קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

יונה
שר האלף
תגובות: 1818
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » מיטוואך פאברואר 14, 2018 11:29 am

נפש. האט געשריבן:איך ווייס נישט צו די שרייבסט אן השערה אדער ביי דיינע באקאנטע איז דאס די מציאות, רוב פון די מענטשן וואס איך קען אין וומ"ס זענען בכלל נישט אינטערסירט צו מופן, זיי זענען 100% צופרידן פון זייער לעבנסשטייגער מיט אלע פרא'ס און קאן'ס וואס קומט מיט.

איר זענט גערעכט. זייער ווייניג מענטשן זענען אינטערסירט אוועקמופן פון זייער וואוינארט ספעציעל ווען עס איז אויך זייער געבורט-ארט און דאס פלאץ ווי זייערע עלטערן וואינען, עס איז גאר א שווערע זאך פאר א מענטשן צו טון, לך לך ממולדתך ומבית אביך איז געווען איינס פון די צען נסיונות פון אברהם אבינו.

דאך איז דער מציאות אז מענטשן מופן אוועק אין די מאסן, בלויז אין די פארגאנגענע יאר האבן זיך אוועקגעצויגן א חשבון פון איבער 100 משפחות און דאס מופעריי שטעלט זיך נישט אפ, עס וואלט געגאנן נאך אסאך שנעלער וואלטן די דעסטינאציע'ס געווען גרייט..

עס איז נישט קיין סוד אז א ריזיגע פראצענט דיפאזעטס ביי שיכון ויואל משה זענן דייקא פון שטאט, מפי השמועה זענען צענדליגע משפחות אין די פראסעס פון צוגרייטן זייער וואוינארט אין דזערסי סיטי, אין בלומינגבערג זענן אויך דא א שיינע פאר משפחות וואס ווארטן אומגעדולדיג זיך צו קענען אהער ציען ווי נאר מען ערלויבט זיי אזוי צו טאן. אין לייקוואד האלט מען שוין טיפ אינמיטן ארויפציען די צווייטע פאזע ווי עס גייט אויך פיל ווערן מיט וויליאמסבורגע משפחות ווי נאר עס איז גרייט בעז"ה און אזוי ווייטער.

די אלע אויבנדערמאנטע מופן נישט ווייל זיי 'ווילן' נאר ווייל זיי 'מוזן', און די מוז איז ווייל דאס יקרות אין שטאט איז גרויס, מען קען נישט צוקומען צו א דירה'לע נאר פאר גאר אסאך געלט מער ווי מען קען זיך ערלויבן, און ערגעץ אנדערש איז דאס לעבן ביליגער. דאס מיינט נישט אז פאר יעדן איז דאס די פאקט, און פארדעם מופט טאקע נישט יעדער. ס'דא וואס זענען מסודר מער ווייניגער מיט א דירה'לע, ס'איז טאקע ענג מיט אלע ישיבת כרכין קשין, אבער מ'גייט נישט פארדעם מקיים זיין דעם לך לך.

די גוטע נייעס איז אבער אז אנדערש ווי ביי אברהם אבינו איז ביים אנקומען אויף מצרים געווארן א הונגער יאר, טרעפן די פליטי וויליאמסבורג ב"ה נישט קיין הונגער, אדרבה ואדרבה מען טרעפט ב"ה כלים נאים ודירה נאה שמרחיבין דעתו של אדם. פונקט גערעדט מיט א איד וואס האט יארן זיך געהאלטן פעסט נישט אוועקצומופן, עס איז אבער געקומען צו א מצב וואס קיין גרויסע ברירות איז נישט געווען, נאך בלויז געציילטע מאנאטן וואוינען מחוץ לעיר זאגט ער מיר אז אויב דארף ער אמאל אריינפארן אויף א שמחה וכדו', פארט ער צוריק ביי די ערשטע געלגענהייט, ער פארנעמט פשוט מער נישט דאס שטאטישע טומל!

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » מיטוואך פאברואר 14, 2018 12:07 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:
יונה האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:פארוואס קען מען נישט אריינמופן אין די נייע דירות אין בלומינגבורג, קען איינער ענטפערן ?

עס איז א שטיקל אריכות האב איך געהאפט אז א צווייטער וועט עס שרייבן, אבער במקום שאין איש...

קודם אן הקדמה, די דיוועלאפמענט [ווי די שטייגער ביי אנדערע] פארמאגט אן "היימאייגנטומער אסאסיאציע" דאס איז א נאן-פאר-פראפיט ארגעניזאציע וואס טוט פארפיגן איבער אלע אנגעלגהייטן בנוגע דעם דיוועלאמפענט'ס אויפהאלטונג, דאס רעכנט אריין קויפן אינשורענס פאר די בנינים, אויפהאלטן/זויבערן די פרייוועט ראוד'ס אין די דיוועלעפמאנט, צאמנעמען די מיסט, באלייכטן די פרייוועט גאסן וכדו'.

די סארט אסאסיאציע'ס ווערן גאר שטרענג רעגולירט דורך דעם אטארני דזענערל'ס אפיס פון די סטעיט אוו ניו יארק [עריק שניידערמאן], איינס פון צווישן אסאך אנדערע רעגולאציע'ס איז אז מען מוז אריינגעבן יעדע יאר (אדער ווייניגער) אן אמענדמענט צו די עטארני דזענערעל'ס, ווי מען שרייבט אלע פרטים פון די דיוועלאפמענט למשל וויפיל הייזער זענען נאכנישט פארקויפט, וויפיל די יערליכע באדזעט איז, וויזוי מען פלאנט עס צו באצאלן, וויפיל יעדע אייגנטומער ווערט באלעסטיגט, ווער זענען די אחראים און נאך פארשידענע אינפארמאציע איבער די פאראיין. איינער פון די איינגעשטעלטע אינעם אטארני דזענעראל'ס אפיס קוקט איבער אלע פרטים און אויב אלעס קוקט אויס גוט, גיבט ער זיין סטעמפל אז מען קען עס פיילן. עד כאן די הקדמה.

יעצט צום פראבלעם וואס איז יעצט דא, דער אסאסיאציע האָט אריינגעגבן כמעט זיבן חדשים צוריק די אכטע אמענדמענט, און מען ווארט פשוט אז די אטארני דזשענעראל זאל געבן זייער גוטהייסונג דערויף. ביז ווילאנג זיי גיבן נישט דעם אקעי אז די דאקומענט איז 'רעדי פאר פיילונג', איז מען נישט ערלויבט צו מאכן קיין שום טויש אינעם דיוועלאפמענט וואס טוישט עפעס אינעם אסאסיאציע, היות ווען איינער סיינט קאנטראקט צו קויפן איינע פון די הייזער ווערט ער אטאמאטיש א מיטגליד אינעם אסאסיאציע (אזוי שטייט אינעם שטר מכירה), ולכן איז מען נישט בארעכטיגט צו סיינן קיין שום נייע קאנטראקטן, און נישט געבן קיין דעפאזיטס אדער קלאוזן.

געווענליך נעמט אזא עפפראוועל אין די געגענט פון 30 טעג (ביי די ערשטע 7 עמענדמענטס פון בלומינגבערג האט עס אויך געדוירט בערך אזויפיל) אבער עס קען זיך אמאל פארשלעפן לענגער אויך. די לענגסטע וואס איך האב געטראפן איז געווען צען מאנאטן, מען האפט יעדן טאג אז בלומינגבערג וועט באקומען דעם אישור, עס קען זיין אפי' מארגן אויך!

דאס איז די לינק צו די עטארני דזענעראל'ס וועבסייט ווי מען קען זעהן די אז די 8'טע אמענדמענט פון די בלומינגבערגע אסאסיאציע איז פענדיג עפפראוועל:
https://offeringplandatasearch.ag.ny.go ... d=H+110006

דאס איז א משל פון א אנדערע אסאיאציע וואס האט גענומען גאנצע 10 חדשים צו באקומען אן עפראוול אויף די עמענדמענט:
https://offeringplandatasearch.ag.ny.go ... d=H+110007



ישר כח יונה פאר די באריכט.
מיר קיקען ארויס צו הערן די גיטע נייעס, לאמיר האפן אז עס זאל נישט נעמען לאנג.

איך האב געדרוקט דיין לינק, און געזען accepted מיינט דאס עפעס? איז דאס די גוטע ערווארטעטע נייעס?

יונה
שר האלף
תגובות: 1818
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » מיטוואך פאברואר 14, 2018 12:13 pm

בענאק האט געשריבן:איך האב געדרוקט דיין לינק, און געזען accepted מיינט דאס עפעס? איז דאס די גוטע ערווארטעטע נייעס?

דערווייל נישט... אונטן ביי די אמענדמענט דארף שטיין 'עקסעפטעט'.

נישט געזארגט ווען די גוטע נייעס וועט קומען, וועט עס דא געמאלדן ווערן בעז"ה. עקסטער האביך צוגעגרייט א פלאש משקה צו מאכן א גרויסע לחיים בשמחה ובטוב לבב!
צוגעלייגטע
ag.JPG
ag.JPG (24.49 KiB) געזעהן 2277 מאל

שטארקע חסיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:54 am

תגובהדורך שטארקע חסיד » מיטוואך פאברואר 14, 2018 5:37 pm

דא טענה׳ט מען זיך יעדע פאר וואכן אויף די זעלבע נושא פון פריש יא טייער נישט טייער. לוינט זיך יא צו מופן לוינט זיך נישט.

איך טראכט נאר צי מיר ווי אזוי די שמועס דא וואלט אויסגעקוקט ווען א דירה וואלט געקאסט 150 טויזענט דולער און טעקס וואלט געווען 3 טויזענט א יאר. מסתמא וואלט עס געגאנגען אזוי

150 טויזענט א דירה ? ווי אזוי קען זיין אזוי ביליג ?? ס׳זיכער ביליג געבויט מיט גארבידזש ס׳גייט זיך נישט האלטן פאר לאנג

150 טויזענט א דירה ? אלע כולל אינגעלייט קויפן דארט א ארבייט אינגערמאן געפינט זיך נישט דארט די פלאץ. א חאניאקישע געגענט

3 טויזענט טעקס א יאר ? ס׳זיכער א ביליגע שמיציגע געגנט אז ס׳קאסט דארט אזוי ביליג טעקס

בערך אזוי וואלט עס געווען.
יעדע פאר טאג הייבט זיך אן די דיסקאשן פון פריש
פארוואס ווילן נישט מענטשן איינזעהן אז טאמער די ווילסט נישט אהינמופן אדער די ווילסט נישט מופן בכלל פארוואס דארף מען אראפרייסן ?
מ׳צווינגט קיינעם נישט צו מופן קיין בלומענבורג אבער ווען א מענטש דיסיידט אז ער וויל אהינמופן גלייב איך האט ער שוין געמאכט זיין ריסערטש און חשבונות צי עס לוינט זיך יא אדער נישט. סא פארוואס דארף ער אהערקומען דא צו ווערן דיסקארעדזשט ?
יעדע פאר טאג איז מען ביזי צי אינטערייסן מיט אנדערע נעמען און חשבונות

אנשטאט דעם גיטס חיזוק פאר די אידן וואס מופן נישט קיין חילוק ווי אבער אז א מענטש טוט אזא שווערע שריט קומט אים אסאך חיזוק

נ.ב. איך בין נישט קיין מוסר זאגער און איך האב גארנישט מיט ב״ב איינגעשטויסן אבער איך האלט מיך שוין איין צי לאנג פון ארויסגעבן מיין מיינונג איבער דעם

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2048
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מיטוואך פאברואר 14, 2018 5:44 pm

ווען א דירה וואלט געקאסט 150 טויזענט דולער און טעקס וואלט געווען 3 טויזענט א יאר וואלט די טאנעריי געווען צו מען האלט שוין יעצט ביי 800 משפחות אדער נאר ביי 798 .
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך פאברואר 14, 2018 5:45 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:ווען א דירה וואלט געקאסט 150 טויזענט דאלער און טעקס וואלט געווען 3 טויזענט א יאר וואלט די טענה'ריי געווען צו מען האלט שוין יעצט ביי 800 משפחות אדער נאר ביי 798 .

;l;p-
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » מיטוואך פאברואר 14, 2018 6:22 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:ווען א דירה וואלט געקאסט 150 טויזענט דולער און טעקס וואלט געווען 3 טויזענט א יאר וואלט די טאנעריי געווען צו מען האלט שוין יעצט ביי 800 משפחות אדער נאר ביי 798 .

אין צו מהאט שוין געפאנדרעיזט 50 צו 48 מילון צו בייצאלן פאר די לאמבער זיינע סחורה
..

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » מיטוואך פאברואר 14, 2018 6:29 pm

אין קרית יואל האט מען יארן צוריק געבויט דעוולאפמענטס פון אפערדאבעל הייזער פון די שטאט
אויף דא ווידער גאס אין עצי תמרים שטח די ערשטע הייזער אין ישראל זופניק גאס
פארוואס קען מען אזאנס נישט פארשאפען אין בלומינגבורג ???
וויפיל איך האב דעמאלט געהערט בשעתן בויען די קרית יואלע שטאטשע הייזער אז אויב מברענגט אזא שטח פאר די שטאט בחנם בייצאלן זיי די גאנצע בויען
סאטמאר האט גענוג עשירים וואס וועלן העלפן בייצאלן די שטחים אין בלומינגבורג אין מ׳וועט דאס רופן לשמו ולזכרו.
אויב אי
..

בעלבאטיש
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2016 8:39 pm

תגובהדורך בעלבאטיש » מיטוואך פאברואר 14, 2018 6:50 pm

די גוטע צייטן זענען גענדיגט , עס איז 2018 ,די שטאט טיילט נישט מער די פארציעס

און ביי די וועי יענס איז רענטאלס נאר פאר לאו אינקאם , און קרית יואל האט די וויליזש געהייסן אסאך מופן וועגן זיי האבן מורא , מען דארף מאכן זייער ווייניג און די שטאט קוקט היינט נאך מער ווי אמאל

אבער נייע הייזער צו בויען מיט אינפעסטרעקטשור פאר 150 טויזענט איז נישט מעגליך

קענסט אבער יא גיין ווי למשל אין באפעלא און קויפן אלטע הייזער פאר 50 טויזענט

פארשטופט אין ניומיארק סטעיט קענסטו אויך טרעפען געגענטער פאר 150 טויזענט אלטע הייזער

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1723
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » מיטוואך פאברואר 14, 2018 7:16 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:ווען א דירה וואלט געקאסט 150 טויזענט דאלער און טעקס וואלט געווען 3 טויזענט א יאר וואלט די טענה'ריי געווען צו מען האלט שוין יעצט ביי 800 משפחות אדער נאר ביי 798 .

;l;p-

יונה
שר האלף
תגובות: 1818
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » מיטוואך פאברואר 14, 2018 8:21 pm

אינעם בילד: ווערט געזען דער געטרייע בלומינגבערגע מעיאר ראסל וואהד יר"ה מקיים זיין דעם משנה אז אין חודש אדר פארעכט מען די גאסן וּמְתַקְּנִין אֶת הַדְּרָכִים וְאֶת הָרְחוֹבוֹת... פארנט פון די תלמוד תורה בנין. די ארבעט טוט ער מיט זיינע אייגענע כלים בלי שום תשלום גמול, די חזקה האלט ער שוין אן אסאך יארן, אסאך בעפאר ער איז ערוועלט געווארן אלץ מעיאר פאר צוויי יאר צוריק.

דער 50 יעריגע מעיאר איז א בלומינגבערגע געבוירענער, אלע יארן עוסק געווען אין עניני הכלל, ער האט געדינט אסאך יארן אלץ טשעירמאן פון די פלעניג בארד אינם ווילידש [היינט באזיצט ר' חיים לעבאוויטש דעם פאזיציע], ווי אויך האט ער געדינט אלץ קאנסילמאן אין די טאון אוו מאמיקעדינג און איז נאך יעצט א קאמישענער אין די בלומינגבערגע פייער דיפארטמענט.

דער מעיאר ווי א גרויסע טייל פון די עכטע בלומינגבערגע איז גאר צופרידן פון די היימישע דיוועלאפמענט וואס האט גאר אסאך ארויסגעהאלפן דעם ווילידש וואס האט שוין געהאלטן ביים שוועל פון באנקראט פשוטו כמשמעו. דער מעיאר איז געווען דער וואס האט געגעבן די ארגינעלע עפראוולס פאר די גרויסע דיוועלאפמענט ווען ער איז געזיצן אויפן פלעיניג בארד.

דער מעיאר בויט זיך יעצט א נייעם הויז אויף מעין סט. אין בעיק פונעם פיש סטאר, ר' זיידל ראזענבוים דער נאדווארנע רבי שליט"א פון בלומינגבערג איז אין קאנטראקט אפצוקויפן זיין אלטע הויז אויף די אלד-ראזע-געפ ווי די נאדווערנע קהלה וועט זיך קענען פארברייטערן בעז"ה.
צוגעלייגטע
wood1.jpg
wood1.jpg (523.57 KiB) געזעהן 1997 מאל

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2048
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 9:42 am

יונה האט געשריבן:דער מעיאר בויט זיך יעצט א נייעם הויז אויף מעין סט. אין בעיק פונעם פיש סטאר, ר' זיידל ראזענבוים דער נאדווארנע רבי שליט"א פון בלומינגבערג איז אין קאנטראקט אפצוקויפן זיין אלטע הויז אויף די אלד-ראזע-געפ ווי די נאדווערנע קהלה וועט זיך קענען פארברייטערן בעז"ה.


גייט דארט אויכט זיין די נייע נאדווארנע חדר פון ר' זיידל?
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

יונה
שר האלף
תגובות: 1818
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 10:18 am

אלט מאנרא האט געשריבן:גייט דארט אויכט זיין די נייע נאדווארנע חדר פון ר' זיידל?

כ'פרוביר צו שרייבן נאר זאכן וואס האבן שייכות מיטן עולם העשי', ענינים פון דמינות און חלומות לאז איך אנדערע רעדן.

למשל שרייבן אז נגידים וואלטן געקויפט באדן אנדערע זאלן קענען קויפן פאר ביליג איז קוים גוט פאר א חלום, וואס דארפט איר מער פון די פאקט אז די אינוועסטארס האבן שוין אריינגעלייגט צענדליגער מיליאנען דאלארן אין דעם פראיעקט, און אויך צוגעשטעלט א בנין פארן מוסד, די נגידים דארפן נישט מער ווי העלפן אוועקשטעלן א יסוד פאר די מוסדות אנצוגיין ווייטער, זיי העלפן טאקע אבער דאס קומט אן מיט א יגיעה רבה, קיינער טיילט זיך נישט מיט זיין געלט אזוי גרינג. דאָס רעדט מען דא פון איין מעלאנע, יעצט חלום'ס ווייטער פון 'נגידים' וואס טיילן קרקע אומזינסט..

די אנדערע תגובות וועגן 7-8 הונדערט איינוואוינער איז אויך נישט גוט פאר א דזאוק, אינעם גאנצן ווילידזש אוו בלומינגבערג איז נישט דא אזויפיל הייזער! און זיכער נישט אינעם נייעם דיוועלאפמענט, ווען אלע דירות וועלן זיין אויפגעבויט (נישט מעגליך בעפאר כאטש א יאר) וועט עס זיין ארום 350 דירות...

אין עולם העשי' גייט די בלומינגבערגע וואקוס דאָס שנעלסטע וואס נאר מעגליך. אפי' מען טיילט דירות אומזינסט וואלט נישט געווען קיין סאך מער משפּחות כעת. דאכט זיך כ'האב שוין געשריבן דא אז פאריגע וואך האָבן זיך אריינגעצויגן דריי משפחות אין בעיסמענטס! פשוט ווייל זיי האבן נישט געקענט טרעפן עפעס אנדערש.

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2048
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 1:41 pm

ווי האלט עס מיט די קאמפיין, וויפיל האט מען שוין געמאכט?
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2057
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 5:20 pm

Capture.PNG
Capture.PNG (127.08 KiB) געזעהן 1640 מאל
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

יונה
שר האלף
תגובות: 1818
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 5:23 pm

תושבי בלומינגבערג גרייטן זיך מיט שמחה בחודש שמרבין בשמחה אויף דעם שבת קודש הבעל"ט פרשת תרומה ווען עס גייט פארקומען בעז"ה די ערשטע באווארפן פון א חתן בן הרב יודא הערש מאנדל מלמד דרדקי רבות בשנים.

דער אויפרוף ווען פארקומען בעז"ה אין ביהמ"ד 'בית יהושע' אויף 3 טשערי קארט, אויך פאר די נשים וועט פארקומען א קידושא רבא אינעם עזרת נשים.

עס איז די ערשטע אבער נישט די אייניצגסטע ב"ה... כעת איז דא נאך א חתן און נאך א כלה צווישן די איינוואינער כ"י. עוד ישמע בערי יהודה, קול ששון וקול שמחה קול חתן וקול כלה!
צוגעלייגטע
invite.JPG
invite.JPG (24.94 KiB) געזעהן 1632 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25679
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 6:57 pm

יונה האט געשריבן:תושבי בלומינגבערג גרייטן זיך מיט שמחה בחודש שמרבין בשמחה אויף דעם שבת קודש הבעל"ט פרשת תרומה ווען עס גייט פארקומען בעז"ה די ערשטע באווארפן פון א חתן בן הרב יודא הערש מאנדל מלמד דרדקי רבות בשנים.

דער אויפרוף ווען פארקומען בעז"ה אין ביהמ"ד 'בית יהושע' אויף 3 טשערי קארט, אויך פאר די נשים וועט פארקומען א קידושא רבא אינעם עזרת נשים.

עס איז די ערשטע אבער נישט די אייניצגסטע ב"ה... כעת איז דא נאך א חתן און נאך א כלה צווישן די איינוואינער כ"י. עוד ישמע בערי יהודה, קול ששון וקול שמחה קול חתן וקול כלה!

וואו איז 'בלומענבערג'?

איש חמודות
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

תגובהדורך איש חמודות » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 7:52 pm

כוונה מיוחדת היה להרב מאנדל צו שרייבן בלומענבערג, ווייל בלומינגבורג האט אין זיך אותיות גו"י.
ומי יבא בסוד קדושים

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 8:00 pm

אה שטימט טאקע אויף רבי יודא הערש... ער איז א זאפטיגע חסידישע איד מיט אלע פיטשיווקעס
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 8:35 pm

איש חמודות האט געשריבן:כוונה מיוחדת היה להרב מאנדל צו שרייבן בלומענבערג, ווייל בלומינגבורג האט אין זיך אותיות גו"י.
ומי יבא בסוד קדושים

:lol: :lol:

איצטערט פארשטיי מיר שוין פארוואס ער האט אוועקגעמופט פון וויליאמסבורג...
נאר, לדעתי איז בלומענבערג פיל ערגער, זינט עס באזיצט דערין די אותיות עמון מואב (-מיטן כולל), משא"כ גוי וואס קען אויך מיינען אידן, גו"י אחד בארץ. וע"ז אמרת ומי יבוא וכו'...

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1996
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 9:41 pm

דער פורים רב האט זיך ערוועלט א גוטן חודש פאר די חתונה.

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9151
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 11:42 pm

רוב וויליאמסבורג מופט יא אוועק, נישט אויפאמאל נאר צוביסלעך, דהיינו יעדע יאר די לעצטע פאר יאר, מופן אוועק מער ווי האלב פון וויפיל עס האבן חתונה, דאס הייסט אז רוב פון די וואוקס מופט אוועק, און עס קוקט אויס אז אין 20 30 יאר גייען רוב מענטשן וואס וואוינען יעצט אין וויליאמסבורג נישט וואוינען דארט מער.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

שמערלער
שר חמש מאות
תגובות: 909
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » פרייטאג פאברואר 16, 2018 7:45 am

כהער אז דער נייער דיין הרה'ג רבי שמואל יעקב גייט שוין זיין דארט אויף פסח אדער אפילו אויף פורים שוין.
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » פרייטאג פאברואר 16, 2018 10:35 am

שמערלער האט געשריבן:כהער אז דער נייער דיין הרה'ג רבי שמואל יעקב גייט שוין זיין דארט אויף פסח אדער אפילו אויף פורים שוין.

מקור ?
..

קאווליר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:06 pm
לאקאציע: בין שבעים זאבים

תגובהדורך קאווליר » פרייטאג פאברואר 16, 2018 10:57 am

שמערלער האט געשריבן:כהער אז דער נייער דיין הרה'ג רבי שמואל יעקב גייט שוין זיין דארט אויף פסח אדער אפילו אויף פורים שוין.

איינער האט מיר געזאגט בשמו אז ס׳וועט נאך נעמען צייט
ארויס פין בבל


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט