בלאט 5 פון 526

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 12:54 pm
דורך שאינו יודע
280

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:03 pm
דורך שנאפס
די פרייז איז גאנץ פיין (גאנץ פיין? זייער ביליג!), יעצט דארף מען נאך זעהן צו עס איז דא וואס צו מאכן מיט די ב"ב אז זי זאל וועלן קומען..

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:07 pm
דורך שאינו יודע
איך האב שוין פראבירט, עס קוקט נישט אויס.

פרעג פארוואס

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:11 pm
דורך מאנ-יימער
פארוואס?

תושבי בלומינבורג

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:14 pm
דורך נחוניא
נעכטן בין איך אריינגעפארן קיין בלומינבורג, כאפן א בליק אויף דעם נייעם שטעטל.
ווי נאר די תושבים האבן געזען א איד, האבן זיי געקריצט מיט די ציינער...
איך האב ממש געמיינט אז עס הייבן באלד אן צו פליען שטיינער...
איך האב געהויבן פיס און זיך אפגעטראגן פון דארט...

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:22 pm
דורך שאינו יודע
מאנ-יימער האט געשריבן:פארוואס?

איך האב הנאה אז דו ביסט א וואויל קינד

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:32 pm
דורך צייטליך
נחוניא האט געשריבן:נעכטן בין איך אריינגעפארן קיין בלומינבורג, כאפן א בליק אויף דעם נייעם שטעטל.
ווי נאר די תושבים האבן געזען א איד, האבן זיי געקריצט מיט די ציינער...
איך האב ממש געמיינט אז עס הייבן באלד אן צו פליען שטיינער...
איך האב געהויבן פיס און זיך אפגעטראגן פון דארט...

די ציגעלע וועט זיך צוגעוויינען..

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:33 pm
דורך לאדיךארויס
פאר בלויז נאך 100 אלפים קען מען שוין וואוינען אין מאנרא...
קרית הרחבת הדעת איז א זעקסטל די פרייז!

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:59 pm
דורך שאינו יודע
ווי איז דאס קרית הרחוות הדעת? ווער מאכט עס?

עס איז לכאורה פוסטע רייד

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 2:03 pm
דורך פאטאקי08
לאדיךארויס האט געשריבן:פאר בלויז נאך 100 אלפים קען מען שוין וואוינען אין מאנרא...
קרית הרחבת הדעת איז א זעקסטל די פרייז!

שפאט ביליג פער סקווער פיס קעגן ווילי
אבער נאך אלץ צו טייער פאר א ארץ לא זרועה
אפשר איז טאקע דא דארט קלענערע דירות פאר ביליגער אויך?
אדער סאיז פשוט נאך נישט אפראוועד און מען האט פלענער אויף שפעטער?

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 2:05 pm
דורך שאינו יודע
לכאורה איז עס יעצט ביליגער צום אנהייבן.

איך טראכט ערענסט צו גיין, ווען נישט די פארן און קומען צו דער ארבייט איעדן טאג

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 2:11 pm
דורך מיללער
זייער דערפרייענדע נייעס, ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ, זל דער אייבירשטער שענקען פארן סאטמארער רבי'ן שליט"א ושלוחיו האנאמנים, צו זעהן נחת בפרי עמלם, אז דער שטעטל זאל בקרוב ווערן באזעצט מיט היימישע אידן, און אזוי ארום העלפן לינדערן דעם ריזיגען דירות מאנגל וואס נעמט ארום די היימישע ישובים אין גרעיטער ניו יארק.

עטליכע פונקטען/פראגען איבער דעם נייעם שטעטל:

1. דער ישוב געפינט זיך שוין אין סאליווען קאונטי פון ניו יארק, דאס איז שוין נאך אראנזש קאונטי, דאס מיינט אז פון א קאונטי פערספעקטיוו באלאנקט דער שטעטל אינאיינעם מיט סאוט פאולסבורג, גיבערס (וואודריזש..) און טאון/קאנטרי אלס גאנץ-יעריגע אידישע ישובים. און מיט רוב אידישע זומער קעמפס און קאנטריס (איך זאג עס כלפי פאליטיקסאון לאוקעל גאווערמענט אפישעלס)

2. בלומינגבורג איז א פיצינקע ווילעזש וואס האט אינעם 2010 צענזוס פארמאגט בלויז 420 איינוואונער, דער טאון הייסט מאמעקעטינג. איז דער נייער שטעטל אין די ווילעזש גרעניצען? אויב יא איז דער חשבון פשוט אז ביי די קומענדיגע וואלען נאכדעם וואס קרית יטב לב ווערט באזעצט, גייט אי"ה זיין א חסידישער מעיאר; מצילי אש, סקול דיסטריקט וכו' (און די גוים קענען זוין גיין זוכען א נייע דירה).

3. מיט אפאר וואכן צוריק איז אין 'די צייטנג' ערשינען א בילד פון א ארטאדאקסישער דעוועלאפער פון בלומינגבורג, און א באריכט איבער לעגאלע אנשטויסענישען וואס ער האט מיט די לאקאלע באהערדע, איז דאס דער זעלבער דעוועלאפמענט אדער מ'רעדט פון נאך א שיכון/קריה?

4. דער טאון אוו מאמעקעטינג האט געצייגט א צענזוס פון צוועלף טויזנט איינוואונער אין יארע 2010, אויך די טאון הערשאפט קען בקרוב ווערן איבערגענומען דורך די חרדיזאציע.

5. אין מאמעקעטינג איז פארהאן א גרויסע מאוומענט פון די ענווייראמענטאליסען וועלכע פרעזערווירען לאנד אלס "אפען ספעיס" ד.ה. זיי רעגיסטרירען הונדערטער טויזנטער אקער לאנד ביי די רעגירונס אלס שטחים וועלכע טארן קיינמאל נישט דעוועלאפט ווערן. דאס מיינט אז די חברה גייען ווארשיינליך קעמפען מיט ציין און נעגל קעגן די נייע דעוועלאפמענט. מיר ווייסן אבער פונעם עוצו עצה וצופר וכו', אויף ביי קרית יואל האט מען זיך געדארפט קעמפן מיט די שכינים וכו'

6. עס איז צו ערווארטן אז א גרויסע שוואונג פון מופערס וועלן קומען פון קרית יואל, ווייל די זענען די נענסטע צום נייעם שטעטל, איז דא באגרעניצונגען ווער עס מעג קומען דארט וואונען?

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 2:19 pm
דורך פליגל
שאינו יודע האט געשריבן:לכאורה איז עס יעצט ביליגער צום אנהייבן.

איך טראכט ערענסט צו גיין, ווען נישט די פארן און קומען צו דער ארבייט איעדן טאג

לאמיר מאכן א חשבון; עסט אריינפארן איעדן טאג מיטן באס, דארט וועסטו לערנען אביסל און דאווענען, עס נעמט די זעלבע צייט ווי דאס וואס דו טוסט איעדן טאג דא אין שטאט, וועסט אויך קענען קלאצן אביסל אויפן באס. אויב איז דאס דיין איינציגסטע פראבלעם און סוף יאר העסטו זען דעם חילוק וויפיל דו האסט'ך געשפארט מיינ'ך אז דו וועסט אנדערש רעדן.

לייג מיר אוועק א שטוב, כ'קום צו דיר אויף שבת שקלים.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 2:22 pm
דורך צייטליך
לאדיךארויס האט געשריבן:פאר בלויז נאך 100 אלפים קען מען שוין וואוינען אין מאנרא...
קרית הרחבת הדעת איז א זעקסטל די פרייז!

די טענה איז נישטא זינט די שטעטל איז נישט פאר די אלגעמיינע גאס. עס ווערט געבויעט דורך א חסידות/פארטיי וואס די איינוואינער (בעז"ה) ווילן אהינגיין דארט בדווקא.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 2:23 pm
דורך מיללער
אקעי כ'האב געטראפן דעם פאלנדען נייעס ארטיקל פון א יאר צוריק:
http://www.gunkjournal.com/2012/05/24/news/1205243.html

טייל פון מיינע פראגעס ווערן פארענטפערט; דער שטח איז אין די ווילעזש גרעניצען, דער דעוועלאפער איז טאקע דער זעלבער שלום לאמם, דער שטח איז געווארן אנעקסירט צום ווילעזש אין 2006 (ווארשיינליך אלס צוגרייטונג פון דעם דעוועלאפמענט)

דא קען מען זעהן טייל פון די פלענער און נאך פארשידענע דאקומענטן איבער דעם שטעטל:
http://www.chestnutridgeseqra.com/

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 2:24 pm
דורך בעל דעת
איך וויל פרעגען א צווייטע שאלה חוץ דע 100,000 דאלער ביליגער איז דא נאך עפעס מעלות איבער קרית יואל . וואס איז שוין א געבויטע שטאט מיט 3 מוסדות,3בתי חיים,60 בתי מדרשים,8 גראסעריס, נאר 60 מייל פון שטאט?

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 2:32 pm
דורך מיללער
דאס איז דער רעקארד ארטיקל וואס איז געווען אין 'די צייטונג' יענע וואך, מיטן בילד פון ר' שלום לאמם ביים איבערקוקען די פלענער פונעם נייעם בית חינוך לבנות - בית רחל אהל אלטא פיגא שע"י קרית יטב לב ד'סאטמאר (מהרי"י):
http://www.recordonline.com/apps/pbcs.d ... /308270321

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 2:44 pm
דורך ציקוועטשטער
די_אמת האט געשריבן:ווער עס וויסט עפעס וועגן דעם, זאל ביטע זאגן

goo.gl/maps/QXD14

אפירגעקראצט דע לינק צי די נייע שטעטל פון דעם פותח האשכול נ"י

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 2:54 pm
דורך שאינו יודע
בעל דעת האט געשריבן:איך וויל פרעגען א צווייטע שאלה חוץ דע 100,000 דאלער ביליגער איז דא נאך עפעס מעלות איבער קרית יואל . וואס איז שוין א געבויטע שטאט מיט 3 מוסדות,3בתי חיים,60 בתי מדרשים,8 גראסעריס, נאר 60 מייל פון שטאט?

אין קרית יואל קאסט נישט א דירה מער ווי 380?

און יא עס האט א מעלה, א פלאץ ווי יעדער איז איינקרווארטירט, איזשווערער פאר א גאסט אנצוקומען, אן משפחה, משא"כ אין א שטעטל,

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 2:55 pm
דורך שאינו יודע
פליגל האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:לכאורה איז עס יעצט ביליגער צום אנהייבן.

איך טראכט ערענסט צו גיין, ווען נישט די פארן און קומען צו דער ארבייט איעדן טאג

לאמיר מאכן א חשבון; עסט אריינפארן איעדן טאג מיטן באס, דארט וועסטו לערנען אביסל און דאווענען, עס נעמט די זעלבע צייט ווי דאס וואס דו טוסט איעדן טאג דא אין שטאט, וועסט אויך קענען קלאצן אביסל אויפן באס. אויב איז דאס דיין איינציגסטע פראבלעם און סוף יאר העסטו זען דעם חילוק וויפיל דו האסט'ך געשפארט מיינ'ך אז דו וועסט אנדערש רעדן.

לייג מיר אוועק א שטוב, כ'קום צו דיר אויף שבת שקלים.

די שאלה אויב ראש האוער'ס וועט עס דויערן דריי שעה, פארגעס נישט, עס איז א האלבע שעה ווייטער פון קרית יואל, אן טרעפיק

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 2:55 pm
דורך מיללער
שנאפס האט געשריבן:דעקל פון "דער איד" ערב סוכות אויסגאבע

photo.JPG

איז שייך ארויפצולאדענען דעם גאנצן ביילאגע?

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 2:56 pm
דורך בעל דעת
שאינו יודע האט געשריבן:
בעל דעת האט געשריבן:איך וויל פרעגען א צווייטע שאלה חוץ דע 100,000 דאלער ביליגער איז דא נאך עפעס מעלות איבער קרית יואל . וואס איז שוין א געבויטע שטאט מיט 3 מוסדות,3בתי חיים,60 בתי מדרשים,8 גראסעריס, נאר 60 מייל פון שטאט?

אין קרית יואל קאסט נישט א דירה מער ווי 380?

און יא עס האט א מעלה, א פלאץ ווי יעדער איז איינקרווארטירט, איזשווערער פאר א גאסט אנצוקומען, אן משפחה, משא"כ אין א שטעטל,

דאס הייסט יעדע צוויי יאר וועט מען מיזן מאכן א נייע שטעטעל כדי נישט צי הייסען א גאסט?
ב"ה מען האט שוין ענדליך געכאפט פראבליעם פארוואס דער עולם וויל זיך נישט אוועקציען פין וויליאמסבורג

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 2:57 pm
דורך שנאפס
מיללער האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:דעקל פון "דער איד" ערב סוכות אויסגאבע

photo.JPG

איז שייך ארויפצולאדענען דעם גאנצן ביילאגע?

אויב די רעדאקציע פון דער איד וועט מסכים זיין

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 2:58 pm
דורך שנאפס
בעל דעת האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:
בעל דעת האט געשריבן:איך וויל פרעגען א צווייטע שאלה חוץ דע 100,000 דאלער ביליגער איז דא נאך עפעס מעלות איבער קרית יואל . וואס איז שוין א געבויטע שטאט מיט 3 מוסדות,3בתי חיים,60 בתי מדרשים,8 גראסעריס, נאר 60 מייל פון שטאט?

אין קרית יואל קאסט נישט א דירה מער ווי 380?

און יא עס האט א מעלה, א פלאץ ווי יעדער איז איינקרווארטירט, איזשווערער פאר א גאסט אנצוקומען, אן משפחה, משא"כ אין א שטעטל,

דאס הייסט יעדע צוויי יאר וועט מען מיזן מאכן א נייע שטעטעל כדי נישט צי הייסען א גאסט?

ווי לאנג שטייט שוין קר"י? עס נעמט בערך דרייסיג יאר...

יא. חסידות.