בלאט 14 פון 22

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 24, 2013 1:36 pm
דורך דער תהילים איד
וואס זאגן די הרחבת הדעת עסקנים? רוקט מען זיך פאראויס? טראכט מען שוין פון א מיטינג מיטן עולם?

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 24, 2013 5:34 pm
דורך פלאטשיגער
לוי יצחק האט געשריבן:איך פארשטיי דיר אינגאנצן נישט, אוודאי גייט זיך קיינער נישט קאמיטן צו בלייבן דארט איינער אליין, יעדער וויל א געגענט, נאר ס'איז דא דארט (ווי ס'זעט אויס) היפש קאמיטמענטס אז אויב ס'ארבעט זיך אויס און ס'גייט זיך אביסל צעוואקסן בלייבן זיי דארט, וואס איז שווער צו פארשטיין?

און דאס מאכט קלאר טאגליכט'ס כעס, ער וויל בלייבן אבער ס'איז אים שווער צו זיין איזאלירט, ער ווארט שוין א שטיק צייט אז מ'זאל אין נאכקומען ואיגגו. אוודאי ווערט ער גערעגט.


רעב לוי יצחק איך מוז שרייען יתגדל ויתקדש שמיה רבא מיט אלע כוחות! אזוי גוט ארויסצוהאבן דעם בילד!
ניין! עס איז נישטא קיין שום קאמיטמענט אויף קיין שטר קיינער מיט קיינעם, יעדער האט אלע רעכטן צו טוהן וויאזוי ער וויל, (הגם ס'דא א שלחן ערוך וואס שרייבט אז אויב א מענטש וואוינט אויף א פלאץ מער פון דרייסיג טאג ווערט ער פאררעכנט ווי אן איינוואוינער פונעם ישוב, און אויב מיט זיין אוועקמופן טוט ער שאדן מאכן פארן ישוב, קענען אים די בני הישוב רופן צו דין תורה ער זאל מוזן פארבלייבן. נאר ווי איר פארשטייט וועט קיינער קיינעם נישט רופן דא צו דין תורה.)
נאר עס איז דא איבער א מנין אידן וואס "ווילן" און זענען גרייט צו בלייבן אפילו אויב עס פארגרעסערט זיך גארנישט און אפילו אויב ס'וועט בלייבן נאר א מנין פון פונקטליך צעהן, און ווי אויך זענען דא צענדליגע אידן וואס "ווילן" און זענען "גרייט" ארויסצוקומען דא אהער מארגן, די איינציגע סיבה פארוואס לאק שעלדרעיק האט זיך נישט פאראויסגערוקט איז צוליב דעם וואס די פאר אכטער חברה וואס מופן צוריק פארשמיצן דעם נאמען אביסל און ווי אויך די אלע וואס זיצן און וויליאמסבורג מיט פארלייגטע הענט און מאכן זיך צו די אויגן ווי דעם בת היענה זייער שטארק כדי זיך נישט צו פיהלן שלעכט פארן שלאפן, זיי טוען אויך זייער אסאך קאליע מאכן מיטן אוועקמאכן און אפפרעגן, אזוי ווי א טייל טאקע דא אינעם אשכול, אבער דער עיקר פראבלעם דאהי איז אז דאס פלאץ איז נישט סטעיבל די טעכנישע חלקים פונעם פלאץ, די באנק, די בעלי בתים, זענען אינגאנצן נישט מסודר, און דורך דעם איז די מעינטענענס אויך א היבש ביסל נאכגעלאזט, די גראונדס ווערן צוביסלעך פארזשאווערט, און אפגערעדט פון דעם וואס די זומער חברה פונעם פלאץ די דיפאזיטערס טרייען צו צושטערן אז מען זאל זיך נישט געהעריג באזעצן דא, במילא איז אלעס אויף א שטיקל האלד מ'ווארט דא צו זעהן וואס וועט געשעהן און די קומענדיגע פאר וואכן, וועט די באנק זיך נעמען און די הענט אריין קלאוזען דיעלס מיט סיי וועם וועל איך אי"ה מיט נאך א מנין אידן אפקויפן דא זייערע דירות און עס וועט זיך מערן און פריידן, וועט מען זעהן אז די חברה שלאפן און טוען גארנישט צאלט מען דאך דערווייל נישט קיין רענט, און עס וועלן זיך אריינרוקן נאך מענטשן אויף דעם אופן, און ווען עס וועלן זיין גענוג מענטשן צו מאכן א קאמיטמענט וועלן מיר זיך אלע א הייב טאן צום באשערטן באשטומטן פלאץ.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 24, 2013 6:08 pm
דורך הערליך
פאר סאם קרעיזי ריזן האלט איך אז די נייע איידיע האט בעסערע טשאנסן ווי ענקער פלאץ, נאו אפענס טו יו. אגב פארוואס מאכסטו נישט אויף א אשכול וועגן לאק שעלדריק, פארוואס מוז עס זיין דא?

פארעפענטליכט: שבת מאי 25, 2013 11:55 pm
דורך מאנ-יימער
הערליך האט געשריבן:פאר סאם קרעיזי ריזן האלט איך אז די נייע איידיע האט בעסערע טשאנסן ווי ענקער פלאץ, נאו אפענס טו יו. אגב פארוואס מאכסטו נישט אויף א אשכול וועגן לאק שעלדריק, פארוואס מוז עס זיין דא?

ס'איז דא אן אשכול וועגן לאק שעלדריק נאר אייהער האט דא אריינגעדרייט די שמועס פון הרחבת הדעת צו לאק שעלדריק,

נאו אפענס טו יו, אבער אהערצושטעלן א אינפראסטרוקטשאר פאר 500 מענטשן אויפאיינמאל איז זייער שווער און א כמעט אומעגליכע זאך, סאך בעסערע שאנסן האט א שטעטל וואס בויעט זיך צוביסליך.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 26, 2013 12:57 am
דורך מי חכם
הונדערט פראצענט, מאן יימר. איך פארשטיי בכלל נישט דעם חלום אז פינעף הונדערט בעלי פרנסה זאלן אויפגעבן זייערע זשאבס, (חוץ איינער וואס ארבעט פונדערהיים אנליין), און מופן צו א ארץ לא זרועה וואס בעפארן אהין מופן איז בכלל נישט שייך צו איינארדענען א פרנסה, ווייל כאמור איז דער פינאנציעלער מצב אין די געגנט גראונד זיראו און די איינציגסטע אויסוועג איז לכו והתפרנסו זה מזה. מופן א געגנט איז גענוג שווער, טוישן זשאב איז שווער פאר זיך, אבער מופן צו א נייע געגנט מיט א חלום פון א פרנסה וואס קען זיך אפשר אויסארבעטן, איז טאקע נאר דאס: א חלום.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 26, 2013 1:10 am
דורך דער תהילים איד
אפשר איז דא 500 מענטשן וואס האבן נישט קיין שום מסודר'דיגע פרנסה אויפן מינוט?

אנגעהויבן ביי כולל אינגעלייט און (להבדיל) מקוה זיצערס און זיינס גלייכן, און געענדיגט ביי אידן וואס סטראגלען מילא אן קיינע פרנסות (און צו דעם קומט נאך צו פילע אידן מיט אנליין דשאבס אדער אנדערע אפיס ארבעט וואס מען קען טוהן פון סיי וואו).

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 26, 2013 2:56 am
דורך הערליך
ווילאנג מען שטעלט נישט צוזאם א גרופע וואס איז גרייט זיך צו קאמיטן צו א געוויסער צייט אפשניט צו פארבלייבן אין עני קעיס, איז א שאד די צייט און מיה, רוב עולם האלט ממילא נישט ביים מופן, אבער די וואס קלערן יא פון אזא אפציע וועלן קיינמאל נישט מופן אן א שטיקל באגריף אז מען גייט זיי נישט לאזן אויפן וואסער, נאך א פאונט וואס איך האב שוין אויבן ערווענט, די חברה פון די קרית הרחבת הדעת מוזן זיך אידענטיפיצירן בעוד מועד, טראסט איז דער הויפט שליסל דא

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 26, 2013 3:25 am
דורך למעלה משבעים
אהא, הייסט הערליך האט מחליט געווען אז מען דארף זאגן קבלו את דעתי, אז עס מוז זיין מיט א קאמיטמענט, אן דעם גייט עס נישט, עעםם, אויב ווייס איך גוט, האט זיך קיין איין אידישע יושב נישט געבויעט מיט קאמיטמענט'ס, אלעס האט זיך געבויעט דורך אומזוכערע איינוואוינער וואס זענען למעשה יא געבליבן, און טייל זענען טאקע נישט געבליבן אבער אנדערע זענען געקומען במקומם. האב איך א טעות אין מיין אינפארמאציע?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 26, 2013 9:34 am
דורך הערליך
אלע געוועזענע ישובים וואס זענען געבויעט געווארן דאהי אין אמעריקע זענען געווארן דורך אדמורים וואס זייערע נאכפאלגער האבן מקיים געוועהן דעם לכתך אחריך במדבר בארץ לא זרי׳ היינט האבן מיר נישט דאס, עכ״פ דערווייל, עס איז ״אסאך״ מענטשן אינקלודעט אני הקטן וואס זענען גרייט צו גיין אין א נייע שטעטל אויב איז דא א שטיקעלע סטראקטשער, אביסעלע טראסט, מיר האבן זיך שוין אפגעבריט אינעם עבר, און מיר ווילן גיין צו האבן מנוחה, נישט צו זיין נא ונד, איך זאג דיר די מציאות הדברים, יא, אויסדריקלעך עס איז מעגליך צו האבן אפאר מנינים קאמיטמענטס, די נומער 500 זאג איך נישט, דאס איז רימענס טו בי סין, אבער עטליכע מנינים אבסאלוטלי יא, איך קען פילע פון זיי

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 26, 2013 10:18 am
דורך מאנ-יימער
נישטא קיין גרעסערע קאמיטמענט ווי דאס אז איבער א מנין אינגעלייט וואוינען אין לאק שעלדריק אן קיין סעקשאן אכט, דאס הייסט אז ס'איז נישטא קיין סיבה וואס האט זיי געצווינגען אהינצומופן נאר דאס אז זיי ווילן דארטן וואוינען און זיי וואוינען שוין דארט איבער א יאר, וואס נאך פארלאנגסטו אלס א קאמיטמענט?

צווייטנס, דו גרויסע צולייגער האלט נישט ביים זיך קאמיטן צו וואוינען דארט נאר קודם זאל זיך יענער זאל קאמיטן כדי דו זאלסט זיין באקוועם ארויסצוקומען (אויב דו האלסט בכלל דערביי) און ביזדערווייל ביזטו נאר פארנומען ארינטערצוהאקן יענעם וואס האט יא געטוהן די געוואגטע שריט און ארויסגעמופט.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 26, 2013 10:26 am
דורך pianist
מי חכם האט געשריבן:הונדערט פראצענט, מאן יימר. איך פארשטיי בכלל נישט דעם חלום אז פינעף הונדערט בעלי פרנסה זאלן אויפגעבן זייערע זשאבס, (חוץ איינער וואס ארבעט פונדערהיים אנליין), און מופן צו א ארץ לא זרועה וואס בעפארן אהין מופן איז בכלל נישט שייך צו איינארדענען א פרנסה, ווייל כאמור איז דער פינאנציעלער מצב אין די געגנט גראונד זיראו און די איינציגסטע אויסוועג איז לכו והתפרנסו זה מזה. מופן א געגנט איז גענוג שווער, טוישן זשאב איז שווער פאר זיך, אבער מופן צו א נייע געגנט מיט א חלום פון א פרנסה וואס קען זיך אפשר אויסארבעטן, איז טאקע נאר דאס: א חלום.



איך קען אסאך יונגעלייט וגם אני בתוכם וואס האבן נארמאלע סטעבעל דזאבס מיט גאנץ שיין באצאלט לויט די היינטיגע וועדזשעס, אבער זענען מיט דעם אונאיינעם גרייט אוועק צי מופן און אויפגעבן די פרנסות, און גיין צי א פלאץ וואס מ׳קען קויפן א הויז פאר די זעלבע געלט וואס מ׳צאלט דא אין וויליאמסבורג צוויי יאהר רענט.., דאס אליינס איז א שטיק פרנסה.
די שטיקל צייט וואס מ׳וועט זיין אן א פרנסה וועט זיך למעשה אויסצאלן פי כמה

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 26, 2013 10:40 am
דורך פלאטשיגער
געווען דא איינער, גענומען די מיה, געעפנט אן אשכול, "קרית הרחבת הדעת" געקומען א צווייטער, פארקירוועט דעם אשכול קיין לאק שעלדרעיק...
איך בעט אים איבער, איך וויל מער נישט רעדן דא וועגן לאק שעלדרעיק, אפשר קען מיר איינער צוצייגן וויאזוי מען עפענט אן אשכול... וועל איך קענען פארזעצן מיט א גרינגער געמוהט...

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 26, 2013 10:45 am
דורך הערליך
מאנ-יימער האט געשריבן:נישטא קיין גרעסערע קאמיטמענט ווי דאס אז איבער א מנין אינגעלייט וואוינען אין לאק שעלדריק אן קיין סעקשאן אכט, דאס הייסט אז ס'איז נישטא קיין סיבה וואס האט זיי געצווינגען אהינצומופן נאר דאס אז זיי ווילן דארטן וואוינען און זיי וואוינען שוין דארט איבער א יאר, וואס נאך פארלאנגסטו אלס א קאמיטמענט?

צווייטנס, דו גרויסע צולייגער האלט נישט ביים זיך קאמיטן צו וואוינען דארט נאר קודם זאל זיך יענער זאל קאמיטן כדי דו זאלסט זיין באקוועם ארויסצוקומען (אויב דו האלסט בכלל דערביי) און ביזדערווייל ביזטו נאר פארנומען ארינטערצוהאקן יענעם וואס האט יא געטוהן די געוואגטע שריט און ארויסגעמופט.


עס איז נישטא קיין מנין יונגעלייט אן דעם 8טער, פיריעד.

איך בין זיך גרייט צו קאמיטן אינאיינעם מיט נאך יודן צוזאמען, פארשטאנען?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 26, 2013 10:49 am
דורך פלאטשיגער
ביטע אויפהערן אראפצורייסן רב הערליך שליט"א ער איז א אונזעריגע! ער האט שטארקע רצוניות מיט געוואלדיגע פעהיגקייטן! לויט זיינע ווערטער וועט ער און נישט לאנג ארום וואוינען דא אויף די בערג...!

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 26, 2013 11:18 am
דורך derech eretz
פלאטשיגער האט געשריבן:געווען דא איינער, גענומען די מיה, געעפנט אן אשכול, "קרית הרחבת הדעת" געקומען א צווייטער, פארקירוועט דעם אשכול קיין לאק שעלדרעיק...
איך בעט אים איבער, איך וויל מער נישט רעדן דא וועגן לאק שעלדרעיק, אפשר קען מיר איינער צוצייגן וויאזוי מען עפענט אן אשכול... וועל איך קענען פארזעצן מיט א גרינגער געמוהט...

שרייבסט דאך שוין דארט?
viewtopic.php?f=6&t=18024

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 26, 2013 11:21 am
דורך הערליך
יישר כוח הרב פלאטשיגער, אנטשולדיגט יעדער וואס האט מיך שלעכט פארשטאנען, חלילה נישט געמיינט אראפ רייסן, מיר וועלן אי״ה זיין מער פארזיכטיג מיט ווערטער וואס מען נוצט אין פאבליק

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 26, 2013 2:40 pm
דורך משה קארנפעלד
צוריק צו הרחבת הדעת, הער איך אז זייט מיין 71'סטע אפליקאציע איז אריין געקומען נאך א 30 שטיק אן אדווערטייזן געהעריג. עס האלט שוין ביי אריבער 100 אפליקאציעס.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 26, 2013 3:46 pm
דורך הערליך
אוואו הערט איר די אינפארמעישן?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 26, 2013 8:54 pm
דורך משה קארנפעלד
איך האב עס געהערט אין נאמען פון איין עסקן.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 26, 2013 8:58 pm
דורך הערליך
גיב איבער, ווער זענען זי עסקנים? ווי האלט די זאך? פארוואס ריפלייען זיי נישט אויף די אימעילס? כאטש ריפליי אז מען האט ערהאלטן די עפליקעשן, עפעס כאטש, דער עולם גייט אויס

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 26, 2013 9:02 pm
דורך פיצי קעפעלע
הערליך האט געשריבן:גיב איבער, ווער זענען זי עסקנים? ווי האלט די זאך? פארוואס ריפלייען זיי נישט אויף די אימעילס? כאטש ריפליי אז מען האט ערהאלטן די עפליקעשן, עפעס כאטש, דער עולם גייט אויס

פאר מיר האבן זיי יא ריפלייד אז זיי האבן באקומען מיין אפליקעישען.

אויך האבן זיי מיר געענטפערט ווי סאך אפלעקאציעס זיי האבן שוין באקומען.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 26, 2013 9:04 pm
דורך הערליך
פארוואס מיר נישט, קען זיין אז זיי האבן עס נישט באקומען? העלמיר עס איבערשיקן

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 26, 2013 9:52 pm
דורך משה קארנפעלד
הרב הערליך, איך בין נישט באקאנט ווער די עסקנים זענען. די נומער האב איך געהערט פון איינער וואס 'זאגט' אז ער האט גערעדט מיט איינע פון די 'עסקנים'.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 26, 2013 11:17 pm
דורך הערליך
The Famous 'MK' (@MKreports)
5/27/13, 12:12 AM
BREAKING - U/D: The New "Harchuves Hadas Dires" Will Have 3 Butei Midrushim All Other Details To Follow.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 27, 2013 9:15 am
דורך farshlufen
אודאי 3, איינס וואו צו דאווענען, איינס צו גיין א שמחה און די דריטע וואו מען טאר נישט אריינטרעטן..