קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אמסטערדאם
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 25, 2016 11:45 am

תגובהדורך אמסטערדאם » מאנטאג ינואר 08, 2018 2:12 pm

איז אמת דאס וואס איך הער אז מען האט שוין נישט באצאלט קיין כלי קודש פאר 12 וואכן און אינגעלייט אין כולל פאר 2 חדשים

איך פרעג נאר ווייל איך הער און נישט ווייל איך ווייס

יישר כח

ויש אומרים
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 3:30 pm

תגובהדורך ויש אומרים » מאנטאג ינואר 08, 2018 4:01 pm

אמסטערדאם האט געשריבן:איז אמת דאס וואס איך הער אז מען האט שוין נישט באצאלט קיין כלי קודש פאר 12 וואכן און אינגעלייט אין כולל פאר 2 חדשים

איך פרעג נאר ווייל איך הער און נישט ווייל איך ווייס

יישר כח

איך ווייס נישט וואס עס טוט זיך דארט פונקטליך, אבער אינטערסאנט איז אז לעצטנס באקום איך אן אימעל פון מוסדות ויואל משה שרייבן'דיג אז "אינעם לעצטן יאר" צאלן זיי יעדע 2 וואכן... כ'מיין אז זייער מוסדות שטייען שוין 12-13 יאר במילא פארשטיי אז זאכן נעמען צייט....
באט עגען כ'אב קיין אנונג נישט וואס ס'גייט פאר
צוגעלייגטע
123.PNG
123.PNG (159.65 KiB) געזעהן 3359 מאל
לעצט פאראכטן דורך ויש אומרים אום מאנטאג ינואר 08, 2018 8:59 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 838
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 5:01 pm

תגובהדורך ווייסע זאקן » דינסטאג ינואר 09, 2018 12:20 am

יאפ אונז דענק מיר ווען 82 וויליאמסבורג אין די נ' יארן איז מען עמטליך שילדיג געבליבן 3 אדער פיר חדשים

כל התחלות קשות

בה א גוטע סימן אז סאיז דא בכלל מוסדות און עס מוטשעט זיך

אוועטאר
Car Rental Expert
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 6:19 pm

תגובהדורך Car Rental Expert » דינסטאג ינואר 09, 2018 4:11 pm

איינער ווייסט מער דיטעלס איבער סעקשן 8 אין בלומינגבורג געהערט אז מ'קען יעצט אפלייען דארט

צדקה קאסע
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 4:46 pm

תגובהדורך צדקה קאסע » זונטאג ינואר 14, 2018 1:22 pm

אמסטערדאם האט געשריבן:איז אמת דאס וואס איך הער אז מען האט שוין נישט באצאלט קיין כלי קודש פאר 12 וואכן און אינגעלייט אין כולל פאר 2 חדשים

איך פרעג נאר ווייל איך הער און נישט ווייל איך ווייס

יישר כח

איך הער זאגן אז מ׳האט באצאלט 4 וואכן וועידשעס יעצט פאר שבת, איז עס אמת?

די_אמת
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 21, 2011 2:16 pm

רבי מרדכי'לע מנדבורנא צדקה קאסע

תגובהדורך די_אמת » זונטאג ינואר 14, 2018 4:43 pm

בס"ד
אזוי ווי באוואוסט האבן אין די לעצטערע יארן פילצאליגע אידן זיך ארויסגעצויגן אין די קעטסקיל בערג. פילע פון זיי האבן גענומען די שריט צוליב די גרויסע מאנגל אין דירות אין די עקזיסטירנדע אידישע שטעט, און האבן זיך דעריבער אריבערגעצויגן צו די נייע אידישע געגענטער ווי די רענט פרייזן איז גאר ביליג. די אידן האבן ברוך השם שטארק הנאה און א אידישע לעבן פאנגט זיך אן צו ווירבלען אין די גאנצע געגענט דורכאויס די יאר.
אבער אין די זעלבע צייט וואס די אידן זענען געהאלפן געווארן מיט גרויסע דירות און א געשמאקע לעבנסשטייגער, טוען זיי זיך אנשטויסן אין שוועריקייטן מיט פרנסה. די דזשאב מעגליכקייטן אין די געגענט איז היבש באגרעניצט און אזוי אויך איז נאך נישט פארהאן גענוג מענטשן צו קענען עפענען אייגענע געשעפטן און דערמיט פארדינען א צוגענגליכע געהאלט צו קענען שפייזן א קינדער געבענטשטע פאמיליע.
צוקוקנדיג צו די לאגע האט דער אלעמען באקאנטער עוסק בצרכי ציבור באמונה, הרב הצדיק רבי זיידל ראזענבוים שליט"א, אדמו"ר מנאדבורנא בלומינגבורג יצ"ו, באשלאסן צו גרינדען א צדקה פאנד לע"נ זקנו הרה"ק רבי מרדכי מנאדבורנא זצוק"ל, וואס וועט ארויסהעלפן די פאמיליעס וואס פלאגן זיך מיט פרנסה, מיט געלט פאר עסן און קליידונג, אז עס זאל נישט פעלן די וויכטיגע באדערפענישן אין אידישע שטובער.
הרה"צ רבי זיידל שליט"א, וואס רבים נהנים ממנו עצה ותושיה דורך די באקאנטע "מכון הגורלות", און פילצאליגע אידן פון לאקאל און איבעראל, טוען זיך מיט אים אדורכשמועסן זייערע פערזענליכע ענגשאפטן, האט באשלאסן צו גרינדען די "רבי מרדכי'לעס צדקה קאסע" לעילוי נשמת דער איש פלא ופועל ישועות בקרב הארץ, רבי מרדכי'לע מנאדבורנא זי"ע, וואס איז באקאנט געווען מיט זיין אויסטערלישע פזרנות פאר די באדערפענישן פון אידישע קינדער. די קאסע וועט פארטיילן ספעציעלע קארטלעך וועלכע וועלן קענען גענוצט ווערן ביי געשעפטן צו קענען איינקויפן עסן און קליידונג.
די געלט פון די קאמפיין גייט אויסשליסליך פאר די "ר' מרדכי'לעס צדקה קאסע", און נישט פאר די פילצאליגע אנדערע אקטיוויטעטן פון די "מוסדות נאדבורנא בלומינגבורג", ווי די בנין בית המדרש החדש והמפואר, מקוה טהרה און די מוסדות החינוך.
צו הערן מער דעטאלן און זיך צו פארבינדען פערזענליך מיט רבי זיידל שליט"א מנאדבורנא בלומינגבורג קענט איר רופן 347-675-6045

https://thechesedfund.com/cause/rabbi-m ... vorne-fund
תושב בלומינגבורג יצ"ו

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » זונטאג ינואר 14, 2018 6:07 pm

פארוואס נעמט מען מלמדים פון קרית יואל און נישט פוןלאקעל בלומינגבורג?

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » זונטאג ינואר 14, 2018 7:18 pm

אט אזוי האט געשריבן:פארוואס נעמט מען מלמדים פון קרית יואל און נישט פוןלאקעל בלומינגבורג?

מען נעמט די בעסטע מלמדים וואס איז שייך פאר די הצלחה פונעם מוסד

אז מען טרעפט גוטע מלמדים אין לאקאל, זענען זיי די ערשטע. אז נישט, מוז מען בלית ברירה נעמען פון קרית יואל.
גראדע איז דא איין מלמד וואס קומט יעדן טאג פון ק"י, און ער ציעט זיך שוין ארויס קיין בב"ג

גליקליכער
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 2:02 pm
לאקאציע: עיר התורה והחסידות בלומינגבורג

תגובהדורך גליקליכער » זונטאג ינואר 14, 2018 7:33 pm

בענאק האט געשריבן:
אט אזוי האט געשריבן:פארוואס נעמט מען מלמדים פון קרית יואל און נישט פוןלאקעל בלומינגבורג?

מען נעמט די בעסטע מלמדים וואס איז שייך פאר די הצלחה פונעם מוסד

אז מען טרעפט גוטע מלמדים אין לאקאל, זענען זיי די ערשטע. אז נישט, מוז מען בלית ברירה נעמען פון קרית יואל.
גראדע איז דא איין מלמד וואס קומט יעדן טאג פון ק"י, און ער ציעט זיך שוין ארויס קיין בב"ג


די מלמדים זענען יא פון בלומינגבורג און עס איז אויך דא וואס קומען צו פארן דעם קורצן נסיעה'לע פון קרית יואל, וכדברי בענאק, די אפיס ארבעטערס, אדמיניסטראטאר, מענעזשער, פאנד רעיזערס, אא"וו זענען אלע פון בלומינגבורג.
געמאכט די החלטה, און ענדליך "ארויס פון די באקס"!

קלוגער
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » מאנטאג ינואר 15, 2018 2:05 pm

כ'אב עפעס געהערט אז מ'גרייט זיך אן פאר א גרויסע דינער פאר די מוסדות אין בלומינגבערג, איינער מיט מער דיטעיל?

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » מאנטאג ינואר 15, 2018 2:19 pm

קלוגער האט געשריבן:כ'אב עפעס געהערט אז מ'גרייט זיך אן פאר א גרויסע דינער פאר די מוסדות אין בלומינגבערג, איינער מיט מער דיטעיל?

זונטאג ויקרא אין עטרת פעסיל לאה

קלוגער
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » מאנטאג ינואר 15, 2018 5:43 pm

ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:
קלוגער האט געשריבן:כ'אב עפעס געהערט אז מ'גרייט זיך אן פאר א גרויסע דינער פאר די מוסדות אין בלומינגבערג, איינער מיט מער דיטעיל?

זונטאג ויקרא אין עטרת פעסיל לאה


נישט אין שטאט? פארוואס?

בלומינגבורגער
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 3:08 pm

תגובהדורך בלומינגבורגער » דינסטאג ינואר 16, 2018 11:06 am

אט אזוי האט געשריבן:פארוואס נעמט מען מלמדים פון קרית יואל און נישט פוןלאקעל בלומינגבורג?

פארוואס נעמט סאטמאר-בארא פארק מלמדים פון וויליאמסבורג און נישט פון לאקעל בארא פארק?

אגב; 5 מלמדים זענען פון לאקעל בלומינגבורג
און בלויז 4 זענען פון קרית יואל
און בקרוב גייט זיין 6 פון לאקעל בלומינגבורג און בלויז 3 פון קרית יואל (איינער פון די מלמדים ציהט זיך קיין בלומינגבורג)

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » דינסטאג ינואר 16, 2018 11:32 am

בלומינגבורגער האט געשריבן:
אט אזוי האט געשריבן:פארוואס נעמט מען מלמדים פון קרית יואל און נישט פוןלאקעל בלומינגבורג?

פארוואס נעמט סאטמאר-בארא פארק מלמדים פון וויליאמסבורג און נישט פון לאקעל בארא פארק?

אגב; 5 מלמדים זענען פון לאקעל בלומינגבורג
און בלויז 4 זענען פון קרית יואל
און בקרוב גייט זיין 6 פון לאקעל בלומינגבורג און בלויז 3 פון קרית יואל (איינער פון די מלמדים ציהט זיך קיין בלומינגבורג)

ער טענהט סאיז נישטא קיין זשאבס

יונה
שר האלף
תגובות: 1368
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » מיטוואך ינואר 17, 2018 12:19 pm

בלומינגבערגע איינוואוינער האבן זיך אויפגעוועקט היינט צו א הערליך שניי ווייס באדעקטע שטעטל...

ב"ה די שארער טראקס האבן געמאכט גאר א פיינע ארבעט, כאטש וואס די שניי איז געפאלן כמעט אן אויפהער, זענען זיי דורכגעפארן נאכאמאל און נאכאמאל אוועקשארן די שניי און געשיט זאלץ עס זאל נישט זיין גליטשיג.

די חדר און סקול זענן ב"ה אפען מיט טראנספארטאציע (ס'איז געפארן עטוואס שפעטער ווי געווענליך) די גרעסערע מיידלך וואס פארן לערנן קיין ק"י איז יא געווארן געקענסלט צוליב וואס דארט איז געווארן אפגערופן די שולע.
צוגעלייגטע
talmid Torah.jpg
talmid Torah.jpg (201.6 KiB) געזעהן 1658 מאל
maple.jpg
maple.jpg (266.17 KiB) געזעהן 1658 מאל
nadverna.jpg
nadverna.jpg (201.85 KiB) געזעהן 1658 מאל

יונה
שר האלף
תגובות: 1368
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » מיטוואך ינואר 17, 2018 12:22 pm

נאך עטליכע בילדער.
צוגעלייגטע
chider.jpg
chider.jpg (254.29 KiB) געזעהן 1653 מאל
plow.jpg
plow.jpg (746.26 KiB) געזעהן 1653 מאל
bus.jpg
bus.jpg (176.06 KiB) געזעהן 1653 מאל

קלוגער
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » מיטוואך ינואר 17, 2018 1:21 pm

אהה, שיינע ווייסע טישטוכער אויסגעשפרייט, נו לייג שוין אראפ אפאר בילקעס, און שטעל משקה!

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1135
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

מיין חלק

תגובהדורך איש האשכולות » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 11:15 am

מוסדות סאטמאר בלומינגבערג האט געעפענט א קאמפיין אראפצושטעלן א יסוד פאר די ארטיגע מוסדות.
לעצט פאראכטן דורך איש האשכולות אום דאנארשטאג ינואר 18, 2018 6:11 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

יונה
שר האלף
תגובות: 1368
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 11:52 am

אויפ'ן היינטיגע איד דעקל..
צוגעלייגטע
Screenshot_20180118-115058.jpg
Screenshot_20180118-115058.jpg (106.07 KiB) געזעהן 1368 מאל

יונה
שר האלף
תגובות: 1368
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 3:19 pm

קאמפיין הייבט זיך אן...
צוגעלייגטע
Screenshot_20180118-151811.jpg
Screenshot_20180118-151811.jpg (665.87 KiB) געזעהן 1273 מאל

קלוגער
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » פרייטאג ינואר 19, 2018 1:08 pm

איז דעס אויכעט א מעטשיג פאנד קאמפעין? מיליאן דאללער איז אסאך געלט,

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1560
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » פרייטאג ינואר 19, 2018 1:23 pm

קוקט אויס א גוטע אנהויב.

דער עיקר איז, איינצושפאנען א באזע פון עסקנים וואס זאלן זיין זייער אקטיוו.

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1812
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » פרייטאג ינואר 19, 2018 1:33 pm

דעי dart media איז פיינע נייעס!
די קאמפיין איז לכאורה ליפטיגע שטיתים א מוסד פון קרוב צו ? הינדערט קינדער זאל אנציען אזוויפיל געלט אבער עס איז א גיטע איידיע אז מען זאל רעדן אביסל פון בלומינגבערג,
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

גליקליכער
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 2:02 pm
לאקאציע: עיר התורה והחסידות בלומינגבורג

תגובהדורך גליקליכער » זונטאג ינואר 21, 2018 3:30 pm

די איינוואוינער און אנגעשטעלטע אין די מוסדות הקדושים אין בלומינגבורג קוקן ארויס אויף א שטארקע הצלחה בע"ה מיט דעם מיליאן דאללאר קאמפיין, פארשטייט זיך אז די עסקנים ארבעטן אויך אויף נגידים און ווארעמע הערצער פאר גרעסערע סכומים, אבער דער עולם נעמט זייער ווארעם אויף די רעיון פון מיט בלויז $100 קען מען זייך א שותף אין אראפשטעלן א שטארקע יסוד פאר די הייליגע מוסדות וואס גייען דורך דעם כל התחלות קשות מיט קידוש לבנה אותיות, ווי פארשטענדליך, און מיט דעם האט מען א חלק אין אויפבויען דעם הערליכן און בליענדן ישוב וואס וועט בעז"ה זיין פון די שיינע שטעט ביים היימישן כלל ישראל.

די מוסדות וואס זענען געגרינדעט געווארן מיט בלויז איין יאר צוריק, און האלט שוין היינט ביי איבער 300 קינדער קע"ה, מ'דארף שוין אין די קלענערע קלאסן פאראלעל, און עס איז ערווארטעט צום קומענדיגן לערן יאר איבער 400 קינדער כ"י. די וואוקס איז נישט נאר פון משפחות וואס ציען זיך כסדר ארויס, נאר אויך פון די אינגע משפחות וואס וואקסן קע"ה און גיבן כסדר אריין נאך קינדער און גיט צו צו די שנעלע וואקס פון די מוסדות.

די מוסדות מוטשענען זיך מיט א גרויסן בודשעט, צו דעקן די גרויסע סטעף מיט אנגעשטעלטע, באסעס און אויפהאלטן דעם גרויסן בנין, און מיט די שכר לימוד און אינאיינעם בלייבט א ריזיגער לאך יעדן חודש, ואין הבור מתמלא מחולייתו, מ'דארף צוקומען צו אחינו בשרינו צו לייגן א קליין פלייצעלע, און דאס קען געבן א גוטן שטופ מיט השי"ת'ס הילף אז די מוסדות זאלן זיך קענען שטעלן אויף די פיס און קענען אנגיין.

עס איז וויכטיג צו באטאנען, אז די מוסדות זענען אויסערגעווענליך געלונגען ברוחניות ובגשמיות, די עלטערן זענען גאר שטארק צופרידן, און די קינדער זענען אויסעגעווענליך פרייליך און צופרידן, און מצד די שטאב און קוואליטעט האט זיך דער מוסד נישט וואס צו שעמען פאר אלטגעזעצענע און אויסגערופענע מוסדות, אבער אז ס'קומט סוף חודש און מ'קען נישט דעקן א פעיראלל, און ווען ס'קומט א געז און עלעקטריק ביל קען מען נישט באצאלן, מאכט עס די מנהלים און הנהלה זאלן אונטערברעכן, יעצט איז די צייט.
געמאכט די החלטה, און ענדליך "ארויס פון די באקס"!

קלוגער
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » זונטאג ינואר 21, 2018 7:15 pm

ס'אט זיך ארומגעדרייט א טעקסט אז ס'אט זיך געעפענט נאך א שוהל אין בלומינגבערג דעי שבת, איינער קען אריינקומען מיט מער פרטים?
וויפיל שוהלען איז שוין דא?
וויפיל זענעם סאטמארע שוהלען?
און פארוואס דארף מען אזוי פיל שוהלען ווען די גאנצע שטעטעל האט אינגאנצען 130 משפחות?


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט