קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

מ'האט מיך געבעטן צוריק צו קומען צום אינטערנעט נאר צוליב די איין סיבה.
רבותי, איר ווייסט אז איך האב אסאך געטון בנושא פון דירות אויסער די שטאט, ועוד חזון למועד אפצושרייבן וואס טוט זיך מיט די (דערווייל) נישט געווארענע פראיעקטן
בקיצור נמרץ די הויפט סיבה איז "וואוטשערס" וואס רוב גרעסערע נישט זייער פארמעגליכע משפחות אין וויליאמסבורג האבן
אין א נייע ישוב אויסער די "סיטי" וועלן זייערע הכנסות כמעט זיכער פאלן עכ"פ זיי וועלן האבן טראנספארטאציע קאסטן "און" ס'וועט זיי קאסטן כאטשיק נאך טויזענט דאלער א חודש שכר לימוד, ועוד יש הרבה פרטים שאין כאן מקומו להאריך.
דער עיקר וואס כ'וויל שרייבן, איך פאלג נאך דעם נייעם פלאן שוין בערך צוויי יאר, איך האלט מיט פונדערווייטן ממש יעדע טריט און שריט, ס'קומט זיך פאר ר' משה שמילאוויטש מ'זאל עס רופן "קרית שמילאוויטש" ולפי שמסר נפשו עליה יקרא על שמו איז א רש"י אין חומש (כפי זכרוני).
הגם קיינער אויף דער וועלט טוט נישט קיין זאך 101 פראצענט אינגאנצן שלא על מנת לקבל שום פרס וטובת הנאה שבעולם, איז אבער דא אזאך פון עוסק בצרכי ציבור באמונה, און קוקן לטובת הציבור בעיקר און דאס קען מען זאגן אויף ר' משה.
והעיקר
ווער ס'ווייסט איצט זאל "נישט" רעדן, נישט שרייבן קיין פונקטליכע אינפארמאציע, כ'בעט דאס סיי פון די מנהלים פון דעם אשכול, סיי פון די מגיבים, סיי פון די ליינער וואס קענען שרייבן אויף די אנדערע פלעצער וואס מ'ליצנה'ט זיך דא ארום.
איך מיין אז ר' משה מיט די אינוועסטירער אליין ווייסן נישט וואס ס'קען אלץ שאטן די פובליסיטי אבער אזויפיל ווייסן זיי דאך אויך אז די קעגנער האבן געהאט דעם "40 טויזענט דאלערדיגן דירה" בראשור, איך האב אסאך שטודירט וויאזוי אומצופרידענע שכנים האבן באקעמפט אנדערע דעוועלאפמענטס, כאטשיק דא זעט עס אויס א פארלוירענע קאמף פאר די שטערער, זאלן זיי וויסן אז עס איז נישט דורך ביז עס איז נישט דא קיין סי אף אוי און די דירות זענען שוין פארקויפט.
ס'איז זייער גרינג צו שטערן אין אמעריקע, און שרייען אנטיסעמיטיזים וועט נישט העלפן קיין סאך אויב די קעגנער וועלן זיך געהעריג ארגאניזירן, איך וויל זיי נישט געבן דא קיין עצות ח"ו, אבער זיי האבן מער מיטלען וואס מ'קען זיך גארנישט פארשטעלן.
אלזא, יא רבותי, כמעט 400 דירות זענען שוין פולשטענדיג אפראווד. מ'בויעט שוין, סעמפל הויז (עטליכע דירות) שטייט שוין, פונדאמענטן גיסט מען שוין, סוער און וואסער ציט מען שוין, א מיידל סקול בילדינג בויעט מען שוין, ס'האט מעלות און חסרונות ווי אלע פראיעקטן, אני הקטן בין דארט געווען און אליין געזען מיט מיינע אויגן. אבער ביטע רעדט ווי ווייניגער, גייט נישט אהין, שרייבט נישט ווי דאס פלאץ איז פונקטליך.
יעדער איינער נישט קיין חילוק ווי מ'דאווענט און וועלכן רבי'ן אויף דער וועלט מ'גיט קוויטלעך וועט הנאה האבן אויב דאס איז מצליח, און יעדער איינער וועט דערלייגן אויב ס'פאלט דורך, עס וועט האלטן באלאנסירט די פרייזן אין קרית יואל און אין מאנסי, עס וועט עפענען א רייץ פאר אנדערע קרייזן נאכצוטון, עס איז דער טובת הציבור, הלוואי הלוואי מי יתן והי' בין איך מקנא דעם עולם הבא פון ר' משה.
אזויפיל יא. אויב ווען ס'וועט קומען צו שרייבן קאנטראקט וועט מען וועלן רייטן אויפן עולם מיט "ליגענט" דאס וועט מען נישט קענען, מ'מוז זאגן דעם "גאנצן" אמת.
דערווייל בעט ער נישט קיין געלט פון קיינעם, ער בויעט מיטן אינוועסטירערס געלט. איז א חוב קדוש ונורא אים צו העלפן דורך "שווייגן".
נ.ב. איך וועל ווארשיינליך נישט זיין "אנליין" במילא וועל איך נישט ענטפערן נישט בפירוש און נישט אויף פרטי די קומענדיגע טעג, אלזא נעמט נישט אן מיין "שתיקה כהודאה" אויב מ'שרייבט שטותים וכו',
לעצט פארראכטן דורך lebediger berel אום זונטאג אוגוסט 11, 2013 2:16 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

יוי אידאס א לעבעדיגע שרעקעדיגע בער!!

שכוח פאר דיין באריכט, און ריכטיגע הערות.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
פריי זיך
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2013 12:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריי זיך »

אז מ'בויעט 400 דירות מיינט דאס אז זיי ווייסן שוין פון 400 משפחות וואס וויל אהינגיין?
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

דאס איז זייער א וויכטיגע פונקט, סיי אויף דעם פראיעקט, און סיי אויף די פראיעקט אין מאנטיסעלא, וואס מען האט נארוואס פראקלעמירט.
lebediger berel האט געשריבן:יעדער איינער נישט קיין חילוק ווי מ'דאווענט און וועלכן רבי'ן אויף דער וועלט מ'גיט קוויטלעך וועט הנאה האבן אויב דאס איז מצליח, און יעדער איינער וועט דערלייגן אויב ס'פאלט דורך, עס וועט האלטן באלאנסירט די פרייזן אין קרית יואל און אין מאנסי, עס וועט עפענען א רייץ פאר אנדערע קרייזן נאכצוטון, עס איז דער טובת הציבור......
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

lebediger berel האט געשריבן:מ'האט מיך געבעטן צוריק צו קומען צום אינטערנעט נאר צוליב די איין סיבה.
רבותי, איר ווייסט אז איך האב אסאך געטון בנושא פון דירות אויסער די שטאט, ועוד חזון למועד אפצושרייבן וואס טוט זיך מיט די (דערווייל) נישט געווארענע פראיעקטן
בקיצור נמרץ די הויפט סיבה איז "וואוטשערס" וואס רוב גרעסערע נישט זייער פארמעגליכע משפחות אין וויליאמסבורג האבן
אין א נייע ישוב אויסער די "סיטי" וועלן זייערע הכנסות כמעט זיכער פאלן עכ"פ זיי וועלן האבן טראנספארטאציע קאסטן "און" ס'וועט זיי קאסטן כאטשיק נאך טויזענט דאלער א חודש שכר לימוד, ועוד יש הרבה פרטים שאין כאן מקומו להאריך.
דער עיקר וואס כ'וויל שרייבן, איך פאלג נאך דעם נייעם פלאן שוין בערך צוויי יאר, איך האלט מיט פונדערווייטן ממש יעדע טריט און שריט, ס'קומט זיך פאר ר' משה שמילאוויטש מ'זאל עס רופן "קרית שמילאוויטש" ולפי שמסר נפשו עליה יקרא על שמו איז א רש"י אין חומש (כפי זכרוני).
הגם קיינער אויף דער וועלט טוט נישט קיין זאך 101 פראצענט אינגאנצן שלא על מנת לקבל שום פרס וטובת הנאה שבעולם, איז אבער דא אזאך פון עוסק בצרכי ציבור באמונה, און קוקן לטובת הציבור בעיקר און דאס קען מען זאגן אויף ר' משה ירושה לו מבית אבי אמו החסיד ר' יודל ראזענבערג זכר צדיק לברכה.
והעיקר
ווער ס'ווייסט איצט זאל "נישט" רעדן, נישט שרייבן קיין פונקטליכע אינפארמאציע, כ'בעט דאס סיי פון די מנהלים פון דעם אשכול, סיי פון די מגיבים, סיי פון די ליינער וואס קענען שרייבן אויף די אנדערע פלעצער וואס מ'ליצנה'ט זיך דא ארום.
איך מיין אז ר' משה מיט די אינוועסטירער אליין ווייסן נישט וואס ס'קען אלץ שאטן די פובליסיטי אבער אזויפיל ווייסן זיי דאך אויך אז די קעגנער האבן געהאט דעם "40 טויזענט דאלערדיגן דירה" בראשור, איך האב אסאך שטודירט וויאזוי אומצופרידענע שכנים האבן באקעמפט אנדערע דעוועלאפמענטס, כאטשיק דא זעט עס אויס א פארלוירענע קאמף פאר די שטערער, זאלן זיי וויסן אז עס איז נישט דורך ביז עס איז נישט דא קיין סי אף אוי און די דירות זענען שוין פארקויפט.
ס'איז זייער גרינג צו שטערן אין אמעריקע, און שרייען אנטיסעמיטיזים וועט נישט העלפן קיין סאך אויב די קעגנער וועלן זיך געהעריג ארגאניזירן, איך וויל זיי נישט געבן דא קיין עצות ח"ו, אבער זיי האבן מער מיטלען וואס מ'קען זיך גארנישט פארשטעלן.
אלזא, יא רבותי, כמעט 400 דירות זענען שוין פולשטענדיג אפראווד. מ'בויעט שוין, סעמפל הויז (עטליכע דירות) שטייט שוין, פונדאמענטן גיסט מען שוין, סוער און וואסער ציט מען שוין, א מיידל סקול בילדינג בויעט מען שוין, ס'האט מעלות און חסרונות ווי אלע פראיעקטן, אני הקטן בין דארט געווען און אליין געזען מיט מיינע אויגן. אבער ביטע רעדט ווי ווייניגער, גייט נישט אהין, שרייבט נישט ווי דאס פלאץ איז פונקטליך.
יעדער איינער נישט קיין חילוק ווי מ'דאווענט און וועלכן רבי'ן אויף דער וועלט מ'גיט קוויטלעך וועט הנאה האבן אויב דאס איז מצליח, און יעדער איינער וועט דערלייגן אויב ס'פאלט דורך, עס וועט האלטן באלאנסירט די פרייזן אין קרית יואל און אין מאנסי, עס וועט עפענען א רייץ פאר אנדערע קרייזן נאכצוטון, עס איז דער טובת הציבור, הלוואי הלוואי מי יתן והי' בין איך מקנא דעם עולם הבא פון ר' משה.
אזויפיל יא. אויב ווען ס'וועט קומען צו שרייבן קאנטראקט וועט מען וועלן רייטן אויפן עולם מיט "ליגענט" דאס וועט מען נישט קענען, מ'מוז זאגן דעם "גאנצן" אמת.
דערווייל בעט ער נישט קיין געלט פון קיינעם, ער בויעט מיטן אינוועסטירערס געלט. איז א חוב קדוש ונורא אים צו העלפן דורך "שווייגן".
נ.ב. איך וועל ווארשיינליך נישט זיין "אנליין" במילא וועל איך נישט ענטפערן נישט בפירוש און נישט אויף פרטי די קומענדיגע טעג, אלזא נעמט נישט אן מיין "שתיקה כהודאה" אויב מ'שרייבט שטותים וכו',


ר' משה שמילאוויטש איז אן איידעם ביי ר' יודל רז"ב ז"ל, נישט קיין אייניקל, איז אדער די רעדע פון א זון פון ר' משה אדער מיינט איר טאקע דעם איידעם (פאטער פון ר' חנני' מנאמני בית האדמו"ר (מהרי"י) מסאטמאר שליט"א)
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5903
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

איז דאס נישט דער פון די בעקעריי?
א זוהן פון רב דרחובות הנהר וחתן ר' ישעי' רז"ב מלמד דרדקי.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

יא, פון די בעקעריי. גארנישט מיט ר' יודל מיין איך.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

מי חכם האט געשריבן:יא, פון די בעקעריי. גארנישט מיט ר' יודל מיין איך.

גערעכט, געווען שלעכט אינפארמירט איבער זיין יחוס, שוין פאראכטן מיין תגובה
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

ר׳ יודל האט אויך או איידעם ר׳ משה שמילאוויטש, א צווייטער אינגאנצן
אוועטאר
פלעכטער
שר האלפיים
תגובות: 2001
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעכטער »

הערליך האט געשריבן:ר׳ יודל האט אויך או איידעם ר׳ משה שמילאוויטש, א צווייטער אינגאנצן


ער איז געווען דאכצעך משגיח אין בחורים קעמפ
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

יאפס
צו די זאך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו די זאך »

אזוי ווי דער גרויסער בער האט זיך שוין געלייגט שלאפן פאר די ווינטער, אפשר קען א צווייטער ענטפערן

lebediger berel האט געשריבן:
אבער אזויפיל ווייסן זיי דאך אויך אז די קעגנער האבן געהאט דעם "40 טויזענט דאלערדיגן דירה" בראשור,

סאו קימט אויס די גאנצע זאך איז געווען א פאשקוויל???? פון וועמען???

אויב ווען ס'וועט קומען צו שרייבן קאנטראקט וועט מען וועלן רייטן אויפן עולם מיט "ליגענט" דאס וועט מען נישט קענען, מ'מוז זאגן דעם "גאנצן" אמת.

וואס מיינט דאס, ווי קימט דא אריין ליגנט אדער אמת?????

די נעשכיזער איז א גוטער איד, מייערן אין צימעס איז א גוט מאכל.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

צו די זאך האט געשריבן:אזוי ווי דער גרויסער בער האט זיך שוין געלייגט שלאפן פאר די ווינטער, אפשר קען א צווייטער ענטפערן

כ'שלאף נאך נישט, ס'איז נאך נישט ווינטער, דאס זיין אויפן געפילטערטן אינטערנעט איז אויך נאר בבחינת בוחר הרע במיעוטו, על כן יהיו דברי רק מפעם לפעם.

צו די זאך האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:אבער אזויפיל ווייסן זיי דאך אויך אז די קעגנער האבן געהאט דעם "40 טויזענט דאלערדיגן דירה" בראשור,

סאו קימט אויס די גאנצע זאך איז געווען א פאשקוויל???? פון וועמען???

לאמיר דאס מסביר זיין, דארט אין די געגענט איז דא א גרופע קעגנער פונעם פראיעקט, {זיי האבן שוין גערופן אין קאורט און פארלוירן און זיי האבן נישט אפעלירט, אבער זיי גייען נאך אלץ אן מיט מיטינגען און העצעריי דערקעגן} בשעת א מיטינג פון די קעגנער האבן זיי געטיילט קאפיעס פון דעם בראשור וואס מ'האט צושפרייט אין וויליאמסבורג אז ס'קומט א נייע דעוועלאפמענט פון פערציג טויזענט דאללער פער דירה, און זיי האבן דאס צוזאמגעשטעלט מיט נאך הוכחות וואס זיי האבן (צום ביישפיל צוויי סינקס אין קאך) אז מען בויעט דא פאר חסידים, און דערמיט פראבירט צו העצן די שכנים. די אינוועסטירער האבן צוריק געשאסן מיט א סטעיטמענט צו די פרעסע, אז עטץ רעדטס דאך נישט צו די זאך ווייל דא קען מען אפילו נישט חלומ'ען פון אזעלכע ביליגע פרייזן נאר דא וועט גיין ענדערש פאר 400,000 ווי איידער פערציג טויזענט, דאס איז געווען דער געשפרעך וואס די אינוועסטירער האבן געהאט מיט די דארטיגע פרעסע.
און דער אמת איז טאקע אז די פערציג טויזענט האט נישט קיין שום שייכות מיט דעם פראיעקט, לויט מיין חשבון פון די רעקארדירטע טראנזאקציעס האט מען געספענדט פערציג טויזענט דאללער פאר די קרקע אליין פער דירה נו ווי קען מען עס פארקויפן פארטיג געבויעט פאר די פרייז?
איי וואס איז יא דער פערציג טויזענט דאלער פלאן, דאס איז נאך עטליכע שעה ווייטער, און דאס איז פון געניצטע דירות, וואס גויים פארלאזן, און פערציג טויזענט דאלער איז דער ביליגסטער הויז וואס מ'קען באקומען אין די געגנט, ס'האט כלל נישט קיין שייכות פון וואס מיר רעדן דא.

איך האב עס בעיקר ארויסגעברענגט אז ר' משה שמילאוויטש וחבריו און אונז אלע וואס מיר ווילן די הצלחה פונעם פראיעקט זאלן זען אז די שכנים באקומען אינפארמאציע פון אונזערע קרייזן, ווייל דער בראשור איז דאך אנגעקומען צו זיי, על כן זאל מען ווי ווייניגער רעדן, ווייל ס'קומט אן ווי ס'דארף נישט, און ס'קען שאטן, ליין איבער מיין תגובה ווי מיר דערמאנען דעריבער


צו די זאך האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:אויב ווען ס'וועט קומען צו שרייבן קאנטראקט וועט מען וועלן רייטן אויפן עולם מיט "ליגענט" דאס וועט מען נישט קענען, מ'מוז זאגן דעם "גאנצן" אמת.

וואס מיינט דאס, ווי קימט דא אריין ליגנט אדער אמת?????


דאס איז מיין מעסעדזש צום עולם, אז דאס וואס איך בין משתיק יעצט דעם נושא איז נישט צו פאר'נער'ן די פאטענציעלע קונים מ'זאל נישט וויסן וואס גייט פאר, מיר שרייען נאר זייטס שטיל לטובת הענין, אבער מיר וועלן נישט משתיק זיין אויב מ'וועט פארציילן פארקויפן פארן עולם ליגענט אין די צוקונפט און בעטן געלט אויף פאלשע פאקטן, דעטס אלל.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

יישר כוח ר' בערל פארן קלעריפייען, מען האט געקענט ארויסלערנען פון אייערע ווערטער אנדערש
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

כ'האב פרובירט צו שרייבן ווי ווייניגער כמובן, אבער נאכן זען אז מ'לערנט נישט גוט אפ מיינע ווערטער האב איך עס קלעריפייט, ווייל צומישעניש קען נאר ערגער מאכן.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

ריכטיג
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

יישר כח לעבעדיגער בערל.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מאנ-יימער האט געשריבן:יישר כח לעבעדיגער בערל.

האטס א גוט געבענטשט יאר.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שמחת החיים
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
לאקאציע: אין א ערליך אידיש הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת החיים »

יוווששש האבעך מיך דעשראקן פון די גראבע אויתיות.. נעקסטיים ווארנטס פאר עטס שרייטס אזוי הויעך...
אז דו וועסט לעבן פרייליך וועסטו זיך פרייען אז דו לעבסט...
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

שמחת החיים האט געשריבן:יוווששש האבעך מיך דעשראקן פון די גראבע אויתיות.. נעקסטיים ווארנטס פאר עטס שרייטס אזוי הויעך...


אנשולדיגט, כ'האב פרובירט צו מאכן אנזעבאר וואס איז א פראגע און וואס איז א ענטפער און צווישן די אפציעס פיצי, קליין, געהעריג, גרויס, ריזיג, האב איך אויסגעקליבן גרויס ווייל די פראגעס זענען געווען אויף גרויס, אבער די לאנגע ענטפער איז טאקע נישט גוט אזוי גרויס, אפשר בעט מען די באהערדע דא זאל צושטעלן א אפציע "עטוואס גרעסער".

אנשולדיגט נאכאמאל פארן שרייען ווי א בער.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היפאקריט »

lebediger berel האט געשריבן:אפשר בעט מען די באהערדע דא זאל צושטעלן א אפציע "עטוואס גרעסער"


קליין נישט קליין אביסל גרויז גרויס עטוואס גרעסער נאך גרעסער ריזיגדיג
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

כ'וויל נישט אוועק פארן פון די נושא, אבער איך האב נאר 5 אפציעס, אפשר איז דא א אשכול ווי מ'קען זען וויאזוי משרייבט אזעלכע תגובות.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היפאקריט »

lebediger berel האט געשריבן:כ'וויל נישט אוועק פארן פון די נושא, אבער איך האב נאר 5 אפציעס, אפשר איז דא א אשכול ווי מ'קען זען וויאזוי משרייבט אזעלכע תגובות.


א א א א א א א א א א א א א א א א א א א א א א א א א א א א א א א א א

(קרעדיט: מ"ס עקסעל)

די אפציעס שטעלן צו א סייז, איר קענט טוישן די נומערן פונעם סייז

קאוד: וועל אויס אלע

[size=85]קליין [/size]נישט קליין [size=125]אביסל גרויז[/size] [size=150]גרויס [/size] [size=160]עטוואס גרעסער[/size] [size=175]נאך גרעסער[/size] [size=200]ריזיגדיג[/size]
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12387
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

שוין מען קען זיך שוין בארואיגען איך האב געטוישט דיין תגובה עס זאל זיין ליינבאר, און אויך צוטיילט לויט שטיקל ביי שטיקל.
פריי זיך
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2013 12:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריי זיך »

ס'זעהט אויס ווי די אידן גייען ארויס פון מצרים
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”