קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

ווייסע זאקן האט געשריבן:פארוואס בויט מען נישט דעם גרויסן בית המדרש הגדול וואס איז געווען געפלאנט לכתחילה ?

דער פלאן לכתחילה פון די גרויסע שול איז געווען אז מען וועט עס אנהויבן בויען ווען מען הייבט אן בויען די 4'דע פאזע.
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

א יאר רענט אין ווימ"ס קאסט שוין היינט הונדערט אלפים?!
אטעטשמענטס
ad.JPG
ad.JPG (122 KiB) געזען 2143 מאל
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

יונה האט געשריבן:א יאר רענט אין ווימ"ס קאסט שוין היינט הונדערט אלפים?!

ס'בערך ווי איינער זאגט אדער א גלעזל קאווע, אדער א קאר...
אקעי נישט ממש... אבער ס'מאכט עפעס נישט קיין סענס די נאמבערס...
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

לאמיר זאגן איינער צאלט גאנצע פינף אלפים א חודש, קומט עס נישט אויס מער ווי $60,000
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

גליקליכער האט געשריבן:פאזיטיווע נייעס אין דעם עיר הגדולה לאלקים בלומינגבורג יצ"ו, דאנערשטאג אווענט איז געווען א מיטינג ביי די לאקאלע פלענינג בארד וועלכע האבן נאכ'ן אריבערגיין אלע פלענער און קאודס איינשטימיג אפרואווט צו בויען די נייע מקוה און עקסטענשאן פאר ביהמ"ד בית יהושע אויף טשערי קארט אין די דעוועלאפמענט.

עס איז נישט מער ווי א האלבע יאר וואס מ'האט באנייט דעם הערליכן און געשמאקן ביהמ"ד בית יהושע, און ב"ה עס איז שוין אין די קרוצע צייט אויסגעוואקסן, דעריבער האבן זיך די עסקני העיר אריינגעלייגט און געמאכט פלענס צו פארטאפלען דאס ביהמ"ד, און אויך צולייגן א רחבות'דיגע מקוה דערנעבן, עס האט געווארט אויף די בארד'ס אפרואוועל, וועלכע איז יעצט ב"ה באשטעטיגט געווארן, מ'האפט בעזרת ה' זיך צו נעמען צו דער ארבעט בקרוב., גדול יהי' כבוד הבית!

גליקליכער,
די מיטינג איז געווען פון די ווילידדש בארד
גליקליכער
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 2:02 pm
לאקאציע: עיר התורה והחסידות בלומינגבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליקליכער »

מ'רעדט שוין ערנסטער וועגן די גרויסע ביהמ"ד בנין, אבער עס קוקט נישט אויס אין די קומענדיגע חדשים, ביז דערווייל גרייט מען זיך אונטער'ן טיש אויף נאך א גרויסע שיינע ביהמ"ד אינמיטן שטאט, נישט ביי די דעוועלאפמענט, אויך נדבורנא וועבט זיך ערנסטע פלענער פאר א שיינע ביהמ"ד.
לעצט פארראכטן דורך גליקליכער אום זונטאג פעברואר 11, 2018 4:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
געמאכט די החלטה, און ענדליך "ארויס פון די באקס"!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איז דא א באזונדערע אשכול צו מעלדן אז מען האט זיך שוין משתתף געווען אינעם "חלק" ראפעל?
אויב נישט, מעלד איך עס דא בשער בת רבים.
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

לכאורה האט געשריבן:איז דא א באזונדערע אשכול צו מעלדן אז מען האט זיך שוין משתתף געווען אינעם "חלק" ראפעל?
אויב נישט, מעלד איך עס דא בשער בת רבים.

בדרך כלל שמעלצען די מנהלים ווען מ׳עפענט א אשכול איבער א געוויסע פרט פון א ישוב.

הגם כגון דא האלט איך וואלט געמעגט זיין א באזונדערע אשכול ארויס צו העלפן אחינו יושבי עיר בלומינגבערג.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

יאצמעך האט געשריבן:הגם כגון דא האלט איך וואלט געמעגט זיין א באזונדערע אשכול ארויס צו העלפן אחינו יושבי עיר בלומינגבערג.

כ'גלויב שווער אז עקסטערע אשכולות וועלן עפעס העלפן די בלומינגבערגע אידן, אפאר טאלער קען זיכער יא אסאך העלפן... קליקט אריין און זייטס אייך משתתף מיט אייער 'חלק'! https://www.sponsorme.today/satmarraffl ... Select=yes
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

איש האשכולות האט געשריבן:לאמיר זאגן איינער צאלט גאנצע פינף אלפים א חודש, קומט עס נישט אויס מער ווי $60,000

גערעכט
די עדווערטייזמענט איז:
צו געווינען א ראפעל פין 100.000 אין בלומינגבורג איז שוין באלד די סכום פין "בלויז א יאר" רענט אין ווילי
לויפט'ס קיין בלומינגבורג!!
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

רצון טוב האט געשריבן:
איש האשכולות האט געשריבן:לאמיר זאגן איינער צאלט גאנצע פינף אלפים א חודש, קומט עס נישט אויס מער ווי $60,000

גערעכט
די עדווערטייזמענט איז:
צו געווינען א ראפעל פין 100.000 אין בלומינגבורג איז שוין באלד די סכום פין "בלויז א יאר" רענט אין ווילי
לויפט'ס קיין בלומינגבורג!!

זייער א שיינע תורה, אבער זיי מארקעטן די מוסדות נישט די דיוועלעפמענט. נישט אזוי?
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

איש האשכולות האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:
איש האשכולות האט געשריבן:לאמיר זאגן איינער צאלט גאנצע פינף אלפים א חודש, קומט עס נישט אויס מער ווי $60,000

גערעכט
די עדווערטייזמענט איז:
צו געווינען א ראפעל פין 100.000 אין בלומינגבורג איז שוין באלד די סכום פין "בלויז א יאר" רענט אין ווילי
לויפט'ס קיין בלומינגבורג!!

זייער א שיינע תורה, אבער זיי מארקעטן די מוסדות נישט די דיוועלעפמענט. נישט אזוי?

אהן א דיוועלעפמענט איז קיין מוסדות נישטא
אז מען ספענדעט א פאר טאלער פאר עדווערטייזמענט ריקט מען שוין אריין די דיוועלעפמענט אויך.
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3635
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

ווייסט איינער וואס עס הערט זיך מיט די טעקסע'ס דארט, ווייל ווי איך האב געהערט צאלט מען דארט 12000 טאלער! נאר אויף די טעקסע'ס,
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
לבונה זכה
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 21, 2010 1:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לבונה זכה »

אלט מאנרא האט געשריבן:ווייסט איינער וואס עס הערט זיך מיט די טעקסע'ס דארט, ווייל ווי איך האב געהערט צאלט מען דארט 12000 טאלער! נאר אויף די טעקסע'ס,

האסט נישט גוט געהערט... מ'צאלט 13000 טאלער!

בעיני ראיתי די דריי טעקס בילס פון מיין שוואגער וואס וואוינט דארט.
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

אלט מאנרא האט געשריבן:ווייסט איינער וואס עס הערט זיך מיט די טעקסע'ס דארט, ווייל ווי איך האב געהערט צאלט מען דארט 12000 טאלער! נאר אויף די טעקסע'ס,

וויפיל איז אין וויליאמסבורג? קרית יואל?
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3635
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

לא לנו האט געשריבן:

און מאנרא איז בערך 4000, און דא רעדט מען פון א שטעטל וואס דארף אפציעל זיין פאר די משפחות וואס זיכן ביליג.
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

אלט מאנרא האט געשריבן:

למען האמת. אין קרית יואל איז בערך 4000 פאר א קאנדא אין א בנין מיט אסאך שכנים וכו' - דא האסטו א אייגענע הויז מיט אביסל פראנט און בעק, ווען מען קען זיך ווען ערלויבן אזוי צו בויען אין קרית יואל (כ'מיין צו זאגן ווען נישט די מאנגל אין עיקערידזש) וואלט מען ווען זיכער אויסגעקומען מינימום זעקס זיבן אלפים טעקס, נאך אלץ ביליגער ווי בב"ג, און נאכדעם גייט דארט רוב געלט פאר די אייגענע דיסטריקט ווען דא גייט רוב געלט פאר פייןבוש און כ'ווייס נישט וואס מ'קען צוריק האבן פון זיי, אפשר טראנספארטעישאן. הלואי.
למעשה איז עס נישט קיין פארגלייך צו קרית יואל צוליב דעם ווייל מ'רעדט פון אנדערע סייז דירות.
נחזור לענין בלומינגבורג - מיין קליינע מיינונג - וואס אסאך לאכן פון דעם אבער איך בין איבערצייגט אז אזוי וועט אי"ה זיין, איז. אז בב"ג וועט אי"ה ביז א פופצן צוואנציג יאר פון איצט זיין "דער צענטער" פונעם חרד'ישן ישוב וואס וועט זיך בעל כרחך צושפרייטן אין אפסטעיט ניו יארק לארכה ולרחבה, אנגעפאנגען פון מאנסי ארויף ביז נאך מאנטיסעלא סוואן לעיק. אזוי אז בב"ג וועט זיין א געאגראפישער סענטענר , און די דעוועלאפמענט וועט זיין "די סענטער פונעם סענטער" . במילא די וואס וועלן איצט אינוועסטירן וועלן נישט דערלייגן אפילו זיי וועלן צאלן קודם הויכע טעקס.
און פארן ברייטן ציבור האף איך אז די נעקסטע פאזע וועט זיין דעוועלאפמענטס מער ענליך צו קרית יואל סקוירא, טאקע נישט אזוי צושטופט אבער עטליכע דירות אויף א לאט אז די טעקס זאל אויסקומען ביליגער. יעצט איז דאך שוין דא א היימיש געשטימטע בילדינג/זאוינינג וכו'.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

און פאר א משפחה מיט קינדער אז מען קען זיך שפארן קעמפ און קאנטרי, איז רוב טעקס געדעקט.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3635
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

lebediger berel האט געשריבן:

סענטער פונעם סענטער איז נאר ווערט ווען ער האט א שטיקל לאט אויף וואס ארויף צו בויען, דא אבער באקימט ער דאס נישט און ער דארף שוין יעצט באצאלן 12k טעקסע'ס פאר די קימעדיגע 15 20 יאר ביז ער גייט ווערן די סענטער פונעם סענטער.
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3635
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

lebediger berel האט געשריבן:און פאר א משפחה מיט קינדער אז מען קען זיך שפארן קעמפ און קאנטרי, איז רוב טעקס געדעקט.

דא ביי אונז און מאנרא צאלט מען געהעריג קעמפ, פארוואס זאל דארט זיין אנדיש.
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

אלט מאנרא האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:און פאר א משפחה מיט קינדער אז מען קען זיך שפארן קעמפ און קאנטרי, איז רוב טעקס געדעקט.

דא ביי אונז און מאנרא צאלט מען געהעריג קעמפ, פארוואס זאל דארט זיין אנדיש.

מען צאלט נאר פאר מיידלעך עפ"י רוב נאר פאר האלב זומער, און ווער ס'וויל שיקט דעס אויך נישט.
אין בב"ג וועט מען קענען שיקן נעקסט דאר, יעדער צום שכן, ס'איז דאך שוין אין סאליווען קאונטי
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

אלט מאנרא האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:ווייסט איינער וואס עס הערט זיך מיט די טעקסע'ס דארט, ווייל ווי איך האב געהערט צאלט מען דארט 12000 טאלער! נאר אויף די טעקסע'ס,

וויפיל איז אין וויליאמסבורג? קרית יואל?

און מאנרא איז בערך 4000, און דא רעדט מען פון א שטעטל וואס דארף אפציעל זיין פאר די משפחות וואס זיכן ביליג.

למען האמת. אין קרית יואל איז בערך 4000 פאר א קאנדא אין א בנין מיט אסאך שכנים וכו' - דא האסטו א אייגענע הויז מיט אביסל פראנט און בעק, ווען מען קען זיך ווען ערלויבן אזוי צו בויען אין קרית יואל (כ'מיין צו זאגן ווען נישט די מאנגל אין עיקערידזש) וואלט מען ווען זיכער אויסגעקומען מינימום זעקס זיבן אלפים טעקס, נאך אלץ ביליגער ווי בב"ג, און נאכדעם גייט דארט רוב געלט פאר די אייגענע דיסטריקט ווען דא גייט רוב געלט פאר פייןבוש און כ'ווייס נישט וואס מ'קען צוריק האבן פון זיי, אפשר טראנספארטעישאן. הלואי.
למעשה איז עס נישט קיין פארגלייך צו קרית יואל צוליב דעם ווייל מ'רעדט פון אנדערע סייז דירות.
נחזור לענין בלומינגבורג - מיין קליינע מיינונג - וואס אסאך לאכן פון דעם אבער איך בין איבערצייגט אז אזוי וועט אי"ה זיין, איז. אז בב"ג וועט אי"ה ביז א פופצן צוואנציג יאר פון איצט זיין "דער צענטער" פונעם חרד'ישן ישוב וואס וועט זיך בעל כרחך צושפרייטן אין אפסטעיט ניו יארק לארכה ולרחבה, אנגעפאנגען פון מאנסי ארויף ביז נאך מאנטיסעלא סוואן לעיק. אזוי אז בב"ג וועט זיין א געאגראפישער סענטענר , און די דעוועלאפמענט וועט זיין "די סענטער פונעם סענטער" . במילא די וואס וועלן איצט אינוועסטירן וועלן נישט דערלייגן אפילו זיי וועלן צאלן קודם הויכע טעקס.
און פארן ברייטן ציבור האף איך אז די נעקסטע פאזע וועט זיין דעוועלאפמענטס מער ענליך צו קרית יואל סקוירא, טאקע נישט אזוי צושטופט אבער עטליכע דירות אויף א לאט אז די טעקס זאל אויסקומען ביליגער. יעצט איז דאך שוין דא א היימיש געשטימטע בילדינג/זאוינינג וכו'.

סענטער פונעם סענטער איז נאר ווערט ווען ער האט א שטיקל לאט אויף וואס ארויף צו בויען, דא אבער באקימט ער דאס נישט און ער דארף שוין יעצט באצאלן 12k טעקסע'ס פאר די קימעדיגע 15 20 יאר ביז ער גייט ווערן די סענטער פונעם סענטער.

כ'גלייב אז מ'וועט מיט די צייט אלעס אראפווארפן און מ'וועט בויען דארט, יעדער האט דאך א לאט. - לויט וואס מ'האט למעשה קענסטו נאר זיך אפרעדן אויף זעקס זיבן טויזענט דאללער טעקס. ווייל פיר פינף וואלט ער דאך געצאלט עני פלעיס עלס. כ'רעד שוין נישט פון מאנסי וכדו'
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

די ריזען פארוואס די טעקס איז הויעך...

היות די דיוועלאפער זיכען יעצט אפאר עשירים זאלן אהין מופן צו ארויס העלפן די מוסדות וכדומה האט מען ארויף געריקט די טעקסעס סא די בעלי בעתישע עולם עט קומען וואוינען און א טייערע געגנט,
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

lebediger berel האט געשריבן:בב"ג וועט אי"ה ביז א פופצן צוואנציג יאר פון איצט זיין "דער צענטער" פונעם חרד'ישן ישוב וואס וועט זיך בעל כרחך צושפרייטן אין אפסטעיט ניו יארק לארכה ולרחבה, אנגעפאנגען פון מאנסי ארויף ביז נאך מאנטיסעלא סוואן לעיק. אזוי אז בב"ג וועט זיין א געאגראפישער סענטער

די רעדטס פון 15-20 יאר... פונקט היינט צופרי ביי שחרית אין בלומינגבערג איז געווען עטליכע אידן וואס זענען געקומען פון עלענוויל כאפן א מנין! אין די בלומינגבערגע מוסדות לערנן שוין 'היינט' קינדער פון ווייט-לעיק, מאנטיסעלא און פילייכט אויך עלענוויל.
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

וועגן די טעקס איז שוין געווען דא דער שמועס עטליכע מאל. אז מען האט עס נאכאמאל ארויפגעברענגט וועל איך אויך צולייגן עטליכע הערות אויף די שמועס דא.

1. ווען מען זוכט צוצושטעלן טעקס ראטע'ס איז קרית יואל נישט די ריכטיגע מעסטער, ווייל די גרעסטע חלק טעקס גייט פארן סקול-דיסטריקט, היות רוב איינוואוינער נוצן נישט דעם פאבליק סקול, איז די טעקס זייער נידריג.

2. אפי' מיט די יעצטיגע 'הויכע' טעקס ווען מען קוקט אויפן סך הכל איז עס נאך אלץ אסאך ביליגער ווי אין קרית יואל.

3. די טעקס איז ארויפגעריקט געווארן דורך די שאצער פון די טאון אוו מאמאקעדינג'ס גענצליך שלא ביושר, מען האט זיי טאקע געקלאגט אין געריכט דערוועגן און עס האלט יעצט טיש אינמיטן. ווי יעדער ווייסט קען מען גארנישט פאראויסזאגן ווען עס קומט צו געריכטן, אבער לויט ווי די עקספערטן זאגן איז דא גאר גוטע אויסזיכטן בעז"ה צו געווינען דעם קעיס, האפפענטליך וועט עס צוריק אראפגעריקט ווערן צו די געגענט פון 7-8 טויזענט דאלער לשנה.

ווי דער געריכט האלט יעצט האבן ביידע זייטן שוין אריינגעגעבן אלע פאפירן איבער די שאצונגן און עקספערטן מיינונגן איבער וואס די ריכטיגע שאצונג דארף צו זיין. ארום 3 וואכן צוריק איז געווען א קאנפרענס אין געריכט ווי דער שופט האט פארארדענט אז מיר זאלן אריינגעבן פאפירן צו בעטן א פארטיעל סאממערי-דזאזשמענט* נישט שפעטער ווי תענית אסתר (פעבער 28 למספ') און די צד שכנגד האט צייט ביז ערב שבת הגדול (מערץ 23) אריינצוגעבן פאפירן דערקעגן.

ערב פסח הבעל"ט (מערץ 30 למספ') דארף די פראסעס דארף זיין פארטיג און דאן הייבט זיך אן די 60 טעג אין וואס עס קומט געווענליך די פסק.

*דאס מיינט אז דער שופט פסקנט אפ די פאקטישע חלק פון די קעיס נאר דורכן ליינען די פאפירן, נאכדעם וואס מען ווייסט שוין די פאקטן קלאר באזירט אויפן שופט'ס פסק, מאכט מען א היערינג אויף די אנדערע חלקים פונעם קעיס [בדרך כלל קומט עס נישט אן דערצו, ווייל נאכדעם וואס די פאקטן זענן אויסגע'פסק'נט טוט מען זיך געווענליך דורכקומען אויסערן געריכט] .
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”