אלעס איבער נייע היימישע געגנטער
דאנערשטאג מאי 23, 2013 3:28 pm
הערליך האט געשריבן:וויפיל יונגעלייט זענען דארט אן סעק 8?
נאך א פראגע אויב מעג איך פרעגן, וויפיל יודן דארטן זענען בדעה דארטן צו בלייבן פערמענענט?
Advertisement
דאנערשטאג מאי 23, 2013 3:32 pm
קיין זאכליכע תשובות אויף נארמאלע שאלות באקומען מיר נישט, אלעס וואס איך הער איז נאר "דו צעדרייטער וויליאמבורגער, מייזן לעכער, בודעמס" איר קענט פיל מער אויפטון דורך ענפערן צום זאך ווי איידער צו בילן, בילן ווייזט אויף גערעגטקייט, און דער עולם הייבט אן טראכטן אז עס איז ענק נישט אזוי גוט דארט ווי איר ווילט אונז פארקויפן.
דאנערשטאג מאי 23, 2013 5:16 pm
הער'זשע מיך צו הערליך טייערע, זיי מוחל ליין איבער אלע מיינע תגובות איך האב קיינמאל נישט געבילט קעגן קיין שום וויליאמסבורגער, איך בין דן לכף זכות יעדעס אידיש קינד אין שטאט אז ער האט זיכער פיהלע גוטע און שטארקע ווי אויך בארעכטיגטע סיבות נישט ארויסצומופן, איך האב בסך הכל ארויסגעברענגט אז איך בין ב"ה שטארק צופרידן, וכן יעזור השם להלאה.
אויב מיינסטו אוודאי טאגליכטס געשרייערייען, וועל איך מוזן אביסל מליץ יושר זיין אויף אים, ער שרייט פון הארץ, וואוינענדיג דא צוזעהנדיג פון די נאנט ווי נארמאל גרינג און געשמאק מען קאן דא וואוינען האלט ער עס פשוט נישט אויס ווי אידן מוטשענען זיך איבעראל, עס בלוטיגט אים דאס הארץ, געט ער זיך אויס אביסל אויף דעם וועג.
דאנערשטאג מאי 23, 2013 5:24 pm
ר' יצחק האט געשריבן:page 4
טאגליכט האט געשריבן:
יא סאיז נאך אוועיליבל, קענסט נאך קומען.
די דירות זענען אומזינסט אויף ווי לאנג ?
פלאטשיגער קען אויך ענטפערן.
די מעשה מיט טאון ענד קאנטרי איז זייער א לאנגע און פארצווייגטע, עס איז מיר זייער שווער אלעס אראפצושרייבן, עס איז פארשטייצעך אויך אינוואלווד קליינטשיגע מחלוקה'לעך מיט דין תורה'לעך איך ווייס ניטאמאל וויפיהל איך בין בארעכטיגט ארויסצושרייבן צום פובליק, און קורצן וואו מ'האלט מיר יעצט איז אז מ'ווארט צו קענען סעטעלען מיטן באנק צו קענען קלאוזען די דיעלס וואס האלטן אין מיטן און וואו אויך אלע איבריגע זאלן קענען ווערן פארקויפט, אין די מיען טיים ווי לאנג די באנק זעצט זיך נישט אוועק מיט די בראוקערס, לאויערס, בייערס, זענען אלע אנגעפאנגענע קויפערס כמו בעלי בתים זיי האבן רעכט זיך צו באנוצן דערמיט, און אלע איבריגע זענען געווארן אנגעפילט מיט ווינטערדיגע איינוואוינער. נאך עטליכע געציילטע זענען אוועילעבעל און עס אומזינסט אויף ווי לאנג עס ווערט נישט פארקויפט.
דאנערשטאג מאי 23, 2013 5:39 pm
פאמיליעמירעלס האט געשריבן:אויב ס'קאסט נישט קיין געלט די דירות טא וואס פעלט אויס חלק שמונה?
די אלע וואס האבן נישט קיין חלק ח', איז עס ווייל זיי האבן נאכנישט? אדער ווילן נישט האבן.
אין אנדערע ווערטער פרעג איך די זעלבע שאלה וואס יעדער, וואס איז די ציל פון די וואס וואוינען דארט? פערמענאנט אדער צייטווייליג? א חשבון צו באקומען סלאטס און זיך אוועקציען?
די דירות וואס איז יעצט פאר פריי, וואס איז דער חשבון ווילאנג איז עס פאר פריי?
תודה מראש על התשובות.
חלק שמונה פעהלט טאקע באמת נישט אויס דא אין די קעטסקיללס, אפילו ווען עס וואלט ווען נישט געווען אומזיסט וואלט מען זיך אויך געקענט אויסקומען צוליב דעם וואס די פרייזן לויפן בערך צווישן הונדערט און צוויי הונדערט דאלער א חודש רענט פער רום... דהיינו א פיר בעדרום דירה מיט א געהעריגע קאך דיינעט דיננונג רום וועט קאסטן צווישן 600 -1200 א חודש ווענדט זיך אינעם קאנדישן און אינעם לאקעישאן.
נאר די מעשה מיטן חלק שמונה איז געווען אז צענדליגע אינגעלייט פון וויליאמסבורג בארא פארק מאנסי מאנרא האבן באקומען די אכטער דא און די מאונטענס און בכדי עס צו באקומען און קענען צוריק טרענספערן צום היימשטאט האבן זיי געמוזט ארויסקומען וואוינען דא פאר א יאר צייט, יעצט זענען געווען אזעלעכע וואס האבן עס ארויסגעשטעלט אהער נאר להלכה, אבער דעי וואס האבן זיך נישט געוואלט ארומדרייען און שטאט מיט פוטער אויפן קאפ זענען ארויסגעקומען אהער וואוינען, עטליכע פון זיי וואס וואוינען שוין דא אריבער דעם יאר און האבן שוין אלע רעכטן צו טרענספערן זיצן דא זייער רואיג און לויפן נישט אוועק, טייל פון זיי ווייל זיי האבן נאכנישט געטראפן קיין דירה און שטאט, און טייל זענען פשוט זייער צופרידן דא און זיכן נישט צו אנטלויפן.
יעצט נאכדעם וואס עס האט זיך פארמירט א גרופע'לע וואס האבן זיך ארויסגעצויגן מיט נגיעות צוליב דעם אכטער, איז שוין געווארן א מעגליכקייט פאר סיי וועם ארויסצוקומען, די אלע וואס זענען ארויסגעקומען נישט מיט חלק שמונה זענען בכלל נישט עתיד צו באקומען, די וועיטונג ליסט איז פארשלאסן דא, מען קען ניטאמאל ארויפגיין אויפן ליסט... און טאקע די אלע פלאנען מיטן אייבירשטענס הילף צו פארבלייבן וואוינען דא עד ביאת משיח, מען וועט טאקע קויפן דירות עפענען מוסות געשעפטן א.א.וו.
לעצט פאראכטן דורך
פלאטשיגער אום דאנערשטאג מאי 23, 2013 5:43 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
דאנערשטאג מאי 23, 2013 5:42 pm
טהור, א דאנק פאר דיין תגובה און פאר אלעס קלאר אראפשטעלן.
הערליך טייערע פון דיינע שאלות זעט מען אז די ביסט דא צי טשעפענען און נישט צו באקומען מער נוצליכע אינפארמאציע, די נעמסט די שוואכקייט פון די שטעטל אין לאק שעלדריק און דאס איז דיין עיקר קשיא, אנשטאט זיך נאכצופרעגן וועגן מוסדות אדער די טעלעפאן נאמבער מיט וועם זיך צי פארבינדען צי באקומען א דירה פאר אומזינסט, פרובירסטו נאר ארויסציברענגען א גאנצע צייט אז דאס איז נאר צייטווייליג.
און יא איך וועל דיר מודה זיין אז אין אנפאנג זענען רוב געגאנגען פאר די אכטע מיטן פלאן צוריקצוקומען, פשוט ווייל אזוי איז גרינגער ארויסצומופן (פאר די ווייב...), אבער יעדער האט געזאגט אז עס קען זיין א 25% טשענס אז זיי וועלן דארט בלייבן, און יעצט איז עס אז רוב ווילן דארט בלייבן.
און אזוי האט זיך געבויט עטליכע ישובים ווען מענטשען זענען געגאנגען פאר פראבע, אין קרית יואל זענען אין אנפאנג געווען עטליכע משפחות וואס האבן נאך אויפגעהאלטן זייער אלטע דירה אין שטאט פאר'ן ספק אויב ח"ו.... און יא די רבי זי"ע האט געלעבט און מיט דעם אלעם האבן מענטשען מורא געהאט.
דרך אגב, די גאנצע וואוינען פון חסידישע אידן אין אמעריקע איז אויך צושטאנד געקומען פון פראבע'ס, די סאטמאר רבי זי"ע איז נישט געקומען פון א"י על מנת לגור, און אפילו ווען ער האט שוין דא געוואוינט איז ער נאך נישט געווען זיכער ביז איבער א יאר נאכ'ן וואוינען דא אז ער בלייבט טאקע דא אין די טריפה'נע אמעריקע, וועט איינער זאגן אז עס האט זיך נישט אויסגעארבעט?.
לויט ווי עס קוקט יעצט אויס וועט פאלסבורג בלייבן א פאקט אלץ א חסידישע שטאט צי וואוינען פאר א גאנץ יאר, איך זאג נישט עס איז דא אסאך שוועריגקייט אבער כל התחלות קשות, און געדענק איין זאך, וואס אפשר קען זיין אז דאס וועט יא אפלייען צי דיר, וועם געדענקט מען מער און ווער איז מער אנערקענט, די ערשטע צען תושבים פון ק"י אדער דער איד וואס איז געבליבן וואוינען אין וומסב"ג סמוך ונראה צי זיין מאמע און שוועסטער? (איך רעד נישט פון קיין פערזענליכקייט). דאס איז חוץ פון די שכר וואס מען וועט באקומען אויף יענע וועלט פאר די זיכוי הרבים. (אפשר קומט זיך טאקע זיי נישט קיין שכר ווייל זיי האבן שוין א גרויסע עולם הזה.. משא"כ די האסט דיין גיהנם יעדן ערשטען און ווען דיין ווייב ווארפט דיך ארויס יעדע נאכט ווען זי וויל האבן אביסל פלאץ, גיי שוין לערנען...).
איך וואונדער מיך טאקע, אז זייט איך האב אוועקגעמופט פון וויליאמסבורג אינטערסירט שוין נישט פאר מיין ווייב מיין שיעור יעדע נאכט..., קען זיין אז זי איז געווארן אפגעפארן זייט'ן אוועקמופן...
דאנערשטאג מאי 23, 2013 5:47 pm
א גרויסן יישר כח הבדלה וויין פאר דיינע טייערע אויפריכטיגע ווערטער!
נישט אז עס פעהלט מיר אויס חיזוק, ב"ה היינט צוטאגס לאך איך פין די שטאטישע, אבער עס פריידט מיר צו זעהן אז עס זענען יא דא פארשטענדיגע דא...
דאנערשטאג מאי 23, 2013 5:48 pm
שויתי'ניק האט געשריבן:פלאטשיגער האט געשריבן:איך האב שוין אמאל פרובירט ארויפצולייגן בילדער דא אויף איי וועלט אבער זיי האבן מיר אנטזאגט מעלדענדיג מיר אז די בילד איז צו גרויס אין סייז באיכות...
מ'קען עס קלענער מאכן
וויאזוי?
דאנערשטאג מאי 23, 2013 5:57 pm
פלאטשיגער האט געשריבן:שויתי'ניק האט געשריבן:פלאטשיגער האט געשריבן:איך האב שוין אמאל פרובירט ארויפצולייגן בילדער דא אויף איי וועלט אבער זיי האבן מיר אנטזאגט מעלדענדיג מיר אז די בילד איז צו גרויס אין סייז באיכות...
מ'קען עס קלענער מאכן
וויאזוי?
viewtopic.php?p=406254#p406254יעצט נעם דיר צו די ארבעט, יעדן טאג א בילד..
(לייג די פיקטשערס אינעם ריכטיגן אשכול)
דאנערשטאג מאי 23, 2013 6:23 pm
טייערע אייוועלט חבירים, איך בין נישטא צו טשעפענען ח"ו זייער ווייט דערפון, איך בין נישט קיין סיטי איינוואוינער, איך בין א תושב אפסטעיט פאר יארן שוין, אני הקטן האב זיך אוועקגעצויגן פון וויליאמסבורג יארן יארן צוריק, נישט קענענדיג אפארדן דאס לעבן דארטן, ממילא צו זאגן אויף מיר אז איך בין דא צו טשעפענען סתם אזוי איז סתם געשאסן און דער וועלט אריין, איך בין גרייט צו מאפן און איך האב געמאפט, און איך האב מיך פרזענליך נאכגעפרעגט אויף יעדען איינציגן ישוב וואס איז נאר געוועהן עדווערטייזד, איך בין געוועהן גרייט צו גיין קיין לאק שעלדריק טאמער הער איך פרזענליך פון איין מנין יונגעלייט אז זיי קאמיטן זיך פאר דריי יאר צו בלייבן, איך האב אזא זאך נישט געקענט באקומען, ענד אף סטארי, לאק שעלדריק איז נישט קיין אפציע, ניטאמאל קיין חלום, ווער עס האט הנט אין פיס גייט פון דארט אנטלויפן די רגע וואס זיי וועלען קענען, נישט איך וויל אזוי! דאס איז דער מציאות, מיט שקר וועט איר אין ערגעץ נישט אנקומען.
דאנערשטאג מאי 23, 2013 6:26 pm
הערליך! אויב אזוי ביסטו דאך פון אונזערע! לאמיר זיך פארבינדען, דו קענסט זיין א פיינער קאנדידאט!
דאנערשטאג מאי 23, 2013 6:31 pm
איך בין גאר שטארק צומישט, וואס איז די אמת און וואס די ליגנט?
דאנערשטאג מאי 23, 2013 6:37 pm
גלייב מיר איך ווער שוין אויך צומישט! איך וואוין דא! און איך פראביר צו שרייבן נאר אמת, איך זאג וואס איך זעה און וואס איך לעב מיט... אנדערע וואס וואוינען נישט דא זאגן זייערע מיינונגען לויט זאכן וואס זיי הערן טראכטן און שאצן, אבער זיי זאגן דאס מיט אזא זיכערקייט אז איך הייב אן טראכטן אז אפשר וואוין איך נאך אין וויליאמסבורג אויף פענן סטריט און אלעס וואס איך זעה און הער און טייפ איז נאר אין חלום...
דאנערשטאג מאי 23, 2013 6:40 pm
רבונו של עולם! וואס טוה איך אויב איך וועק מיר יעצט אויף פון מיין חלום און מיין לענדלארד שטייט ביי מיין טיר און ער מאנט די רענט וואס איך בין אים שילדיג פון די לעצטע 16 חדשים וואס איך שלאף..? געוואלד! פון וואו נעמט מען יעצט פיהר און צוואנציג טויזענט דאללער???!!!! אפשר מאכט עטס א טיי אווענט פאר מיר?
דאנערשטאג מאי 23, 2013 6:43 pm
מ'זאגט נאך פון צדיקים אז נישט נאר א יעדער הערט א זאך לויט זיינע נגיעות נאר זען זעט מען אויך לויט די אייגענע נגיעות
דאנערשטאג מאי 23, 2013 6:46 pm
קענען איינע פון די אידן פון לאק שעלדריק רחמנות האבן אויף מיר און אויף אנדער אידן דא און שרייבען מיט וועמען מען קען זיך פארבינדען פאר מער פרטים איבער אייער מקום?
טעלעפאן נומער? אימעיל אדרעסס? סאמטינג פליס.. .
דאנערשטאג מאי 23, 2013 6:55 pm
פיצי קעפעלע האט געשריבן:קענען איינע פון די אידן פון לאק שעלדריק רחמנות האבן אויף מיר און אויף אנדער אידן דא און שרייבען מיט וועמען מען קען זיך פארבינדען פאר מער פרטים איבער אייער מקום?
טעלעפאן נומער? אימעיל אדרעסס? סאמטינג פליס.. .
memberlist.php?mode=email&u=3802
דאנערשטאג מאי 23, 2013 7:04 pm
ווינקל האט געשריבן:פיצי קעפעלע האט געשריבן:קענען איינע פון די אידן פון לאק שעלדריק רחמנות האבן אויף מיר און אויף אנדער אידן דא און שרייבען מיט וועמען מען קען זיך פארבינדען פאר מער פרטים איבער אייער מקום?
טעלעפאן נומער? אימעיל אדרעסס? סאמטינג פליס.. .
memberlist.php?mode=email&u=3802
שוין געשיקט פאר איהם נעכטען.
דאנערשטאג מאי 23, 2013 10:23 pm
כדי לסיים זיין מעין הפתיחה.. וואס איז געווארן מיט הרחבת הדעת אין וועלכען געגענט/שטאט איז עס געפלאנט אויף?
און בעיקר וויזוי קאנווינסט מען די ווייב זאל זיך נישט צושטאפן די אויערן ווען מען דערמאנט אזא מעגליכקייט פון איבערלאזן וויליאמס בורג.
ווער איז געווען דער וויליאם, אזא פאוער האט ער געהאט?
דאנערשטאג מאי 23, 2013 10:44 pm
שוועמל האט געשריבן:כדי לסיים זיין מעין הפתיחה.. וואס איז געווארן מיט הרחבת הדעת אין וועלכען געגענט/שטאט איז עס געפלאנט אויף?
און בעיקר וויזוי קאנווינסט מען די ווייב זאל זיך נישט צושטאפן די אויערן ווען מען דערמאנט אזא מעגליכקייט פון איבערלאזן וויליאמס בורג.
ווער איז געווען דער וויליאם, אזא פאוער האט ער געהאט?
ווען דו טרעפסט א עצה אויף די אויערן פארשטאפעריי, לאז זיי מוחל וויסען. ניין, כ'האלט נישט ביים מופן, נאר כ'קען עס ניצן אויף אנדערע זאכן.
דאנערשטאג מאי 23, 2013 10:51 pm
איז אזוי, אן עצה פארן אויערן פארשטאפעכטס איז ראטזאם צו נוצן א פלאנדזשער
דאנערשטאג מאי 23, 2013 11:01 pm
הערליך האט געשריבן:איז אזוי, אן עצה פארן אויערן פארשטאפעכטס איז ראטזאם צו נוצן א פלאנדזשער
און וואס טוט מען, אז זי טענה'ט דערנאך אז מען האט געמיינט די שטעקען, מער ווי די פלאנדזשער?
דאנערשטאג מאי 23, 2013 11:14 pm
אזוי האט דיר דיין ווייב געזאגט? אוי וויי, דאס האב איך דאך טאקע געמיינט? דיין ווייב איז שוין קליגער ווי דו, דאס איז דיין פראבלעם
דאנערשטאג מאי 23, 2013 11:23 pm
איך האב קודם געמיינט אז די אשכול איז פארפארן מיט דער לעצטע שמועס, אבער ס'נישט אמת, דאס איז די אנהייב און די מיטן און די סוף פון די גאנצע פראבלעם!
סאו אפשר זאל מען דא טאקע ארום שמועסן וואס די ווייבער האלטן און זאגן, טרעפן לעזונגען צוזאמען, און יאללא! דער גאנצער עולם צוזאמען עט פארן!
ויהי בנסוע...
פרייטאג מאי 24, 2013 12:32 am
איך טענה דאס שוין פון לאנג סיז די ווייב וואס וויל נישט ארויסמופן, מיט כלערליי תירוצים ווי גוטע מוסדות, בעביסיטער, שוועסטערס הילף, מאמע באבע גוט שבת זאגן, סטארס, מעיסיס, בלומינגדעלס, גראסערי, זיי רעאליסטיק וכו וכו'.
דאס איז אלעס מן השפה ולחוץ. אבער סוב קאנשעסלי וויל מען נישט זיין די "נעב" וואס מופט נעבעך ארויס אין האנאלולו קאז איטס נאט אין סטייל. צו דעם קומט צו די קאמפלעקס פון וואס וועט די חברטע טראכטן.
אויב קען מען אויפקומען מיט א עצה איז אלעס געלייזט.
דערווייל אבער איז שוין דושינסקי ארויף צו 420 א פוס, מיט 350 דאון, און ער קריגט עס איזי, ווייל יעדער הרגט זיך צו וואוינען אונטער די מפת העירוב (געדענקסט נאך די זיבן שטאנגען?).
מען רעדט שוין פון מיליאן+ א דירה אן קיין קיצל, פונקט ווי א ביליאן דאנג אין וויעטנאם אדער א מיליאן טוגריס אין בעלארוס.
לעצט פאראכטן דורך
שוועמל אום פרייטאג מאי 24, 2013 12:49 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן