קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

I don't know
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 28, 2018 8:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך I don't know »

יונה האט געשריבן:
פומפדותא האט געשריבן:גייט מען נאך קענען באקומען די Lease option to buy?....

אז מען פרעגט נאכאמאל און נאכאמאל די זעלבע פראגע דארף מען איבערזאגן נאכאמאל די זעלבע תירוץ. די ליעס טא ביי פראגראם איז נישט געמאכט געווארן אלץ ענטפער צו די קלאזינג פראבלעם, אויב עפעס פונקט פארקערט די פלאן איז שוין געווען אויפן טיש גאר א לאנגע צייט צוריק און איז געווארן אפגעהאלטן צווישן אנדערע, אויך צוליב די קלאוזינג פראבלעם.

פאר מער אינפארמאציע און פרטים רופט אריין די קאנפרענס ליין דעם מוצאי שבת זייגער צען.

דאס אז די פלאן איז שוין אויפ'ן טיש א לאנגע צייט מיינט נישט אז עס איז נישט תלוי אין דעם ווייל ווי באוויסט איז די קלויזינג אישו שוין איבער 16 חדשים,
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

I don't know האט געשריבן:

איינער פון די פירענדע עסקנים האבן מיר געזאגט אז די קלאזינג אישו איז געווען איינס פון די פאקטאר'ן פארוואס די פראגראם האט זיך אזוי פארשלעפט.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

יונה האט געשריבן:חסדי השם כי לא תמנו!!
אין די מינוטן קומט אריין די פריידיגע נייעס אז נאך א גאר לאנגע צייט אפשניט האט דער אטורני דזענעראל פון ניו יארק היינט ענדגילטיג באשטעטיגט די פארלאנגטע HOA פראצעדור פון די טשעסטנאט רידז דיוועלאפמענט, וועלכע וועט ערלויבן צו פארקויפן די 50 שפאגל נייע הייזער וואס שטיין שוין גרייט אריינצומופן בעז"ה, צו די פרייד פון אנ"ש

: :smile: :wink: :grin: :smile: :P :grin: :smile: :wink: :grin: :smile: :P :grin: :smile: :wink: :grin: :smile: :P :grin: :smile: :wink: :grin: :smile:
מזל טוב! זייט איך קען אייוועלט בין איך נאך נישט געווען אזוי פרייליך*,
א א אאפאראצטא ימה וקדמה א א אאפאראצטא צפונה ונגבה

*חוץ ביי רובאשקין באפרייאונג
אז מ'לעבט דערלעבט מען
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1948
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

WOW!
א עכטע שמחה אין אלע וועלטען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

איר קענט נעמען פופציג זעכציג בלאט פון דעם אשכול און עס אויסמעקן, עס קומט א נייע עפאכע, אלעס וואס האט פאסירט פון דעם איבערפאל אויף ר' שלום דורך די פעדס ימ"ש ביז יעצט איז טאטעל אירעלעוואנט, יעצט קומט די עכטע תקופה, יעצט בחודש כסליו חודש הניסים הויבט זיך אן א לעכטיגע תקופה פאר כלל ישראל מאפן אינדוסטריע,
רעבלעזער קרויס פליז טעיק נאטיס.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

lebediger berel האט געשריבן:איר קענט נעמען פופציג זעכציג בלאט פון דעם אשכול און עס אויסמעקן, עס קומט א נייע עפאכע, אלעס וואס האט פאסירט פון דעם איבערפאל אויף ר' שלום דורך די פעדס ימ"ש ביז יעצט איז טאטעל אירעלעוואנט, יעצט קומט די עכטע תקופה, יעצט בחודש כסליו חודש הניסים הויבט זיך אן א לעכטיגע תקופה פאר כלל ישראל מאפן אינדוסטריע,
רעבלעזער קרויס פליז טעיק נאטיס.

ארויסגעכאפט די ווערטער פון מויל , אבער נישט געוואלט שרייבן, וועגן אני הקטן האט שוין עטליכע מאל געשריבן אין דיזע אשכול זייער ענדליך ,לאמיר האפן אז דאס מאל וועט עס בליען אן קיין אפהאלטונגען אויף גראדע רעלסען

מאכן א פעסטע מעמד אין א זאל אין וויליאמסבורג און ליל שישי מסיבות אין שטובער פון יונגעלייט אזוי ווי לעיקוואד האט געטין , סתם רעשיגע עדס און גרעפיקס וועט נישט מאכן די זאך

ובשם השם נעשה ונצליח
אידיש.טייפינג
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2012 12:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש.טייפינג »

עס איז באמת א גרויסער טאג פאר די אידן וועלכע האבן געקויפט דירות אבער האבן נישט געקענט קלאוזען
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

מי כעמך ישראל
אטעטשמענטס
5ee69dd31f2e48cbb0f6531ebb45bc0f.jpg
5ee69dd31f2e48cbb0f6531ebb45bc0f.jpg (89.89 KiB) געזען 1704 מאל
שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערלער »

lebediger berel האט געשריבן:איר קענט נעמען פופציג זעכציג בלאט פון דעם אשכול און עס אויסמעקן, עס קומט א נייע עפאכע, אלעס וואס האט פאסירט פון דעם איבערפאל אויף ר' שלום דורך די פעדס ימ"ש ביז יעצט איז טאטעל אירעלעוואנט, יעצט קומט די עכטע תקופה, יעצט בחודש כסליו חודש הניסים הויבט זיך אן א לעכטיגע תקופה פאר כלל ישראל מאפן אינדוסטריע,
רעבלעזער קרויס פליז טעיק נאטיס.

רעבלעזער האט אייך געפאלגט אין פאר זיין שמועס נעכטן האט ער עס מודיע געווען פאר אלע צוהערער
אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2233
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכל'דיג »

אידיש.טייפינג האט געשריבן:עס איז באמת א גרויסער טאג פאר די אידן וועלכע האבן געקויפט דירות אבער האבן נישט געקענט קלאוזען

איו פאר גאנץ כלל ישראל!
עס איז קלאָר יא געווען א געיט אין מירן דורך די ציוניסטישע פאליציי ר"ל
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

רעסטאראנט האט געשריבן:מי כעמך ישראל

יעפ די מיידלך וואוינען אין גיבער'ס, זענען געווען אויפן וועג אהיים פון מאנסי ווי זיי לערנן אין שולע, אינמיטן וועג איז די באס שטעקן געבליבן און נישט געקענט ממשיך זיין, ארום 5 שעה זענען זיי געווען אויף דעם באס! ביז הצלה, חברים און סתם אידן פון קרית יטב לב והגליל האבן זיך ארויסגעלאזט צום הייוועי און זיי אהערגעברענגט ווי מ'האט זיי ערפאנגן מיט אש"ל מלא ווי עס פאסט פאר אייניקלך פון אברהם אבינו, ווארימע מאלצייטן און באקוועמע אכסניא'ס איבערצונעכטיגן. ארום זייגער ניין צופרי איז א באס געקומען און ממשיך געווען די וועג קיין גיבער'ס.
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

40 ווזיניצע היי סקול מיידלעך וואס וואוינען אין גיבערס, קומען יעדן טאג צו פארן קיין מאנסי, ווייל אין קיימישא איז נאכנישט דא קיין היי סקול,

נעכטן נאכמיטאג זענען זיי ארויסגעפארן 4 אזייגער נאכמיטאג און געפארן פאר 8 שעה, און זיי האבן ניטאמאל דעגרייכט קיין גיבערס, אויף 1 פלאץ זענען זיי געשטאנען כמעט 4 שעה אן זיך רירן פון פלאץ, חברים מעמבער'ס האבן גענומען די מיידלעך גרופעווייז קיין בלומינגבורג סקול בנין, ווי זיי זענען אנגעקומען 12:00 מיד און ערשעפט, ווי מ'האט זיי געגעבן צועסן און טרינקען מיט א משונה'דיגע ווארימקייט און געטריישאפט וואס האט ממש דערפרישט די אויסמוטשעטע מידע מיידלעך, און דערנאך האט מען צוטיילט די 40 מיידלעך צווישן די חשוב'ע תושבי העיר, וואס האבן מיט אפענע ארעמעס זיי מקבל פנים געווען און איינקווארטירט אויפן שענסטן פארנעם

אשריכם ישראל, ואשריכם תושבי בלומינגבורג!

(מיין שוועגערין איז געווען צווישן די געשטראנדעטע)
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלף
תגובות: 1734
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

אויב סאיז דא 40 מיידליך פארוואס מאכט מען נישט קיין היי סקול אין קאמישע? אקעי סארי סאיז די בלומענבורג אשכול
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

טשעירמאן האט געשריבן:אויב סאיז דא 40 מיידליך פארוואס מאכט מען נישט קיין היי סקול אין קאמישע? אקעי סארי סאיז די בלומענבורג אשכול

ס'נישט גענוג מיידלעך אז ס'זאל זיך לוינען געלטווייז (בפרט אז די עלטערן דארט זענען נישט קיין עשירים....)
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

חושב מחשבות... האט געשריבן:
טשעירמאן האט געשריבן:אויב סאיז דא 40 מיידליך פארוואס מאכט מען נישט קיין היי סקול אין קאמישע? אקעי סארי סאיז די בלומענבורג אשכול

ס'נישט גענוג מיידלעך אז ס'זאל זיך לוינען געלטווייז (בפרט אז די עלטערן דארט זענען נישט קיין עשירים....)

ווייל 9-10-11-12 קומט אויס בערך 10 מיידלעך פער קלאס.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

דברים אלו האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:איר קענט נעמען פופציג זעכציג בלאט פון דעם אשכול און עס אויסמעקן, עס קומט א נייע עפאכע, אלעס וואס האט פאסירט פון דעם איבערפאל אויף ר' שלום דורך די פעדס ימ"ש ביז יעצט איז טאטעל אירעלעוואנט, יעצט קומט די עכטע תקופה, יעצט בחודש כסליו חודש הניסים הויבט זיך אן א לעכטיגע תקופה פאר כלל ישראל מאפן אינדוסטריע,
רעבלעזער קרויס פליז טעיק נאטיס.

אייער אויסטערלישע שמחה איז מיר נישט פארשטענדליך

ווייל בלמנברג איז די ערשטע שריט צו די מאונטענס, וואס דארט איז די צוקונפט פון הונדערטער טויזענטער עפארדעבל דירות פאר די נעקסטע 50 יאר אין גלות אויב ח"ו משיח קומט נישט.
און אז בלמנברג איז געבליבן שטעקן צוליב רשעות און אנטי סעמיטיזים פון די פעדס וכת דלהון און דער AG האט נאך מיטגעשפילט איז געווען א גרויסע ווייטאג!
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

און סבאלאנגט נישט בדווקא אין דעם אשכול, אבער איך האב בערך א השגה וויפיל מעמבערס די גאר היימישע קרייזן למשל סאטמאר פאפא באבוב וויזניץ האבן געהאט אין ניו יארק פונקט פופציג יאר צוריק תשכ"ט ל' און מיט וויפיל ס'האט זיך געדאפעלט און געטריפלט ב"ה ביז היינט
בעזרת השם "פונקט אזויפיל מאל" וועט מען זיך דאפלען און טריפלען (מ'רעד מיר יעצט נישט פון משיח ווייל דאס איז א נושא בפ"ע אז ווען מ'רעדט פון גלות דארף מען וויסן אז משיח קומט און פלאנען אויב ח"ו נישט) ביז תתכ"ט תת"ל.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

און יעצט מעג מען שוין מסביר זיין
די הנהלה פון בבמ"ג און אויך די הנהלה פון מהרז"ל מסאטמאר בכלליות האבן נישט געהאלטן ביים קאפיטולירן
און האבן במשך די לעצטע אנדערהאלבן יאר געטון אלע פעולות צו האלטן די זאך ביים חיות, אבער סאיז נישט געווען מער ווי אויף "לייף סופארט" רעספערעטער בלע"ז
די גאנצע זאך האט זיך געוואקלט ווייל ווער וועט אריין לייגן געלט כח און מח אין א זאך וואס מ'האט שוין אינוועסטירט אזויפיל דמים תרתי משמע און דא באקומט מען א מעסער אין רוקן פון נישט קענען קלאויזן על לא דבר, און נישט קענען סיינען קיין נייע ליגעל קאנטראקט, רעד מיט עני מענטש וואס טוט אין ריעל עסטעיט און אין דעוועלאפמענט ס'איז נישט מעגליך אזוי אנצוגיין סאיז א שטריק ארום דעם האלדז,
כהאב קיינמאל נישט געוואלט שטארק ארום רעדן דערפון, אבער די בלמנברג חברה מיט יונה בפרט וועלן מעיד זיין וויפיל כ'האב געבלוטיגט אויף דעם אין אישי,
כ'האב שוין געשריבן אין אנדערע אשכולות כהאב היינט ווייניג געדולד צו טייפן, איך שטרענג מיך נאר אן צוליב חשיבות הדבר.
איך בין נישט דער גרויסער חסיד פאר בלומינגבורג "יעצט" בפרט ווען איינער איז נישט מחסידי מהרי"י שליט"א - אבער איך בין א געוואלדיגער חסיד פון בלומינגבורג אין די פיוטשער איך רעד פון פופצן צוואנציג יאר ארום און ווייטער, פשוט צוליב די סיבה וואס כ'האב געשריבן פריער - דער חתם סופר טייטשט - איזהו חכם הרואה את הנולד, אז פון דעם וואס איז געווען קען מען פארשטיין וואס גייט זיין.
יעצט
אויב כלל ישראל ביז תש"ל האט געדארפט פראדוצירן א מאנרא מאנסי לעיקוואד, דארף כלל ישראל ביז תש"פ וואס איז לערך צוואנציג מאל אזוי גרויס לעת עתה
יעצט איז מיר איינגעפאלן זייער א גרינגע פשוט'ע חשבון וואס יעדער קען גראד זען
נעם יעדער איד (פון נאך מלחמה געבוירענע) וואס האט געהאט חתונה געהאט מיט זיין קליינע משפחה'לע ביז תש"ל, און קוק וויפיל חתונה געהאטע קינדער און אייניקלעך ער האט ביז תש"פ, איך מיין דער עווערידזש פער מענטש איז ארום 20 ס'איז ווארשיינליך אביסל מער, אבער יעדער אינגערמאן האט דאך צוויי זיידעס, מ'קען אריין גיין אין מאטאמאטיקס (כ'האב מיך שוין געקריגט דערויף מיט רעבלעזערזערן כ'מיין ער האט אפילו נישט פארשטאנען וואס איך שרייב) און ס'קען אראפ גיין ביז 15 "אבער נישט ווייניגער"
עכ"פ מיינט דאס אז אין די קומענדיגע 50 יאר דארפן מיר פראדוצירן לכל הפחות 15 אזעלכע קאמיונטיס ווי מאנרא מאנסי לעיקוואד.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1948
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

פיין געזאגט לעבעדיגער בערעל,
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

ר' יו''ט ווייסמאנדל פון די דעוועלאפער'ס אָפיס האט מנדב געווען א שיינע קידוש לכבוד די עי-דזי עפפראוועל...
אטעטשמענטס
Kiddish1.jpg
Kiddish1.jpg (430.31 KiB) געזען 1692 מאל
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

לחיים יונה, שיק מיר אין אישי א גלעזעל 96ער!
אז מ'לעבט דערלעבט מען
I don't know
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 28, 2018 8:10 pm

שמש געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך I don't know »

אין אנדערע נייעס..
קומט אריין יעצט די נייעס אז עס עוועלעביל געווארען די שמש וגבאי פאסטען בבית מדרש בית יהושע,
ביטע זיך מעלדען צום גזבר הקהלה.

פאר מער אינפא קען מען שיקען א אישי
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

טעלע-קאנפרענס הייבט זיך אן אין די מינוטן, רופט אריין אויף מערכת סאטמאר 718-831-7000 דערנאך דריקט 2 0
בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענאק »

יונה האט געשריבן:טעלע-קאנפרענס הייבט זיך אן אין די מינוטן, רופט אריין אויף מערכת סאטמאר 718-831-7000 דערנאך דריקט 2 0

געענדיגט.
ישראל חיים בערקאוויטש איז אריינגקומען הערליך קלאר, כ'האב זייער הנאה געהאט צו הערן די וועג וויאזוי ער האט אראפגעלייגט די מעלות פון שטעטל.
ישר כח!
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

I don't know האט געשריבן:אין אנדערע נייעס..
קומט אריין יעצט די נייעס אז עס עוועלעביל געווארען די שמש וגבאי פאסטען בבית מדרש בית יהושע,
ביטע זיך מעלדען צום גזבר הקהלה.

פאר מער אינפא קען מען שיקען א אישי

די ביסט די גזבר הקהילה?
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”