קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

ויש אומרים
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 3:30 pm

תגובהדורך ויש אומרים » פרייטאג מארטש 09, 2018 9:42 am

Screenshot_20180309-093732~2.png
Screenshot_20180309-093732~2.png (116.06 KiB) געזעהן 2070 מאל

הרב_שלום
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » מאנטאג מארטש 12, 2018 9:31 am

א פריווייטע הויז אין בלומינגבערג צו פארקויפען
http://hgmls.mlsmatrix.com/Matrix/Publi ... 14297-10#1
איר קענט געווינען א קאר
https://amzn.to/2PqlZh8
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

א נעכטיגן טאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:55 pm

תגובהדורך א נעכטיגן טאג » מאנטאג מארטש 12, 2018 10:32 am

ויש אומרים האט געשריבן:
Screenshot_20180309-093732~2.png

איך האב פארשטאנען אז זיי וועלן געבן האלב כדי אנצוקומען צום צוהל.

אוועטאר
שמן
שר חמש מאות
תגובות: 554
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:49 am

תגובהדורך שמן » מאנטאג מארטש 12, 2018 10:46 am

א נעכטיגן טאג האט געשריבן:
ויש אומרים האט געשריבן:
Screenshot_20180309-093732~2.png

איך האב פארשטאנען אז זיי וועלן געבן האלב כדי אנצוקומען צום צוהל.

האלט שוין ביי 428,000 ווער האט געגעבן דער אנדערע מאה אלף ?

אזוי וויל איך
שר חמש מאות
תגובות: 855
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

תגובהדורך אזוי וויל איך » מאנטאג מארטש 12, 2018 10:54 am

שמן האט געשריבן:
א נעכטיגן טאג האט געשריבן:
ויש אומרים האט געשריבן:
Screenshot_20180309-093732~2.png

איך האב פארשטאנען אז זיי וועלן געבן האלב כדי אנצוקומען צום צוהל.

האלט שוין ביי 428,000 ווער האט געגעבן דער אנדערע מאה אלף ?

At the Banquet for the "Bloomingburg" Mosdos BBeis R' Sander Kohn was raised $130,000! bringing the total amount raised so far to $428,781!!

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מאנטאג מארטש 12, 2018 11:32 am

א נעכטיגן טאג האט געשריבן:
ויש אומרים האט געשריבן:
Screenshot_20180309-093732~2.png

איך האב פארשטאנען אז זיי וועלן געבן האלב כדי אנצוקומען צום צוהל.

ווער האט געגעבן האלב? די סך הכל קאלעקטעד האלט נאכנישט ביי האלב.

קלוגער
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » מאנטאג מארטש 12, 2018 4:14 pm

וואוווף, 130 אלף'ס אין איין באנקנעט? זייער שיין!

א נעכטיגן טאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:55 pm

תגובהדורך א נעכטיגן טאג » דינסטאג מארטש 13, 2018 9:47 am

קלוגער האט געשריבן:וואוווף, 130 אלף'ס אין איין באנקנעט? זייער שיין!

זייער שיין, אבער וואס איז דער פלאן אויף ווייטער?

HelpMe
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תגובהדורך HelpMe » דינסטאג מארטש 13, 2018 10:21 am

130 אלף ביי אזא באנקעט איז נישט אזא חידוש דערצי וועט מען האט אזויפיל אריינגעארבעט פאר עס

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דינסטאג מארטש 13, 2018 11:25 am

HelpMe האט געשריבן:130 אלף ביי אזא באנקעט איז נישט אזא חידוש דערצי וועט מען האט אזויפיל אריינגעארבעט פאר עס

וואס מיינט ביי דיר אריינגעארבעט? וואס מיינט ביי דיר א חידוש?! א מיליאן? צוויי? דריי? לויט ווי איך האב געהערט פון די בעל המסיבה איז געווען געלאדענט 75 מענטשן צום מסיבה, עטוואס מער ווי א דריטל זענען אנגעקומען. יעצט מאך איבער די חשבון....

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דינסטאג מארטש 13, 2018 11:28 am

א חוץ אויב די האסט אן אגענעדע, ווערסטו געבעטן אריינצוקומען מיט דיין אלטע ניק, ס'וועט זיין גרינגער צו דעבאטירן וואס ס'מיינט א חידוש פאר בלומינגבערג...

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » דינסטאג מארטש 13, 2018 11:55 am

סאררי פארן אריינהאקן, הונדערט דרייסיג איז זייער א שיינע סכום אביר אין די היסטאריע פון סאטמארע באנקעטן גייט מען אהיים מיט א מעלוינע צוויי ווי גארנישט

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דינסטאג מארטש 13, 2018 12:08 pm

ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:סאררי פארן אריינהאקן, הונדערט דרייסיג איז זייער א שיינע סכום אביר אין די היסטאריע פון סאטמארע באנקעטן גייט מען אהיים מיט א מעלוינע צוויי ווי גארנישט

אזוי גאר?! אפשר רעכענסטו אויס בלויז 5 באנקעטן ווי ס'איז "אריינגעקומען" א מעלוינע צוויי ווי גארנישט?

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » דינסטאג מארטש 13, 2018 1:09 pm

קלוגער האט געשריבן:וואוווף, 130 אלף'ס אין איין באנקנעט? זייער שיין!


איז עס בלויז הבטחות?
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

רעסטאראנט
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » דינסטאג מארטש 13, 2018 1:35 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:
קלוגער האט געשריבן:וואוווף, 130 אלף'ס אין איין באנקנעט? זייער שיין!


איז עס בלויז הבטחות?


כאב גערעדט צו א באטייליגטער , זאגט ער מיר מען האט געבעטן צו געבן אויפן פלאץ ,און נישט קיין הבטחות , 130 אלפים אויפן פלאץ פאר אזא קליינע יונגע מוסד איז זייער שיין

איך בין שוין געווען ביי באנקעטען ווי עס איז אריינגעקומען מיליאנס הבטחות אבער די קאסטן פונעם באנקעט איז מען נאך יעצט שילדיג ...

נאך אלע מעשות רעדט מען פון א קליין מוסד

אסאך גרעסערע מוסדות וואלטן זיך געוונטשען צו קענען צוזאמשטעלען 400 אלפים אין אפאר וואכן

יונה
שר האלף
תגובות: 1494
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » דינסטאג מארטש 13, 2018 1:51 pm

קומענדיגע דינסטאג מערץ 20 למספ' וועט פארקומען די יערליכע ווילידש וואלן, דער יעצטיגע מעיאר ראסעל וואד לויפט פאר ווידערוויילונג אויף נאך צוויי יאר, קיינער לויפט נישט אקעגן אים. דער יעצטיגע טראסטי מרת מאזענסאן לויפט נישט פאר נאך א טערמין, ר' זאנוויל וויינגארטן קאנדיאטירט פאר דעם זיץ.

נעכטן אין אווענט איז פארגעקומען א קאמפיין ווי דער מעיאר האט ארויסגעלייגט וואס ער האט באוויזן צו ערלעדיגן אין די פארגאנגענע צוויי יאר זינט ער איז ערוועלט געווארן, ווי אויך זיינע פלענער אויפן עתיד, גלייכצייטיג האט דער ציבור געהאט די געלגענהייט איבערצוגעבן פארן מעיאר וואס אונזערע געברויכן זענען. ער האט פארשפראכן צו פרובירן ערפילן די געבעטן ווי ווייט מעגליך.

שטייענדיג נאנט צו פסח, האט דער ציבור צווישן אנדער'ס געבעטן דעם מעיאר זאל מסדר זיין ספעציעלע גארביטש פיקאפ'ס, קאנטעינערס פאר גרעסערע זאכן, עקסטער האט מען אויסגעשמועסט דאס ענין פון פארברענן דאס חמץ צו פארמיידן מיספארשטענדענישן, דער מעיאר וואס איז אליינס א פייער קאמישינער, האט געזאגט אז ביי די מיטינג היינט אינעם פייער הויז וועט ער אויפברענגן די נושא און אפשמועסן מיטן פייער טשיף וויאזוי עס מסדר צו זיין צו יעדנס צופרידנהייט.

אן אנדערע נושא וואס מען האט אסאך גערעדט פון איז דאס לייגן סיידוואלקס אויף ווינטערטאן ראוד, דאס איז א הויפט גאס וואס פירט פון מעין סט צו די נייע דיוועלאפמענט. עס איז א פארנומענע גאס און דאס נישט האבן א געהעריגע פלאץ פאר מענטשן צו וואקן איז א גרויסע פראבלעם. ביים פלאנירן דעם דיוועלאפמענט האט מען פאראויסגעזען די פראבלעם ולכן האט די ווילידש אריינגעלייגט אינעם אגרימענט אז דער דיוועלאפער דארף אראפלייגן א סיידוואלק אויפן גאנצן וועג.

דער דיוועלאפער איז עס שוין געווען גרייט צו מאכן עטליכע יאר צוריק, עס האט זיך אבער געמאכט פארשידענע טעכנישע פראבלעם'ן, יעצט זאגט דער מעיאר האט ער שוין גערעדט צו כמעט אלע איינוואוינערס אויף די גאס בעטן רשות אראפצונעמען א קליינע חלק פון זייער לאט צו מאכן דעם סיידוואלק, כעת טוט דער לויער מיטן אינדזעניר דורכגיין די פונקטליכע פרטים און פארשרייבן אפיציעלע איזמענטס, ווינאר די אלע שרייבן אונטער וועט מען בעז"ה קענען צוטרעטן צום בויען די סיידוואלק אויף רוב פונעם וועג. [די ווילידש גרעניץ ענדיגט זיך ביי ריווער לעין, פון דארט און ווייטער געהערט די ראוד פארן טאון אוו מעמעקעדינג].

אויך האט מען באהאנדלט דאס ענין פון גאסן-לעמפ. עס איז דא געוויסע פלעצער ווי ס'איז זייער טינקל באנאכט, דער מעיאר האט געזאגט אז ער פלאנט אריינצולייגן 20 נייע לייטס אינעם קומענדיגע באדזעט. חוץ דעם ארבעט ער יעצט איבערצוטוישן אלע לייטס צו די נייערע סארט לע"ד, חוץ וואס עס שפארט לעקטעריצעטי שיינט עס אסאך שטערקער.

אינעם בילד; די צוויי קאנדיאטן ביי די אסיפה.
צוגעלייגטע
meeting.jpg
meeting.jpg (254.49 KiB) געזעהן 955 מאל

אוועטאר
צייט שטיפער
שר חמש מאות
תגובות: 654
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » דינסטאג מארטש 13, 2018 2:10 pm

איך וואלט געמופט קיין בלומונגבורג פאר די איינע ריזן ווייל פאליטיק איז אפן פאר יעדעם, און פאליטיקאנטן זענען דא פאר דיר, און אפילו וויפיל גאסן לעמפ מ'גייט צולייגן צום בודזשעט פובליצירט מען..

אוועטאר
טשעירמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

תגובהדורך טשעירמאן » דינסטאג מארטש 13, 2018 2:27 pm

;l;p- געטראכט ענליך :smile:
צייט שטיפער האט געשריבן:איך וואלט געמופט קיין בלומונגבורג פאר די איינע ריזן ווייל פאליטיק איז אפן פאר יעדעם, און פאליטיקאנטן זענען דא פאר דיר, און אפילו וויפיל גאסן לעמפ מ'גייט צולייגן צום בודזשעט פובליצירט מען..

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2860
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג מארטש 13, 2018 2:33 pm

צייט שטיפער האט געשריבן:איך וואלט געמופט קיין בלומונגבורג פאר די איינע ריזן ווייל פאליטיק איז אפן פאר יעדעם, און פאליטיקאנטן זענען דא פאר דיר, און אפילו וויפיל גאסן לעמפ מ'גייט צולייגן צום בודזשעט פובליצירט מען..

אין אלע לאקאלע גאווערמענטס זענען די זאכן פובליק, מען מוז רעדן דערפון לעגאל, מען דארף נאר וויסן ווי צו הערן/ליינען.
איך וואלט געמופט קיין בלומענבערג נאר פאר די איינע ריזן צו קענען וואטן פאר מיין ידיד מעכל'ס קליינע ברודער "זאווי" דער געטרייער הויז בחור פון רבי'ן זי"ע הלואי זאל ער ווערן מעיאר ווען בלומענבערג וועט זיין א ריזיגע עיר ואם בישראל, ס'קומט זיך פאר זאווי'ן אזא פיינער געטרייער הויז בחור געווען סיי צום רבי'ן ז"ל און סיי צום ציבור וואס זענען געקומען למעון קדשו
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
צייט שטיפער
שר חמש מאות
תגובות: 654
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » דינסטאג מארטש 13, 2018 2:37 pm

וועלכען רבי'ן זי"ע דער ערשטער אדער צווייטער?

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2860
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג מארטש 13, 2018 2:40 pm

זאנוויל איז געועון ביים ברך משה ערגעץ אין די ערשטע האלב נ' יארן, כ'מיין ער איז נישט געווען קיין לאנגע צייט, אבער עס איז געווען א געשמאקע תקופה, ער האט שיין אויפגענומען יעדן, מען האט אבער אלץ געזען זיין געטריישאפט פארן רבינ'ס כוחות און געזונט, איך פלעג אסאך צו הערן פון זיין ברודער מעכל ווי ער דערציילט ווי שווער זיין קליינע ברודער ארבעט צו טון אלעס זאל קלאפן הונדערט פראצענט ביים רבין זי"ע
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אזוי וויל איך
שר חמש מאות
תגובות: 855
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

תגובהדורך אזוי וויל איך » דינסטאג מארטש 13, 2018 2:56 pm

lebediger berel האט געשריבן:זאנוויל איז געועון ביים ברך משה ערגעץ אין די ערשטע האלב נ' יארן, כ'מיין ער איז נישט געווען קיין לאנגע צייט, אבער עס איז געווען א געשמאקע תקופה, ער האט שיין אויפגענומען יעדן, מען האט אבער אלץ געזען זיין געטריישאפט פארן רבינ'ס כוחות און געזונט, איך פלעג אסאך צו הערן פון זיין ברודער מעכל ווי ער דערציילט ווי שווער זיין קליינע ברודער ארבעט צו טון אלעס זאל קלאפן הונדערט פראצענט ביים רבין זי"ע

ער איז געווען הויז בחור נאך סיני קויפמאן תשנ״ה-נ״ו

ראבב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 23, 2017 2:55 pm

תגובהדורך ראבב » דינסטאג מארטש 13, 2018 2:57 pm

נו רב יונה קום אריין מיט אני בריכט איבער די מסיבה

אוועטאר
צייט שטיפער
שר חמש מאות
תגובות: 654
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » דינסטאג מארטש 13, 2018 3:01 pm

אזוי וויל איך האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:זאנוויל איז געועון ביים ברך משה ערגעץ אין די ערשטע האלב נ' יארן, כ'מיין ער איז נישט געווען קיין לאנגע צייט, אבער עס איז געווען א געשמאקע תקופה, ער האט שיין אויפגענומען יעדן, מען האט אבער אלץ געזען זיין געטריישאפט פארן רבינ'ס כוחות און געזונט, איך פלעג אסאך צו הערן פון זיין ברודער מעכל ווי ער דערציילט ווי שווער זיין קליינע ברודער ארבעט צו טון אלעס זאל קלאפן הונדערט פראצענט ביים רבין זי"ע

ער איז געווען הויז בחור נאך סיני קויפמאן תשנ״ה-נ״ו


געווען אויפ'ן פליגער ביים נס ההצלה?

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דינסטאג מארטש 13, 2018 3:27 pm

פיינע נייעס דאס!, ס'קוקט אויס ווי מ'האט געבארגט א שטענדער פון ביהמ"ד, און צוגעקלעבט צוויי אמעריקען פלעגס מיט דאקטעיפ...
20180313_152623.jpg
20180313_152623.jpg (451.22 KiB) געזעהן 751 מאל


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט