קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

די ווילידש הענגט אויף אמעריקענע פענער אויף די שטאנגן ארום די שטעטל אין בעפארגרייטונג צום מעמאריעל טאג קומענדיגע מאנטאג. #שלומה של מלכות...
אטעטשמענטס
flag.jpeg
flag.jpeg (445.34 KiB) געזען 3561 מאל
HelpMe
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

ויקרא שמו בישראל - קרית ייטב לב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך HelpMe »

[img]
Picture0525181008_11.jpg
[/img]
אטעטשמענטס
Picture0525181008_11.jpg
Picture0525181008_11.jpg (180.97 KiB) געזען 3422 מאל
לעצט פארראכטן דורך HelpMe אום פרייטאג מאי 25, 2018 11:11 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
התגרות באומות איז יהרג ואל יעבור!
אפילו די ביזט גערעכט!
כי אתה השם באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה!
HelpMe
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך HelpMe »

מזל טוב!!
ויקרא שמו בישראל קרית ייטב לב
התגרות באומות איז יהרג ואל יעבור!
אפילו די ביזט גערעכט!
כי אתה השם באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה!
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

HelpMe האט געשריבן:מזל טוב!!
ויקרא שמו בישראל קרית ייטב לב


אלטע נאמען ווערט שוי ן דא דערמאנט און די ברישית יארן פינעם שטעטעלע ווייס איך נישט וואס מען האט זיך יעצט דערמאנט


מיללער האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:איצטערט באקומען א אימעיל, מיט א לינק צו דאונלאודן די ביילאגע פון דער איד פון ערב סוכות

http://satmarnews.wordpress.com/2013/10 ... ngburg-ny/


א הארציגען יישר-כח הרב שנאפס, עס איז א הערליכער ביילאגע.

-

היינט איז ווידעראמאל געווען דער שטעטל און די בית רחל בנין אין די נייעס, אבער דער אמת איז אז בעזהשי"ת איז בדרך הטבע דער חלק פון די שכנים א פארזיכערטער עסק, דער שווערער חלק איז ארויסברענגען די תושבים.

דער שלום לאמם (בנו של נחום [נארמאן] לאמם מYU) איז א געריבענער בחור, ער איז נישט היינט געבארען און ער ווייסט גענוי וואס ער טוט, די שכינים זענען אנגעקומען צום גרייטן, און יעצט קענען זיי בלויז מיטהאלטן פון די זייט ווי עס בויעט זיך לעיניהם א עיר הצדק וקריה נאמנה פאר ערליכע חסידישע פרומע אידן, צו עס שמעקט זיי צו נישט איז דאס א פאקט.

מר. לאמם פלאנירט דאס שוין באלד צעהן יאר, עס האט אים נאר געפעלט א קהלה אדער באוועגונג וואס זאל ארויפשפרינגען אויף זיין וואגן, און דאס האט ער יעצט דעליווערט, און אויף גאר א שטארקען אופן, דאס אז סאטמאר (ליין: כ"ק אדמו"ר שליט"א) זאל דאס נעמען אויף זייער נאמען איז גאר א שטארקער געווינס, אזא אימפעריע ווי סאטמאר קען נישט עפארדן קיין דורכפאל, און זיי וועלן טאן כל מה שביכולתם אז דאס זאל זיין א סוקסעס.
ביז היינט האבן אלע שטעטליך (קאנארסי, בעיסוואטער, אפסטעיט ועוד) געטראגן די נעמען פון יחידים עסקנים, און קיינמאל איז נישט געלונגען אז אזא עסטאבלישמענט זאל דאס נעמען אונטער זייערע פליגלען, עס וועט נישט נעמען לאנג ביז עס וועלן פארקומען ערנסטע פראפאגאנדע צו ברענגען מענטשן זיך צו ציען קיין יטב לב, צו מיט סימפאזיומס און דרשות, צו דורך כרוזים וקול קורא'ס, עדיטאריעלס און מאגאזינען, ביז דירעקט מארקעטינג און טארגעטעד סעילס, עס איז א פראגע פון צייט.

פון דארט ביז אז לאמם זאל טרעפן א 'צווייטער' ארויפצוקומען אויפון באן איז שוין א קאצן-שפרונג, קרית אגודת ישראל, קרית שפע חיים, קרית מחזיקי הדת, קרית בני ציון, און אפשר אפי' קרית ברך משה, אין בלומינגבורג ניו יארק, וועט נישט שפעטיגען צו קומען.
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

HelpMe האט געשריבן:מזל טוב!!
ויקרא שמו בישראל קרית ייטב לב

יישר כח פארן בילד. די נאמען איז נישט ניי, עס איז געגעבן געווארן דורך אדמו"ר מהרי"י פאר העכער צוויי יאר צוריק. די נאמען איז קיינמאל נישט אראפגענומען געווארן עס איז א בחינה פון שכחום וחזרו ויסדום...
בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנציון יאזעפאוויטש »

HelpMe האט געשריבן:[img]
Picture0525181008_11.jpg
[/img]

An open hint that the Rabbis son R' Aron will take the seat as ruv? Look at the beginning of the mazel tov
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:
HelpMe האט געשריבן:[img]
Picture0525181008_11.jpg
[/img]

An open hint that the Rabbis son R' Aron will take the seat as ruv? Look at the beginning of the mazel tov

דער סיין איז געגעבן געווארן צוזאמען מיט א שיינע גרויסע רבי'שע בענקל אלץ מתנה, דאס איז פשט פונעם נוסח.

ר' אהרן טוט שוין פאר א לענגערע צייט פילע רבנישע פונקציע'ס אין קרית יטב לב פון דערווייטענס.
לעצט פארראכטן דורך יונה אום פרייטאג מאי 25, 2018 12:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי בוים »

און דער כולל איז נאכאלץ פארמאכט.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

שבתי בוים האט געשריבן:און דער כולל איז נאכאלץ פארמאכט.

און דער טאטע מיינער זאל זיין געזונט זאגט מיר אז ער האט לעצטנס געגעבן א שיינע נדבה ווען מען איז געגאנגען נאך געלט פארן כולל (איך מיין אין קליימער סט. ביהמ"ד)
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

יונה האט געשריבן:
HelpMe האט געשריבן:מזל טוב!!
ויקרא שמו בישראל קרית ייטב לב

יישר כח פארן בילד. די נאמען איז נישט ניי, עס איז געגעבן געווארן דורך אדמו"ר מהרי"י פאר העכער צוויי יאר צוריק. די נאמען איז קיינמאל נישט אראפגענומען געווארן עס איז א בחינה פון שכחום וחזרו ויסדום...

וואס איז יעצט געשעהן אז מען האט זיך דערמאנט?
אוועטאר
מאנסי שטופער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 12:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסי שטופער »

HelpMe האט געשריבן:מזל טוב!!
ויקרא שמו בישראל קרית ייטב לב

מקען שוין טוישן קעפל צו 'קרית יטב לב' בלמינגבורג, ניו יארק
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מאנסי שטופער האט געשריבן:
HelpMe האט געשריבן:מזל טוב!!
ויקרא שמו בישראל קרית ייטב לב

מקען שוין טוישן קעפל צו 'קרית יטב לב' בלמינגבורג, ניו יארק

'צוריקטוישן'
בלומינגבורגער
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלומינגבורגער »

שבתי בוים האט געשריבן:און דער כולל איז נאכאלץ פארמאכט.

למען האמת די כולל איז קיינמאל נישט געווען פארמאכט, די חשוב'ע בני תורה זיצן ווייטער און הארעווען שלא על מנת לקבל פרס, דאס זענען אמת'ע בני תורה וואס תורתם אומנתם (ווער ס'וויל קען אראפפארן און זיך אליינס איבערצייגן).
בלויז די חלק התמיכה האט זיך עמטליך פארמאכט נאך פסח, אבער די כולל איז ווייטער אפן געהעריג און די בני תורה הארעווען ווייטער על התורה וועל העבודה.

רבי אהרן הנ"ל וואס איז גאר שטארק אקטיוו אין די אויפבוי פון קרית יטב לב, און האט בעפאר פסח צוזאמגעשטעלט צוואנציג אלפים פאר די כולל אינגעלייט (און אזוי אויך איז זיין קרעדיט אז די מלמדים און כלי קודש זענען אויסגעצאלט געווארן עד פ"א בעפאר פסח) איז ווייטער שטארק אקטיוו צוזאמצושטעלן א פרישע הנהלת הכולל וואס זאל נושא בעול זיין אינעם החזקת הכולל, און אין די נאנטע טעג וועט אי"ה געמאלדן ווערן זייערע נעמען.

אין די זעלבע צייט האט רבי אהרן אויפגענומען אן אפיציעלן פאנדרעיזער וואס זאל אנהייבן צו שאפן געלט, אז ווען די החזקת הכולל וועט זיך צוריק עפענען בימים הקרובים זאל שוין זיין מיט וואס צו גיין צום טיש.

ומכאן הבקשה יוצאת אז ווען מ'קומט צו אייך נאך געלט פארן כולל זאלט איר זיך טאקע משתתף זיין מיט א סכום הגון ונכבד כראוי.
שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי בוים »

תורה נקנית בחבורה, א כולל אן קיין סדר הלימוד און שמירת הזמנים איז גארנישט. יחידים אין א ביהמ"ד
די כולל איז געהעריג פארמאכט ותורה מונחת בקרן זויות.
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1414
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

שבתי בוים האט געשריבן:תורה נקנית בחבורה, א כולל אן קיין סדר הלימוד און שמירת הזמנים איז גארנישט. יחידים אין א ביהמ"ד
די כולל איז געהעריג פארמאכט ותורה מונחת בקרן זויות.


קיין אנונג וואס דו זאגסט, די יונגעלייט זענען ערליך מקיים די סיפא, וכל מי שרוצה ליטול את השם יבוא ויטול.

אז דו ווילסט דווקא קען מען עס רופן כולל תורה לשמה!
שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי בוים »

איך בין דארט געווען די וואך דאנערשטאג צוועלף אזייגער אינמיטן טאג, צוויי יונגעלייט זענען געווען אין ביהמ"ד (איינער האט געשמועסט, איינער האט געהאלטן פאר'ן דאווענען).
וואס האקסטו אין טשייניק, יעדער ווייסט וויאזוי א "כולל" אן קיין ראש הכולל אדער סדר הלימוד זעט אויס.
סאיז א גרויסע בושה אז מ'האט דאס צוגעלאזט ותורה מה אומרת קולני מראשי.
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

שבתי בוים האט געשריבן:איך בין דארט געווען די וואך דאנערשטאג צוועלף אזייגער אינמיטן טאג, צוויי יונגעלייט זענען געווען אין ביהמ"ד (איינער האט געשמועסט, איינער האט געהאלטן פאר'ן דאווענען).
וואס האקסטו אין טשייניק, יעדער ווייסט וויאזוי א "כולל" אן קיין ראש הכולל אדער סדר הלימוד זעט אויס.
סאיז א גרויסע בושה אז מ'האט דאס צוגעלאזט ותורה מה אומרת קולני מראשי.

וואס טוסטו אין בלומינגבורג אויף א רויטן דאנערשטאג? הא? ביזט אנגעווייטאגט אז מ'האט דיר נישט געצאלט...
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

איסר האטלקי האט געשריבן:
שבתי בוים האט געשריבן:איך בין דארט געווען די וואך דאנערשטאג צוועלף אזייגער אינמיטן טאג, צוויי יונגעלייט זענען געווען אין ביהמ"ד (איינער האט געשמועסט, איינער האט געהאלטן פאר'ן דאווענען).
וואס האקסטו אין טשייניק, יעדער ווייסט וויאזוי א "כולל" אן קיין ראש הכולל אדער סדר הלימוד זעט אויס.
סאיז א גרויסע בושה אז מ'האט דאס צוגעלאזט ותורה מה אומרת קולני מראשי.

וואס טוסטו אין בלומינגבורג אויף א רויטן דאנערשטאג? הא? ביזט אנגעווייטאגט אז מ'האט דיר נישט געצאלט...


די קאליר רויט איז צוויי קאלירן נאך גרין. איא? פארוואס טראכט איך אזוי? ווייל דינסטאג איז גרין.

#קח״א
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14505
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

וואס איז די נומער פון די בלומינגבערג שאטעל?
To apply for section 8 Click Here
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

845.733.6060
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14505
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

יונה האט געשריבן:845.733.6060


א גרויסע שכח
To apply for section 8 Click Here
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

קרית יטב לב, בלומינגבערג ניו יארק - נעכטן זונטאג איז דא פארגעקומען א מסיבה של מצוה לטובת "כולל בני ירושלים" – דער עלצטער כולל אין די שטאט בית שמש.

פרייטאג נאכט האט אן עסקן פון בית שמש אויפגעטרעטן פאר קבלת שבת מיט א ווארימע דרשה און מעורר געווען דעם עולם איבער די חשיבות פון דעם כולל און דאס וויכטיקייט פון שטיצן די לומדי תורה, דער קלימאקס פונעם קאמפיין איז געווען ביים מסיבה זונטאג נאכט, ווען א שיינער ציבור מתושבי העיר זענען זיך צאמגעקומען צו שטיצן דעם כולל בגוף ובממון. ווי מיר הערן פון די עסקנים איז די מסיבה געקרוינט געווארן מיט גאר א שיינע סוקסעס ב"ה, אריינברענגנדיג א באדייטענדע סומע להחזקת הכולל.
אטעטשמענטס
msiba.jpg
msiba.jpg (512.07 KiB) געזען 4171 מאל
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

קלעסיפייד: א שיינע דירה צו פארדינגן אין די ווילדטש אוו בלומינגבערג, באשטעטיגט פאר סעקשן אכט הויזינג. ביטע רופט 347-875-7102
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

קרית יטב לב, בלומינגבערג ניו יארק - ווי געמאלדן עטליכע מאל איז דער יעצטיגער בנין המוסדות שוין לאנג אויסגעוואקסן צוליב די שטענדיגע וואקוס בליע''ה, שוין גאר א לאנגע צייט וואס די חברי הנהלה זוכן ארום בנינים צו קענען פלאצירן די פרישע קלאסן.
ולכן האט די הנהלה באשלאסן צו בעטן הילף פונעם ציבור און געלאזט דריקן א ספעציעלע מעלדונג וואס רופט אז ווער עס ווייסט איבער א בנין וואס איז פאסיג און גרייט אריינצונעמען לכה''פ צען קלאסן אין די געגענט פונ'ם שטעטל, זאל זיך מעלדן ווי אמשנעלסטן אויף אן אנגעגעבענע נומער.

כן ירבו
אטעטשמענטס
Screenshot_20180531-153230_Google PDF Viewer.jpg
Screenshot_20180531-153230_Google PDF Viewer.jpg (443.99 KiB) געזען 3820 מאל
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

יונה האט געשריבן:קרית יטב לב, בלומינגבערג ניו יארק - נעכטן זונטאג איז דא פארגעקומען א מסיבה של מצוה לטובת "כולל בני ירושלים" – דער עלצטער כולל אין די שטאט בית שמש.

פרייטאג נאכט האט אן עסקן פון בית שמש אויפגעטרעטן פאר קבלת שבת מיט א ווארימע דרשה און מעורר געווען דעם עולם איבער די חשיבות פון דעם כולל און דאס וויכטיקייט פון שטיצן די לומדי תורה, דער קלימאקס פונעם קאמפיין איז געווען ביים מסיבה זונטאג נאכט, ווען א שיינער ציבור מתושבי העיר זענען זיך צאמגעקומען צו שטיצן דעם כולל בגוף ובממון. ווי מיר הערן פון די עסקנים איז די מסיבה געקרוינט געווארן מיט גאר א שיינע סוקסעס ב"ה, אריינברענגנדיג א באדייטענדע סומע להחזקת הכולל.

זעהט אויס ווי די דירה איז שיין אפגרעידעד מיט מאלדינגס און ספאט לייטס
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”