קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

איסר האטלקי האט געשריבן:איינער ווייסט ווען דער גורל אויף מאה אלף דארף פארצוקומען?

איך האף ס'וועט זיך נישט אויסלאזן אזוי ווי די חסדי טובים מאורות ראפעל וואס קיינער האט נישט געוואונען....

פארלאדעך אויף די חברה, דאס איז נישט קיין יחיד, לכאורה ווען סעועט זיך שוין האבן געלוינט די טראסק העטמע צוען געווינער (אפשר איך)
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

יונה האט געשריבן:די מיליאן דאלער קאמפיין אין פילן שוואונג...

די בעלזע האבן עס געמאכט סאך שנעלער

viewtopic.php?f=3&t=36129
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

ברוינע באנאנע האט געשריבן:
יונה האט געשריבן:די מיליאן דאלער קאמפיין אין פילן שוואונג...

די בעלזע האבן עס געמאכט סאך שנעלער

viewtopic.php?f=3&t=36129

געשאפט סך הכל 350K...
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

ברוינע באנאנע האט געשריבן:
יונה האט געשריבן:די מיליאן דאלער קאמפיין אין פילן שוואונג...

די בעלזע האבן עס געמאכט סאך שנעלער

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=36129

ריכטיג! ווי אויכט האט זיך זייער ישוב געבויעט סאאך שנעלער ווי לינדען, ניו דשערסי.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
בעלבאטיש
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 10, 2016 8:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעלבאטיש »

אוי אוי אוי האט געשריבן:איז אמת אז די רינגא גראסערי מאכט זיך צו ?


וואס גייט למעשה זיין מיט א גראסערי?
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

בעלבאטיש האט געשריבן:
אוי אוי אוי האט געשריבן:איז אמת אז די רינגא גראסערי מאכט זיך צו ?


וואס גייט למעשה זיין מיט א גראסערי?

איינער פון די תושבים נעמט עס איבער בעז''ה.
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

יונה האט געשריבן:
בעלבאטיש האט געשריבן:
אוי אוי אוי האט געשריבן:איז אמת אז די רינגא גראסערי מאכט זיך צו ?


וואס גייט למעשה זיין מיט א גראסערי?

איינער פון די תושבים נעמט עס איבער בעז''ה.

אויך אזוי געהערט, א זון פון די בעה"ב פון די בעדפארד גארדענס גראסערי, מער ווייניגער וועט עס זיין אזוי ווי נאך א ברענטש פון אים
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

פרישע צעטל פארן מיליאן דאלער קאמפיין...

צובאשטייערן קענט איר דורך קליקן אויף דעם לינק https://www.sponsorme.today/satmarraffl ... Select=yes
אטעטשמענטס
poster.JPG
poster.JPG (90.96 KiB) געזען 3016 מאל
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

מיט א רואיגקייט, סאיז נאך דא גאנצע 2 חדשים
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10694
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

פארוואס איז עס נישט געווען די וואך אין דער איד ?
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

eller האט געשריבן:פארוואס איז עס נישט געווען די וואך אין דער איד ?

כ'בין אויך נייגעריג, איינער ווייסט אפשר?

כ'קלער א סברא אז זיי האבן נישט געוואלט אריינמישן אינמיטן די 'קהל רב' קאמפיין װאָס ענדיגט זיך די טעג. אויב איז דאס וואר וועט פילייכט די וואך יא זיין עד'ס פאר די בלומינגבערגע מוסדות.
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

די נומער'ן ריקן זיך צוביסלך ארויף ב"ה, אבער עס איז נאך דא אסאך צו גיין צו גרייכן דעם ציל, מען רעכנט אויף יעדנס באשטייערונג! העלפט ארויס די הייליגע מוסדות און איר קענט זיין דער גליקליכער געווינער!

https://www.sponsorme.today/satmarraffle/
לעצט פארראכטן דורך יונה אום מיטוואך פעברואר 07, 2018 5:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

די מיליאן דאלער קאמפיין פראגרעסירט פאראויס, די שיסל האלט שוין ביי איבער 101 טויזענט טאלער ב"ה! מעשר פונעם ציל האט מען שוין...

אויף מערכת סאטמאר איז דא א שיינע שמועס צווישן הרב משה יחזקאל מייזליש - פון די הויפט עסקנים פאר די מוסדות א גאנץ יאר און ספעציעל יעצט פארן קאמפיין - מיט ר' אייזיק דאסקאל, זאגט ער דארט אז די געלט איז אויסער די 100 טויזענט וואס די חברי הנהלה צוזאמען מיט די ספאנסער'ס האבן זיך אינטערגענומען צו געבן פארן געווינער פון די גרויסע ראפל.

צו הערן דעם אינהאלטסרייכן שמועס קענט איר רופן מערכת סאטמאר אויף 718-831-7000 און נאכדעם דריקט איינס איינס פינף.
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

די שארער טראק אין די דיוועלאפמענט איז געוואָרן פארגעשריטן.... ער בלאזט אלע שניי אויף די זייט מיט א ספעציעלע מאשין. ביי יעדע דרייוועי שטעלט ער אפ דאס בלאזער עס זאל נישט שווער מאכן פאר די איינוואוינער.
אטעטשמענטס
20180207_153711-1721x1173.jpg
20180207_153711-1721x1173.jpg (257.93 KiB) געזען 2254 מאל
20180207_152920-2160x1561.jpg
20180207_152920-2160x1561.jpg (524.57 KiB) געזען 2254 מאל
20180207_152946-2268x1524.jpg
20180207_152946-2268x1524.jpg (563.09 KiB) געזען 2254 מאל
בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענאק »

יונה האט געשריבן:די שארער טראק אין די דיוועלאפמענט איז געוואָרן פארגעשריטן.... ער בלאזט אלע שניי אויף די זייט מיט א ספעציעלע מאשין. ביי יעדע דרייוועי שטעלט ער אפ דאס בלאזער עס זאל נישט שווער מאכן פאר די איינוואוינער.

יונה טייערער, ס'דערקענט זיך אז פאריאר ווינטער האסטו נאכנישט געוואוינט אין בב"ג

דער טרעקל איז געווען פאריאר די א גאנץ ווינטער, ביז שושן פורים ביי די גרויסע ריזיגע שניי האט זיך זיין מאשין נישט געקענט באכלעפטשן מיט דעם ריזן מאס שניי, ביז ער האט זיך אויפגערעגט און געזאגט אז ער מאכט מער נישט די דרייוועיס

דער טרעקל ביים פיצן די 'פאריעריגע' שניי
0314171830.jpg
0314171830.jpg (622.07 KiB) געזען 2055 מאל


שוין אגב אויך אפיר געזוכט דער בילד פון אונזער געטרייער דעוועלאופער שלו' לאם, וואס איז יענע טאג ארומגעפארן אינדערפרי פילע מאל ישר והפך טראכן און ברענגן דעם עולם צו און פון די מקוה
0314171022.jpg
0314171022.jpg (297.1 KiB) געזען 2055 מאל
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

פאריאר האט די טרעקל געהאט א בלאזער? דעם ווינטער איז עס די ערשטע מאָל איך זעה א בלאזער, אזא רויטע טרעקל אן א בלאזער האביך יא געזען ביין פאריגן שניי.

אגב בייגעלייגט די דעקל פונעם 'איד' ווי די מיליאן דאלער קאמפיין איז ברייט באשריבן.
אטעטשמענטס
DerYid.jpg
DerYid.jpg (212.83 KiB) געזען 2014 מאל
cherryParkingLot.jpg
cherryParkingLot.jpg (503.98 KiB) געזען 2014 מאל
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

א ספעציעלע יישר כח פון די תושבים פאר ר' ראובן הילמאן פון די דיוועלאפערס פונעם שטעטל וואס האט גאר אסאך באגעשטייערט צום עירוב
אטעטשמענטס
עירוב יישר כח פון שטאט_preview.png
עירוב יישר כח פון שטאט_preview.png (664.95 KiB) געזען 1851 מאל
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

קיינמאל נישט געהערט דעם נאמען, א נייער שותף אדער געווען שטיל ביז יעצט?
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

רובי הילמאן. און יטי וויינריב זענען די אוינערס און אינוועסטארס שלום לאם איז די דיוועלאפער
די_אמת
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 21, 2011 2:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די_אמת »

רובי איז די איידעם פון יאטי וויינרעב
תושב בלומינגבורג יצ"ו
גליקליכער
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 2:02 pm
לאקאציע: עיר התורה והחסידות בלומינגבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליקליכער »

פאזיטיווע נייעס אין דעם עיר הגדולה לאלקים בלומינגבורג יצ"ו, דאנערשטאג אווענט איז געווען א מיטינג ביי די לאקאלע פלענינג בארד וועלכע האבן נאכ'ן אריבערגיין אלע פלענער און קאודס איינשטימיג אפרואווט צו בויען די נייע מקוה און עקסטענשאן פאר ביהמ"ד בית יהושע אויף טשערי קארט אין די דעוועלאפמענט.

עס איז נישט מער ווי א האלבע יאר וואס מ'האט באנייט דעם הערליכן און געשמאקן ביהמ"ד בית יהושע, און ב"ה עס איז שוין אין די קרוצע צייט אויסגעוואקסן, דעריבער האבן זיך די עסקני העיר אריינגעלייגט און געמאכט פלענס צו פארטאפלען דאס ביהמ"ד, און אויך צולייגן א רחבות'דיגע מקוה דערנעבן, עס האט געווארט אויף די בארד'ס אפרואוועל, וועלכע איז יעצט ב"ה באשטעטיגט געווארן, מ'האפט בעזרת ה' זיך צו נעמען צו דער ארבעט בקרוב., גדול יהי' כבוד הבית!
געמאכט די החלטה, און ענדליך "ארויס פון די באקס"!
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

גליקליכער האט געשריבן:פאזיטיווע נייעס אין דעם עיר הגדולה לאלקים בלומינגבורג יצ"ו, דאנערשטאג אווענט איז געווען א מיטינג ביי די לאקאלע פלענינג בארד וועלכע האבן נאכ'ן אריבערגיין אלע פלענער און קאודס איינשטימיג אפרואווט צו בויען די נייע מקוה און עקסטענשאן פאר ביהמ"ד בית יהושע אויף טשערי קארט אין די דעוועלאפמענט.

עס איז נישט מער ווי א האלבע יאר וואס מ'האט באנייט דעם הערליכן און געשמאקן ביהמ"ד בית יהושע, און ב"ה עס איז שוין אין די קרוצע צייט אויסגעוואקסן, דעריבער האבן זיך די עסקני העיר אריינגעלייגט און געמאכט פלענס צו פארטאפלען דאס ביהמ"ד, און אויך צולייגן א רחבות'דיגע מקוה דערנעבן, עס האט געווארט אויף די בארד'ס אפרואוועל, וועלכע איז יעצט ב"ה באשטעטיגט געווארן, מ'האפט בעזרת ה' זיך צו נעמען צו דער ארבעט בקרוב., גדול יהי' כבוד הבית!

שיין.
וויפול משפחות זענען צו געקומען זייט מ'האט באנייט די שול?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

ס'איז מיר סתם אינטערעסאנט אויף די נייעס, פארוואס זאל מען נישט לכתחילה בויען כאטש דאפעלט אזוי גרויס פון וויפיל מ'האט געדארפט דעמאלטס האבן, אזוי וועט מען נישט דארפן האלטן אין איין צובויען שטיקלעך און עקסטענשאנס?

האבן זיי דען נישט געוואוסט אז ס'גייען קומען נאך משפחות וואוינען דארט און דאס ביהמ"ד גייט זיי דארפן אקאמאדירן?

חוץ אויב מ'וועט זאגן אז מ'האט נאך דעמאלטס נישט געקענט בויען גרעסער פון דעם צוליב וואס ס'וואלט נישט געווארן אפראווד דאן.
---
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

בשבילי נברא האט געשריבן:ס'איז מיר סתם אינטערעסאנט אויף די נייעס, פארוואס זאל מען נישט לכתחילה בויען כאטש דאפעלט אזוי גרויס פון וויפיל מ'האט געדארפט דעמאלטס האבן, אזוי וועט מען נישט דארפן האלטן אין איין צובויען שטיקלעך און עקסטענשאנס?


די בנין האט מען נישט יעצט געבויט, עס איז די סאמע ערשטע בנין אינעם גאנצן דיוועלאפמענט. עס האט געזאלט דינען אלץ מאדעל הויז, שפעטער ווען מען געטוישט די פלענער און דאס איז געבליבן שטיין ליידיג (אין די בראשית יארן האט מען עס גענוצט צייטנווייז אלץ א פראוויזארישע שול אומאפיציעל).

ווען מען האט אריינגעגעבן די פלענער עס צו מאכן פאר א צייטווייליגע שול, האט דער אינדזעניר געלאזט הערן אז ער וויל דאס זאל האבן א ספרינקלער סיסטעם, דער דיוועלאפער האט זיך געוואלט ארויסדרייען פון עס מאכן סיי ווייל עס קאסט אוצרות מיט געלט און אויך געדוירט עס אסאך צייט, האט ער געטוישט די פלענער אז די שול זאל נאר זיין אין 2 פון די דריי הייזער, לויט דעם גרויסקייט דארף מען נישט לויט סטעיט קאוד קיין ספרינקלער.

למעשה האט דער אינזעניר געזאגט אז ער וועט נישט מאשר זיין דעם בנין אן קיין ספרינקלער סיסטעם (כאטש וואס לויטן געזעץ מוז מען עס נישט מאכן, האט דער אינדזעניר דאס רעכט צו זאגן אז ער שפירט אז ס'איז נויטיג.)

צוליב דאס געדרענג אין נויט פאר א שול האט דער דיוועלאפער באשלאסן נישט איינצורייסן מיט אים און יא אריינגעלייגט דעם קאסטבארע סיסטעם, אבער היות די פלענער איז שוין געווען אריינגעגעבן האט ער נישט געוואלט טוישן נאכאמאל צו אריינרעכנן דעם דריטן הויז כדי נישט צו פארשלעפן די פערמיטן.

תיכף ווען די בנין איז פערטיג געווארן האט מען אנגעהויבן ארבעטן אויף פערמיטן פאר די דריטע הויז. עס איז אינטערגעקומען פארשידענע עיכובים וואס האבן עס פארשלעפט, עס איז שוין געווען עטליכע מיטונגן דערוועגן, ב"ה דעם פארגאנגענע דאנערשטאג האט דער ווילידש בארד געגעבן זייער רשות צו גיין פאראויס, יעצט דארף נאך זיין איין מיטונג מיטן פלעיניג בארד איבער דעם נושא בעפאר מען קען באקומען די ענדליגטע פערמיט בעז"ה.

בשבילי נברא האט געשריבן:האבן זיי דען נישט געוואוסט אז ס'גייען קומען נאך משפחות וואוינען דארט און דאס ביהמ"ד גייט זיי דארפן אקאמאדירן?

מען ווייסט יעצט אויך אז אפי' מיט די דריטע הויז אריינגענומען וועט עס נישט קענען אקאמענדירן דעם וואוקס בליע"ה, און מען וועט גאנץ אין קורצן ברויכן א פיל גרעסערע פלאץ (אדער נאך א פלאץ אין צוגאב), מען ארבעט שוין טאקע לאנג פיבערהאפטיג אויף ווייטער'דיגע פלענער בעז"ה.
ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 5:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסע זאקן »

פארוואס בויט מען נישט דעם גרויסן בית המדרש הגדול וואס איז געווען געפלאנט לכתחילה ?
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”