס. אזוי נאכן ארויסציען זיך פון שטאַט פאר א יאר צוויי איז עס פיל גרינגער ספעציעל ווען א שיינע חלק פון די 'רענט' ווערט גאר קרעידיט פאר די דאונפעמענט.

דער דיוועלאפער איז אין די ביזנעס פון פארקויפן דירות ער וויל נישט פארדינגן. ביי אן אסיפה אין שטוב פונעם סאטמארער רבי'ן מהרי''י שליט''א איז געווארן אויסגעהאמערט א דיעל אז די עסקני סאטמאר וועלן אנפירן מיט דעם פראגראם.

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1007
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 1:21 pm

פארוואס דארף מען נגידים אויב צאלט מען 325 אלף פלאס דריי אלפים א חודש?

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6713
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 1:42 pm

יונה האט געשריבן:עס איז דא אסאך אידן וואס קענען זיך נישט צאמקלויבן א דאונפעימענט וואוינענדיג אין שטאָט מיט די ריזיגע ראטעס. אזוי נאכן ארויסציען זיך פון שטאַט פאר א יאר צוויי איז עס פיל גרינגער ספעציעל ווען א שיינע חלק פון די 'רענט' ווערט גאר קרעידיט פאר די דאונפעמענט.

ווען איינער קויפט ווען יעצט א הויז [ווען מען קען ווען], וויפיל וואלט געווען די דאון?
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 1:53 pm

וויפיל איך פארשטיי, ווען איינער וויל יעצט קויפן א הויז וואלט עס געווען 305 באט דער איד קויפט נישט יעצט די הויז, ער לאקט אריין א פרייז פאר צוויי יאהר ארום, און לייגט אריין געלט פאר א דאון פעימענט חודשליך.

דאס איז א גיטע דיעל און ריעל עסטעיט פאר די קונה

עס איז דא וויליאמסבורגע עסקנים וואס ארבייטן דערויף פאר חדשים, מען האט געדארפט ברענגן די דיוועלאופערס צו מסכים זיין ווי אויך צו אויסארבייטען אלע פרטים אז די דיוועלאופערס זאלן זיין פארזיכערט מיט די דיעל, און זאלן נישט ארויסגיין מיט קיין שאדען

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2591
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 3:32 am

I don't know האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:@SatmarHQ: Just in! Kehiluseiny is proclamating a exclusive "Lease to Buy" for 25 new houses in KYL development, applications will be right after Yom Tov.

אוי וויי דאס איז דאך נישט קיין גוטע נייעס, לכאורה מיינט דאס אז עס גייט נאך נעמען זייער לאנג ביז די AG ISSUE וועט ווערן געסאלפט.....

דאס אליינס אז ס'קען נעמען פון א חודש ביס א יאר אדער מער איז גענוג סיבה פאר אזא פראגראם, ס'מיז נישט זיין אויף זיכער אז די AG issue גייט נישט ווערען געסאלווט פאר א יאר.

וויפיל פון די רענט גייט טארטס דאון פעימענט?
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 10:26 am

נישט פארגעסן צו מאכן א היתר עיסקא, לכאורה פאר ביידע צדדים.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2404
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 10:36 am

יאצמעך האט געשריבן:וויפיל פון די רענט גייט טארטס דאון פעימענט?

טויזענט פער מאנאט
בוי זיך זעלבסט


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: יש ברירה, כאפצעם, מטעמים און 12 געסט