פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 7:57 pm
איר קענט זיין די אייז-קרים לעקער.
קומט אריין פאר א גלעזעלע שנאפס און א גוט ווארט
http://www.ivelt.com/forum/
derech eretz האט געשריבן:ווער עס האט די זכיה צו רעדן צו זיי נעקסט, זאל איבערגעבן בשמי, אז א באנאנע גייט א מענטש אפשר איינצאלן פארן וויסן וואו עס איז, נישט קיין דירה!
מחותן האט געשריבן:נאר פ-ע-ר-צ-י-ג טויזענט דאלער א דירה...?? און 500 - צוויי טויזענט סקווער פיס - דירות שטייען ליידיג און ווארטען אויף א קונה..?
איך האב די ברוקלין ברידש צו פארקויפן... ווער וויל עס קויפן..?
פאטאקי08 האט געשריבן:אולי קען זיין מען רעדט פון הייזער וואס זענען געבויעט געווארן מיט איבער הונדערט יאר צוריק
תרגום יונתן האט געשריבן: א חבר מיינער האט נארוואס געקויפט א פינעף רומיגע דירה פון 1,600 סקווער פיס אין קרית יואל (מיט א פלעי-רום, וואס וואלט אין וויליאמסבורג געהייסן א זעקס רומיגע דירה) פאר $210,000 (עפארדעבל).
טהור-עיניים האט געשריבן:אבער פאר דעם דארפסטו גרייט זיין צו וואוינען אין אפריקע, ווייל דאס איז בערך וואס דעטרויט איז היינט, א הפקר'דיגע דריטע וועלט לאנד
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:איך וואלט נישט געגאנגען קיין מאנטריאל בעיקר צוליב די שטארקע אנטיסעמיטיזם וואס הערשט דארט.
פריילאך האט געשריבן:ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:איך וואלט נישט געגאנגען קיין מאנטריאל בעיקר צוליב די שטארקע אנטיסעמיטיזם וואס הערשט דארט.
הערשט ווי דארט? אויף קול מבשר מיינסטו..

פלוני האט געשריבן:"מיר וועלן נישט איבערלאזן די שטאט אנחנו וזרענו וצאצאינו וכו' וגו', ס'איז ווערט אלע געלטער, ס'האט אלע טעמים".
אקעי, שרייטס "ס'קען נישט זיין" וועסטו בלייבלן מיט א גוטע תירוץ, און באצאל טאקע דערפאר, און מיירע איין דיינע קינדער און איידעמער.
וואס ווילסטו יעצט?
(איינער האט פארשטאנען?)
טהור-עיניים האט געשריבן:
ווי ער האט דערמאנט דעטרויט, אין די סיטי אוו דיטרויט קענסטו היינט האבן הייזער פאר אונטער צען אלפים, כמעט רעדי אריינצומופן. אבער פאר דעם דארפסטו גרייט זיין צו וואוינען אין אפריקע, ווייל דאס איז בערך וואס דעטרויט איז היינט, א הפקר'דיגע דריטע וועלט לאנד. אבער אפילו אין די געגענטער ארום דיטרויט, ווי עס וואוינען פרומע אידן, קאסט א שיינעם נארמאלע 1 פאמיליע הויז צווישן הונדערט און הונדערט פופציג אלפים. אין די אידישע געגענט אין קליוולאנד איז עס נאך ביליגער.
יהיה כן האט געשריבן:נעוואדע, דארט קידנעפט מען דאך קינדער אויף צעהן יאר....., א וואונדער ס'יז ביליג דירות
טאגליכט האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, איז וואוין דא אין לאק שעלריק, שוין א גוטע יאר מיר פיר חדשים, איך בין מיך מחי'. רבותי סאיז נאך דא הייזער אוועיליבל פאר פרי, יא איר הערט גוט, איר קענט דא האבן א שיינע גרויסע זעקס רומיגע דירה פאר פרי, קיינער קאלעקט נישט דא קיין רענט. זילטש.
מיר דא האבן געאפערט פאר אסך אידן א דירה, פאר גענצליך אומזיסט, און דא רעדט מער א פלאץ ווי עס וואוינען שוין עטליכע אין צוואנציג משפחות מיט א חדר, מיט א סקול, מיט א ביהמ"ד מיט א מקוה, מיט גראסעריס אראונד, דעליוועריס פון גראסעריס פון קרית יואל, אלעס וואס עס פעלט אויס צו האבן אין א אידישע פלאץ, און קיינער, קיינער, איז נישט געקומען, זאל מיר איינער איינרעדן אז מגייט דא מצליח זיין ארויס צו שלעפן די אייננגעגעסענע פארביסענע שטאטישע פון זייערע צוויי רומיגע וואלק אין קלאזעטס.
sweet dreams
דער תהילים איד האט געשריבן:פון אפערן דירות פאר "געציילטע מענטשן" ווערט נאכנישט קיין שטעטל, ווייל די געציילטע ווילן אויך נישט גיין אליינס.
דא איז די קלער אז אויב "יעדער" וועט קענען האבן אזאנע מציאות, וועט מען זיך אפשר ארויפכאפון דערויף.
כשאני לעצמי, האב געהאלטן אז דאס איז א חלום וואס "קען נישט" צושטאנד קומען, למעשה איז אבער די רעאקציע פונעם עולם עפעס ניזט אזוי נעגאטיוו... נו, הלואי.
מייקראסאפט האט געשריבן:טאגליכט האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, איז וואוין דא אין לאק שעלריק, שוין א גוטע יאר מיר פיר חדשים, איך בין מיך מחי'. רבותי סאיז נאך דא הייזער אוועיליבל פאר פרי, יא איר הערט גוט, איר קענט דא האבן א שיינע גרויסע זעקס רומיגע דירה פאר פרי, קיינער קאלעקט נישט דא קיין רענט. זילטש.
מיר דא האבן געאפערט פאר אסך אידן א דירה, פאר גענצליך אומזיסט, און דא רעדט מער א פלאץ ווי עס וואוינען שוין עטליכע אין צוואנציג משפחות מיט א חדר, מיט א סקול, מיט א ביהמ"ד מיט א מקוה, מיט גראסעריס אראונד, דעליוועריס פון גראסעריס פון קרית יואל, אלעס וואס עס פעלט אויס צו האבן אין א אידישע פלאץ, און קיינער, קיינער, איז נישט געקומען, זאל מיר איינער איינרעדן אז מגייט דא מצליח זיין ארויס צו שלעפן די אייננגעגעסענע פארביסענע שטאטישע פון זייערע צוויי רומיגע וואלק אין קלאזעטס.
sweet dreams
וואס מיינסטי מיטן זאגן אז עס איז נאך אוועלעבעל פאר פרי?