קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

יונה האט געשריבן:קרית יטב לב, בלומינגבערג ניו יארק - ווי געמאלדן עטליכע מאל איז דער יעצטיגער בנין המוסדות שוין לאנג אויסגעוואקסן צוליב די שטענדיגע וואקוס בליע''ה, שוין גאר א לאנגע צייט וואס די חברי הנהלה זוכן ארום בנינים צו קענען פלאצירן די פרישע קלאסן.
ולכן האט די הנהלה באשלאסן צו בעטן הילף פונעם ציבור און געלאזט דריקן א ספעציעלע מעלדונג וואס רופט אז ווער עס ווייסט איבער א בנין וואס איז פאסיג און גרייט אריינצונעמען לכה''פ צען קלאסן אין די געגענט פונ'ם שטעטל, זאל זיך מעלדן ווי אמשנעלסטן אויף אן אנגעגעבענע נומער.

כן ירבו

פארגאנגענע יאהר האבען מיר דאס שוין אויפגעברענגט אז די יעצטיגע בנין איז זייער קליין פאר די מוסד

ורוח הקודש אומרת כן יפרוץ קע''ה
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

יונה האט געשריבן:קרית יטב לב, בלומינגבערג ניו יארק - נעכטן זונטאג איז דא פארגעקומען א מסיבה של מצוה לטובת "כולל בני ירושלים" – דער עלצטער כולל אין די שטאט בית שמש.



בכל הכבוד!

אבער וואס איז מיט כולל עירך? זענען דען נישט ענייך עירך קודמין?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

די מסיבה איז אפגעראכטען געווארען דורך א תושב וואס האט שוין באשטייערט רבבות פאר די לאקאלע קהילה ומוסדות.
און יא די בלומיגבורגע אידען האבען א רעכט צו געבן פאר אנדערע צוועקן ווי אויך קענען זיי סיי ווי סיי נישט אליינס צוזאמשטעלן די סכומים

אגב מהרי''י'ס זוהן ר' אהרן ארבעט אריין מיט כוחות צוריק צו עפענען די כולל.
ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארום די זייגער »

שכח פאר די איידיע
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

איך געדענק נישט אויסעווייניג די פרטי הדברים, אבער עס איז ידוע א סיפור אז דער ברך משה האט געדארפט וויכטיג געלט פאר די מוסדות אין אמעריקע האט ער געהייסן שנעל שיקן א גרויסן סכום פאר מוסדות יטב לב. ויבואו היודעים ויספרו הפרטים
זעט אויס אז דא איז אויך אזוי, אזוי ווי ס'איז שווער זיך צוצוגעוואוינען אז מען דארף אליין אויסהאלטן דעם כולל אן דעם דעוועלאפער, נאר א כולל ככל הכוללים, דארף מען קודם שיקן געלט פאר די עניי ארץ ישראל ובזכותם וועט מען זוכה זיין דא צו האבן א כולל.
איך וועל געבן מיין וואוט פאר אליעזר קרויס וואס ער זאגט בנוגע בלומינגבורג אז ווילאנג דער לעגאלער פראבלעם ווערט נישט געסעטעלט קען מען גארנישט ערווארטן, מ'דארף אלעס אננעמען פאר עקסטער קרעדיט.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

וואס האט די כולל מיטן אטורני זשענערל
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

דברים אלו האט געשריבן:וואס האט די כולל מיטן אטורני זשענערל

וואס האט שבתי מיטן כולל?
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

היינט אין אווענט אום זייגער צען, וועט בעז”ה פארקומען א פאבליק מיטונג אין בית המדרש אויף טשערי קארט, ווי פארשטייער פון די דיוועלאפער’ס אפיס און פון די מענעדשמענט אפיס וועלן אויפטרעטן אויסצושמועסן און איבערגעבן וויכטיגע פרטים איבער די געגענט. דערנאך וועט זיין א געלעגנהייט פארן ציבור צו פרעגן סיי וועלכע פראגע’ן בנוגע די דיוועלאפמענט.
אטעטשמענטס
Meeting.jpg
Meeting.jpg (252.72 KiB) געזען 2957 מאל
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

צ''ל מיטונג
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

שיינע צעטל און גיטע געדאנק
גליקליכער
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 2:02 pm
לאקאציע: עיר התורה והחסידות בלומינגבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליקליכער »

משה יענקל האט געשריבן:צ''ל מיטונג


נישט ריכטיג. צ''ל מיטינג

Meeting, not meetung
געמאכט די החלטה, און ענדליך "ארויס פון די באקס"!
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

דברים אלו האט געשריבן:וואס האט די כולל מיטן אטורני זשענערל

ווייל אז מען קען נישט פארקויפן קיין דירות, קען מען נישט אויסהאלטן קיין כולל
אז מ'לעבט דערלעבט מען
זייער סיריעס
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 07, 2018 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער סיריעס »

פארוואס איז די גאנצע זאך איינגעשלאפען ? קיינער רעדט שוין נישט פון די גאנצע רעיון פון בלומנבערג אין וויליאמסבורג הערט מען שוין נישט קיין פופס????? אפשר האלט מען שוין ביים ענדגרייכען ציל פון תושבים ווער ווייסט?
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

די זאך איז איינגעשלאפען ווייל עס איז געווען מיד.
עס איז נאמאר א רעיון
ווליאמסבורג רעדט מען פון כינוס
די ציל פון תושבים איז קאנפידענשאל סא מ קען נישט וויסן
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

משה יענקל האט געשריבן:די זאך איז איינגעשלאפען ווייל עס איז געווען מיד.
עס איז נאמאר א רעיון
ווליאמסבורג רעדט מען פון כינוס
די ציל פון תושבים איז קאנפידענשאל סא מ קען נישט וויסן

די עכטע תירוץ איז...

די עולם רעדט פון קרית יטב לב
ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארום די זייגער »

קען איינער געבן א באריכט פון די נעכטיגע מיטינג ?
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

קרית יטב לב, בלומינגבורג ניו יארק - זונטאג אין אווענט איז דא פארגעקומען א גענעראל פארזאמולנג אין בית המדרש בית יהושע אויף טשערי קארט, ווי די איינוואוינער פון די טשעסטנאט רידש דיוועלאפמענט זענען זיך צאמגעקומען צו הערן און איבערשמועסן מיט די עומדים בראש מהנעשה והנשמע אינעם שטעטל. אגב דער אסיפה איז ספעציעל גערופן געווארן שפעט באנאכט נאך מעריב אז דער כולל ערב און די קביעות'דיגע שיעורי תורה זאלן נישט געשטערט ווערן ח"ו.

תיכף נאך מעריב האט דער יו"ר ר' אבא פאללאק איינגעלייטעט די אסיפה און אויפגערופן א באקאנטער עסקן אין מאנסי און פרעזידענט פון די איסט רעמעפא סקול באורד, ר' יו"ט ווייסמאנדל - וואס איז היינט עומד בראש פונעם גאנצן פרוייקט, ער זאל ארויפקומען אדרעסירן דעם עולם.

ר' יו"ט האט אנגעהויבן מיטן זיך באדאנקן פארן ציבור וואס מען איז זיך צוזאמען געקומען כאטש די זייגער איז אזוי שפעט, זאגענדיג אז אין מאנסי וואלט ער קיינמאל געקענט פארופן אן אסיפה אזוי שפעט... דאן האט ר' יו"ט ערקלערט אז אויב אין די ערשטע פאזע'ס פון אוועקשטעלן דעם ישוב איז געווען וויכטיג געווען אז אלעס וואס פעלט זיך אויס זאלן ווערן געטון דורך די דיוועלאפערס אפיס, ב"ה יעצט אז די שטעטל איז שוין אוועקגעשטעלט אויף גוטע יסודות איז שוין געקומען די צייט אפצוטיילן אלע חלקים און עס איבערגעבן פאר פירמע'ס וואס ספעצעלירן זיך אין דעם געביט, כדי די דיוועלאפער זאל קענען טון אומגעשטערט דאס וואס זיי ספעצעלירן זיך, נעמליך בויען הייזער...

און דאס איז די סיבה פארוואס מען האט באשלאסן אויפצונעמען די קאלאניעל מענעדשמענט פירמע, חוץ וואס די פירמע האט גאר א גוטע רעפוטאציע אינעם פעלד פון מענענדשן פראפערטיס, האבן זיי אן אפיס אין מידעלטאון נישט ווייט פון בלומינגבערג, וואס איז א גרויסע מעלה אז מען איז אלץ דא לאקאל. דאן האט ר’ יו”ט געבעטן ר’ זושא באב”ד - דער אייגענטומער פון די קאלאניעל פירמע זאל קומען זאגן זיין דרשה.

המשך יבא בעז"ה...
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

פארוואס מאכט מען אזא אסיפה און שוהל? קען מען עס נישט מאכען און די זאל?
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

א מאסיווע צאמשטוס האט פריער פאסירט, א שארטליין באס האט אריינגעשטויסן אין א יאפיעס טרעקל. ב''ה קיינע געשעדיגטע.

די ראוד איז גענצליך געשפארט, נעמט אלטערנאטיווע וועגן.
אטעטשמענטס
traffic.jpg
traffic.jpg (347.4 KiB) געזען 2013 מאל
IMG-20180605-WA0008.jpg
IMG-20180605-WA0008.jpg (234.64 KiB) געזען 2029 מאל
IMG-20180605-WA0009.jpg
IMG-20180605-WA0009.jpg (273.93 KiB) געזען 2029 מאל
IMG-20180605-WA0010.jpg
IMG-20180605-WA0010.jpg (380.28 KiB) געזען 2029 מאל
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

קינדער פון די דערנעבנדיגע תלמוד תורה באטראכטן דעם צומזיקט'ע באס...
אטעטשמענטס
IMG-20180605-WA0012.jpg
IMG-20180605-WA0012.jpg (162.69 KiB) געזען 1891 מאל
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

יונה מיר ווארטן אויפן המשך
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד
ערשטנס, נייע אידישע ווארט אלערט.
יונה האט געשריבן:אריינגעשטויסן אין א יאפיעס טרעקל. ב''ה קיינע געשעדיגטע.

צווייטנס, מען האט דארט דעם ריכטיגן עסקן בצרכי ציבור פאר די ארבייט, און איך הער די מיטינג איז געווען אויסערגעווענליך.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

יאפ
מצילי אש ד'בלומינגבורג
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7070
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

דער וואלווי איז שוין אין אלעם אינוואלווד. אוואו דער דארפס הויפט
באס דרייווער
הצלה
פייער פאליס א.א.וו.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
מצה בעקערי
שר חמש מאות
תגובות: 799
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 4:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצה בעקערי »

שבתי בוים האט געשריבן:איך בין דארט געווען די וואך דאנערשטאג צוועלף אזייגער אינמיטן טאג, צוויי יונגעלייט זענען געווען אין ביהמ"ד (איינער האט געשמועסט, איינער האט געהאלטן פאר'ן דאווענען).
וואס האקסטו אין טשייניק, יעדער ווייסט וויאזוי א "כולל" אן קיין ראש הכולל אדער סדר הלימוד זעט אויס.
סאיז א גרויסע בושה אז מ'האט דאס צוגעלאזט ותורה מה אומרת קולני מראשי.

הא הא דאס איז א גיטע דזשאיק !! עס קוקט מיר אויס אז איר זענט צוריקגעשטאנען די כולל איז שוין די לעצטע דריי פערטל יאר אין טשערי ביהמ"ד מן הסתם זענט איר אריין אין היקארי
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”