בלאט 3 פון 22
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 4:23 pm
דורך פאטאקי08
שמעלקא טויב האט געשריבן:1) איך פארלאנג נישט גארנישט,
2) ס'דארף זיין כשר'ס צו עסן,
3) א מקוה כשרה למהדרין,
4) א ביהמ"ד פון חסידישע היימישע אידן,
5) א תלמוד תורה ווי מ'קען שיקן די קינדער,
6) מוז נישט זיין טויזענט פראצענט חסידות ווי אין מיין היימשטאט,
7) נישט זיין צו ווייט פון ניו יארק,
8) ובעיקר, לעבן רואיג אן א יאגעניש!
9) וואוינען מיט נאך מענטשן פון א אנדערע קרייז איז נאר א מעלה, אזוי מוז מען זיך האלטן צוזאם ווייל מ'איז א קליינער עולם
האסט דא אויסגערעכנט 9 זאכן וואס דו זיכסט
האסט נישט געשריבן אז דו זיכסט ביליג געז אדער וואס
מאנטריאל איז נומער 1 אויסוואל אויף די אלע 9 זאכן
נישט אז איך רוט דיר צי גיין דארטן, איך ענטפער דיר נאר אויף דיין ליסט...
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 4:30 pm
דורך פאטאקי08
שנאפס האט געשריבן:פארוואס איז עס ביליגער? געז איז ביליגער אין מאנטריאל?
סאיז נישט נאר די געז וואס מען דארף רעכענען ביי א רייזע
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 4:54 pm
דורך יואל שווארטץ
איך ווער משוגע פאר די אידן וואס זיצן אין מושב און זיי זוכן נאך תירוצים פארוואס נישט צו וועלן מופן!!!
איך מוף בל"נ נאר צו א שטאט וואס ס'וואוינט דארט פונקטליך 30,464 מענטשן, לא פחות ולא יותר ח"ו, וואס אלע פרויען גייען מיט שפיצלעך - ארויפגעבינדענע דווקא, וואס האלטן זיך צו די תקנות - אלע ווערסיעס אויפאמאל, וואס עסן שבת פיש נאר מיט די הענט, וואס אינדערוואכן גייט מען א 3 רייע עטרה און שבת א 7 רייעס (דארפסט שוין וויסן אז דווקא נאר מיט די סטייל וואס איך גיי), וואס נעמען זיך אונטער אז זייערע בחורים און יונגלעך העכער 11 וועלן נוצן נאר א שווארצן שירעם (אויב זיי גייען מיט "טאטע שיך" איז א באנוס), וואס זענען נישט צו יאנטשי - אבער אויך נישט צו "עההה", וואס האבן ליב סושי, וואס האבן נאך קיינמאל נישט זיך נאריש געמאכט אויף אייוועלט, וואס גייען אייביג מיט א צוגעמאכטע רעקל, וואס יעדער הערט נאר שלומי דאסקאל, רויטע קאר - נעווער עווער, וואס הייסן שווארטץ און זייער זיידע קומט פון מארמאראש און האט זיך געטראפן מיטן אבני נזר.
דער הויז מוז זיין צוגעשטעלט מיט גרעניט קאונטערס, א ספרים שטוב מיט ספרים - נאר היימישע!, די נייע האריזאנטל ווינדאו שעידס - אבער איך וויל אויך האבן א טשויס פון ווערטיקלס, זיבן ספאטלייטס אין דיינינג רום און 3 אין קאך, 3 פארטשעס - איינס פאר ווען אימער, איינס פאר דער סוכה (ביז זיי שטעלן מיר צו די צוגעזאגטע בילט-אין סוכה) און איינס ווייל ס'קומט זיך מיר נאך אזויפיל פארן ארויסמופן פון שטאט, די קלאזעט הענטלעך מוזן האבן גאלדענע טעססעלס, אן עקסטערע גרויסע פריזער, צוויי עקסטערע קאוטשעס, א סווינג-סעט אין די בעקיארד און א קליינע אין די פראנט יארד (יעצט ווייסטו שוין אז איך דארף 2 יארדס) און אן עקסטערע געהעריגע פארק פאר די קינדער צו שפילן, די טשיינע-קלאזעט זאל זיין אנגעשטאפט מיט זילבער, פיר סקאנסעס אין דיינינג רום אזויווי דבורי האט - אדער אפשר 5 ווי קריינדל? כ'וועל שוין זען.
די שטאט דארף האבן א פארק, א שאפינג מאל - אזויווי פאליסעידס, ס'זאל זיין גענוג אידישע סטארס פאר די היימישקייט, אן עקסטערע האטליין, אן אן-אףף סוויטש פאר די עירוב, נישט קיין סאך גוים - אבער אויב שוין יא זאל עס זיין נאר נארמאלע ווייסע גוים אזויווי אין וויליאמסבורג, כ'מוז האבן שבת גוים, 4 ביהמ"ד - וואכן, שבת, הקפות, און איינס פאר ווען איך האב א רוגזה מיט איינס פון די אנדערע 3 רבנים, אידישע טעקסיס - אבער זיי זאלן געבן סערוויס ווי די גוי'שע.
זאלסט נעמען די פערציג אלפים אין העד-טשעקס.
די חדר"ים" זאלן האבן געלע באסעס דווקא.
די מיידלעך זאלן האבן א קעמפ - ווייל איך גיי עס נישט אויסהאלטן.
די יאכנע גרופ מעג נאר האבן ווייסע פלעסטיק בענקלעך.
ס'דארף זיין א באס יעדע 15 מינוט [פונקטליך] צו אלע יעצטיגע אידישע ישובים.
ס'זאל נישט מעגן פארן אזויפיל באסעס - זיי גייען מיר אויף די נערוון! נאך אלעם אנטלויף איך פון זיי ווען איך מוף אהער.
ס'טאר נישט זיין דארט צו הייס אדער צו קאלט - דשאסט סאו.
כ'מיין אז איך האב עפעס פארגעסן זיך אויסצונעמען. איך וועל דיר שוין זאגן.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 4:56 pm
דורך שמעלקא טויב
פאטאקעי, וואס ווערסטו אזוי צולאזט, האסט מורא מ'מופט אוועק פון ניו יארק? ביזט שוין מילא נישט די זאך היינט דא...
באמת, געלט איז העכער אלעם, די ערשטע פארלאנגט זיך אז ס'זאל זיין ביליג, ווייל טייער קען איך בלייבן אינדערהיים, דא איז מיר גאנץ גוט, אפשר אפי' זייער גוט, אבער פאר די רייט פרייז גייט מען ערגעץ אנדערש מיט די תנאים.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 5:06 pm
דורך שמחת החיים
קוקט מיר גראדע אויס אלס ערגעץ ווי אין פענסילוועניע. עס דארף ע"פ חשבון זיין דארט געוויסע געגענטער מיט סיטי לייף און ביליגע ריעל עסטעיט. דזשאסט טינקינג לאוד..
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 5:10 pm
דורך הערליך
פאר 40.000 א נארמאלע דירה, מיין איך אז עס איז א גוטע פיטש צו עפענען דעם הארטנעקיגן קען, אבער, די חברה וואס שטייען אונטער דעם מוזן זיך איידענטיפייען, אפילו אזוי איז זייער שווער מיט טראסט, לע"ד איז טראסט די גרעסטע שטער, אין די סיבה פארוואס אלע שטעטלעך ביז אהער האבן זיך נישט אויסגעארבייט
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 5:11 pm
דורך לכאורה
שמעלקא טויב האט געשריבן:אני הקטן שמעלקא טויב וואלט געלאפן אויף אזא מקום!
פאר וועלכן אמט? דאכט זיך אז דער מעיאר אמט איז שוין פארנומען.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 5:14 pm
דורך ווינקל
פאטאקי08 האט געשריבן:שמעלקא טויב האט געשריבן:אני הקטן שמעלקא טויב וואלט געלאפן אויף אזא מקום!
אפשר איז מאנטריאל גוט פאר דיר?
איך ווייס נישט די דירות פרייזן דארט
אבער עס האט אלע אנדערע מעלות וואס דו האסט אויסגערעכנט
א רייזע פון מאנטריאל קיין נוי יארק וואלט איך געזאגט איז ביליגער ווי פון סיראקיוז ביז נוי יארק אפילו סאיז לענגער אין שטח
אין מאנטריאל לויפן די פרייזן פאר אן אנשטעדיגער דירה מיט 4 שלאף צימערן, לכאורה ביי אריבער א האלב מיליאן דאלער.
אפשר כ'בין שוין אוטדעיטעד... מאנטריאל חברה האב איך רעכט?
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 5:15 pm
דורך לכאורה
אממ, יואל שווארטץ, דו ביסט אייזן!
געב מיר א רעסעפי וויאזוי דיר ארויסצונעמען פון די דישעס, איך גלייך דיך אינדרויסן דערפון.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 5:16 pm
דורך הערליך
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 5:16 pm
דורך מאנ-יימער
ר' יואל שווארץ איימסארי איך האב נישט גענוג גרינע אין סטאק (מיט א פתח) פאר דיין תגובה.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 5:17 pm
דורך ווינקל
יואלי שווארץ!!!!!

האסט מיר אויפגעבאסט!
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 5:20 pm
דורך שנאפס
ווינקל האט געשריבן:יואלי שווארץ!!!!!

האסט מיר אויפגעבאסט!
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 5:27 pm
דורך פאטאקי08
שמעלקא טויב האט געשריבן:פאטאקעי, וואס ווערסטו אזוי צולאזט, האסט מורא מ'מופט אוועק פון ניו יארק?
מיר אויס קענסטו רואיג אוועק מופן פון נוי יארק אבער סזאל זיין וויט אין די סטעיטס... בעסטע וואלט געווען אין אהייא אדער אייאווע...

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 5:46 pm
דורך שמעלקא טויב
ר' יואל האט געמאכט א גוטע דזשאב, אונז זעמיר אלע געצערטעלטע ברויט'לך!
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 5:47 pm
דורך דער תהילים איד
עקבי הצאן האט געשריבן:ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:לויט די
בילדער און לויט די סימנים אז ס'איז 3 שעה פון ווילי, איז עס לכאורה נישט אין ניו יארק סטעיט...
וואספארא נפקא מינא אונטער וועלכן גאווערנער צו וואוינען
דער עיקר וויפיל טיילט מען אין יענע סטעיט/קאונטי, דעיט קאונטס
מ'ברויך מיר וויסן וועלכע סטעיט עס גייט ווערן רויט.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 6:12 pm
דורך פיצי קעפעלע
איצט גערופען דעם ציגעצייכענטער נומער.
זאגן זיי, אז דער ערשטער פאזע איז, צו באקומען ווי מער אפלעקאציעס. און דער ציל איז ארום פונעף הונדערט.
נ.ב. דער אויפן טעלעפאן מעג ווען זיין בעסער מיט אווער די פאון קאסטומער סערוויס.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 6:29 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
און איך האב איצט פרובירט עטליכע מאל צו רופן, א מאשין הייבט אויף: "מיר זענען יעצט נישט ביים טעלעפאן, לאזט איבער א מעסעדזש".
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 6:35 pm
דורך מחותן
יואל
פאר די פרייז {אפילו אביסל טייערער} בין איך גרייט צו גיין, און זיכער אזוי ווען איך וועל קענענן פארדינגען מיין יעצטיגע דירה און מאכען דערויף צום ווייניגסטענעס 1000 א חודש רווח נאכען מארגעטעדש, בעטען איינטריט געלט יעדע דריי יאר,
קען מיר איינער זאגען וואס מיר האבן דא איינגעשטעק מיט בלומבערג אז יעדער וויל דא בלייבען..?
קען זיך איינער פארשטעלן ווי אזוי יענע קאנטי סאשעל סערוויס אפיס גייט אויסזען ווען בערך 500 משפחות גייען אויף איינמאל בעטען הילף...?
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 6:37 pm
דורך פיצי קעפעלע
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:און איך האב איצט פרובירט עטליכע מאל צו רופן, א מאשין הייבט אויף: "מיר זענען יעצט נישט ביים טעלעפאן, לאזט איבער א מעסעדזש".
איך האב איבערגעלאזט א מעסעיזש און זיי האבן מיר צוריק גערופען.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 6:38 pm
דורך יואל שווארטץ
לכאורה האט געשריבן:אממ, יואל שווארטץ, דו ביסט אייזן!
געב מיר א רעסעפי וויאזוי דיר ארויסצונעמען פון די דישעס, איך גלייך דיך אינדרויסן דערפון.
שכח יעדער פארן מיך אויסלאכן...
דאס איז מיך אין די דישעס. דו ווילסט מיך נישט זען אינדרויסן, סאו גיב איך דיר נישט די רעסעפי...
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 6:41 pm
דורך דארפסמאן
פאר אזא ענטפער פון יואלי שווארטץ צאלן איך אפילו 50 אלפים פאר א דירה
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 7:29 pm
דורך מייקראסאפט
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:און איך האב איצט פרובירט עטליכע מאל צו רופן, א מאשין הייבט אויף: "מיר זענען יעצט נישט ביים טעלעפאן, לאזט איבער א מעסעדזש".
וואס איז זייער נאמבער?
ביי דעי וועי עס איז נארמאל אז זיי זאלן נישט אויפהייבן יעצט עס איז שוין נאך די נארמאלע ביזנעס שעה'ן מיין איך.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 7:34 pm
דורך יוסף שרייבער
ווינקל האט געשריבן:יואלי שווארץ!!!!!

האסט מיר אויפגעבאסט!
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 7:42 pm
דורך בחורהזעצער
איבערגעקוקט, נישט געטראפן מיין קאטאגאריע פון ארבעט, סאו עס איז געקענסלט פאר נאו (זשאסט קידדינג).