שאינו יודע האט געשריבן:איך האב שוין בילדער פון קרית שמילאוויטש
לייג עס ארויף
די אחראים: יאנאש, אחראי, געלעגער
lebediger berel האט געשריבן:יעדער איינער נישט קיין חילוק ווי מ'דאווענט און וועלכן רבי'ן אויף דער וועלט מ'גיט קוויטלעך וועט הנאה האבן אויב דאס איז מצליח, און יעדער איינער וועט דערלייגן אויב ס'פאלט דורך, עס וועט האלטן באלאנסירט די פרייזן אין קרית יואל און אין מאנסי, עס וועט עפענען א רייץ פאר אנדערע קרייזן נאכצוטון, עס איז דער טובת הציבור......
lebediger berel האט געשריבן:מ'האט מיך געבעטן צוריק צו קומען צום אינטערנעט נאר צוליב די איין סיבה.
רבותי, איר ווייסט אז איך האב אסאך געטון בנושא פון דירות אויסער די שטאט, ועוד חזון למועד אפצושרייבן וואס טוט זיך מיט די (דערווייל) נישט געווארענע פראיעקטן
בקיצור נמרץ די הויפט סיבה איז "וואוטשערס" וואס רוב גרעסערע נישט זייער פארמעגליכע משפחות אין וויליאמסבורג האבן
אין א נייע ישוב אויסער די "סיטי" וועלן זייערע הכנסות כמעט זיכער פאלן עכ"פ זיי וועלן האבן טראנספארטאציע קאסטן "און" ס'וועט זיי קאסטן כאטשיק נאך טויזענט דאלער א חודש שכר לימוד, ועוד יש הרבה פרטים שאין כאן מקומו להאריך.
דער עיקר וואס כ'וויל שרייבן, איך פאלג נאך דעם נייעם פלאן שוין בערך צוויי יאר, איך האלט מיט פונדערווייטן ממש יעדע טריט און שריט, ס'קומט זיך פאר ר' משה שמילאוויטש מ'זאל עס רופן "קרית שמילאוויטש" ולפי שמסר נפשו עליה יקרא על שמו איז א רש"י אין חומש (כפי זכרוני).
הגם קיינער אויף דער וועלט טוט נישט קיין זאך 101 פראצענט אינגאנצן שלא על מנת לקבל שום פרס וטובת הנאה שבעולם, איז אבער דא אזאך פון עוסק בצרכי ציבור באמונה, און קוקן לטובת הציבור בעיקר און דאס קען מען זאגן אויף ר' משה ירושה לו מבית אבי אמו החסיד ר' יודל ראזענבערג זכר צדיק לברכה.
והעיקר
ווער ס'ווייסט איצט זאל "נישט" רעדן, נישט שרייבן קיין פונקטליכע אינפארמאציע, כ'בעט דאס סיי פון די מנהלים פון דעם אשכול, סיי פון די מגיבים, סיי פון די ליינער וואס קענען שרייבן אויף די אנדערע פלעצער וואס מ'ליצנה'ט זיך דא ארום.
איך מיין אז ר' משה מיט די אינוועסטירער אליין ווייסן נישט וואס ס'קען אלץ שאטן די פובליסיטי אבער אזויפיל ווייסן זיי דאך אויך אז די קעגנער האבן געהאט דעם "40 טויזענט דאלערדיגן דירה" בראשור, איך האב אסאך שטודירט וויאזוי אומצופרידענע שכנים האבן באקעמפט אנדערע דעוועלאפמענטס, כאטשיק דא זעט עס אויס א פארלוירענע קאמף פאר די שטערער, זאלן זיי וויסן אז עס איז נישט דורך ביז עס איז נישט דא קיין סי אף אוי און די דירות זענען שוין פארקויפט.
ס'איז זייער גרינג צו שטערן אין אמעריקע, און שרייען אנטיסעמיטיזים וועט נישט העלפן קיין סאך אויב די קעגנער וועלן זיך געהעריג ארגאניזירן, איך וויל זיי נישט געבן דא קיין עצות ח"ו, אבער זיי האבן מער מיטלען וואס מ'קען זיך גארנישט פארשטעלן.
אלזא, יא רבותי, כמעט 400 דירות זענען שוין פולשטענדיג אפראווד. מ'בויעט שוין, סעמפל הויז (עטליכע דירות) שטייט שוין, פונדאמענטן גיסט מען שוין, סוער און וואסער ציט מען שוין, א מיידל סקול בילדינג בויעט מען שוין, ס'האט מעלות און חסרונות ווי אלע פראיעקטן, אני הקטן בין דארט געווען און אליין געזען מיט מיינע אויגן. אבער ביטע רעדט ווי ווייניגער, גייט נישט אהין, שרייבט נישט ווי דאס פלאץ איז פונקטליך.
יעדער איינער נישט קיין חילוק ווי מ'דאווענט און וועלכן רבי'ן אויף דער וועלט מ'גיט קוויטלעך וועט הנאה האבן אויב דאס איז מצליח, און יעדער איינער וועט דערלייגן אויב ס'פאלט דורך, עס וועט האלטן באלאנסירט די פרייזן אין קרית יואל און אין מאנסי, עס וועט עפענען א רייץ פאר אנדערע קרייזן נאכצוטון, עס איז דער טובת הציבור, הלוואי הלוואי מי יתן והי' בין איך מקנא דעם עולם הבא פון ר' משה.
אזויפיל יא. אויב ווען ס'וועט קומען צו שרייבן קאנטראקט וועט מען וועלן רייטן אויפן עולם מיט "ליגענט" דאס וועט מען נישט קענען, מ'מוז זאגן דעם "גאנצן" אמת.
דערווייל בעט ער נישט קיין געלט פון קיינעם, ער בויעט מיטן אינוועסטירערס געלט. איז א חוב קדוש ונורא אים צו העלפן דורך "שווייגן".
נ.ב. איך וועל ווארשיינליך נישט זיין "אנליין" במילא וועל איך נישט ענטפערן נישט בפירוש און נישט אויף פרטי די קומענדיגע טעג, אלזא נעמט נישט אן מיין "שתיקה כהודאה" אויב מ'שרייבט שטותים וכו',
lebediger berel האט געשריבן:
אבער אזויפיל ווייסן זיי דאך אויך אז די קעגנער האבן געהאט דעם "40 טויזענט דאלערדיגן דירה" בראשור,
סאו קימט אויס די גאנצע זאך איז געווען א פאשקוויל???? פון וועמען???
אויב ווען ס'וועט קומען צו שרייבן קאנטראקט וועט מען וועלן רייטן אויפן עולם מיט "ליגענט" דאס וועט מען נישט קענען, מ'מוז זאגן דעם "גאנצן" אמת.
וואס מיינט דאס, ווי קימט דא אריין ליגנט אדער אמת?????
צו די זאך האט געשריבן:אזוי ווי דער גרויסער בער האט זיך שוין געלייגט שלאפן פאר די ווינטער, אפשר קען א צווייטער ענטפערן
צו די זאך האט געשריבן:lebediger berel האט געשריבן:אבער אזויפיל ווייסן זיי דאך אויך אז די קעגנער האבן געהאט דעם "40 טויזענט דאלערדיגן דירה" בראשור,
סאו קימט אויס די גאנצע זאך איז געווען א פאשקוויל???? פון וועמען???
צו די זאך האט געשריבן:lebediger berel האט געשריבן:אויב ווען ס'וועט קומען צו שרייבן קאנטראקט וועט מען וועלן רייטן אויפן עולם מיט "ליגענט" דאס וועט מען נישט קענען, מ'מוז זאגן דעם "גאנצן" אמת.
וואס מיינט דאס, ווי קימט דא אריין ליגנט אדער אמת?????
שמחת החיים האט געשריבן:יוווששש האבעך מיך דעשראקן פון די גראבע אויתיות.. נעקסטיים ווארנטס פאר עטס שרייטס אזוי הויעך...
lebediger berel האט געשריבן:אפשר בעט מען די באהערדע דא זאל צושטעלן א אפציע "עטוואס גרעסער"
צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], הרב רעב, יחיד מומחה, ר' יעקל און 8 געסט