שמחת החיים האט געשריבן:פלעכטער האט געשריבן:דאס איז קראנטע שטעטל, ביודעי ומכירי קאמינא
שקויעך פלעכטער פארן מאכן דעם יו-טוירן צוריק צום נושא. העליך אויך צוגעבן אביסל געז.
סיריעסלי, אויף ווען קען מען עקספעקטן צו זעהן עפעס זאכליכע זאכן אויף למעשה מיט סיי וועלכע פון די אלע קראנטע שטעטלעך/געגנטער?
די דעוועלאפער פון דעם בלומענבערג זאגן צו אויף ביז א יאר, כ'ווייס נישט פונקטליך וויפיל דירות אבער א גאר גרויסן סכום פון העכער הונדערט.
יעצט איז אזוי, אויב זאלן זיי קומען מיט לאמיר זאגן הונדערט פופציג פארטיגע דירות, בית חינוך לבנים ולבנות, וכו', און עס פרעזענטירן פארן עולם קומענדיגן יאר וועט דאס זיין א זאך וואס
קיינער האט נאך נישט געטון ביז יעצט.
עס דערמאנט די אלטע מעשה, ווען א פויער מיט די פויערטע האבן זיך געקריגט וואס קומט קודם די הינדל אבער די אייער, איינער האט גע'טענה'ט אנעם הינדל איז דאך נישטא קיין איי, און דער אנדערער האט צוריק געשאסן אבער אנעם איי איז דאך נישט דא קיין הינדל... לענינינו ס'איז דא א פלוגתא וואס דארף קודם זיין הייזער אדער קונים, איינער טענה'ט אז אן א קונים קען איך נישט צושטעלן קיין הייזער, און דער אנדערער טענה'ט פארקערט, אז ס'איז נישטא קיין הייזער וועט נישט זיין קיין קונים דארף מען קודם זען די הייזער....
עד שבא...
ביז איין גרופע אינוועסטירער האבן זיך געמאכט דעם חשבון אז ס'לוינט צו מאכן א יד אחת מיט ר' משה שמילאוויטש און זיי גייען אהער שטעלן א גרויסע סכום דירות מיט אלע צוגעהערן פון "זייער" געלט, און זאגן פארן עולם כזה ראה וקדש, דאס איז דאס, ווילט עטץ קויפטס און אז נישט וועלן מיר די דעוועלאפער זיצן דערמיט און לעקן די וואונדן, (אזוי איז טאקע געווען מיט די 32 סוואן לעיק דירות, אבער ס'נאר געועון 32, און ס'איז נישט געווען צוגעשטעלט קיין מוסדות)
דער אמת איז ס'נישטא וואס זיך מתווכח צו זיין איבער דעם, איך וואלט בכלל נישט געשריבן דערוועגן ווייל דאס איז בבחינת "ונזכה ונחי' ונראה" מען בעט דאך פון קיינעם גארנישט, נישט קיין דעפאזיט, נישט קיין ביינדער, אפילו נישט קיין הונדערטער חלום טוב געלט, איך האב נאר געשריבן דא קודם כדי צו שטיל מאכן דאס גערעדעכץ, מען האט געוואלט ברענגען פונקטליך די לאקאציע און בילדער, און כ'האב געוואלט ארויס ברענגען מיין עקספיריענס אז ס'טויג נישט, ווייל פון דא גייט עס צו אנדערע פלעצער ווי ס'איז בכלל נישט הילפבאר כמבואר לעיל.
איך רוף זיך נאר אן יעצט נאכאמאל ווייל די וואס מאכן אוועק די זאך רעדן שלא בדבר ווייל ס'איז פשוט נאך קיינמאל נישט געווען אזא מין פראיעקט, און מיר מוזן געבן קרעדיט, מחזק זיין, און... ווארטן, און לויט ווי זיי האבן צוגעזאגט פאר א מנהיג עדה גדולה וועט מען נישט דארפן ווארטן לאנג, און אזוי זעט אויך אויס פון די פארשריט וואס זיי מאכן טעגליך.
נ.ב. ולהשתיק פי ה"שווארץ קוקער, וה"אלץ ווייסער" וויל איך אויפמערקזאם מאכן אז כ'וואלט געקענט שרייבן אסאך אסאך מער פרטים וואס ווייזט אז דער פראיעקט איז מער ווי אלע פריערדיגע פי כמה, היינט אליין האב איך באקומען א לעבעדיגן באריכט פונעם פלאץ און ס'האט זיך געריקט פאראויס מיט טריט וואס מיר פלעגן רופן אין חדר "דזשאני סטעפס" כ'קען נאר נישט מאריך זיין צוליב די סיבה שהבאתי לעיל, און כ'פרוביר צו שפאצירן צווישן די טראפן, ווייל ס'איז אויך נישט קיין תכלית אז מ'זאל אוועקמאכן, און קאלט מאכן די עסקנים ותומכיהם, דעריבער פרוביר איך צו זאגן וויפיל איך שפיר אז ס'קען נישט שאטן צום פראיעקט. אבער נישט מער.
דיסקלעימער: מיין איינציגע טובת הנאה וואס כ'האב פונעם פראיעקט איז אז דירות אין קרית יואל, מאנסי וועלן זיין צוגענגליכער, און אז אנדערע אידן וועלן געהאלפן ווערן, כ'האב נישט קיין שום פינאנציעלע בענעפיט פון דעם פראיעקט, און כ'פלאן נישט בשום אופן דארט צו וואוינען.