די חסידישע שטעטל אין בלומינגבורג, ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

תגובהדורך היפאקריט » מיטוואך אוגוסט 14, 2013 7:07 pm

lebediger berel האט געשריבן:כ'וויל נישט אוועק פארן פון די נושא, אבער איך האב נאר 5 אפציעס, אפשר איז דא א אשכול ווי מ'קען זען וויאזוי משרייבט אזעלכע תגובות.


א א א א א א א א א א א א א א א א א א א א א א א א א א א א א א א א א

(קרעדיט: מ"ס עקסעל)

די אפציעס שטעלן צו א סייז, איר קענט טוישן די נומערן פונעם סייז

קאוד: וועל אויס אלע

[size=85]קליין [/size]נישט קליין [size=125]אביסל גרויז[/size] [size=150]גרויס [/size] [size=160]עטוואס גרעסער[/size] [size=175]נאך גרעסער[/size] [size=200]ריזיגדיג[/size]
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
viewtopic.php?p=750174#p750174

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7803
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך אוגוסט 14, 2013 8:03 pm

שוין מען קען זיך שוין בארואיגען איך האב געטוישט דיין תגובה עס זאל זיין ליינבאר, און אויך צוטיילט לויט שטיקל ביי שטיקל.

פריי זיך
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2013 12:19 pm

תגובהדורך פריי זיך » מיטוואך אוגוסט 14, 2013 8:24 pm

ס'זעהט אויס ווי די אידן גייען ארויס פון מצרים

אוועטאר
פלעכטער
שר האלף
תגובות: 1981
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

תגובהדורך פלעכטער » מיטוואך אוגוסט 14, 2013 8:49 pm

וואס זעהט אויס? איך זעה גארנישט

פריי זיך האט געשריבן:ס'זעהט אויס ווי די אידן גייען ארויס פון מצרים
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!

פריי זיך
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2013 12:19 pm

תגובהדורך פריי זיך » מיטוואך אוגוסט 14, 2013 8:51 pm

קוק גוט און לאז די דמיון לויפן

אוועטאר
פלעכטער
שר האלף
תגובות: 1981
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

תגובהדורך פלעכטער » מיטוואך אוגוסט 14, 2013 9:02 pm

דאס איז קראנטע שטעטל, ביודעי ומכירי קאמינא
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!

שמחת החיים
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
לאקאציע: אין א ערליך אידיש הארץ

תגובהדורך שמחת החיים » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 3:46 pm

פלעכטער האט געשריבן:דאס איז קראנטע שטעטל, ביודעי ומכירי קאמינא

שקויעך פלעכטער פארן מאכן דעם יו-טוירן צוריק צום נושא. העליך אויך צוגעבן אביסל געז.

סיריעסלי, אויף ווען קען מען עקספעקטן צו זעהן עפעס זאכליכע זאכן אויף למעשה מיט סיי וועלכע פון די אלע קראנטע שטעטלעך/געגנטער?
אז דו וועסט לעבן פרייליך וועסטו זיך פרייען אז דו לעבסט...

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6392
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 4:03 pm

איך ווייס נישט פארוואס אבער ביזדערווייל האט זיך נאכנישט אויסגעארבעט קיין שום נייע געגעט...... אפשר זאל מען זיכען נאנט צו די סיטי און א באוינטע געגנט אויב מען קען אפקויפן אפילו 100 הייזער אין ציביסלעך וועט עס גרעסער ווערן
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10553
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 4:16 pm

דאס האט מען שוין געטוהן אין בעד-סטיי, ס'ווערט טאקע גרעסער מיט יעדן פארבייגייענדן יאר...
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3194
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 4:18 pm

אין סאיז נאך טייערער ווי אויף ליע עוו

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10553
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 4:20 pm

בכלל נישט!
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

שמחת החיים
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
לאקאציע: אין א ערליך אידיש הארץ

תגובהדורך שמחת החיים » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 4:22 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:בכלל נישט!

אויב דאס הייסט נישט טייער וואס הייסט יא?? וויפיל רענט גייסטו צאלן אין בעד סטיי?
אז דו וועסט לעבן פרייליך וועסטו זיך פרייען אז דו לעבסט...

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10553
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 4:23 pm

שמחת החיים האט געשריבן:
מאנ-יימער האט געשריבן:בכלל נישט!

אויב דאס הייסט נישט טייער וואס הייסט יא?? וויפיל רענט גייסטו צאלן אין בעד סטיי?

טייער איז עס, נישט טייערער ווי אויף לי עוו.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2023
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 5:32 pm

שמחת החיים האט געשריבן:
פלעכטער האט געשריבן:דאס איז קראנטע שטעטל, ביודעי ומכירי קאמינא

שקויעך פלעכטער פארן מאכן דעם יו-טוירן צוריק צום נושא. העליך אויך צוגעבן אביסל געז.

סיריעסלי, אויף ווען קען מען עקספעקטן צו זעהן עפעס זאכליכע זאכן אויף למעשה מיט סיי וועלכע פון די אלע קראנטע שטעטלעך/געגנטער?


די דעוועלאפער פון דעם בלומענבערג זאגן צו אויף ביז א יאר, כ'ווייס נישט פונקטליך וויפיל דירות אבער א גאר גרויסן סכום פון העכער הונדערט.

יעצט איז אזוי, אויב זאלן זיי קומען מיט לאמיר זאגן הונדערט פופציג פארטיגע דירות, בית חינוך לבנים ולבנות, וכו', און עס פרעזענטירן פארן עולם קומענדיגן יאר וועט דאס זיין א זאך וואס קיינער האט נאך נישט געטון ביז יעצט.

עס דערמאנט די אלטע מעשה, ווען א פויער מיט די פויערטע האבן זיך געקריגט וואס קומט קודם די הינדל אבער די אייער, איינער האט גע'טענה'ט אנעם הינדל איז דאך נישטא קיין איי, און דער אנדערער האט צוריק געשאסן אבער אנעם איי איז דאך נישט דא קיין הינדל... לענינינו ס'איז דא א פלוגתא וואס דארף קודם זיין הייזער אדער קונים, איינער טענה'ט אז אן א קונים קען איך נישט צושטעלן קיין הייזער, און דער אנדערער טענה'ט פארקערט, אז ס'איז נישטא קיין הייזער וועט נישט זיין קיין קונים דארף מען קודם זען די הייזער....

עד שבא...
ביז איין גרופע אינוועסטירער האבן זיך געמאכט דעם חשבון אז ס'לוינט צו מאכן א יד אחת מיט ר' משה שמילאוויטש און זיי גייען אהער שטעלן א גרויסע סכום דירות מיט אלע צוגעהערן פון "זייער" געלט, און זאגן פארן עולם כזה ראה וקדש, דאס איז דאס, ווילט עטץ קויפטס און אז נישט וועלן מיר די דעוועלאפער זיצן דערמיט און לעקן די וואונדן, (אזוי איז טאקע געווען מיט די 32 סוואן לעיק דירות, אבער ס'נאר געועון 32, און ס'איז נישט געווען צוגעשטעלט קיין מוסדות)

דער אמת איז ס'נישטא וואס זיך מתווכח צו זיין איבער דעם, איך וואלט בכלל נישט געשריבן דערוועגן ווייל דאס איז בבחינת "ונזכה ונחי' ונראה" מען בעט דאך פון קיינעם גארנישט, נישט קיין דעפאזיט, נישט קיין ביינדער, אפילו נישט קיין הונדערטער חלום טוב געלט, איך האב נאר געשריבן דא קודם כדי צו שטיל מאכן דאס גערעדעכץ, מען האט געוואלט ברענגען פונקטליך די לאקאציע און בילדער, און כ'האב געוואלט ארויס ברענגען מיין עקספיריענס אז ס'טויג נישט, ווייל פון דא גייט עס צו אנדערע פלעצער ווי ס'איז בכלל נישט הילפבאר כמבואר לעיל.

איך רוף זיך נאר אן יעצט נאכאמאל ווייל די וואס מאכן אוועק די זאך רעדן שלא בדבר ווייל ס'איז פשוט נאך קיינמאל נישט געווען אזא מין פראיעקט, און מיר מוזן געבן קרעדיט, מחזק זיין, און... ווארטן, און לויט ווי זיי האבן צוגעזאגט פאר א מנהיג עדה גדולה וועט מען נישט דארפן ווארטן לאנג, און אזוי זעט אויך אויס פון די פארשריט וואס זיי מאכן טעגליך.

נ.ב. ולהשתיק פי ה"שווארץ קוקער, וה"אלץ ווייסער" וויל איך אויפמערקזאם מאכן אז כ'וואלט געקענט שרייבן אסאך אסאך מער פרטים וואס ווייזט אז דער פראיעקט איז מער ווי אלע פריערדיגע פי כמה, היינט אליין האב איך באקומען א לעבעדיגן באריכט פונעם פלאץ און ס'האט זיך געריקט פאראויס מיט טריט וואס מיר פלעגן רופן אין חדר "דזשאני סטעפס" כ'קען נאר נישט מאריך זיין צוליב די סיבה שהבאתי לעיל, און כ'פרוביר צו שפאצירן צווישן די טראפן, ווייל ס'איז אויך נישט קיין תכלית אז מ'זאל אוועקמאכן, און קאלט מאכן די עסקנים ותומכיהם, דעריבער פרוביר איך צו זאגן וויפיל איך שפיר אז ס'קען נישט שאטן צום פראיעקט. אבער נישט מער.

דיסקלעימער: מיין איינציגע טובת הנאה וואס כ'האב פונעם פראיעקט איז אז דירות אין קרית יואל, מאנסי וועלן זיין צוגענגליכער, און אז אנדערע אידן וועלן געהאלפן ווערן, כ'האב נישט קיין שום פינאנציעלע בענעפיט פון דעם פראיעקט, און כ'פלאן נישט בשום אופן דארט צו וואוינען.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2023
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 5:51 pm

דארפסמאן האט געשריבן:איך ווייס נישט פארוואס אבער ביזדערווייל האט זיך נאכנישט אויסגעארבעט קיין שום נייע געגעט...... אפשר זאל מען זיכען נאנט צו די סיטי און א באוינטע געגנט אויב מען קען אפקויפן אפילו 100 הייזער אין ציביסלעך וועט עס גרעסער ווערן


אט דאס האט מען געטון אין ראקלענד קאונטי ניו יארק, ויקרא שמו בישראל מאנסי והגלילות, שטוינענד נאנט צו די "סיטי",(יעצט גע,גוגלט, ארום דרייסיג מייל פערציג מינוט, ווענדט זיך פונקטליך פון וואו צו וואו) אויב מוזט איר נישט וואוינען אין ברוקלין ווייל אייער שוויגער האט קאנטראל אויף אייך זענט איר מכובד צו נעמען עדווענטידזש, אויב האלט איר אז ס'איז דא דערין געוויסע חסרונות, לאז איך אייך וויסן אז די 100 הייזער פון וואס איר רעדט וועט אויך האבן געוויסע חסרונות.

אויב ווייסט איר נישט וואיאזוי מ'קומט אן דערצו קענט איר קליקן דא אין אייוועלט איז דא כסדר א "בענער" פון פרעסטידזש, פארבינד זיך מיט זיי, אויב האלט איר אז ס'איז דא דערין געוויסע חסרונות, לאז איך אייך וויסן אז די 100 הייזער פון וואס איר רעדט וועט אויך האבן געוויסע חסרונות. (הנהלה, קאמישען ביטע... :lol: )
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

תגובהדורך היפאקריט » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 5:56 pm

אנשולדיגט פאר שוין ווידער פאקריכן... אבער כ'זעה נישט קיין בענער
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
viewtopic.php?p=750174#p750174

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 5:57 pm

איז שוין געווען אמאל א פראיעקט ווי די אין בלומבערג אדער די אין מאנטיסאלא וואס א "חסידות" איז געשטאנען אונטער דעם?

כ'מיין אז דאס מאכט זייער אסאך אויס. און קיינער זאל נישט ברענגען קאנארסי, ווייל דארט איז געווען אנדערע סיבות פארוואס ס'האט זיך נישט אויסגעארבייט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2023
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 6:01 pm

היפאקריט האט געשריבן:אנשולדיגט פאר שוין ווידער פאקריכן... אבער כ'זעה נישט קיין בענער


ס'הייבט זיך אן ווער גייט נישט אין קאנטרי דעם זומער ווען מ'קליקט קומט מען אן צו דעם לינק
http://prestigecondominiums.com/
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2023
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 6:04 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:איז שוין געווען אמאל א פראיעקט ווי די אין בלומבערג אדער די אין מאנטיסאלא וואס א "חסידות" איז געשטאנען אונטער דעם?

כ'מיין אז דאס מאכט זייער אסאך אויס. און קיינער זאל נישט ברענגען קאנארסי, ווייל דארט איז געווען אנדערע סיבות פארוואס ס'האט זיך נישט אויסגעארבייט.


כ'פארשטיי נישט וואס איר זאגט, א שאלה, א סטעיטמענט ביטע זייט זיך מסביר.
נ.ב. כ'וועל נישט אריין גיין צו אין בלומענבערג (קרית שמילאוויטש) איז דא א חסידות צו נישט, איינס, צוליב די טעמים המבוארים, צוויי, ווייל נאכדעם וואס די הייזער שטייען גרייט כמובא לעיל, קען זיך דאך אלעס טוישן, אויב זעט ער ס'פארקויפט זיך נישט איין וועג קען ער גיין צום צווייטן וועג, און אז ס'איז פארקויפט איז דאך געלונגען.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7772
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 6:06 pm

יישר כם בערלע פאר די אפדעיטס.

גם אני בחלומי.. ווייס פון א פראיעקט וואס וואלט שוין געקענט שטיין, ווען נישט די פרסום פון די וואס מאכן נישט מציצה בפה.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 6:08 pm

lebediger berel האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:איז שוין געווען אמאל א פראיעקט ווי די אין בלומבערג אדער די אין מאנטיסאלא וואס א "חסידות" איז געשטאנען אונטער דעם?

כ'מיין אז דאס מאכט זייער אסאך אויס. און קיינער זאל נישט ברענגען קאנארסי, ווייל דארט איז געווען אנדערע סיבות פארוואס ס'האט זיך נישט אויסגעארבייט.


כ'פארשטיי נישט וואס איר זאגט, א שאלה, א סטעיטמענט ביטע זייט זיך מסביר.
נ.ב. כ'וועל נישט אריין גיין צו אין בלומענבערג (קרית שמילאוויטש) איז דא א חסידות צו נישט, איינס, צוליב די טעמים המבוארים, צוויי, ווייל נאכדעם וואס די הייזער שטייען גרייט כמובא לעיל, קען זיך דאך אלעס טוישן, אויב זעט ער ס'פארקויפט זיך נישט איין וועג קען ער גיין צום צווייטן וועג, און אז ס'איז פארקויפט איז דאך געלונגען.

ווי איך פארשטיי איז די צוויי פראיעקטען עמטליך פון חסידות'ער, און כ'מיין אז דאס גיט עס א סאך גרעסערע שאנס מצליח צו זיין.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 6:10 pm

און פאר כ'פארגעס טאקע, ריזען דאנק בערעלע פארן אפדעיט. אז ס'וועט זיך אויסארבייטען, וועט עס זיין א חלק אייער זכות פארן ארויסהעלפען.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2023
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 6:23 pm

כ'האב פארגעסן צו שרייבן דאנקע שיין פאר אלע וואס האבן מיר געדאנקט ביז אהער
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4128
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 6:27 pm

איז נישט בעיסוואטער געווען פון א חסידות?
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2023
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 6:32 pm

לוי יצחק האט געשריבן:איז נישט בעיסוואטער געווען פון א חסידות?


דער אשכול פארפארט, אבער לענינינו, וויפיל דירות "איז געשטאנען גרייט" אין בעיסוואטער איידער מ'האט געבעטן געלט? וואו איז געווען די תלמוד תורה? די מיידל שולע? מה ענין שמיטה אצל הר סיני?
אז מ'לעבט דערלעבט מען


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 22 געסט