בלאט 18 פון 22

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 04, 2013 3:25 pm
דורך משה קארנפעלד
אלד דו ביסט פיינע נייעס....

באמת איז דאס א בילד פון די דירות פון ווי דער עולם גייט ארויס מאפן.

קוקט אביסל אראפציר אויפן גאס האט איינער שוין גרייט א מאווינג טראק.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 04, 2013 3:33 pm
דורך ווינקל
קאוד:
אנטשולדיגט פארן אומקלארקייט, דארט אויף די ערד האט מיין פילטער פורפל געמאכט אלע מענטשען

;l;p- :lol:

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 04, 2013 3:34 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
ווער זאגט אז יענער מופט ארויס? אפשר גאר מופט ער אריין?

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 04, 2013 5:18 pm
דורך אלד וויליאמסבורג
פאטאקי08 האט געשריבן:
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:אה, איך ווייס שוין ווי די נייע שטעטל איז

;l;p- ;l;p-
וויאזוי האסטו עס געטראפן???

די הויז איז מיר געווען קענטליך, איך האב מיך נישט געקענט דערמאנען ווי דאס איז, ביז איך האב מיך געכאפט איך בין געווען אויף שבת אין ב"פ פאריאר בין איך איינגעשטאנען אויף יענעם גאס.

פאטאקי08 האט געשריבן:דאס קוקט נישט אויס צו זיין דריי שעה פון ווילי

ס'ווענדט זיך וועלכע וועג מען פארט, אז מען נעמט די טורנפייק און די 17 קען עס נעמען דריי שעה...

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 04, 2013 7:32 pm
דורך פאטאקי08
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:ס'ווענדט זיך וועלכע וועג מען פארט, אז מען נעמט די טורנפייק און די 17 קען עס נעמען דריי שעה...

;l;p- ;l;p-

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 05, 2013 12:01 am
דורך סופר ומונה
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:אה, איך ווייס שוין ווי די נייע שטעטל איז

ס' איז טאקע דריי שעה פון וויליאמסבורג!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 05, 2013 8:21 am
דורך שאינו יודע
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:אה, איך ווייס שוין ווי די נייע שטעטל איז

;l;p- ;l;p-
וויאזוי האסטו עס געטראפן???

די הויז איז מיר געווען קענטליך, איך האב מיך נישט געקענט דערמאנען ווי דאס איז, ביז איך האב מיך געכאפט איך בין געווען אויף שבת אין ב"פ פאריאר בין איך איינגעשטאנען אויף יענעם גאס.

פאטאקי08 האט געשריבן:דאס קוקט נישט אויס צו זיין דריי שעה פון ווילי

ס'ווענדט זיך וועלכע וועג מען פארט, אז מען נעמט די טורנפייק און די 17 קען עס נעמען דריי שעה...




דערקענען א גאס א יאר שפעטער, שווארץ אויף ווייסע בילד, דארף מען זיין א פרא!!

סופער דזשאב!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 06, 2013 10:49 am
דורך בערקא
סופר ומונה האט געשריבן:
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:אה, איך ווייס שוין ווי די נייע שטעטל איז

ס' איז טאקע דריי שעה פון וויליאמסבורג!!!!!!!!!!!!!!!!!!!


גוט!!!!!!!!!!!!

אבער דוכט זיך עס שטייט 3HR 58 M

אפשר בבחינת $10.99 איז נאר צעהן דאלער..............

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 11, 2013 6:18 pm
דורך משה קארנפעלד
הער איך אז מען רייסט די טירן פון די עסקנים מיט אפליקאציעס און אנפראגעס, און מאנכע פרעגן הלמאי ווארטן ביז קומענדיגע יאר זומער און נישט שוין יעצט.

לאמיר האפן אז פון די אלע רייסערייען וועט עפעס ווערן, און דערוילעם וועט פארגעסן פון די גוטע תירוצים וואס קומען געווענטליך אויף בלויז ווען מען האלט שוין ביים סיינען קאנטראקט.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 12, 2013 12:40 am
דורך טהור-עיניים
איינער זאגט מיר די וואך אז ער האט געהערט אז מען רעדט פון ערגעץ אין באלטימאר, נישט אין די אידישע געגענט פון באלטימאר נאר אביסל אוועק פון דארט.

עניוועי, עני נייעס?

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 12, 2013 10:27 am
דורך משה קארנפעלד
טהור-עיניים האט געשריבן:איינער זאגט מיר די וואך אז ער האט געהערט אז מען רעדט פון ערגעץ אין באלטימאר, נישט אין די אידישע געגענט פון באלטימאר נאר אביסל אוועק פון דארט.

עניוועי, עני נייעס?


אן אנדערע 'איינער' זאגט מיר אז ס'איז נישט באלטימאר, איך וואלט צוזאמגעברענגט די צוויי 'איינערס' זיך ארום צו קריגן.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 12, 2013 10:30 am
דורך מאנ-יימער
איינער זאגט מיר אז איינער איז נישט פון די עסקנים און ער ווייסט נישט קיין שום אינפארמאציע.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 12, 2013 10:32 am
דורך משה קארנפעלד
דאס איז שוין זייער אן אינטערעסאנט אנטוויקלונג, ווער איז דיין 'איינער'?

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 12, 2013 10:37 am
דורך היפאקריט
משה קארנפעלד האט געשריבן:
טהור-עיניים האט געשריבן:איינער זאגט מיר די וואך אז ער האט געהערט אז מען רעדט פון ערגעץ אין באלטימאר, נישט אין די אידישע געגענט פון באלטימאר נאר אביסל אוועק פון דארט.

עניוועי, עני נייעס?


אן אנדערע 'איינער' זאגט מיר אז ס'איז נישט באלטימאר, איך וואלט צוזאמגעברענגט די צוויי 'איינערס' זיך ארום צו קריגן.

מאנ-יימער האט געשריבן:איינער זאגט מיר אז איינער איז נישט פון די עסקנים און ער ווייסט נישט קיין שום אינפארמאציע.

משה קארנפעלד האט געשריבן:דאס איז שוין זייער אן אינטערעסאנט אנטוויקלונג, ווער איז דיין 'איינער'?

אמר רבי יוחנן, טוב המלבין שיניים לחברו יותר ממשקהו חלב!
איינער דא קוקט און ווייס נישט וואס לאכט ער דא אזוי...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 13, 2013 3:38 pm
דורך ראשית
טהור-עיניים האט געשריבן:איינער זאגט מיר די וואך אז ער האט געהערט אז מען רעדט פון ערגעץ אין באלטימאר, נישט אין די אידישע געגענט פון באלטימאר נאר אביסל אוועק פון דארט.

עניוועי, עני נייעס?


סשטימט מיט די פרייזן דארט אין אויך איז עס בערך 3 שעה פון ניו יארק

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 13, 2013 5:54 pm
דורך משה קארנפעלד
לויט ווי איך הער היבש קראנטלעך איז עס נישט דארט.

יואלי בעל פותח האשכול, קענסט אונז ארויס העלפן? איז עס וואָר אדער נישט?

האסט אריין געדאָמפּט א בראשור און אנטלאפן, הלמאי? ברענג אונז אביסל אינפא.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 13, 2013 6:30 pm
דורך פאר דוקא
איך האב גרויס הנאה צי זעהן ווי דער עולם האט עקסעפטעד אז עס איז קראנט און די שאלה איז נאר ווי.............

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 13, 2013 7:05 pm
דורך דער תהילים איד
הא?

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 14, 2013 9:11 am
דורך Yoely
משה קארנפעלד האט געשריבן:לויט ווי איך הער היבש קראנטלעך איז עס נישט דארט.

יואלי בעל פותח האשכול, קענסט אונז ארויס העלפן? איז עס וואָר אדער נישט?

האסט אריין געדאָמפּט א בראשור און אנטלאפן, הלמאי? ברענג אונז אביסל אינפא.





איך האב שוין געשריבן אנפאנג אז איך בין נישט פון די עסקנים.

איך האב נאר גערעדט צי איינע פון די הויפט עסקנים און ער האט מיר עס געאימעילט.

איך ווייס אויך נישט ווי די פלאץ איז. די עסקן וויל מיר נישט זאגן.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 25, 2013 12:20 pm
דורך גיטעהארץ
כבוד חשובע ניק'ס איינער בעסער פין די צווייטע.
לאמיר טרייען צי מאכען א שטיקעל סך הכל
דעס איז קלאר אז מ'דארף עמערדזענדסי עפעס מסדר זיין אז מ'זאל קענען אפ יאגען פין ניו יארק סיטי צי איז עס ווילי צי בארע פארק אין אפילו מאנסי
דעס איז אויך זיכער אז קיינער זיכט נישט צי טאנצען

סא די קינץ איז עפעס אויס צי ארבעטען אז די עולם זאל זיך ציזאמען אהין גליטשען אין אלעס דארף זיין דעליווערט אויף א גאלדענע טאץ

גראדע האלט איך אז די געדאנק פין די קרית הרחבת הדעת איז נישט שלעכט אין ס'איז דא שאנסען אז ס'זאל זיך אויס ארבעטען אין ס'איז זייער פארשטענדליך פארוואס זיי ווילען נישט זאגען ווי ס'איז ווייל ס'איז דא אזא טבע ווי תאוות ממון וואס ברענג אלץ צי אז מענטשען זאלען זיך אריין שטיפען אין עס לייגען אין די ערד

ס'דארף אסאך מחשבה ווי אזוי אויס צי ארבעטען די פרטים אז די עולם זאל זיך ווילען אריין גליטשען אין דעם
אין מיין ארעמע דעת זאגט אז די ערשטע זאך וואלט געדארפט זיין אז מ'זאל זיך קענען איין שרייבען אן קיין אפלעקעשען פלען אריין געבען א נאמען מיט א טעלעפאן נאמבער אין אפשר א אימעל אדרעס אין ס'זאל זיין דריי קאטעגאריעס איינס וואס זענען אינטרעסירט צי מאפען אין ווילען מיט האלטען וואס ס'טוט זיך צוויי וואס זענען ערענסט אינטרעסירט זיי זענען גרייט אריין צי טאנצען זיי האבען זיך שוין אביסעל איבער געקלערט אין שוין איבער געשמיעסט מיט די ווייב אין זיי האבען א פלאן ווי אזוי עס צי אויס ארבעטען דריי מענטשען וואס ווילען גיין אין זענען גרייט ארויס צי העלפען סיי מיט עסקנות אין סיי מיט שלעפען אנדערע מענטשען
אין נאך דעם וואס זיי האבען שוין א גרויס דעטעבעס פין מענטשען קענען זיי מאכען די ציזאם קום אין דארט זאל מען אויס פילען די אפלעקעשענס
די געדאנק דערפין איז אז ס'פארלאנגט זיך גארנישט פין דיך יעצט פלען געב אריין דיין פאן נאמבער
ווייל גיין אויס פילען אפלעקעשען איז שוין א סטעפ והא ראיה אז ווען די רעדטסט מיט מענטשען איז דא זייער אסאך וואס ווילען ארויס מאפען אבער איך גלייב נישט אז מער ווי צוויי הינדרעט האבען אריין געשיקט אפלעקעשענס
דאס איז די טבע פין מענטשען מ'שטיפט אפ
אויך דארף מען זען אז סזאל זיין גרינג אריין צי געבען א נאמען מיט א פאן נאמבער אין מ'דארף זייער וויכטיג זען צי קיפען די עולם אפדעיטיט

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 25, 2013 1:19 pm
דורך לוי יצחק
זאגסט א שטארקע געדאנק.
קודם אפדעיטן דעם עולם, דאס הייסט אינוואלוון, אזוי וועט זיך די אינטרעסע מער הייבן.
איך בין מיט דיר. (אבער כ'בין נישט פון די עסקנים, סאו...).

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 25, 2013 1:46 pm
דורך שאינו יודע
אויף קול מבשר פורים אפטיילונג אפפפפס, אידישע ווינקל, איז געוען א אינטערוויו מיט ניקלשבורגער רבי, און ער האט געזאגט אז ער פלאנט צו מאכן א שטעטל.

יעלזו חסידים בכבוד

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 25, 2013 1:58 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
נע, ער רעד פון אפאר הייזקעלעך ארום די וואודבערן שול.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 25, 2013 6:47 pm
דורך לוי יצחק
@שאינו יודע נעם דיר אפאר אזוינע ;l;p- ;l;p- פאר דעם "טעות"...

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 30, 2013 5:10 pm
דורך מייקראסאפט
עפעס אפדעיטס? זאל איך נאך אריינשיקען מיין אפליקאציע?