קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

ביטער זיס האט געשריבן:
ווייסע זאקן האט געשריבן:עס איז דא איין סיבה אז נישט קיין חילוק וואס , וועט בלומינבורג זיין א פאקט

א זאך וואס איז למעלה מדרך הטבע ביזדערווייל

ווילאנג סאיז דא א דירות קריזיס אין וויליאמסבורג, בארא פארק ,מאנסי ,קרית יואל מיינענדיג אז די פרייזן זענען הויעך סיי צו קויפן און סיי צו דינגען פאר א דורעכשניטלעכער יונגערמאן אויסער אז די דירות אין די אלע געגענטער ווערן קלענער אין קלענער וועט בלומינגבורג זיין א פאקט ,און פארשטייט זיך יעדע נייע געגענט

סאיז זיכער אז די קערפערשאפט פון בלומינגבורג נעמט אנדערע מהלכים לכתחילה וואלטן שוין געוואינט בדרך הטבע 500 משפחות אבער למעשה די גאנצע שטעטל און די דמיון פון לאם איז שלא בדרך הטבע קען מען נישט קיין טענות האבן

בלומינגבורג וועט זיין ביליגער רענט און ביליגער צו קויפן דירות און פארשטייט זיך נישט אזוי צאמגעשטופט וועט בלומינגבורג פארן

אבער עס נאר גיין וויפעל דירות עס איז דא ,למשל פון יעצט היז א מינומים פון א יאר קען עס נישט ווערן גרעסער פון 160 משפחות וועגן עס איז נישדא קיין דירות און אפילו יעצט איז נאכנישט די 60 דירות רעדי

1) קיינער האט נישט קיין טענות מען געט אים פשוט א גוטע עצה -open market-
2) אויב זאל ווען זיין א איבערפיל פון קונים וואלט מען געבויעט מער/שנעלער, ווי גייט די ווארט ?
אז עס איז דא געלט, קען מען בויען שנעל!

פון דיינע ווערטער שרייט ארויס אז די ווילסט מאכן אפאר דאלאר אויפן חשבון פון בלומינגבורג

אבער אהובי ידידי איר רעדט אביסעל דמיונות

בלומענבורג דירות איז געווען עדווערטייזט מיט כל מיני מאקעטינג איידיעס און עדס אונטער די באקאנטע אילאוויטש בראקער פון ווילאמסבורג פאר חדשים לאנג , זעט אויס עס איז נישט געווען א מארקעט , בלומינגבורג איז אין א מדבר אין די מציאות וועט זיך נישט טוישען אזוי שנעל ווילאנג עס איז דא אויפן טיש נאך 4 שטעטלעך וואס זענען נישט אין אזא מדבר , פארשטייט זיך ווי מער עס ווערט וועט עס מער וואקסען , אבער לעת וואקסט עס זייער שטייט, סאיז נישדא קיין 30 תושבים וואס וואינען כעת אין זייערער פרייוואטע געקויפטע דירות יעצט , ווען עס וועט זיין אפאר הונדערט משפחות וואינען אין זייערע פרייוואטע געקויפטע דירות אי"ה וועסטו קענען ניצען א אפען מארקעט האפענטליך , יעצט האלט עס נאך אין א שווערע מצב

די זאך איז אז אלע וואס וואינען פאר רענט געבן צו א נעגעטיווע לופט אינעם שטעטל , האפענטליך אויף ראש השנה הבאה תשע"ח וועט זיין כאטשיק 75 משפחוץ אין זייער אייגענע דירות וועט עס זיין א מערהייט פון פאזיטיוויטי

אפען מארקעט קען נישט העלפען טוישען די פאקט אז מענטשן זאלן געבן א מינומים פון 60 טויזענט דאלאר פאר א הויז פון זייער שווער געהארעוועטע געלט אין א מדבר

אין טרייען צו טוישען די מציאות אז בלומינגראוו איז נישט קרית יואל פאלט אויף טויבע אויערען אזוי ווי איר טרייט מסביר צו זיין אז איינער וואס וואינט אויף לעפעיאט ביי בעדפארד אז ער וואינט נישט אין וויליאמסבורג

די פאקט איז א מענטש וואס וואינט אין בלומינגראוו גייט אן מיט זיין מהלך החיים פונקט ווי קרית יואל ,ער ברויך גארנישט טוישען נאר אז ער וואינט פריוואט אן קיין נויס פון נעיבארס .
אוועטאר
טשעסטנאט רידש
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 5:23 pm
לאקאציע: בלומענגבערג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעסטנאט רידש »

פאקטען האט געשריבן:
משה יענקל האט געשריבן:
ווען די רעדס פון א דירה פון 380 טויזענט. און ארויף קאנסטו. האבען טענות. אז מען דארף א סעלעקשאן אבער נישט פון 304 און ארויף

אוודאי דארף מען צושטעלן אן אויסוואל, די גאנצע עריטאד אז פריי דיך מיט וואס איך געב דיר ווייל קרית יואל צאלט מען א הונדערטער מער, האלט אפ מענטשן פון אהין גיין,

גלייב מיר אז ער בעט 304 ווייל ער קען נישט בעטן מער,

עס איז קלאר אין פלאן צו בויען נאך קלענערע דירות גענוי די פלענער ווען ווי און וויפיל ווייס איך נישט.
קלאר אז ער בעט וויפיל ער האלט אז ס'איז די מערסטע וואס ער קען בעטן. ס'איז נאר נארמאל אזוי צו טון און איז קיין שום חידוש נישט.
אגב פערזענליך האלט איך אז ער בעט 'נישט' די מאקסימום יעצט, לדעתי וואלט זיך עס פארקויפט פאר 30/40 טויזנט מער ווי גארנישט. (כ'האפ ער ליינט נישט 'אייוועלט'...)
ביטער זיס
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 07, 2017 11:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביטער זיס »

מיין בליק אויף די זאך!
בלומינגבורג דארף זיין א אפען מארקעט ווער עס וויל בראוקען די דירות זאל קענען, נישט בלויז שמילאוויטש !!!!

(פאר איך גיי ווייטער וויל איך קלאר שטעלן איך האב גארנישט קעגן שמילאוויטש איך מיין די טובה פון די ישוב, ווי איר וועט ליינען ווייטער)

אין מיינע אויגן צאלן היינט אינגעלייט פאר דירות אין בלומינג-גראוו טייערער ווי מען קען באקומען אין בלומינגבורג
אין וואס באקומט מען ? אלטע הייזער פון 1960
וואס אן אריינלייגן כאטש 70/80 טויזענט טאלער קען מען נישט אריינמאפן, אין אפילו דערנאך האסטו נישט וואס מען באקומט אין בלומינגבורג
ווי למשל א 9 פיסיגע דאך, א בוידעם, געוויסע נישט סענטראול ערקאנדישן, אלטע סייס פענסטער'ס, אלטע סטים, ווער רעדט נאך פון די אוישטעל פון די דירה,
(א אידישע אוישטעל) וכוי' וכוי'
(א חוץ א פרייוועט לאט, וואס מען באקומט מער אין בלומינג-גראוו) איך רעדט במציאות וואס א חבר מיינע האט געטוהן....

ד.מ. מען צאלט לכתחילה מער געלט פאר די דירה בערך 100 טויזענט אדער מער, (איך רעדט צו באקומען בערך אזויפיל סקווער פיס ווי אין בלומינגבורג)
פלאס מען דארף אריינלייגן 70/80 טויזענט טאלער אין די דירה צו קענען אריינמאפן אין אפילו דערנאך באקומט
מען נישט וואס מען באקומט אין בלומינגבורג!

יעצט לאמיר גיין ווייטער! בתי מדשים מקוואות איז דערווייל נאכנישט געהעריג צוגעשטעלט (איך וויל חס ושלום נישט אוועק מאכן בלומינג-גראוו, איך וויל נאר צוקומען צו א פוינט)
בדרך הטבע גייט נישט זיין די רוחניות'דיגע חלק אזוי גוט צוגעשטעלט ווי אין בלומינגבורג, וויבאלד עס איז דערווייל נאכנישט דא א חסידות וואס האט גענומען די אחריות!

ווייטער ! עס איז נאנט צו ק"י!
אויך שוין היינט נישט קין תירץ מען קויפט שוין היינט אזוי ווייט אז אריינצופארן צו ק"י מיט א קאר קען נעמען 15 מינוט
ווער רעדט נאך פון אריינוואקן מיט ווייב אין קינדער איז בכלל נישט מעגליך !
(א קאר סערוויס פון בלומינג-גראוו צו ק"י קאסט 3 מאל אזוי סאך ווי די בלומינגבורג שאטעל קיין ק"י)

ווייטער די פרייוועט לאט !
אין מיינע אויגן ווילן רוב קינדער/פרויען וואוינען ענדערש מיט שכנים, (איך רעדט נישט פון 35 פאמיליעס אין א בילדינג אזוי ווי ק"י)
אבער 4/5 משפחות אין א בילדינג וועלן רוב קינדער/פרויען ענדערש אויסוועלן ווי פון וואוינען אליינס מיט א פרייוועט לאט!
(ווער רעדט נאך אז ביינאכט איז גאנץ שרעקעדיג אין בלומינג-גראוו ווען מען קען נאך הערן הינט בילן, אין מען וואוינט אליין, בשעת ווען די מאן איז נישט אינדערהיים)

די רוחניות'דיגע חלק בנוגע שמירות העינים אין בלומינג-גראוו, אויב האסטו פינק א שכן קעגן איבער דיר וואס האלט נישט ביים ארויסמאפן מיט א אפענע
שווים באסיין, וועל איך יעצט נישט אריינגיין, דאס וועל איך לאזן פאר די רבנים !

אויב אזוי פרעגט זיך די פראגע פארוואס קויפט די עולם אין די מאסן אין בלומינג-גראוו בעפאר בכלל גיין קוקן אין בלומינגבורג ??????

תירץ! עס איז דא בערך 15-20 בראוקער'ס אין ק"י אן קיין מעגליכקייט פון פארקויפן דירות אין ק"י, ווי יעדער ווייסט נעמען די גרויסע דעוועלעפער'ס
מער נישט קיין בראוקער'ס, (צוליב די גרויסע נאכפראגע פון קונים, עס איז דאך א שאד אראפצוגעבן געלט פאר די בראוקער'ס)
די לעצטע דעוועלעפמענט אנצונעמען דורך בראוקער'ס איז געווען ווייניארד
מען דארף דאך אבער מאכן פרנסה......
שלעפ מען ארויס די עולם קיין בלומינג-גראוו אין נאך פארשידענע געגענטער (איך האב מיר באצויגן צו בלומינג-גראוו וויבאלד דארט גייט רוב עולם)

יעצט לאמיר צוקומען צום תכלית!
אויב זאל יעדע בראוקער קענען מאכן געלט אין בלומינגבורג אויך, וועט יעדע מענטש וואס איז גרייט ארויסצוגיין ווואוינען אויסער ק"י
כאטש גיין קוקן אויכעט בלומינגבורג (רוב אירע קויפן דורך א בראוקער) ווייל די ברוקער'ס וועלן זיי דאס ווייזן אין צורעדן צו קויפן,
אזוי ווי זיי טוהן אין בלומינג-גראוו !!!
נ.ב. ווי איר פארשטייט ארבעט קיינער נישט אימזינסט
אוועטאר
טשעסטנאט רידש
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 5:23 pm
לאקאציע: בלומענגבערג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעסטנאט רידש »

רעסטוראנט, איר שרייבט עטליכע פאקטן אומ-פונקטליך. אילאוויטש איז טאקע א בראוקער אבער ביי די בלומענגבערג פראדזעקט ארבעט ער צוזאַמען מיט שמילאוויטש פאר לאמם דיירעקט און דינט נישט אלץ בראוקער.
רענטער'ס דאהי זענן ע'פ רוב 'זייער' פאזעטיוו, דאס קען איך מעיד זיין אלץ תושב. פלאס די פאקט אז עטליכע רענטער'ס האבן אליינס געקויפט אין פעיז2 רעדט פאר זיך אליינס.
מען דארף נישט קיין זעכציג טויזנט אראפלייגן צו קענען קויפן דאהי נאר בערך די העלפט.
דאָס איז אמת אז בלומינגראוו איז קרית יואל און איז נישט ריכטיג צו פארגלייכן די צוויי אויף אלעם.
ביטער זיס
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 07, 2017 11:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביטער זיס »

רעסטאראנט
ניין איך מיין נישט געלט, איך בין נישט קיין בראוקער, איך האב ב"ה פרנסה, השם זאל העלפן ווייטער !
איך שטיי אין קוק זיך צו די לעצטע 2 יאר בלומינג-גראוו אין בלומינבורג אין טאקע ווייל איך האב א געפיל צו בלומינגבורג
האב איך אוועגעגעבן מיינע צייט מו שרייבן די שירות!
בדרך אגב איך בין גוט מיט א שיינע ביסל בראוקער'ס פון ק"י וואס זענען זוכה צו שלעפן אידן קיין בלומינג-גראוו, סאו ווייס איך אביסל די מציאות!
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

ביטער זיס האט געשריבן:מיין בליק אויף די זאך!

דעס האסטו שוין געשריבן איינס אדער צוויי מאל און שרייבן נאכאמאל און נאכאמאל פאלטשע פאקטן וועט אייך עס נישט העלפען

יא אזוי ארבייט עס ביי ריעל עסטעיט לאקעישאן לאקעישאן לאקעישאן א מענטש וועט צאלן אין ווילי פאר א אלטע דירה אדער הויז פיר מאל די פרייז פון בלומינגבורג, גלייבסט עס ? צו די גלייבסט יא צו נישט קויפן מענטשן יעדן איינציגע טאג קליינע פארשטיפטע דירות אין וויליאמסבורג, אלט אדער נייע דירות פאר 4 מאל די פרייז פון בלומינגבורג !!! קענסט האבן וויפיל בראוקערס די ווילסט פון בלומינגראוו, לעיקוואד ,בלומינגבורג, זשערסי סיטי ,סטעטען איילענד און די מענטשן וועלן ענדערשער קויפן אין וויליאמסבורג פאר 4 מאל די פרייז נישט קיין חילוק פון זייער געלט אדער צאמגעבארגטע געלט פון די גאנצע שטאט אדער גמ"ח'ן

די זעלבע זאך איז דא מענטשן וואס צאלן 3 מאל די פרייז אויף גארפילד קארנער איהעל קארט אין קרית יואל פאר א דירה ווי א דריטעל די פרייז אין בלומינגראוו

אין אזוי איז דא מענטשן וואס צאלן דאפעלטדי פרייז אין בלומינגראוו ווי אין בלומינגבורג וועגן זיי ווילן נישט גיין וואוינען אין מדבר

קענסט האבן 60 בראקורס און א ריזיגע אפען מארקעט און גארנישט וועט זיך נישט טוישן

קרית יואל מיט 40 יאר צוריק מיטן האבן א רבי זכרונו לברכה מיט חסידים וואס זענען געגאנגען אין וואנט אריין איז אויך אדורך די חבלי לידה מיטן טרעפען מענטשן צו מופן אין א מדבר

די מציאות אז בלומינגראוו איז אין קרית יואל גייט אייך נישט העלפען גארנישט, וועגן 18 חדשים צוריק האסטו געקענט קויפן יעדע הויז דארט מיט צווישן 100 און 200 טויזענט ביליגער ווי היינט ! ווי מער מענטשן גייטנעס ארויף , איך קען דיר אינטערשרייבן אז פון א יאר פון יעצט גייט יעדע הויז קאסטן מיט 100 טויזענט מער אין בלומינג-גראוו און 200 טויזענט מער אין צוויי יאר ארום פון יעצט

יעדע הויז וואס קאסט יעצט 700 אדער 600 טויזענט דאלאר אין טשעסנאט ריזש אדער עירמאנט האט געקאסט 3 יאר צוריק 300 אדער 400 טויזענט דאלאר ,דאס זענען פאקטן

און צום לעצט בלומינגבורג אם ירצה השם אין צוויי יאר ארום ווען עס וועלן וואינען אין געקויפטע הייזער דארט האפענטליך איבער 200 איינוואינער גייט אויך ארויפגיין די פרייז פי כמה

אזוי ארבעט די וועלט און לולי דמותפינא האט די באשעפער באשאפען די וועלט אז עס זאל זיך דרייען די עקאנאמי אויב נישט איז אויס וועלט אויסער די באשעפער שיקט מן פאר יעדעם גלייך

טשעסטנאט רידש האט געשריבן:רעסטוראנט, איר שרייבט עטליכע פאקטן אומ-פונקטליך. אילאוויטש איז טאקע א בראוקער אבער ביי די בלומענגבערג פראדזעקט ארבעט ער צוזאַמען מיט שמילאוויטש פאר לאמם דיירעקט און דינט נישט אלץ בראוקער.
רענטער'ס דאהי זענן ע'פ רוב 'זייער' פאזעטיוו, דאס קען איך מעיד זיין אלץ תושב. פלאס די פאקט אז עטליכע רענטער'ס האבן אליינס געקויפט אין פעיז2 רעדט פאר זיך אליינס.
מען דארף נישט קיין זעכציג טויזנט אראפלייגן צו קענען קויפן דאהי נאר בערך די העלפט.
דאָס איז אמת אז בלומינגראוו איז קרית יואל און איז נישט ריכטיג צו פארגלייכן די צוויי אויף אלעם.

שלום עליכם הרב טשעסנאט אין איך וואונטש דיר אסאך הצלחה אין דיין נייע וואין ארט אין מיט אסאך מזל מיט גליק און אי"ה זאלסט קענען גאר בקרוב קענען "קויפן " דיין אייגענען דירה טאקע אין "בלומינגבורג " אי"ה און די זאלסט זיין א פארטרעגער פאר דיינע קרובים אין ידידים

טאמער א יוד נעמט א 90 פארצענט מארטגעזש איז עס איבער 30 טויזענט דאלאר פאר 10 פארצענט מיט ארום 20 טויזענט קלאסינג קאסט מיט מופן אין אויסרישען איז עס לכל הפחות 60 טויזענט און נענטער צו 70 טויזענט על פי רוב
לעצט פארראכטן דורך רעסטאראנט אום דינסטאג יוני 06, 2017 9:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

ביטער זיס האט געשריבן:רעסטאראנט
ניין איך מיין נישט געלט, איך בין נישט קיין בראוקער, איך האב ב"ה פרנסה, השם זאל העלפן ווייטער !
איך שטיי אין קוק זיך צו די לעצטע 2 יאר בלומינג-גראוו אין בלומינבורג אין טאקע ווייל איך האב א געפיל צו בלומינגבורג
האב איך אוועגעגעבן מיינע צייט מו שרייבן די שירות!
בדרך אגב איך בין גוט מיט א שיינע ביסל בראוקער'ס פון ק"י וואס זענען זוכה צו שלעפן אידן קיין בלומינג-גראוו, סאו ווייס איך אביסל די מציאות!

א בראוקער קען שלעפן מענטשן קיין בלומינג-גראוו וועגן סאיז קרית יואל נישט אין א מדבר ,ודו"ק

איר דארפט לעבן מיטן מציאות אז בלומינגראוו איז קרית יואל און נישט אין א מדבר
אוועטאר
טשעסטנאט רידש
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 5:23 pm
לאקאציע: בלומענגבערג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעסטנאט רידש »

עליכם השלום. אמן.

איך מיין אז איר טרייבט אביסל איבער מיט די נומערן באט איטס אקעי.

וואס עס שטערט מיך יא איז דאס איבער'חזר'ן אזויפיל מאל אז דא איז א מדבר, ס'איז קלאר נישט קיין מדבר. אין א מדבר וואלט א חסידישע משפחה נישט געקענט וואוינען עטליכע חדשים האבענדיג אלע הצטרכות, דא יא!
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

טשעסטנאט רידש האט געשריבן:עליכם השלום. אמן.

איך מיין אז איר טרייבט אביסל איבער מיט די נומערן באט איטס אקעי.

וואס עס שטערט מיך יא איז דאס איבער'חזר'ן אזויפיל מאל אז דא איז א מדבר, ס'איז קלאר נישט קיין מדבר. אין א מדבר וואלט א חסידישע משפחה נישט געקענט וואוינען עטליכע חדשים האבענדיג אלע הצטרכות, דא יא!

איך טרייב נישט איבער וועגן אין די פאראייניגטע שטאטן אין אמעריקא וויזוי מען קויפט א הויז /דירה אין אמעריקא ארבעט אזוי די סיסטעם, איר וועט גיין אין שיל שפעטער אין בלומינגבורג וועט איר געוואר ווערן אז אסאך האט עס געקאסט נענטער צו הונדערט טויזענט קעש די שפיל ,דאס איז ווייטער א חלק פון מציאות

איך מאך נישט אוועק בלומינגבורג בכלל אבער לגבי עס צו גלייכען צו בלומינג-גראוו וואס איז אין קרית יואל מיט א שטאט פון 6000 משפחות באלד צו א שטאט מיט בערך 80 משפחות און עס וואינען נישטדארט די זעלבע 50 משפחות אויף איינמאל די לעצטע 4 יאר הייסט א מדבר לגבי עס צו צוגלייכן צו בלומינג-גראוו
אוועטאר
טשעסטנאט רידש
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 5:23 pm
לאקאציע: בלומענגבערג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעסטנאט רידש »

אה לגבי בלומינגראוו, אויף דעם בין איך נישט מחולק. (דאס זאגט נישט וואס כ'האלט איבער דעם יושב באופן כללי, אבער פאר א קרית יואל איינוואוינער איז עס בערך ווי מופן אויף ניי ווימס, נישט קיין פארגלייך צו א פארהאלטנמעסיג ניי פלאץ).

וואס אנדערע האבן געצאלט איז נישט קיין באווייז אויף וואס די מינימום איז. אסאך האבן גענומען אכציג פראצענט מארגידשעס אנדערע האבן געמאכט אפדעיטס אין די צענדליגער טויזנטער. כ'ווייס איינער וואס האט בסך הכל געדארפט בלויז 45 טויזענט
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

רעסטאראנט האט געשריבן:די זאך איז אז אלע וואס וואינען פאר רענט געבן צו א נעגעטיווע לופט אינעם שטעטל , .

איך פארשטיי נישט די ווערטער, איר קענט אייך אפשר אביסל מער מסביר זיין

פארוואס?
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

איך האלט גראדע אז פרייזן אין בלומינג גראוו וועט נישט צופיל ארויפגיין אינעם נאענטן צוקונפט. דער דימענד איז שטארק, אבער די סופליי קוקט אויס אויפן מאמענט צו זיין נאך שטארקער.
ביטער זיס
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 07, 2017 11:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביטער זיס »

איך פארשטיי נישט פארוואס מען איז אויסן אראפצוברענגן מיין געדאנק?
מען איז אלעס גרייט צו שרייבן אפילו אז בלומינגבורג איז א מדבר וואס דאס ווייסט יעדער אז דאס איז נישט אמת
אבי נישט צו געבן גערעכט מיין נארישע עצה, פארוואס ?
ביטער זיס
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 07, 2017 11:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביטער זיס »

ר' יום טוב האט געשריבן:איך האלט גראדע אז פרייזן אין בלומינג גראוו וועט נישט צופיל ארויפגיין אינעם נאענטן צוקונפט. דער דימענד איז שטארק, אבער די סופליי קוקט אויס אויפן מאמענט צו זיין נאך שטארקער.

יעדער וואס איז אביסל באקאנט ווייסט אז דאס איז נישט אמת
ווי די עבר האט געוויזן איז עס שוין אסאך ארויף

רעסטאראנט האט געשריבן:
ביטער זיס האט געשריבן:מיין בליק אויף די זאך!
בלומינגבורג דארף זיין א אפען מארקעט ווער עס וויל בראוקען די דירות זאל קענען, נישט בלויז שמילאוויטש !!!!

(פאר איך גיי ווייטער וויל איך קלאר שטעלן איך האב גארנישט קעגן שמילאוויטש איך מיין די טובה פון די ישוב, ווי איר וועט ליינען ווייטער)

אין מיינע אויגן צאלן היינט אינגעלייט פאר דירות אין בלומינג-גראוו טייערער ווי מען קען באקומען אין בלומינגבורג
אין וואס באקומט מען ? אלטע הייזער פון 1960
וואס אן אריינלייגן כאטש 70/80 טויזענט טאלער קען מען נישט אריינמאפן, אין אפילו דערנאך האסטו נישט וואס מען באקומט אין בלומינגבורג
ווי למשל א 9 פיסיגע דאך, א בוידעם, געוויסע נישט סענטראול ערקאנדישן, אלטע סייס פענסטער'ס, אלטע סטים, ווער רעדט נאך פון די אוישטעל פון די דירה,
(א אידישע אוישטעל) וכוי' וכוי'
(א חוץ א פרייוועט לאט, וואס מען באקומט מער אין בלומינג-גראוו) איך רעדט במציאות וואס א חבר מיינע האט געטוהן....

ד.מ. מען צאלט לכתחילה מער געלט פאר די דירה בערך 100 טויזענט אדער מער, (איך רעדט צו באקומען בערך אזויפיל סקווער פיס ווי אין בלומינגבורג)
פלאס מען דארף אריינלייגן 70/80 טויזענט טאלער אין די דירה צו קענען אריינמאפן אין אפילו דערנאך באקומט
מען נישט וואס מען באקומט אין בלומינגבורג!

יעצט לאמיר גיין ווייטער! בתי מדשים מקוואות איז דערווייל נאכנישט געהעריג צוגעשטעלט (איך וויל חס ושלום נישט אוועק מאכן בלומינג-גראוו, איך וויל נאר צוקומען צו א פוינט)
בדרך הטבע גייט נישט זיין די רוחניות'דיגע חלק אזוי גוט צוגעשטעלט ווי אין בלומינגבורג, וויבאלד עס איז דערווייל נאכנישט דא א חסידות וואס האט גענומען די אחריות!

ווייטער ! עס איז נאנט צו ק"י!
אויך שוין היינט נישט קין תירץ מען קויפט שוין היינט אזוי ווייט אז אריינצופארן צו ק"י מיט א קאר קען נעמען 15 מינוט
ווער רעדט נאך פון אריינוואקן מיט ווייב אין קינדער איז בכלל נישט מעגליך !
(א קאר סערוויס פון בלומינג-גראוו צו ק"י קאסט 3 מאל אזוי סאך ווי די בלומינגבורג שאטעל קיין ק"י)

ווייטער די פרייוועט לאט !
אין מיינע אויגן ווילן רוב קינדער/פרויען וואוינען ענדערש מיט שכנים, (איך רעדט נישט פון 35 פאמיליעס אין א בילדינג אזוי ווי ק"י)
אבער 4/5 משפחות אין א בילדינג וועלן רוב קינדער/פרויען ענדערש אויסוועלן ווי פון וואוינען אליינס מיט א פרייוועט לאט!
(ווער רעדט נאך אז ביינאכט איז גאנץ שרעקעדיג אין בלומינג-גראוו ווען מען קען נאך הערן הינט בילן, אין מען וואוינט אליין, בשעת ווען די מאן איז נישט אינדערהיים)

די רוחניות'דיגע חלק בנוגע שמירות העינים אין בלומינג-גראוו, אויב האסטו פינק א שכן קעגן איבער דיר וואס האלט נישט ביים ארויסמאפן מיט א אפענע
שווים באסיין, וועל איך יעצט נישט אריינגיין, דאס וועל איך לאזן פאר די רבנים !

אויב אזוי פרעגט זיך די פראגע פארוואס קויפט די עולם אין די מאסן אין בלומינג-גראוו בעפאר בכלל גיין קוקן אין בלומינגבורג ??????

תירץ! עס איז דא בערך 15-20 בראוקער'ס אין ק"י אן קיין מעגליכקייט פון פארקויפן דירות אין ק"י, ווי יעדער ווייסט נעמען די גרויסע דעוועלעפער'ס
מער נישט קיין בראוקער'ס, (צוליב די גרויסע נאכפראגע פון קונים, עס איז דאך א שאד אראפצוגעבן געלט פאר די בראוקער'ס)
די לעצטע דעוועלעפמענט אנצונעמען דורך בראוקער'ס איז געווען ווייניארד
מען דארף דאך אבער מאכן פרנסה......
שלעפ מען ארויס די עולם קיין בלומינג-גראוו אין נאך פארשידענע געגענטער (איך האב מיר באצויגן צו בלומינג-גראוו וויבאלד דארט גייט רוב עולם)

יעצט לאמיר צוקומען צום תכלית!
אויב זאל יעדע בראוקער קענען מאכן געלט אין בלומינגבורג אויך, וועט יעדע מענטש וואס איז גרייט ארויסצוגיין ווואוינען אויסער ק"י
כאטש גיין קוקן אויכעט בלומינגבורג (רוב אירע קויפן דורך א בראוקער) ווייל די ברוקער'ס וועלן זיי דאס ווייזן אין צורעדן צו קויפן,
אזוי ווי זיי טוהן אין בלומינג-גראוו !!!
נ.ב. ווי איר פארשטייט ארבעט קיינער נישט אימזינסט

דעס האסטו שוין געשריבן איינס אדער צוויי מאל און שרייבן נאכאמאל און נאכאמאל פאלטשע פאקטן וועט אייך עס נישט העלפען

יא אזוי ארבייט עס ביי ריעל עסטעיט לאקעישאן לאקעישאן לאקעישאן א מענטש וועט צאלן אין ווילי פאר א אלטע דירה אדער הויז פיר מאל די פרייז פון בלומינגבורג, גלייבסט עס ? צו די גלייבסט יא צו נישט קויפן מענטשן יעדן איינציגע טאג קליינע פארשטיפטע דירות אין וויליאמסבורג, אלט אדער נייע דירות פאר 4 מאל די פרייז פון בלומינגבורג !!! קענסט האבן וויפיל בראוקערס די ווילסט פון בלומינגראוו, לעיקוואד ,בלומינגבורג, זשערסי סיטי ,סטעטען איילענד און די מענטשן וועלן ענדערשער קויפן אין וויליאמסבורג פאר 4 מאל די פרייז נישט קיין חילוק פון זייער געלט אדער צאמגעבארגטע געלט פון די גאנצע שטאט אדער גמ"ח'ן

די זעלבע זאך איז דא מענטשן וואס צאלן 3 מאל די פרייז אויף גארפילד קארנער איהעל קארט אין קרית יואל פאר א דירה ווי א דריטעל די פרייז אין בלומינגראוו

אין אזוי איז דא מענטשן וואס צאלן דאפעלטדי פרייז אין בלומינגראוו ווי אין בלומינגבורג וועגן זיי ווילן נישט גיין וואוינען אין מדבר

קענסט האבן 60 בראקורס און א ריזיגע אפען מארקעט און גארנישט וועט זיך נישט טוישן

קרית יואל מיט 40 יאר צוריק מיטן האבן א רבי זכרונו לברכה מיט חסידים וואס זענען געגאנגען אין וואנט אריין איז אויך אדורך די חבלי לידה מיטן טרעפען מענטשן צו מופן אין א מדבר

די מציאות אז בלומינגראוו איז אין קרית יואל גייט אייך נישט העלפען גארנישט, וועגן 18 חדשים צוריק האסטו געקענט קויפן יעדע הויז דארט מיט צווישן 100 און 200 טויזענט ביליגער ווי היינט ! ווי מער מענטשן גייטנעס ארויף , איך קען דיר אינטערשרייבן אז פון א יאר פון יעצט גייט יעדע הויז קאסטן מיט 100 טויזענט מער אין בלומינג-גראוו און 200 טויזענט מער אין צוויי יאר ארום פון יעצט

יעדע הויז וואס קאסט יעצט 700 אדער 600 טויזענט דאלאר אין טשעסנאט ריזש אדער עירמאנט האט געקאסט 3 יאר צוריק 300 אדער 400 טויזענט דאלאר ,דאס זענען פאקטן

און צום לעצט בלומינגבורג אם ירצה השם אין צוויי יאר ארום ווען עס וועלן וואינען אין געקויפטע הייזער דארט האפענטליך איבער 200 איינוואינער גייט אויך ארויפגיין די פרייז פי כמה

אזוי ארבעט די וועלט און לולי דמותפינא האט די באשעפער באשאפען די וועלט אז עס זאל זיך דרייען די עקאנאמי אויב נישט איז אויס וועלט אויסער די באשעפער שיקט מן פאר יעדעם גלייך

קודם ווי געשריבן איך רעדט פון אידן וואס זענען שוין גרייט ארויסצוגיין, נישט נעבן ק"י נאר שוין אסאך ווייטער...

צווייטענס די ביסט אויסן אראפצוברענגן מיינט געדאנק אפילו אויפן חשבון פון אינזער ארויפגעקוקטע נייע ישוב -בלומינגבורג-

דריטענ'ס איך פארלאנג נישט צו מופן אין בלומינגבורג, איך בעט כאטש די בראוקער'ס זאלן ווייזן -בלומינגבורג-
פאר זייערע קאסטומער'ס נאך פאר זיי מאכן א דיסישען וועלעכע הויז צו קויפן...
אין דאס וועט נאר צושטאנט קומען מיט א -open market-
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

פאקטען האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:די זאך איז אז אלע וואס וואינען פאר רענט געבן צו א נעגעטיווע לופט אינעם שטעטל , .

איך פארשטיי נישט די ווערטער, איר קענט אייך אפשר אביסל מער מסביר זיין

פארוואס?

די זאך איז זייער פשוט ,זיי זענען געסט

די וואס זענען דארט נאך פון די אלטע כמעט אומזיסט ווייסן אז זייער טעג זענען געציילטע

און די רוב פון סעקשאן 8 ווייסן נישט וואס די אנדערע טאג וועט זיי ברענגן ,צו זיי זענען נישט פון יענע חסידות צו זיי קענען נישט באשליסן נאך צו דארט בלייבן וואינען גייען זיי דארפן ארויסנעמען אפאר אלפים פון טאש אין א אנדערע געגענט פאר לעכער ,ווארפן זיי א נעגאטיוויט אויף די דארטיגע שכינים און פרעמדע מענטשן

טאקע דא געציילטע וואס זענען דארט געבליבן אדער אפילו געקויפט

ווען מערעדט פון בערך 80 תושבים אינגאנצען און רוב פאר רענט אדער פארן אכטער זענען ווי אויפן וואסער און זיי האבן נאכנישט שלום געמאכט מיטן מצב פון אוועקמופן פון זייער מאמעס פארטוך און טרעפען און טראכטען פון נעגעטיוויטי וועגן זיי האבן נישט קיין דאך איבערן קאפ ,סאיז אזוי ווי די זאלסט גיין גלות ליידן מיט דיין משפחה פאר יאר און א פרעמדע פלאץ אן קיין פלאן פון נאכדעם
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

ביטער זיס האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:איך האלט גראדע אז פרייזן אין בלומינג גראוו וועט נישט צופיל ארויפגיין אינעם נאענטן צוקונפט. דער דימענד איז שטארק, אבער די סופליי קוקט אויס אויפן מאמענט צו זיין נאך שטארקער.

יעדער וואס איז אביסל באקאנט ווייסט אז דאס איז נישט אמת
ווי די עבר האט געוויזן איז עס שוין אסאך ארויף

איך וויס נישט וויאזוי איר מעסט עבר, איך האב געהאנדעלט אויף צוויי הייזער אין בלומינג גראוו מיט 6 חדשים צוריק, איינס האט זיך שוין פארקויפט פאר 25 טויזנט דאלער ווייניגער, און די צווייטע האט שוין אראפגעלאזט 30 טויזנט דאלער. איך מיין ר' יום טוב איז גערעכט, די פרייז וועט שטייגען אבער נישט אזוי שנעל און דראסטיש.
.
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

כבוד הרב רעסטאראנט....

איר האקט צאם א וועלט וואס איז ווייט פון. אמת.. לויט אייך זענען 80 תושבים נאר טעמפארערי

דאס איז ווייט פון אמת אפשר 20 אדער גאר אסאך ווייניגער קענען אריינגיין און די. כלל.
אזוי וויל איך
שר האלף
תגובות: 1375
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי וויל איך »

רעסטאראנט האט געשריבן:
פאקטען האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:די זאך איז אז אלע וואס וואינען פאר רענט געבן צו א נעגעטיווע לופט אינעם שטעטל , .

איך פארשטיי נישט די ווערטער, איר קענט אייך אפשר אביסל מער מסביר זיין

פארוואס?

די זאך איז זייער פשוט ,זיי זענען געסט

די וואס זענען דארט נאך פון די אלטע כמעט אומזיסט ווייסן אז זייער טעג זענען געציילטע

און די רוב פון סעקשאן 8 ווייסן נישט וואס די אנדערע טאג וועט זיי ברענגן ,צו זיי זענען נישט פון יענע חסידות צו זיי קענען נישט באשליסן נאך צו דארט בלייבן וואינען גייען זיי דארפן ארויסנעמען אפאר אלפים פון טאש אין א אנדערע געגענט פאר לעכער ,ווארפן זיי א נעגאטיוויט אויף די דארטיגע שכינים און פרעמדע מענטשן

טאקע דא געציילטע וואס זענען דארט געבליבן אדער אפילו געקויפט

ווען מערעדט פון בערך 80 תושבים אינגאנצען און רוב פאר רענט אדער פארן אכטער זענען ווי אויפן וואסער און זיי האבן נאכנישט שלום געמאכט מיטן מצב פון אוועקמופן פון זייער מאמעס פארטוך און טרעפען און טראכטען פון נעגעטיוויטי וועגן זיי האבן נישט קיין דאך איבערן קאפ ,סאיז אזוי ווי די זאלסט גיין גלות ליידן מיט דיין משפחה פאר יאר און א פרעמדע פלאץ אן קיין פלאן פון נאכדעם

געהערט פין איינער וואס איז געווען לעצטענס ביי א מלוה מלכה פין ארום 25 תושבים וואס וואוינען דארט פארן אכטער אז 99 פראצענט פין זיי פלאנען נישט צו בלייבן דארט נאכן יאר
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

ביטער זיס האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס מען איז אויסן אראפצוברענגן מיין געדאנק?
מען איז אלעס גרייט צו שרייבן אפילו אז בלומינגבורג איז א מדבר וואס דאס ווייסט יעדער אז דאס איז נישט אמת
אבי נישט צו געבן גערעכט מיין נארישע עצה, פארוואס

ווען איינער זיכט אין קרית יואל צו קויפן זיכט ער נישט אין בלומענבורג

ווען איינער זיכט אין בלומינג-גראוו זיכט ער דוקא נישט אין קרית יואל מער ווייניגער

ווען איינער זיכט אין קרית יואל זיכט ער נישט אין בלומינג-גראוו

וועלכע קוסטומערס ? סאיז נישט ווי א גראסערי, א ריעל עסטעיט בראקער אפפערד וואס די מענטש זיכט ווען איינער זיכט ארום קרית יואל וועלן אים די בראקערס ווייזן וואדבערי ,וואדבערי זשאנקשען,בלומינגראוו, קאנטרי האללא ,מאנרא טאון , און נאך

די האסט באשלאסן א מציאות און די פרובירסט צו מארקעטען בלומינגבורג דיך צו פאפן אז בלומינגבורג איז פונקט ווי ארום קרית יואל ,דעס איז דיין חלום ,האפענטליך אי"ה איין טאג וועט עס זיין

סאיז אזוי ווי אז א בראקער ווייזט פאר א פאטענציאלע קאסטעמער געגענטער ארום מאנסי ווי טשעסנאט ריזש ,עירמאנט,פאמאנא ,ניו סיטי, סקווירא און וואדבערי זשאנקשען , עס ארבעט נישט אזוי ווען א מענטש וויל וואינען אין הארץ פון מאנסי קוקט ער נישט אויף בלומענבורג אדער קרית יואל אדער והגלילות אין מאנסי

סאיז אזוי ווי די סאטמארע לעיקוואד פאריעקט האט סעילסמענס און בלומינבערג האט סעילסמענס און ווען מענטשן קומען צו זיי פרעגן צו קויפן איז די שאלה ווער קען מער איבערעדן די קליינט ,למעשה האט לעיקוואד מער מצליח געווען נאר וועגן די איינציגסטע סיבה איז וועגן סאיז נישט אין א מדבר ווי בלומינגבורג נאר סאיז אין לעיקוואד אין א אמטירענדע יודישע געגענט אזוי ווי בלומינגראוו צו קרית יואל
לעצט פארראכטן דורך רעסטאראנט אום דינסטאג יוני 06, 2017 10:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

אזוי וויל איך האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:
פאקטען האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:די זאך איז אז אלע וואס וואינען פאר רענט געבן צו א נעגעטיווע לופט אינעם שטעטל , .

איך פארשטיי נישט די ווערטער, איר קענט אייך אפשר אביסל מער מסביר זיין

פארוואס?

די זאך איז זייער פשוט ,זיי זענען געסט

די וואס זענען דארט נאך פון די אלטע כמעט אומזיסט ווייסן אז זייער טעג זענען געציילטע

און די רוב פון סעקשאן 8 ווייסן נישט וואס די אנדערע טאג וועט זיי ברענגן ,צו זיי זענען נישט פון יענע חסידות צו זיי קענען נישט באשליסן נאך צו דארט בלייבן וואינען גייען זיי דארפן ארויסנעמען אפאר אלפים פון טאש אין א אנדערע געגענט פאר לעכער ,ווארפן זיי א נעגאטיוויט אויף די דארטיגע שכינים און פרעמדע מענטשן

טאקע דא געציילטע וואס זענען דארט געבליבן אדער אפילו געקויפט

ווען מערעדט פון בערך 80 תושבים אינגאנצען און רוב פאר רענט אדער פארן אכטער זענען ווי אויפן וואסער און זיי האבן נאכנישט שלום געמאכט מיטן מצב פון אוועקמופן פון זייער מאמעס פארטוך און טרעפען און טראכטען פון נעגעטיוויטי וועגן זיי האבן נישט קיין דאך איבערן קאפ ,סאיז אזוי ווי די זאלסט גיין גלות ליידן מיט דיין משפחה פאר יאר און א פרעמדע פלאץ אן קיין פלאן פון נאכדעם

געהערט פין איינער וואס איז געווען לעצטענס ביי א מלוה מלכה פין ארום 25 תושבים וואס וואוינען דארט פארן אכטער אז 99 פראצענט פין זיי פלאנען נישט צו בלייבן דארט נאכן יאר

איך ווייס נישט אבער אט אזא עקזעמפעל מיין איך אז די מענטשן ווארפן נעגעטיוויטי וועגן זיי לעבן דארט ווי א גאסט און לעבן דארט א נערוועזע יאר פון טראכטען ווי גייט מען ווייטער ,אסאך פון די גייען צום סוף קיין קרית יואל וואס אפילו דארט צו טרעפען א 3 בעדרום דירה איז שווער אין דארף ארויסנעמען כאטשיג א טויזענטער פון טאש אפילו מיטן אכטער און א צוקוועטשעטע דירה , צוריק קיין וויליאמסבורג פילן זיך שוין יענע אויך היפש קראנק פון גיין פון א דירה מלוכה צו א לאך און בייצאלן 2 באלד צוויי אלפים םון טאש
אוועטאר
טשעסטנאט רידש
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 5:23 pm
לאקאציע: בלומענגבערג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעסטנאט רידש »

עס וואוינען יא מער ווי 93 בליע''ה. זיכער אסאך מער ווי דרייסיג זענן ע''מ להשתקע. כ'האפ צו ברענגען פונקטליכע נומערן בקרוב.
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

טשעסטנאט רידש האט געשריבן:עס וואוינען יא מער ווי 93 בליע''ה. זיכער אסאך מער ווי דרייסיג זענן ע''מ להשתקע. כ'האפ צו ברענגען פונקטליכע נומערן בקרוב.

על מנת מיינסטו פאר הווה ?

מען רעדט פון בערך 80 תושבים כעת טאמער עס איז דא בערך 30 וואס וואינען אין זייער געקויפטע דירות

וואס ווי ווייט איך ווייס איז דא בערך 20 משפחות וואס וואינען אין זייער אייגענע געקויפטע דירות

איבערטרייבן אויף א אופן פון שקר ברענגט אראפ די חשיבות און די אמת'ע פאקטן וואס די שטעטל האט יא

נאך אלע מעשות איז בלומענבורג געווען די דורעכברוך אין אוועקמופן פון די מאמעס פארטוך

אין סאיז אויך די שווערסטע גייסטיש און פיזיש פון טין די שריט

און סאיז אויך די נייעסטע געגענט אריינגעבויט א הערליכע אינפסטראקטשער פארן עתיד פון לאנגע יארן לגבי מוסדות ,בתי מדרשים ,מקוואות ,געשעפטן , טראנספארטעישאן

אבער נאר מיט אמת קען עס וואקסען אי"ה
אוועטאר
טשעסטנאט רידש
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 5:23 pm
לאקאציע: בלומענגבערג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעסטנאט רידש »

איך בין נישט אויסן אריינצוגיין אין א או-יע / או-נאו פייט, דאס איז דער לעצטער תגובה איבער די מספר איינוואוינער בעז"ה (ביז עס וועט זיך טוישן די נומערן).

איך האב די ליסטע מיט די פונטקליכע נומערן, נעמען און אדרעסן. דאס וואס איך האב געשריבן איז נישט איבערגעטריבן און נישט שקר.
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”