כאילו די הנהלת המוסדות האט זיך אוועקגעזעצט און באשלאסן וואס מען גייט ענטפערן אויף סעטינגס' תגובה אויף אייוועלט. און היות די באשלוס איז געווען אז מען דארף עס האלטן פאר א סוד, האט ער א טענה אז דאס זאגט אלעס..
געלויבט השי"ת אז עס גייט גארנישט פאר דערמיט, בסך הכל האט איינער באשלאסן עס מפרסם צו זיין יעצט אין ליכט פון די מעשיות אין די דערנעבנדיגע קרית יואל.
האט גארנישט מיט קרית יואל
די מעשה איז אזוי. פאריגן דאנערשטאג, אינמיטן די "ווילידש מיטינג" האט איינער אויסגעשריגן אז ער האלט אין איין זען א קינד לויפן נאנט צו די ראוד און ס'איז א גרויסע סכנה, און נעקסט טיים ער זעט עס גייט ער רופן פאליס. סוי האט די ווילידש געשריבן די מעלדנוג צו ווייזן אז "מען נעמט קעיר"
--
להבהרה בעלמא: די לעצטע יאר צייט זענען כמעט נישט געקומען קיין קעגנער צו די "ווילידש מיטינגען" עס פלעגט זיין שא שטיל ב"ה כן יעזור ה' להלאה בלויז דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג זענען צוליב א סיבה יא אנגעקומען א גאנצע באנדע פון די אלטע "גוטע פריינד..." און האבן אביסל פארפירט.
קיין עין הרע , די שטעטל ריקט זיך פאראויס מיט הייזער און מיט נפשות , געהערט שמועסן אין מקוה אז שוין דא באלד 20 קאנטראקטס אין די נייע דירות אין די דעוועלעפמענט
למעשה ווען איינער וויל קויפן א ברענד ניו הויז אויף א עיקער פראפערטי מיט 4000 סקווער פיס, געבויעט פאר א איד איז דאס די ביליגסטע וואס איז פארהאן אין עני אידישע געגענט
You can't compare apple to oranges
די לאטס אין וואלנאט רידזש זענען פיל גרעסער ווי אן עיקער, די קלענעסטע איז אריבער 2 עיקער, די גרעסטע איז אריבער 5 עיקער. בייגעלייגט א בילד פון די לאטס מיט די מעישערמענטס פון איינס דערפון.