Advertisement

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער
שרייב א תגובה

פרייטאג מאי 24, 2013 12:46 am

זיי א מתחיל, עפן א אשכול איבער די פראבלעם, אפשר וועלן די וואס האבן שוין געוואונען די מלחמה האבן גוטע עצות צו שערן.

Advertisement

פרייטאג מאי 24, 2013 2:20 am

פלאטשיגער האט געשריבן:
פאמיליעמירעלס האט געשריבן:אויב ס'קאסט נישט קיין געלט די דירות טא וואס פעלט אויס חלק שמונה?
די אלע וואס האבן נישט קיין חלק ח', איז עס ווייל זיי האבן נאכנישט? אדער ווילן נישט האבן.
אין אנדערע ווערטער פרעג איך די זעלבע שאלה וואס יעדער, וואס איז די ציל פון די וואס וואוינען דארט? פערמענאנט אדער צייטווייליג? א חשבון צו באקומען סלאטס און זיך אוועקציען?
די דירות וואס איז יעצט פאר פריי, וואס איז דער חשבון ווילאנג איז עס פאר פריי?
תודה מראש על התשובות.


חלק שמונה פעהלט טאקע באמת נישט אויס דא אין די קעטסקיללס, אפילו ווען עס וואלט ווען נישט געווען אומזיסט וואלט מען זיך אויך געקענט אויסקומען צוליב דעם וואס די פרייזן לויפן בערך צווישן הונדערט און צוויי הונדערט דאלער א חודש רענט פער רום... דהיינו א פיר בעדרום דירה מיט א געהעריגע קאך דיינעט דיננונג רום וועט קאסטן צווישן 600 -1200 א חודש ווענדט זיך אינעם קאנדישן און אינעם לאקעישאן.
נאר די מעשה מיטן חלק שמונה איז געווען אז צענדליגע אינגעלייט פון וויליאמסבורג בארא פארק מאנסי מאנרא האבן באקומען די אכטער דא און די מאונטענס און בכדי עס צו באקומען און קענען צוריק טרענספערן צום היימשטאט האבן זיי געמוזט ארויסקומען וואוינען דא פאר א יאר צייט, יעצט זענען געווען אזעלעכע וואס האבן עס ארויסגעשטעלט אהער נאר להלכה, אבער דעי וואס האבן זיך נישט געוואלט ארומדרייען און שטאט מיט פוטער אויפן קאפ זענען ארויסגעקומען אהער וואוינען, עטליכע פון זיי וואס וואוינען שוין דא אריבער דעם יאר און האבן שוין אלע רעכטן צו טרענספערן זיצן דא זייער רואיג און לויפן נישט אוועק, טייל פון זיי ווייל זיי האבן נאכנישט געטראפן קיין דירה און שטאט, און טייל זענען פשוט זייער צופרידן דא און זיכן נישט צו אנטלויפן.
יעצט נאכדעם וואס עס האט זיך פארמירט א גרופע'לע וואס האבן זיך ארויסגעצויגן מיט נגיעות צוליב דעם אכטער, איז שוין געווארן א מעגליכקייט פאר סיי וועם ארויסצוקומען, די אלע וואס זענען ארויסגעקומען נישט מיט חלק שמונה זענען בכלל נישט עתיד צו באקומען, די וועיטונג ליסט איז פארשלאסן דא, מען קען ניטאמאל ארויפגיין אויפן ליסט... און טאקע די אלע פלאנען מיטן אייבירשטענס הילף צו פארבלייבן וואוינען דא עד ביאת משיח, מען וועט טאקע קויפן דירות עפענען מוסות געשעפטן א.א.וו.


אט דאס מיינט אן ענטפער! ממנו ילמדו.

פרייטאג מאי 24, 2013 8:08 am

איך האב געהערט פון איינעם וואס האט גערעדט מיט ר' משה שמילאוויטש, ער גייט אביסל אויף דעם מהלך צו קוקן פארוואס די פאריגע פלענער האבן זיך נישט אויסגעארבייט.

לאמיר האפן אז ער וועט צוקומען צו די ריכטיגע מסקנות, און די ריכטיגע סייעתא דשמיא

פרייטאג מאי 24, 2013 8:09 am

איך האב שוין מיין פראגע געפרעגט עטליכע מאל און ניקסט באקומען קיין ענטפער, וועלעך נאך איין מאל איבער פרעגן, וויפיל יונגעלייט זענען קאמיטעד צו בלייבן דארט פראמינענט?

פרייטאג מאי 24, 2013 8:14 am

נקוט האי כללא בידך, א קשיא וואס מען ענטפערט נישט גראד, מען ברויך עס איבערפרעגן, ווייזט אויף עפעס.

איך האב גארנישט געזאגט, באלד גייט דא וווערן א שטורעם אז איך בין מקנא, וכו' וכו' בלא בלא בלא.

פרייטאג מאי 24, 2013 8:24 am

הערליך האט געשריבן:איך האב שוין מיין פראגע געפרעגט עטליכע מאל און ניקסט באקומען קיין ענטפער, וועלעך נאך איין מאל איבער פרעגן, וויפיל יונגעלייט זענען קאמיטעד צו בלייבן דארט פראמינענט?

ליין איבער פלטשיגער'ס ענטפער
די אלע וואס זענען דארט אן קיין חלק שמונה איז פשוט אז זיי זענען דארט מער ווייניגער צו פארבלייבן, און אפילו די וואס זענען דארט נאר וועגן חלק שמונה איז אויך דא וואס זענען דארט צו פארבלייבן,
נישט שייך צו זאגן א פונקטליכע נומער.

פרייטאג מאי 24, 2013 8:31 am

איך נישט געפרעגט קיין פונקטליכע נומערן, בערך איז מיר אויך גוט

פרייטאג מאי 24, 2013 8:42 am

הערליך האט געשריבן:איך האב שוין מיין פראגע געפרעגט עטליכע מאל און ניקסט באקומען קיין ענטפער, וועלעך נאך איין מאל איבער פרעגן, וויפיל יונגעלייט זענען קאמיטעד צו בלייבן דארט פראמינענט?



יעדער וואס וואוינט דא וויל דא בלייבן, פעריאד.

27 טאטעל

פרייטאג מאי 24, 2013 8:55 am

שוועמל האט געשריבן:דערווייל אבער איז שוין דושינסקי ארויף צו 420 א פוס, מיט 350 דאון, און ער קריגט עס איזי, ווייל יעדער הרגט זיך צו וואוינען אונטער די מפת העירוב (געדענקסט נאך די זיבן שטאנגען?).

מען רעדט שוין פון מיליאן+ א דירה אן קיין קיצל, פונקט ווי א ביליאן דאנג אין וויעטנאם אדער א מיליאן טוגריס אין בעלארוס.


אזוי? וויפיל קאסט היינט צו בויען פער סקווער פוס? א חוץ די פראפערטי קאסט.

פרייטאג מאי 24, 2013 10:58 am

פלאטשיגער יש"כ פארן קלארן ענטפער וואס איז געשניטן געווארן, די ערשטע מאל וואס איינער האט זיך גענומען דא די מי צו ערקלערן פשט פון דעם שטעטל און אויף וואס עס שטייט.

עכ"פ פארשטייט איך פארוואס ביז היינט האט קיינער נישט געקענט דא געבן א קלארן ענטפער, און אוודאי געוויס איז עס נאך נישט פאסיג פאר אזא איינער ווי בין לאדין מיט דריי פרויען און 50 קינדער, אבער לאמיר האפן אז דאס וועט ברענגן א קייט און עס וועט אי"ה ווערן פאסיג.

בעק טו הרחב"ת הדע"ת וויפיל אפליקאציעס האלט עס? איך בין געווען נומער 71, יואלי וויפיל איז אריין געקומען נאכדעם?

פרייטאג מאי 24, 2013 11:18 am

טאגליכט האט געשריבן:יעדער וואס וואוינט דא וויל דא בלייבן, פעריאד. 27 טאטעל


איך וויל אויך, אלע וויליאמסבורגער יודן ווילן אויך, איך האב נישט געפרעגט וויפיל ווילן, איך האב געפרעגט וויפיל פלאנען אין פאקט צו בלייבן פרעמינענט, וויפיל זענען קאמיטעד צו בלייבן, איך האב גערעדט צו עטליכע יונגעלייט פון לאקשעלדריק געוועהן איז עס עטליכע טאג נאך פסח ווען איך געמאכט מיין ריסערטש, נאר איינער האט געזאגט אז ער פלאנט צו בלייבן (און יענער איז נישט דער גרעסטער בעל אחריות אז איך זאל אים טראסטן אז ווען ער זאגט אזוי מיינט ער טאקע דערביי) אלע אנדערע (בערך 6-7 וואס איך האב גערעדט) האבן מיר געזאגט אז זיי גייען צוריק אין שטאט אריין, האט זיך עפעס געטוישט די לעצטע פאר טאג אז זיי האבן געטוישט זייער מיינונג?

פרייטאג מאי 24, 2013 11:53 am

#געכאפט_ביים_ווארט...

פרייטאג מאי 24, 2013 11:55 am

געכאפט ביים ווארט? אדער געכאפט ביים ליגענט?

פרייטאג מאי 24, 2013 11:59 am

הערליך האט געשריבן:געכאפט ביים ווארט? אדער געכאפט ביים ליגענט?

וועם? דאס איז קלאר איינער זאגט דא ליגנט, און דאס איז קלאר אז ביידע ניקים זענען ביי מיר אייניג באגלייבט, סא???
ס'איז כדאי צו דורכליינען די תגובה... viewtopic.php?f=5&t=19566&p=691668#p691668

פרייטאג מאי 24, 2013 12:10 pm

פארדעם האבעך געדריקט דאס ווארט "וויל" איך גלייב אז דאס האט ער געמיינט, זיי ווילן אויב אי"ה עס קומען נאך אפאר הינדערט מענטשן דארט, זיי ווילן אויב עפעס ארבייט זיך אויס, אזוי ווי עס איז איצט גייען זיי נישט בלייבן, (זיי ווילן, אבער זיי גייען נישט, פארשטייסט דעם חילוק?) דאס אמאל זיכער, קיינער האט זיך דארט נישט קאמיטעד צו גארנישט.

אגב, איצט אראפגעלייגט דעם טעלעפון מיטן שוווער פון א יונגערמאן וואס זיין איידעם איז דארט, ער זאגט מיר אז זיין איידעם קומט קלאר צוריק ווי נאר די פאפירן מיט די דירה זענען גרייט.

עכ"פ זענט איר מודה אז נישט ממש אלע 27 זענען קאמיטד צו בלייבן, סאיז דא עטליכע לכל הפחות וואס זענען דארט נאר ווילאנג א.ב.ג......? גיי איך נאכמאמאל צוריק צו מיין שאלה און איך האף מיטן גאנצן הארץ אז איך גיי דאס מאל באקומען אן אויפריכטיגע תשובה.

וויפיל יונגעלייט זענען קאמיטעד צו בלייבן דארט וואוינען אגאנץ יאר? איינער ווייסט? אויב יא קען איך האבן זייערע נעמען (פריוואט) אז איך זאל עס קענען קאנפירמען?

פרייטאג מאי 24, 2013 12:22 pm

איך פארשטיי דיר אינגאנצן נישט, אוודאי גייט זיך קיינער נישט קאמיטן צו בלייבן דארט איינער אליין, יעדער וויל א געגענט, נאר ס'איז דא דארט (ווי ס'זעט אויס) היפש קאמיטמענטס אז אויב ס'ארבעט זיך אויס און ס'גייט זיך אביסל צעוואקסן בלייבן זיי דארט, וואס איז שווער צו פארשטיין?

און דאס מאכט קלאר טאגליכט'ס כעס, ער וויל בלייבן אבער ס'איז אים שווער צו זיין איזאלירט, ער ווארט שוין א שטיק צייט אז מ'זאל אין נאכקומען ואיגגו. אוודאי ווערט ער גערעגט.

פרייטאג מאי 24, 2013 12:39 pm

אויב מיינסטו אז דאס איז די קעיס, האסטו א טעות, קוק דא.

טאגליכט האט געשריבן:מדארף נישטא קיין עסקנים בכלל, יעדער דארף זיין, א אייגענע עסקן, זאלן נאר 20 חברים באשליסן זיך אריינצוזעצן אויף א פלאץ אזוי ווי אונז האב מיר געטוהן, וועלן זיי הנאה האבן, זיי זאלן אבער נישט חלוםען אז איינער גייט מיט קומען, די גרעסטע פראבלעם איז, אז יעדער וויל נאר וואוינען מיט נאך עטליכע טויזענט אידן, און קיינער וויל נישט זיך אביסל אנשטרענגען און אליינס גיין. און א מאסן אימעגרעישאן גייט נישט געשען, נאר אויב ח"ו אויב די גוים.... און וויל נישט זאגן ווייטער.


טאגליכט האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר וויפיל מענטשן האבן געוואוינט אין ספינקא פאר די קרוג.... אדער קען זיין אז סאיז נישט געווען קיין ישוב, נאר א...


טאגליכט האט געשריבן:איך פאר דיר נייעס, פאר די קרוג האט א ישוב מיט 25 משפחות שוין געהייסן א שיינע שטעטל, און סאיז נישט אלס געווען נעבן א גרויסע שטאט.

לגבי די אלטע היים, מיינע זיידעס און באבעס, זענען נישט געווען קיין פארמערס, און זיי האבן נישט געהאט קיין אייגענע דירה, יא זיי האבן געצאלט רענט, און געוואוינט אין א שטעטל מיט קוים 25 אידישע משפחות.



טאגליכט האט געשריבן:טריקענע פאקטן, סוואוינען דא 26 משפחות, 7 זענען כולל אינגעלייט, ובתוכם אריינגערעכנט די דיין שליט"א, 2 זענען נישט אינטערסירט צו ארבייטן 17 ארבייטן געהעריג יעדן טאג אויף א נארמאלע זשאב 3 אידן פארן יעדן טאג ארויס צו די ארבייט, אין די איבריגע ארבייטן אין די מאנטענס.

און דא פרייט מען זיך

פרייטאג מאי 24, 2013 12:45 pm

אפגעווענדט מיין המלצה אויף טאגליכט.

אבער דאס איבריגע וואס כ'האב געשריבן מיין איך בין איך גערעכט.

פרייטאג מאי 24, 2013 12:53 pm

קאמיטמענטס צו בלייבן אויב עס ארבייט זיך אויס הייסט נישט קיין קאמיטמענט, די סארט קאמיטמענט האבן אלע וויליאמסבורגער יודן, פרעג נאר איינעם וועגן מאפן אין א נייע געגענט וועט ער דיר תיכף זאגן שאר, אויב ארבייט זיך עס אויס? זיככעעעער, אויב ווילט איר איינעם קאנווינסן צו מאפן אהין (עכ"פ מיך) דארף איך א קאמיטמענט אז מען וועט דארט בלייבן סיי וויזוי, לכל הפחות פאר א שטיקל צייט אפשניט ווי דריי יאר אדער וואס, איך גיי נישט מאפן און ברויכן צוריק מאפן עכליכע חדשים שפעטער, למעשה דא אויף אייועלט האבן זיי יא פראבירט צו מאכן דעם אנשטעל אז זיי זענען קאמיטעד צו בלייבן דארט סיי וויזוי, דאס איז נישט אמת לידיעתי, אויב מאך איך א טעות זייט מיר מודיע, איך מאך איצט דא א קאמיטמענט ברבים, טאמער קען איך רעדן צו לכה"פ א מנין יונגעלייט און הערן פון זיי אליינס אז זיי גייען בלייבן דארט פאר לכל הפחות 3 יאר אויסגעשלאסן צו עס ארבייטן זיך אויס צו נישט, גיי איך מיך אהין ציען אי"ה

צוריק צו מיין פראגע, וויפיל יונגעלייט זענען קאמיטעד צו בלייבן? (קאמיטעד מיינט בלייבן אפילו די צאל בלייבט ווי איצט)

פרייטאג מאי 24, 2013 12:57 pm

לוי יצחק האט געשריבן:אפגעווענדט מיין המלצה אויף טאגליכט.

אבער דאס איבריגע וואס כ'האב געשריבן מיין איך בין איך גערעכט.


דו האסט זיך באצויגן צו טאגליכטס כעס האב איך דיר געענפערט דערויף.

פרייטאג מאי 24, 2013 12:59 pm

צוריק צו הרחבת הדעת, איך האב אריינגעשיקט מיין אפליקעישן, אזוי ווי איך שיק צו יעדע נייע געגענט וואס עדווערטייזד, לאמיר האפן אז דאס וועט זיך יא אויסארבייטן

פרייטאג מאי 24, 2013 1:07 pm

מיסטער הערליך, ווען דו שטייסט ווען פארנט פון מיר וואלט איך דיר געגעבן יעצט א פליק אין די אויער.

וואס מאכסטעך נאריש?! דיינע קושיות זענען געציהלט צו וויסן פאקטן? אדער יענעם שוואך צו מאכן?!

יא, עס איז זיכער אז ער האט איבערגעטריבן און נישט יעדער פלאנט דארט צו בלייבן, בעסער געזאגט, עס איז זיכער נישט א פאקט נאר עס איז בלויז זיין האפענונג.

אבער דער ענטפער אויף דיין פראגע פארשטייסטו אז ס'נישט שייך צו ענטפערן. איך קען דיר מבטיח זיין אז רוב מענטשן קווענקלען דארט! אבער, דאס נעמט נישט אוועק די שאנס אז נאכן אינוועסטירן נאך פובליסיטי און אנדערע פלענער וויאזוי צו ברענגען נאך א געוויסע צאל משפחות, וועט דאס ברענגען אז מער זאלן יא וועלן בלייבן דארט, און דאן קען שוין די זאך וואקסן ווייטער זייער שנעל.

אויב האסטו געהערט עפעס פון דיינע שכנים און פון דיין שווער און פון דיינע חברים, וואס קומסטו מיט תמימות'דיגע קושיות, און דערצו ווערסטו נישט רואיג ווען דו זעהסט אליינס אז קיין קלארע תשובה איז נישטא.

אביסל סענסיטיוויטי ביטע!

פרייטאג מאי 24, 2013 1:25 pm

פאר דו רייסט מיך אזוי אונטער אין פאבליק, און פאר דו פליקסט מיין אויער, ליין שטייטליך איבער די גאנצע אשכול און דערנאך זאג מיר וועמען מען דארף דא פליקן דעם אויער.

לאמיר גיין צושטייטליך, איינער עפענט אויף א אשכול וועגן א נייע שטעטל, א נייע איידיע, דער עולם שמועסט דערוועגן, איינער זאגט יא, איינער זאגט ניין, סקען יא אדער נישט זיך אויסארבייטן, קומט א לאקשעלדריקער איינואוינער און הייבט אן פארפירן אז עס קען זיך נישט אויסארבייטן ווייל זיי זענען שוין אין לאקשעלדריק און קיינער קומט נישט נאך, מען פראבירט אים מסביר זיין א חילוק אביסל, וויל ער נישט הערן, פארדרייט דעם אשכול צו לאקשעלדריק אוועק פון די נייע איידיע, וואס אגב איז געבויעט אויף 500 קאמיטמענטס, וואס איז א געוואלדיגער איידיע (פאר מענטשן וואס ווילן מופן) איך שריי אז לאק שעלדריק האט נישט קיין 10 קאמיטמענטס, (איך האב עס ריסירטשט, גרייט געוועהן צו גיין אויב איז דא 10 קאמיטמענטס) איך האב איבערגעפרעגט די שאלה בכונה צו מאכן דעם פאוינט און צוריק ברענגן דעם אשכול אויף די רעלסן, מיר קומט זיך א פליק? סענסעטיוועטי? זיי גייען צוריק גיין קיין ווילי מיטן 8טער בקרוב, עכ"פ רוב פון זיי, אזוי זאגן זיי פריוואט, אפילו די אנעם 8טער זאגן זיי זענען דארט "ביז זיי טרעפען א דירה" איך מיין, וואס נאך זאל איך טון? קאם אן!

פרייטאג מאי 24, 2013 1:31 pm

אויב איז דיין אומפאסיגע סקרו-אטאקע איבער אים געקומען אלס א ענטפער צו א אטאקע פון אים קעגן קרית הרחבת הדעת, דאן ציה איך זיך ארויס, איך בין נישט דא געווען.

פרייטאג מאי 24, 2013 1:34 pm

עס איז נישט געוועהזן קיין אטאקע, איך האב נאר געוואלט מאכן א פאוינט בדרך שאלה, אזוי שווער צו פארשטיין?
שרייב א תגובה

Advertisement