קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

מ'האט באקומען די סי אוו או ממש א טאג פריער, און ס'איז נישט שייך געווען זיך צו גרייטן און פלאנירן.

17 מעיפל איז סך הכל געווען א דיינונג רום מיט א גאראדזש און איז שוין געווען פיל עד אפס מקום, ממילא האט מען ווי פארשטענדליך זיך געיאגט אריינצוגיין די ערשטע מינוט וואס מ'האט נאר געקענט.

אויסער דעם, מ'רעדט נישט דא פונעם גרויסן שטאטישן ביהמ"ד, ס'איז סך הכל א צייטווייליגע ביהמ"ד פאר בלויז 2 יאר - בעיקר פאר די תושבי שכונת טשעסנאט רידזש - און די וואס וואוינען אינדרויסן (לעת עתה א מערהייט פון שטאט) דאווענען עפ"י רוב אין היקארי אדער אין נאדבורנא.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

סאיז ווערט צו באגריסן אין די אשכול חברינו היקר הרב "שכל'דיג" צו זיין טויזענסטע תגובה
עס איז באמת א געשמאק צו אייך האבן אויף אייוועלט בכלל און אין די אשכול מיט אייערע בילדער בפרט
כה לחי!!
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

מר. נקדימון שלום לאמ'ס שותף [וואס האט געמאכט א דיעל מיט די אויפארשער] האט באקומען 6 חדשים טורמע, אין אוטוסוויל.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
11205 My opinion
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 11205 My opinion »

יעצט געהערט פון א חבר מיינע וואס האט זיך באטייליגט ביי די מעמד קביעת מזוזות פאריגע וואך אז סיגוט׳ר רב האט בתוך דבריו ארויסגעברענגט אז דאס שטעטל איז ממש ווי א כולל, אז אפילו ווען מען שמועסט ציווישען זיך איז אלעס ארום גיוס בני הישיבות, כשרות העופות אדג אין נישט פון סתם וועלטליכע ענינים.
איז דאס ממש אזוי?
אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2233
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכל'דיג »

נודה לך האט געשריבן:סאיז ווערט צו באגריסן אין די אשכול חברינו היקר הרב "שכל'דיג" צו זיין טויזענסטע תגובה
עס איז באמת א געשמאק צו אייך האבן אויף אייוועלט בכלל און אין די אשכול מיט אייערע בילדער בפרט
כה לחי!!

שכוח פאר דיין באגריסונג... איך האב אפילו נישט באמערקט אז די נומער האלט שוין ביי 1000...

מיר וואונטשן די נייע חסידישע שטעטל בלומינגבורג זאל שנעל דערגרייכן די נומער 1000 תושבים...

כלל ישראל קוקט ארויס אויף אייך...
עס איז קלאָר יא געווען א געיט אין מירן דורך די ציוניסטישע פאליציי ר"ל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

11205 My opinion האט געשריבן:יעצט געהערט פון א חבר מיינע וואס האט זיך באטייליגט ביי די מעמד קביעת מזוזות פאריגע וואך אז סיגוט׳ר רב האט בתוך דבריו ארויסגעברענגט אז דאס שטעטל איז ממש ווי א כולל, אז אפילו ווען מען שמועסט ציווישען זיך איז אלעס ארום גיוס בני הישיבות, כשרות העופות אדג אין נישט פון סתם וועלטליכע ענינים.
איז דאס ממש אזוי?

נישט ממש אזוי, אבער נאנט דערצו, למשל פון סעקשאן אכט שמועסט מען אסאך דארט...
11205 My opinion
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 11205 My opinion »

מיללער האט געשריבן:

לויט ווי איך פארשטיי איז דאס א פלאץ מיוחד פאר כולל אינגעלייט אין נישט אזוי ווייט פאר בעלי בעתישע אינגעלייט
אפילו די אינגעלייט וואס ארבעטען איבערן טאג שמועסן לכאורה אויך כולל נייעס
איך מיין אז סיגוטע רב האט ארויס פינקטליך די זאך.
אדרבה ווייסט איינער אנדערש?
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

דאס איז פארשטייט זיך געזאגט געווארען אויף די יעצטיגע איינוואוינער
ווייל און פאזע 2 זענען שוין יא דא בעלי בעתישע. מפי השמועה....
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

דאס פלאץ איז נישט מיחוד פאר קיינעם, עס איז אפען פאר יעדן צו קויפן אן דיסקרימינאציע.

ביידיוועי בלומינגבערג איז א געגנט נישט ווייט פון וויליאמסבורג-קרית יואל-מאנסי-בארא פארק.. די איינוואוינער זענען מענטשן וואס האבן נישט לאנג צוריק געוואוינט אין איינע פון די געגענטער.. און פירן זיך ווייטער אויפן זעלבן שטייגער בשם לשון ומלבוש..

מ'רעדט די זעלבע שפראך, דאווענט די זעלבע נוסח, די זעלבע סארטן קאפעליטשן, די מעטע-דיפ, קוגל און גאלא איז אויך זייער ענליך וכו' וכו'
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

העיקר, באגעבאס איז דא דארט?
געשטימט פאר ראשעק הול
11205 My opinion
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 11205 My opinion »

יונה האט געשריבן:דאס פלאץ איז נישט מיחוד פאר קיינעם, עס איז אפען פאר יעדן צו קויפן אן דיסקרימינאציע.

ביידיוועי בלומינגבערג איז א געגנט נישט ווייט פון וויליאמסבורג-קרית יואל-מאנסי-בארא פארק.. די איינוואוינער זענען מענטשן וואס האבן נישט לאנג צוריק געוואוינט אין איינע פון די געגענטער.. און פירן זיך ווייטער אויפן זעלבן שטייגער בשם לשון ומלבוש..

מ'רעדט די זעלבע שפראך, דאווענט די זעלבע נוסח, די זעלבע סארטן קאפעליטשן, די מעטע-דיפ, קוגל און גאלא איז אויך זייער ענליך וכו' וכו'

הרב יונה,
איך האב נישט קיין ה״א אז מענטשען וואס מופן ארויס אהין פארלירען די אפעטיט צו גאלע אדער טוישען זיך די הוט פאר א שטרויענעם הוט,
איך מיין די פוינט אז די אויר אין די טאן דארט איז נישט פארן בעל בתיש׳ן אינגערמאן
עס האט זיך אוועקגעשטעלט צו זיין א קיבוץ פון כולל אינגעלייט וכמו כולל אינגעלייט פון גאנץ ניו יארק.
סיגוטע רב האט געגעבן א סטיעטמינט!
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

קענענדיק די עולם דארט גיט בין איך מסכים מיטן סיגוטער רב 100 פראצענט
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

אה אנטשולדיגט ס'האט זיך מיר געדאכט אז איר 'פרעגט' ווייל איר ווילט וויסן, אן אנדערס מאל אז איר ווילט עפעס מעלדן שרייבט עס נישט בלשון שאלה. (ס'קען אויך זיין מיט דיין אלטע ניק, מ'וועטט אייך נישט ארויסווארפן פאר דעם...)
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

פון ר' יונה' ס רעאקציע איז משמע אז סיגוטער רב האט עס גענאגלט
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

ער האָט גענאגלט א מזוזה. גארנישט גערעדט פון קיין כולל
סך הכל זיך געווערטלט פון די טשיקענס און גיוס טענה'רייען
11205 My opinion
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 11205 My opinion »

הרב יונה,
מתוך דבריך נראים שמאנשי בלומיגבורג אתה,
ולכן אדרבה זאגט אייער אפיניען איבער די נושא,
פון אייער ארום דרייען פון די נושא שמעק זיך א שטארקע שתיקה כהודאה ולכן האב איך פארשטאנען עס איז א ריכטיגע סטיעטמינט
גליקליכער
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 2:02 pm
לאקאציע: עיר התורה והחסידות בלומינגבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליקליכער »

שטותים ונפלאות!

פון איבער 120 משפחות קע"ה איז דא פון אלע סארטן, פון כאניאקישע כולל אינגעלייט, ביז געביגלטע שיינע סוט ביזנעסלייט, פון ארבייטער וואס יאגן זיך פון ערשטן מנין צום דזשאב אדער צו עפענען זייערע אפיסעס, ביז עמעזאן לייבן און ריעל עסטעיט אגענטן, און יעדער רעדט וועלכע נושא עס איז אים צום הארצן, די לופט איז זייער א נארמאלע און געשמאקער.
איינער מאלט טראמפ אירמע און כאזע, ווען אן אנדערער וויל דוקא וויסן ווער איז די זיידע פון די בראקל אדער באבע פון די ראק קורניש, א אנדערע ציבור שמועסט דורך וויזאוי אויפצוהייבן די רעיטינג פון עמעזאן אקאונטס און ליגן אייביג פון אויבן, און אנדערע שמועסן פון די מארגעדזש ראטעס וואס די פעדעראלן ווילן שוין ווייטער הייבן, אין ווינקל קאכן אפאר אינגעלייט אין די "זכרו" סוגיא", און אנדערע טענה'ן זיך מיט'ן דיין אין הלכות חלב עכו"ם,

א שטאט ווי אלע שטעט, שמועסן ווי אלע שמועסן. יא, עס איז א תורה'דיגע שטאט, אפילו בעלי בתים זענען זיך שטארק קובע עתים אין אלע שעות.
געמאכט די החלטה, און ענדליך "ארויס פון די באקס"!
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

מיללער האט געשריבן:
11205 My opinion האט געשריבן:יעצט געהערט פון א חבר מיינע וואס האט זיך באטייליגט ביי די מעמד קביעת מזוזות פאריגע וואך אז סיגוט׳ר רב האט בתוך דבריו ארויסגעברענגט אז דאס שטעטל איז ממש ווי א כולל, אז אפילו ווען מען שמועסט ציווישען זיך איז אלעס ארום גיוס בני הישיבות, כשרות העופות אדג אין נישט פון סתם וועלטליכע ענינים.
איז דאס ממש אזוי?

נישט ממש אזוי, אבער נאנט דערצו, למשל פון סעקשאן אכט שמועסט מען אסאך דארט...

:lol: :lol:
זקן מלא רחמים.
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

11205 My opinion האט געשריבן:הרב יונה,
מתוך דבריך נראים שמאנשי בלומיגבורג אתה,
ולכן אדרבה זאגט אייער אפיניען איבער די נושא,
פון אייער ארום דרייען פון די נושא שמעק זיך א שטארקע שתיקה כהודאה ולכן האב איך פארשטאנען עס איז א ריכטיגע סטיעטמינט

כ'האב נישט גע'שתיקה'ט, גאנץ קלאר געשריבן אז עס איז דא אלע סארטן פונקט ווי אנדערע געגענטער. אז איר ווילט האלטן אנדערש ביניך נישט אויסן צו טוישן אייער מיינונג.
11205 My opinion
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 11205 My opinion »

גליקליכער האט געשריבן:שטותים ונפלאות!

פון איבער 120 משפחות קע"ה איז דא פון אלע סארטן, פון כאניאקישע כולל אינגעלייט, ביז געביגלטע שיינע סוט ביזנעסלייט, פון ארבייטער וואס יאגן זיך פון ערשטן מנין צום דזשאב אדער צו עפענען זייערע אפיסעס, ביז עמעזאן לייבן און ריעל עסטעיט אגענטן, און יעדער רעדט וועלכע נושא עס איז אים צום הארצן, די לופט איז זייער א נארמאלע און געשמאקער.
איינער מאלט טראמפ אירמע און כאזע, ווען אן אנדערער וויל דוקא וויסן ווער איז די זיידע פון די בראקל אדער באבע פון די ראק קורניש, א אנדערע ציבור שמועסט דורך וויזאוי אויפצוהייבן די רעיטינג פון עמעזאן אקאונטס און ליגן אייביג פון אויבן, און אנדערע שמועסן פון די מארגעדזש ראטעס וואס די פעדעראלן ווילן שוין ווייטער הייבן, אין ווינקל קאכן אפאר אינגעלייט אין די "זכרו" סוגיא", און אנדערע טענה'ן זיך מיט'ן דיין אין הלכות חלב עכו"ם,

א שטאט ווי אלע שטעט, שמועסן ווי אלע שמועסן. יא, עס איז א תורה'דיגע שטאט, אפילו בעלי בתים זענען זיך שטארק קובע עתים אין אלע שעות.

אויף די בילדער וואס ווערן פרעזענטירט כסדר זעט מען נישט קיין געביגעלטע סוטס,
מען זעהט שוין איבער א יאר די זעלבע מיני מענטשען וואס מען זעהט אויך כסדר ביי די פראטעסטירען פון די כולל אינגעלייט
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1069
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

אויב איז עס אמת האט עס א הסבר, געביגלטע סוטס זענען געווענליך נישט קיין שפרינגערס, זיי קומען געווענליך אן צו שולחן עורך, זייער באקוועמליכקייט אין לעבן לאזט זיי נישט גיין אין א פלאץ למשל וואו די קינדער וועלן דארפן לערנען אין א בעיסמענט וכד', וכו', אדער טראנספארטעישאן איז נאכנישט געהעריג מסודר, וכו', אזוי איז עס אין פיל פלעצער, אבער דאס מיינט נישט אז די פלאץ גייט אזוי פארבלייבן, ווייל וואס מער די שטאט ווערט סטאביליזירט קומען שוין מער די געביגלטע סוטס.

ביטע מיר נישט אטאקירן מיט אויסנאמס, ווייל איך ווייס עס זענען פארהאן אויסנאמס
אם לא עכשיו אימתי
11205 My opinion
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 11205 My opinion »

וויל זיין גוט האט געשריבן:אויב איז עס אמת האט עס א הסבר, געביגלטע סוטס זענען געווענליך נישט קיין שפרינגערס, זיי קומען געווענליך אן צו שולחן עורך, זייער באקוועמליכקייט אין לעבן לאזט זיי נישט גיין אין א פלאץ למשל וואו די קינדער וועלן דארפן לערנען אין א בעיסמענט וכד', וכו', אדער טראנספארטעישאן איז נאכנישט געהעריג מסודר, וכו', אזוי איז עס אין פיל פלעצער, אבער דאס מיינט נישט אז די פלאץ גייט אזוי פארבלייבן, ווייל וואס מער די שטאט ווערט סטאביליזירט קומען שוין מער די געביגלטע סוטס.

ביטע מיר נישט אטאקירן מיט אויסנאמס, ווייל איך ווייס עס זענען פארהאן אויסנאמס

אמת, זייער א ריכטיגע פוינט.
די שאלה איז נאר אז וויבאלד יעצט אויפן מאמענט איז דאס נישט קיין בעל בתישע שטאט, איז די שאלה אויב עס וועט זיך בכלל טוישען אדער נאר אזא מין עולם וועט ווייטער ארויס מופען אין דער בעל בתישע עולם וועט זיך מסדר זיין ערגעץ אנדערש?
בלומינגבורגער
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלומינגבורגער »

11205 My opinion האט געשריבן:די שאלה איז נאר אז וויבאלד יעצט אויפן מאמענט איז דאס נישט קיין בעל בתישע שטאט, איז די שאלה אויב עס וועט זיך בכלל טוישען אדער נאר אזא מין עולם וועט ווייטער ארויס מופען אין דער בעל בתישע עולם וועט זיך מסדר זיין ערגעץ אנדערש?

וואס פונקטליך קוועטשט אייך?
איר האט זיך ארויפגעכאפט אויף א ווערטל פון סיגוט'ער רב כמים קרים על נפש עיפה...
נישט געטראפן קיין אנדערע תירוץ פארוואס נישט ארויסצוקריכן פון וויליאמסבורג ווי נאר דאס אז בלומינגבורג איז א פרומע כנאיאקישע כולל שטאט...

אלענפאלס, מיר פארשטייען אז ס'שטערט אייך זייער שטארק די בליה און וואוקס פון בלומינגבורג מאיזה סיבה שהוא, אבער קיינער צווינגט אייך נישט צו קומען קיין בלומינגבורג...

ולמען האמת ס'איז דא א שיינע פאר "דירעקט בעל הבתי'שע אידן" - נישט קיין יוצא מן הכלל'ס
איך גיי נישט דא פורש בשמם זיין ווייל זיי פארדינען זייער פריוואטקייט, אבער איר האט סתם ארויפגעווארפן א נאסע ליילעך וואס האט נישט קיין הענט און קיין פיס.
11205 My opinion
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 11205 My opinion »

וואס פינקטליך מיך קוועטשט איז אזוי,
איך בין מער פון די בעל בתישע קלאס אין איך טראכט שטארק פון ארויס מופען פון די שטאט,
יעצט, צו הערן א סטיעטמינט פון סיגוטע רב וואס איך מיין אז ער ווייסט פינקטליך וואס עס טוט זיך דארט שוואכט זייער אפ מיינע געפילען פאר בלומיגבורג,
איר דארפט פארשטיין, נישט אלעס איז א גרויסע הויז,
אויב א מענטש פילט זיך נישט באקוועם אין שיל ציווישען די אינגעלייט העלפט נישט זיין גרויסע הויז אין ער וועט מוזען אנטלויפען פון דארט
ולכן איז מיר מוראדיג וויכטיג צו וויסען אויב א בעל בתישע אינגערמאן קען זיין העפפי פון די אויר דארט וואס רובא דרובא זענען כולל אינגעלייט אדער סעמי כולל אינגעלייט.
די תגובות ביז אהער האט נאך נישט גענפערט מיין שאלה, כמיין אז איך האב די תשובה
בלומינגבורגער
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלומינגבורגער »

11205 My opinion האט געשריבן:צו הערן א סטיעטמינט פון סיגוטע רב וואס איך מיין אז ער ווייסט פינקטליך וואס עס טוט זיך דארט שוואכט זייער אפ מיינע געפילען פאר בלומינגבורג

כל הכבוד, ווי געשריבן פריער קיינער צווינגט אייך נישט אהערצוקומען.
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”