קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליטשעדיג »

וואס איז די אדווערטייזמענט אז פאר 10,000$ קען מען האבן א דירה, איז דאס די זעלבע זאך ווי די ליעס אפציע צו קויפן?
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

גליטשעדיג האט געשריבן:וואס איז די אדווערטייזמענט אז פאר 10,000$ קען מען האבן א דירה, איז דאס די זעלבע זאך ווי די ליעס אפציע צו קויפן?

זעהט דא פאר מער אינפאָרמאַציע
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 3#p1827123
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

רעסטאראנט האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
ווייסע זאקן האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
משה יענקל האט געשריבן:
די ציל איז נישט נאר פופציג דירות.
אין די ביכל שטייייט אז מען פלאנירט זעקס הונדרעט פאר די קומענדיגע צוויי יאהר

*דריי יאר. און אלע זענען אזעלכע וואס גייען "געברענגט ווערן צום באורד" וכו'... דערווייל האט מען נאכנישט געגאסן די פונדאמעטן ביי קיין איינע פון זיי, און פון רענטלס האט נאך קיינער ניטאמאל אנגעהויבן צו רעדן.

ברעינוואשן דעם עולם דארף מען ווען ס'איז דא אויף וואס עס איינצוקעשן. פארהאן אסאך מענטשן וואס וואלטן געווען גרייט אהינצומופן, נאר זיי ווארטן מען זאל צושטעלן דירות לויט זייערע געברויכן.

נומבער איינס
נישט אמת עטליכע פאריעקטן דארף גיין פאר עפפראווועלס פאר די אינספעקטער ,פשוט די פלענס זענען נאכנישט גרייט , גארנישט מיט די באורד

נומבער צוויי
אפילו אויב עס איז דא וואס דארף גיין צום באורד , די באורד זענען שוין אלעס היימישע יונגעלייט ב"ה וואס זיכן הצלחה פונעם פאריעקט ודי

דריטענס וועגן רענטעלס, קודם כל האסטו ליעס אפשען טו ביי יעצט און בכלל רענטעלס איז א שווערע נושא ,שוין דא גענוג רענטעלס יעצט בערך 100 תושבים ,מען ברויך 200 נאך קונים פאר א פונדאמענט
פונעם שטעטעל פאר די נעקסטע סטעפ

וועלכע שטעטעל אדער נייע יושב שטעלט צו נייע דירות צו פארדינגען? און צווייטענס די רענט קען נישט זיין ביליג אויב עס איז ברענד ניו

אז מען וועט בעטן $1800 פאר א ברענד ניו 1500 סקווער פיס דירה מיט דריי בעדרומס וועט מען שרייען אז עס צו סאך

אה"נ נאכ'ן עס ברענגען צום באורד האט עס נישט דורכצוגיין קיין ערנסטע קאמפליקאציעס, אבער אזעלכע לאזונגען ווי "עס וועט געברענגט ווערן צום באורד פאר אפראוועל" און ענליך, מוזן נישט האבן קיין שום באזיס. בס"ה מיינט עס "נאכנישט יעצט"...

יעצט בנוגע רענטלס. דאס שטעטל איז שוין הונדערט פראצענט שטאנדהאפטיג, ס'דארף שוין נישט קיין פונדאמענט. אויסער דעם, רענטל דירות - אפי' פאר ביליג - וואלט ארויסגעברענגט אסאך מער מענטשן אויפאמאל, און דאס וואלט אויטאמאטיש געהויבן די קונים באזע. נישטא קיין שום סיבה זיך אפצושטעלן קלאצן ביי טשעסטנאט רידזש. אויב די דירות וועלן נישט פארקויפט ווערן יעצט, וועט עס זיין אין אפאר יאר ארום.

און ווי גוטע תירוצים עס זאל נאר זיין, ווילאנג ס'איז נישטא קיין אויסוואל פון דירות לויט יעדנ'ס געברויכן, האט לענ"ד נישט קיין פשט צו אפעלירן צום כלל.

די ווילסט נישט הערן קיין תירוץ , די דריי אדער פיר פרייוועט פראזשעקטס ארבעטען אויף פלענס , פלענס נעמט חדשים , און די אלע פרייוועט פראזשעקטס דארף "נישט" קיין פאר באורד אפ עפפראווועלס,דארף נאר גיין צום אינספעקטער , די מישט ארום מיט די 150 דירות פון דעוועלעפערס וואס יענס דארף גיין פאר עפפראווועלס .

ווילסט צאלן 2200 דאלאר רענט פאר 1600 סקווער פיס מיט 3 אדער 4 בעדרומס ? ניין !דעמאלס וועסטו שרייען רויבערס , און עס לוינט פשוט נישט צו בויען צו פארדינגען פאר ביליגער

איך וויל גראדע יא הערן א תירוץ, אבער נישט דו און נישט דיין צווילינג האבן זיך ריכטיג באצויגן צו מיין טענה. (און אגב, איר מעגט ביידע אביסל נידערן די טענער - סיי דא און סיי איבעראל ווי איר קלערט אז איינער טראכט אביסל אנדערש פון אייך...)

איך האב נאך געוואלט מרחיב זיין בדיבור, אבער כ'האב נישט יעצט קיין ישוב הדעת, און איך גלייב ממילא נישט אז מיין שרייבן דא וועט עפעס אויפטון למעשה.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

שכל'דיג האט געשריבן:
משה יענקל האט געשריבן:
כשרע טעלעפאן האט געשריבן:די מיינסט Fannie Mae?

סאני מעי מיט א קמץ

וואס האט דאס מיט בלומינגבערג? ערגעץ אנדערש איז נישט דא די מעגליכקייט?

דאס איז אויך אויסגעשמועסט געווארן אינעם קאנפערענץ. (געדרוקט אינעם בראשור זייט 14)
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

היינט אין אווענט ביים חודש'ליכע זאניג באורד מיטונג איז צום ערשטן מאָל אויפגעברענגט געווארן אן אפליקאציע אויפצופיקסן א בעיסמענט און עס מאכן פאר א קאמפליט עקסטערע דירה.

אין לויף פון דער אסיפה, נאכן פארזיכטיג באטראכטן אלע דעטאלן ווי זיכערהייט און פארקינג וכדו', און געגעבן א שאנס פארן ציבור אריינצוזאגן זייערע קאמענטארן (וואס איז געווען אויף זייער א פרידליכן פארנעם), איז דער אפליקאציע פולשטענדיג באשטעטיגט געווארן און אונטערגעשריבן געווארן אויפן ארט דורכן באורד פארזיצער, וואס ערמעגליכט דעם אפליקאנט שוין מארגן צופרי ארויסצונעמען די נויטיגע פערמיטן פונעם בילדונג דעפארטמענט און תיכף דערויף צוטרעטן צו די ארבעט.

בסך הכל פונעם אריינברענגן דעם אפליקאציע ביזן ארויסגיין מיט אן עפפראוועל האט געדוירט ווייניגער ווי צוויי וואכן!.

פארשטייט זיך אז דאס איז פארהאלטנמעסיג א 'קליינע' פרוייקט, א גרעסערע פרוייקט פארנעמט אפט מער צייט (אזוי ווי דער אנדערער אפליקאציע צו עפענען א געשעפט אין א וועירהויז, האט געמוזט אפגעלייגט ווערן אויף קומענדיגע מיטונג, צוליב וואס עס איז נישט קלאָר געווען ווי גענוי די פארקינג ערטער וועלן זיין) אלנפאלס צייגט עס אבער אויף א גאר פאזיטיווע אנטוויקלונג, וואס איז אגב נישט געשען איבערנאכט, נאר קומט נאך לאנגע חדשים פון ארבעט אריינגעלייגט דורך דעם חשוב'ן מעיאר מיסטער וואד און די טראסטיס ר' זאנוויל וויינגארטן מיט ר' אהרן הערש ראבינער, זיי צוזאמען מיט אנדערע עסקנים האבן אינוועסטירט אסאך צייט אויסצוארבעטן די לעגאלע פראצעדורן זאלן ווערן געמאכט גוט און שנעל לטובת אלע בלומינגבערגע איינוואוינער בעז''ה.

די ארבעט שטעלט זיך נישט דא אפ, מען גייט ווייטער אן צוצולייגן דערצו נאך און נאך שינוים לטובה, ווי מען הערט זענן דא אסאך וואס ווארטן מיטן אריינגעבן זייערע אפליקאציעס, עס איז ערווארטעט אז די וועלן עס יעצט אנהויבן ברענגן מער און מער צום צופרידענהייט פונעם ציבור וואס קוקן שטארק ארויס אויף נאך סארטן דירות גרויסע און קליינע פריוואטע און סעמי-פריוואטע..

ורוח הקודש אומרת...
בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענאק »

יונה האט געשריבן: נאר קומט נאך לאנגע חדשים פון ארבעט אריינגעלייגט דורך דעם חשוב'ן מעיאר מיסטער וואד און די טראסטיס ר' זאנוויל וויינגארטן מיט ר' אהרן הערש ראבינער, זיי צוזאמען מיט אנדערע עסקנים האבן אינוועסטירט אסאך צייט אויסצוארבעטן די לעגאלע פראצעדורן זאלן ווערן געמאכט גוט און שנעל לטובת אלע בלומינגבערגע איינוואוינער בעז''ה.

דאכצעכמיר אז דאס איז געווען דאס ערשטע מאל וואס דער לויער האט אויפגעליינט א רעזולאציע, באלד נאכן אפשטימן
פאריאר האבן די עסקנים זיך געבעטן צו אים ער זאל דאס אזוי טון, אבער ער האט בשום אופן נישט געוואלט.

איי געס, ערגעץ האט זיך ביינעם געבראכן די אייז
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

בענאק האט געשריבן:

ריכטיג. אויסערדעם, אמאל פלעגט מען נישט מעלדן קיין פאבליק היערונג נאר ביי א מיטונג. ולכן איז אויסגעקומען אז יעדע אפליקאציע האט גענומען מינומום דריי מיטונגען/חדשים (ערשטע צו מעלדן אז ס'גייט זיין א היערונג, צווייטע איז געווען דער הירונג, ביים דריטן האט מען געליינט די רעזעלוציע'ס) אז מ'האט דאס אראפגעריקט צו בלויז איין מיטונג איז דאס ווערד צו באגריסן.
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

אין אנדערע ווילידזש נייעס... פאריגע וואך איז אינסטאלירט געווארן א נייעם לעקטעראנישע טאוועל ביים אריינגאנג צום שטאט הויז, דורך דעם באקאנטען פירמע פון ברוקלין 'מיסטער סיין'. דער סיין איז ערמעגליכט געווארן דורך א ספעציעלע גרענט פון סאליווען קאנטי.

אויסער צייגן די זייגער, טוט דער טאוועל אויך מעלדן בעפאר יעדע מיטונג, דער עולם זאל וויסן צו קומען.
אטעטשמענטס
mrSign1.jpg
mrSign1.jpg (335.43 KiB) געזען 2378 מאל
אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2233
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכל'דיג »

יונה האט געשריבן:היינט אין אווענט ביים חודש'ליכע זאניג באורד מיטונג איז צום ערשטן מאָל אויפגעברענגט געווארן אן אפליקאציע אויפצופיקסן א בעיסמענט און עס מאכן פאר א קאמפליט עקסטערע דירה.

אין לויף פון דער אסיפה, נאכן פארזיכטיג באטראכטן אלע דעטאלן ווי זיכערהייט און פארקינג וכדו', און געגעבן א שאנס פארן ציבור אריינצוזאגן זייערע קאמענטארן (וואס איז געווען אויף זייער א פרידליכן פארנעם), איז דער אפליקאציע פולשטענדיג באשטעטיגט געווארן און אונטערגעשריבן געווארן אויפן ארט דורכן באורד פארזיצער, וואס ערמעגליכט דעם אפליקאנט שוין מארגן צופרי ארויסצונעמען די נויטיגע פערמיטן פונעם בילדונג דעפארטמענט און תיכף דערויף צוטרעטן צו די ארבעט.

"דאס איז גאר גוטע נייעס, דאס מיינט אז דערעוילעם מיט פרייוועט הייזער וועלן קענען מאכן דירות אינעם בעיסמענט, וואס דאס איז נישט ערלויבט אין די געגענטער ארום ק"י
A-1
האפנטליך אז די קומענדיגע פאזע פון די דירות אין די דעוועלפמענט וועט שוין האבן בעיסמענט'ס"
עס איז קלאָר יא געווען א געיט אין מירן דורך די ציוניסטישע פאליציי ר"ל
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

בענאק האט געשריבן:
יונה האט געשריבן: נאר קומט נאך לאנגע חדשים פון ארבעט אריינגעלייגט דורך דעם חשוב'ן מעיאר מיסטער וואד און די טראסטיס ר' זאנוויל וויינגארטן מיט ר' אהרן הערש ראבינער, זיי צוזאמען מיט אנדערע עסקנים האבן אינוועסטירט אסאך צייט אויסצוארבעטן די לעגאלע פראצעדורן זאלן ווערן געמאכט גוט און שנעל לטובת אלע בלומינגבערגע איינוואוינער בעז''ה.

דאכצעכמיר אז דאס איז געווען דאס ערשטע מאל וואס דער לויער האט אויפגעליינט א רעזולאציע, באלד נאכן אפשטימן
פאריאר האבן די עסקנים זיך געבעטן צו אים ער זאל דאס אזוי טון, אבער ער האט בשום אופן נישט געוואלט.

איי געס, ערגעץ האט זיך ביינעם געבראכן די אייז

אודאי, דער לויער טוט וואס די בעלי בתים וואס צאלן אים דאס געהאלט הייסן אים טון, ער ארבעט פאר די ווילידזש נישט די ווילידזש פאר אים!
אז מ'לעבט דערלעבט מען
מצה בעקערי
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 4:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצה בעקערי »

I don't know
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 28, 2018 8:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך I don't know »

אסיפת היסוד,
מה זאת?
HelpMe
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך HelpMe »

I don't know האט געשריבן:אסיפת היסוד,
מה זאת?

כמדומה אוועק צו שטעלן א התאחדות אברכים
התגרות באומות איז יהרג ואל יעבור!
אפילו די ביזט גערעכט!
כי אתה השם באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה!
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

קרית יטב לב, נעכטן מוצאי שבת קודש איז דא פארגעקומען גאר א שיינע מלוה מלכה צוזאמען מיט אן "אסיפות היסוד", עס איז זיך צונויף געקומען א שיינע ציבור תושבי העיר ווי אויך עטליכע ספעציעלע געסט פון די שטאט.

צום ערשט האט דער גבאי ביהמ''ד אראפגעגעבן די פילע אקטיוויטעטן פון די קהלה דורכאויס דעם יאר און די פונקטליכע נומערן וויפיל די אלע זאכן קאסטן אפ פאר די קהל'ישע קאסע. ווי אויך דערמאנט עטליכע פלענער אויף ווייטער וואָס קהל פלאנט צוצולייגן בקרוב בעז''ה.

דאן האט מען געהערט פונעם חשוב'ע דיין ר' יואל מענדלאוויטש שליט''א, דער דיין האט צווישן אנדערע ארויסגעברענגט די הלכה'דיגע אבליגאציע'ס וואס יעדער תושב העיר האט כלפי צרכי ציבור.

דערנאך האט אויפגעטרעטן א חשוב'ע גאסט פון די שטאָט ר' יודא אליעזר יאקאבאוויטש, מזכיר הקהלה פון קהילתנו אין וויליאמסבורג. דער מזכיר האט האט מיט גאר טרעפליכע דיבורים מעורר געווען דעם ציבור די שטארקע בענעפיטן וואָס יעדע יחיד געניסט פון קהל, און די חשיבות פון זיך אנשליסן אלץ חבר הקהלה דורך צאלן דיוס - מעמבערשיפ געלט.

צום לעצט האט הרב ר' יודא הערש מאנדל פארציילט א קורצע מעשה פון א צדיק וואס זיין יארצייט געפאלט די וואך, און פארשטייט זיך די באקאנטע געלט-מעשה, ווי זיין שטייגער ביים וועכנטליכע מלוה מלכה, מיט ברכות המזון על הכוס איז נתכבד געווארן ר' משה שמילאוויטש דער רוח החיים פונעם פלאץ וואס איז ספעציעל געקומען צו פארן צו דעם מעמד.
עס איז שוין געווען נאך חצות הלילה ווען דער ציבור איז זיך צוגאנגען מיט א שטארקע החלטה זיך טאקע אנשליסן און ווערן א חבר אין די הייליגע קהלה.

חבר אנו לכל אשר יראוך!
אטעטשמענטס
20181223_115704.jpg
20181223_115704.jpg (425.82 KiB) געזען 1453 מאל
20181223_010718.jpg
20181223_010718.jpg (277.78 KiB) געזען 1456 מאל
20181223_010244.jpg
20181223_010244.jpg (110.82 KiB) געזען 1456 מאל
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

דאס איז שטארק פאזאטיווע נייעס פאר בלומינגבורג

אויב קהל פון וויליאמסבורג אינוועסט אין בלומינגבורג דאס מיינט אז זיי זעהן דא די פיוטשער, מיט א גוטע ריקן ביין פון שטאט קען מען זיך ריקן שיין
אוועטאר
לחיים טובים ולשלום
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 28, 2015 3:20 pm
לאקאציע: לית אתר פנוי מיניה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים טובים ולשלום »

משה יענקל האט געשריבן:דאס איז שטארק פאזאטיווע נייעס פאר בלומינגבורג

אויב קהל פון וויליאמסבורג אינוועסט אין בלומינגבורג דאס מיינט אז זיי זעהן דא די פיוטשער, מיט א גוטע ריקן ביין פון שטאט קען מען זיך ריקן שיין

און אנדערע נייעס איז עס שטארקע נייעס פאר וויליאמסבורג, ווייל די תושבי קריט"ל אינוועסטן און די וויליאמסבורגע קהל...... (צוריק וועלן זיי דאך גארנישט צוריקבאקומען אויסע דיוס ביללס)
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

לחיים טובים ולשלום האט געשריבן:
משה יענקל האט געשריבן:דאס איז שטארק פאזאטיווע נייעס פאר בלומינגבורג

אויב קהל פון וויליאמסבורג אינוועסט אין בלומינגבורג דאס מיינט אז זיי זעהן דא די פיוטשער, מיט א גוטע ריקן ביין פון שטאט קען מען זיך ריקן שיין

און אנדערע נייעס איז עס שטארקע נייעס פאר וויליאמסבורג, ווייל די תושבי קריט"ל אינוועסטן און די וויליאמסבורגע קהל...... (צוריק וועלן זיי דאך גארנישט צוריקבאקומען אויסע דיוס ביללס)

אבי געהאקט אין טשייניק. די געלט פון לאקאלע רעזידענטן גייט אויסשליסליך פאר די לאקאלע קהלה קאסע.
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

אינטערסאנט נאך נישט דא געווען
די הנהלת המוסדות האט ארויס געלייגט א מזל טוב פאר רבי עוזיאל פליישמאן פון די הנהלה צום געבורט פון זיין מיידל
https://www.dropbox.com/s/3wtrdr8a2cr182w/עוזיאל%20_%20מזל%20טוב.jpg?dl=0
I don't know
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 28, 2018 8:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך I don't know »

יונה האט געשריבן:
לחיים טובים ולשלום האט געשריבן:
משה יענקל האט געשריבן:דאס איז שטארק פאזאטיווע נייעס פאר בלומינגבורג

אויב קהל פון וויליאמסבורג אינוועסט אין בלומינגבורג דאס מיינט אז זיי זעהן דא די פיוטשער, מיט א גוטע ריקן ביין פון שטאט קען מען זיך ריקן שיין

און אנדערע נייעס איז עס שטארקע נייעס פאר וויליאמסבורג, ווייל די תושבי קריט"ל אינוועסטן און די וויליאמסבורגע קהל...... (צוריק וועלן זיי דאך גארנישט צוריקבאקומען אויסע דיוס ביללס)

אבי געהאקט אין טשייניק. די געלט פון לאקאלע רעזידענטן גייט אויסשליסליך פאר די לאקאלע קהלה קאסע.

באראיוגט אייך יונהלע.. ער האט נאר געמאכט א דשויק.
בלומינגבורג איז גענוג ערענסט מ'דארף פארנעמען אמאל אמאל א דשויק אויך..
מתון מתון
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 9:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתון מתון »

איך האב נישט לאנג צוריק געוויילט א שבת אין בלומינגבורג.
אויב דער עולם איז אינטערעסירט קען איך שרייבן עטליכע נקודות. הגם כנראה איז נישטא וואס מחדש צו זיין.
איך שרייב כמעט נישט ווייל צופיל איז שוין פארמעקט געווארן. נירו לכם ניר ואל תזרעו אל קוצים.
אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אט אזוי »

מתון מתון האט געשריבן:איך האב נישט לאנג צוריק געוויילט א שבת אין בלומינגבורג.
אויב דער עולם איז אינטערעסירט קען איך שרייבן עטליכע נקודות. הגם כנראה איז נישטא וואס מחדש צו זיין.

אוודאי איז מעו אינטערסירט
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

אט אזוי האט געשריבן:
מתון מתון האט געשריבן:איך האב נישט לאנג צוריק געוויילט א שבת אין בלומינגבורג.
אויב דער עולם איז אינטערעסירט קען איך שרייבן עטליכע נקודות. הגם כנראה איז נישטא וואס מחדש צו זיין.

אוודאי איז מעו אינטערסירט

Sure
מצה בעקערי
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 4:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצה בעקערי »

מתון מתון האט געשריבן:איך האב נישט לאנג צוריק געוויילט א שבת אין בלומינגבורג.
אויב דער עולם איז אינטערעסירט קען איך שרייבן עטליכע נקודות. הגם כנראה איז נישטא וואס מחדש צו זיין.

הגם כנראה איז נישטא וואס מחדש צו זיין?????????????????? קום אריין קלאר
I don't know
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 28, 2018 8:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך I don't know »

מצה בעקערי האט געשריבן:
מתון מתון האט געשריבן:איך האב נישט לאנג צוריק געוויילט א שבת אין בלומינגבורג.
אויב דער עולם איז אינטערעסירט קען איך שרייבן עטליכע נקודות. הגם כנראה איז נישטא וואס מחדש צו זיין.

הגם כנראה איז נישטא וואס מחדש צו זיין?????????????????? קום אריין קלאר

איר דארפט פארשטיין, א איד וואס וואוינט נורמאל אין א שטאט ווערא נידט איבערגענומען ווען איינער מאכט א זכר אדער סקומט פאר א מעמבערשיפ דריוו (אסיפת היסוד שביסוד) אדער מלייגט אביסעל טיילס אין א מקוה ולכן זעהט אויס איז יענער נישט אזוי איבערגענומען פין "די שטאט"
מתון מתון
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 9:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתון מתון »

די טרוקענע פאקטן זענען באקאנט. ממילא איז נישטא צופיל וואס מחדש צו זיין. בעסיקלי מיינע פאר נקודות וואס האבן מיר געכאפט וואס זאגן מער איבער מיר ווי איבער בלומינגבערג גופא.

דאס פלאץ מאכט א גוטן רושם: דהיינו נישט פארלאזט און נישט פארשלאפן, אלעס איז ניי און שיין און גוט קעיר גענומען, מער ווי געראכטן. די מענטשן זענען פרייליך, טעטיג און פריש. די מוד איז פאזיטיוו געשטימט סיי מיטן הוה און נאכמער מיטן עתיד. (פארשטייט זיך אלעס נאר וויפיל איך האב געקענט זען אויבנאויף במשך א וויקענד)

די מענטשן מאכן א גוטן רושם: עס איז דא א קאלירפולער ציבור, מער ווי געראכטן. עס באשטייט כמעט מכל המינים סאטמארע טיפן וואס מען טרעפט אין וויליאמסבורג-מאנרא. דער עולם איז זייער פריינטליך און נאנט. עפעס וואס מען זעט נאר אין קלענערע מקומות.

די הייזער און דעוועלאפמענט מבית ובחוץ זענען סאו סאו: איך וויל נישט איבערגיין אלע דיטעילס, עס איז זייער פיין פאר די פרייז, ביליג פער סקווער פוס, די קאך איז פיין. אבער מען קען ווען אסאך בעסער מאכן. נישט קיין בעיסמענט אדער בוידעם. מען קומט אריין גלייך אין הויז, נישט דא קיין פלעי רום אויפן ערשטן שטאק. די ספרים שטוב איז פיצל, נישט דא קיין ליווינג רום, נישט קיין פסח קאך, קליינע פארטש, נישטא קיין פראנט אדער בעק יארד. וכמדומה די פראפערטי איז נישט אייגענס. אינדערויסן פילט זיך פארקוועטשט. אויב איז מען נישט פון די געציילטע מיט א פענסטער צום ראוד זעט מען בלויז נאך בעיזשע ווענט פון אנדערע הייזער, נישט די סינערי וואס מען רישט זיך ווען מען קלערט פון די קעטסקילס. אבער ווי געזאגט, מען באקומט א שיינע נייע גרויסע הויז פאר זייער ביליג. און מען קען נוצן די גאראזש פאר א אפיס אדער פלעי רום. א פסח קאך קען מען מאכן א פארטש קען מען לכאורה ארויסבויען. עס איז דא א קראול ספעיס פון 4 פוס פאר סטארעזש. (אויב מען איז נישט חושש פאר פלאדס אדער מאלד)

אנדערע געברויכן: דער עולם געבט זיך א עצה: מען קויפט לאקאל וואס איז דא, אנדערע זאכן קויפט מען אין מאלל אדער ק"י. אויב האט מען א קאר איז עס גרינגער, אויב נישט איז עס שווערער אבער עס ארבעט.

מוסדות זענען גוט און ווערן בעסער אבער נישט דא קיין לימודי חול פאר אינגלעך, בחורים דארפן פארן: מענטשן רעדן זייער פאזיטיוו פון די מוסדת באופן כללי. אבער לימודי חול עקזיסטירט נישט, עס באדערט פאר מענטשן, חוץ מזה מיינט עס אז קינדער קומען שוין אהיים 4:15 וואס איז זייער פרי פאר די מאמעס. ישבה קטנה איז נישט אויפן פלאץ, אבער עס איז נישט געפערליך פאר בחורים צו פארן.

די גרעסטע פראבלעם: פרנסה פאר מענטשן וואס ארבעטן אין שטאט: איך האב געפרעגט עטליכע מענטשן, קיינער דארט ארבעט נישט אין שטאט, "עס איז נישט מעגליך" האבן זיי באטאנט. עס איז צו ווייט צו פארן טעגליך, מענטשן פון ק"י יא, אבער פון ב"ב קומט נישט אין באטראכט. נעכטיגן דורך די וואך אין שטאט איז נשט קיין לעבן. וואס יא? עס איז דא מענטשן וואס ארבעטן אנליין, אנדערע ארבעטן לאקאל. דאס מיינט אז א מענטש מיט א פרנסה אין ברוקלין וואס דאס מיינט רוב הציבור, קען כעת נישט מופען אן טוישן פרנסה. בעיני איז דאס די גרעסטע אבסטעקל פאר רוב מענטשן.

סוף דבר: עס האט מעלות און חסרונות, די עיקר מעלה איז אז עס איז זייער אפארדעבל און מען באקומט your moneys worth. די אטמאספערע איז געשמאק און מען קען זיך טרעפן דאס פלאץ אויב איז מען סאטמאר געשטימט. אויב איינער קען האבן פרנסה אן דארפן פארן אין שטאט, איז ב"ב א אפציע וואס איז ווערד צו באטראכטן.
איך שרייב כמעט נישט ווייל צופיל איז שוין פארמעקט געווארן. נירו לכם ניר ואל תזרעו אל קוצים.
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”