Advertisement

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער
שרייב א תגובה

מיטוואך מאי 22, 2013 1:03 pm

פלאטשיגער, איך האב הנאה אז דו ווילסט טון צו דער זאך. אבער דאס איז נאר דער אנהייב.

מאך זיכער צו כאפן בילדער פון יעדע קלייניגקייט וואס קומט פאר דארט אין שטעטל, (גאר וויכטיג איז פון דעם ברייטקייט, ווי קינדער שפילן און שפרינגען ארום.) און שיק עס אריין פאר אלע פיקטשער אויסגאבעס, אביסל לייגן זיי געווענליך אריין בחינם, בפרט פון אזא אינטערעסאנטע זאך ווי א גאנץ-יעריג שטעטל (פון 28 פאמיליעס) אין די קאנטרי. אזוי אז מענטשן זאלן ענק מער זען.

מאך זיכער צו מאכן א סיום מסכת צוויי דריי מאל א יאר, א דרשות התעוררות פאר ראש השנה, הכנה צו קבלת התורה, צום עסן אפיקומן, צום שיקן משלוח מנות. רופט אמאל ארויס אהין א רב\רבי אדער שיינער איד, כאפט בילדער, און שיקט עס אלל אווער. זאל יעדער זעהן אז די זאך איז חי וקיים. רוב מענטשן ווייסן דאך אפילו נישט אז ענקער ישוב עקזיסטירט.

Advertisement

מיטוואך מאי 22, 2013 1:07 pm

שכח! וויל טריי...

אי"ה קומענדיגע וואך וועט זיין א מעמד יציקת בורות פאר א מקוה טהרה!

איך האב שוין אמאל פרובירט ארויפצולייגן בילדער דא אויף איי וועלט אבער זיי האבן מיר אנטזאגט מעלדענדיג מיר אז די בילד איז צו גרויס אין סייז באיכות...

מיטוואך מאי 22, 2013 2:05 pm

פלאטשיגער האט געשריבן:9. עס איז נאכנישט דא קיין העלטה פוד סטאר מיט הונדערטער וויטאמינען צו מאכן די קינדער איינזיצן, צו מאכן עלטערן רואיג בלייבן ביים זינען, קינדער זאלן וואקסן, א.א.וו. וויל ב"ה דא פעלט עס נישט אויס.....!

;l;p- ;l;p- ;l;p-

מיטוואך מאי 22, 2013 2:24 pm

פלאטשיגער האט געשריבן:איך האב שוין אמאל פרובירט ארויפצולייגן בילדער דא אויף איי וועלט אבער זיי האבן מיר אנטזאגט מעלדענדיג מיר אז די בילד איז צו גרויס אין סייז באיכות...

מ'קען עס קלענער מאכן

מיטוואך מאי 22, 2013 2:24 pm

וויפיל יונגעלייט זענען דארט אן סעק 8?
נאך א פראגע אויב מעג איך פרעגן, וויפיל יודן דארטן זענען בדעה דארטן צו בלייבן פערמענענט?

מיטוואך מאי 22, 2013 2:48 pm

די געשמאקע קאווע שטיבל אין קרית ה.ה. לאק שעלדריק
עטעטשמענטס
IMG_0470.JPG

מיטוואך מאי 22, 2013 2:51 pm

ערעב פלאטשיגער. אדער עני אנדערע חברים דא וואס וואוינען אין לאק שעלדרעק.

ביטע שרייבען פרייזען, אויב מעגליך.

רענט? צו קויפען? טעקס?

איך זיך, און איך גלייב אנדערע זיכן אויך, מער דעטאלען.

מיטוואך מאי 22, 2013 3:01 pm

פריילאך דעם איט! דיין בילד האט געהארגעט די גאנצע זאך!

קלערסט כ'בין גרייט צו גיין אין א שטעטל וואס האט נישט יעצט א סעיל אויף אלע MP3'ס?

נעווער!

מיטוואך מאי 22, 2013 3:06 pm

פריילאך האט געשריבן:די געשמאקע קאווע שטיבל אין קרית ה.ה. לאק שעלדריק


לויטן בילד, איז די קאווע שוין אויסגעגאנגען, יענער האט ציגעשטעלט אן נייעם פעריקיולעיטר, אן אשר יצר הענגט אין גרויס, זאג נאר בית כסא'ס איז דא גענוג?

מיטוואך מאי 22, 2013 3:18 pm

משה קארנפעלד האט געשריבן:פריילאך דעם איט! דיין בילד האט געהארגעט די גאנצע זאך!

קלערסט כ'בין גרייט צו גיין אין א שטעטל וואס האט נישט יעצט א סעיל אויף אלע MP3'ס?

נעווער!

;l;p-

מיטוואך מאי 22, 2013 3:31 pm

פריילאך האט געשריבן:די געשמאקע קאווע שטיבל אין קרית ה.ה. לאק שעלדריק

אמאל האט מען געוויסט אז א שטעטל ווערט א שטעטל ווען זיי האבן א אייגענע ביה"ח. היינט איז דא א אנדערע אבן הבוחן.

קרן שמואל ישעי' און ובלכתך !!

רבותי עס איז באשטעטיגט און פראטעקעלירט! לאק שעלדרעק איז א שטאט!

מיטוואך מאי 22, 2013 3:42 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
פריילאך האט געשריבן:די געשמאקע קאווע שטיבל אין קרית ה.ה. לאק שעלדריק

אמאל האט מען געוויסט אז א שטעטל ווערט א שטעטל ווען זיי האבן א אייגענע ביה"ח. היינט איז דא א אנדערע אבן הבוחן.

קרן שמואל ישעי' און ובלכתך !!

רבותי עס איז באשטעטיגט און פראטעקעלירט! לאק שעלדרעק איז א שטאט!


געוויסע שטעטלעך האבן אפי' 3 בתי חיים...

מיטוואך מאי 22, 2013 4:12 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
פריילאך האט געשריבן:די געשמאקע קאווע שטיבל אין קרית ה.ה. לאק שעלדריק

אמאל האט מען געוויסט אז א שטעטל ווערט א שטעטל ווען זיי האבן א אייגענע ביה"ח. היינט איז דא א אנדערע אבן הבוחן.

קרן שמואל ישעי' און ובלכתך !!

רבותי עס איז באשטעטיגט און פראטעקעלירט! לאק שעלדרעק איז א שטאט!


ביי מיין ווייב אין וויליאמסבורג איז ניטאמאל פארהאן איין איינציגע בית החיים.

אין בארא פארק דענק איך יא עפעס, איינס פון די וומ"ס ב"פ באס כהנים סומאטוכע, און די צווייטע עפעס מיטן שניי וואס האט אומגעווארפן מציבות, דארף מען וויסן להלכה אויב דארט הייסט נאך בארא פארק.

מיטוואך מאי 22, 2013 4:14 pm

משה קארנפעלד האט געשריבן:ביי מיין ווייב אין וויליאמסבורג איז ניטאמאל פארהאן איין איינציגע בית החיים.

אין בארא פארק דענק איך יא עפעס, איינס פון די וומ"ס ב"פ באס כהנים סומאטוכע, און די צווייטע עפעס מיטן שניי וואס האט אומגעווארפן מציבות, דארף מען וויסן להלכה אויב דארט הייסט נאך בארא פארק.

איז דאך אבער יא דאאאאא!

אין נעווי יארד, טאקע נישט קיין ביה"ח אפשר, אבער א בית הקברות יא.

מיטוואך מאי 22, 2013 4:36 pm

page 4
טאגליכט האט געשריבן:
דער תהילים איד האט געשריבן:פון אפערן דירות פאר "געציילטע מענטשן" ווערט נאכנישט קיין שטעטל, ווייל די געציילטע ווילן אויך נישט גיין אליינס.

דא איז די קלער אז אויב "יעדער" וועט קענען האבן אזאנע מציאות, וועט מען זיך אפשר ארויפכאפון דערויף.

כשאני לעצמי, האב געהאלטן אז דאס איז א חלום וואס "קען נישט" צושטאנד קומען, למעשה איז אבער די רעאקציע פונעם עולם עפעס ניזט אזוי נעגאטיוו... נו, הלואי.


מהאט נישט געאפערט פאר געציילטע מענטשען, מהאט עס געאפערט פאר יעדעם איינעם וואס האט געוואלט קומען.

מייקראסאפט האט געשריבן:
טאגליכט האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, איז וואוין דא אין לאק שעלריק, שוין א גוטע יאר מיר פיר חדשים, איך בין מיך מחי'. רבותי סאיז נאך דא הייזער אוועיליבל פאר פרי, יא איר הערט גוט, איר קענט דא האבן א שיינע גרויסע זעקס רומיגע דירה פאר פרי, קיינער קאלעקט נישט דא קיין רענט. זילטש.

מיר דא האבן געאפערט פאר אסך אידן א דירה, פאר גענצליך אומזיסט, און דא רעדט מער א פלאץ ווי עס וואוינען שוין עטליכע אין צוואנציג משפחות מיט א חדר, מיט א סקול, מיט א ביהמ"ד מיט א מקוה, מיט גראסעריס אראונד, דעליוועריס פון גראסעריס פון קרית יואל, אלעס וואס עס פעלט אויס צו האבן אין א אידישע פלאץ, און קיינער, קיינער, איז נישט געקומען, זאל מיר איינער איינרעדן אז מגייט דא מצליח זיין ארויס צו שלעפן די אייננגעגעסענע פארביסענע שטאטישע פון זייערע צוויי רומיגע וואלק אין קלאזעטס.


sweet dreams


וואס מיינסטי מיטן זאגן אז עס איז נאך אוועלעבעל פאר פרי?



יא סאיז נאך אוועיליבל, קענסט נאך קומען.

די דירות זענען אומזינסט אויף ווי לאנג ?

פלאטשיגער קען אויך ענטפערן.

מיטוואך מאי 22, 2013 4:44 pm

ניק ניק האט געשריבן:
והמבין יבין האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:לאמיר קודם זאגן די פאקטן וואס יעדער איז מסכים.

1)מען מוז עפעס טון, די מצב איז געפערליך.

2)וויליאמסבורג איז שוין אויסגעוואקסן, מען מוז זיך אוועקציען ערגעץ אנדערש.

3)עס איז שוין געווען אסאך פלענער פון אפסטעיט.

4)עס איז אלע דורכגעפאלן, אויסער לאק שאלדרעיק.

5)לאק שאלדרעיק וואוינען בלויז 27 משפחות, וואס האבן זיך ארויסגעצויגען צוליב דעם אכטער.

6)עס איז געבליבן טויזענטער אינגעלייט אין וויליאמסבורג וואס זוכן א לעזונג.

איך האף אז קיינער איז נישט מחולק מיט די אלע פאקטן.

יעצט ליינט שטאטעלעך, כאפס א טיפען אטעם, לייגטס אראפ דעם רימען בעפאר און הערטס מיט קאפ.

איך האף אז איך בין גענוג קלאר, ווער עס פארשטייט נישט קען איבערפרעגן, און דער וואס וויל נישט פארשטיין קען שרייען.

אביסל מוסיף זיין אויף די פאקטן
1)דו אינגערמאן דארפסט עפעס טון פון מ''' העטסטו גאנישט האבן
6))עס איז געבליבן טויזענטער אינגעלייט אין וויליאמסבורג וואס ווילן אז "יענער "זאל זיי זוכן א לעזונג.
-------
יעצט אביסל הסברה די פאקט איז א יונגערמאן וואס זוכט באמת א לעזונג האט געטראפן ,צו אין קר''י צו אין מאנסי אדער גאר אין לעקוואד
איי פ'וו איז די מצב געפערליך דיין מצב איז געפערליך דו ווילסט אז מ'זאל דיר צושטעלן דיינע אייגנגעמאכטע געברויכן אין אויב ס'נישט פוקנט גענוי באקוועם ווי די האסטיך
צוגעוואוינט /פארגעשטעלט העסטו האבן שיליען תירוצים מאנרא איז א דארף ס'פאליטיק מאנסי וואוינען דאך דאך בלויז משוגעים אין לעקוואד איז דאך נישט דא קיין "חסידים" אין צו
קויפן שווארצע גלעזער די ווארטסט אז עסקנים זאלן טון יענער דער (מ'גייט בויען שטעטלעך די היסטאריע פון "חסידישע שטעטלעך "האבן באוויזן אז ס'האט זיך אויסגעפעלט צו בויען
מיטן כח פון א רב/רבי פונעם פריעדיגן דור צום ביישפיל קרית יואל- סקווער-טאהש-קאשוי-ועוד)אלזא
פאק פעק און טראג זיך אפ פון די אנגעצויגענע נארמאלע וויליאמסבורג אין ווער א רוהיגע משוגענע איינוואינער פון מאנרא מאנסי לעקוואד א טאטע פאר דיינע קידערלעך אין א מאן פאר דיין פרוי והמבין יבין
א "געוועזענע "ווילאמסבורגע איינוואוינער


נאכן זען די ווייטאג פון די "געוועזענע "ווילאמסבורגע איינוואוינער איז שוין קלאר פארוואס אנדערע מופן נישט ארויס ודו"ק

אי''ה ביי אייך אויף שמחות אזעלכע ווייטאגן ודו'ק

מיטוואך מאי 22, 2013 5:08 pm

קאנגראטס צו טהור פאר זיין מאסיוו-קלארער אפהאנדלונג.

מיטוואך מאי 22, 2013 5:17 pm

די מערסטע האב איך הנאה אז עס איז שוין דא צובאקומען סי די'ס, דאס מאכט עס שוין פאר א עכטע שטעטל

מיטוואך מאי 22, 2013 5:33 pm

איך האב נישט קיין צייט צו ענפערן דא אלעס, איך דארף שוין אהיים גיין פון אפיס, אי"ה ועוד חזון למועד

הערליך האט געשריבן:וויפיל יונגעלייט זענען דארט אן סעק 8?
נאך א פראגע אויב מעג איך פרעגן, וויפיל יודן דארטן זענען בדעה דארטן צו בלייבן פערמענענט?


13 ואני בתוכם, איך האב ניטאמאל קיין פוד סטעמפס

מיטוואך מאי 22, 2013 5:38 pm

למעשה אויב וויל איך ארויסמופן קען מיר איינער זאגן וואס מ'בעט דארט צו דינגען א נערמאלע 5-6 רומיגע דירה?

וואוינען די אלע 25-30 משפחות אויף איין גאס אדער מער צושפרייט??

מיטוואך מאי 22, 2013 6:00 pm

גאס? ס'איז א באנגעלא קאלאני מיט ווינטערייזד דירות, נישטא קיין גאסן דארט

מיטוואך מאי 22, 2013 6:07 pm

שיינע בילדער פון דארטן

מיטוואך מאי 22, 2013 6:35 pm

ניק ניק האט געשריבן:שיינע בילדער פון דארטן

איך זע נישט קיין בילדער.

מיטוואך מאי 22, 2013 8:19 pm

ידיד האט געשריבן:
ניק ניק האט געשריבן:שיינע בילדער פון דארטן

איך זע נישט קיין בילדער.


דארט איז דא א לינק צו דאונלאדען די פיקטשערס.

איינער וויל מיר ענטפערן וויאזוי עס לויפט די פרייזן פון רענט דארט?

מיטוואך מאי 22, 2013 8:27 pm

אויב ס'קאסט נישט קיין געלט די דירות טא וואס פעלט אויס חלק שמונה?
די אלע וואס האבן נישט קיין חלק ח', איז עס ווייל זיי האבן נאכנישט? אדער ווילן נישט האבן.
אין אנדערע ווערטער פרעג איך די זעלבע שאלה וואס יעדער, וואס איז די ציל פון די וואס וואוינען דארט? פערמענאנט אדער צייטווייליג? א חשבון צו באקומען סלאטס און זיך אוועקציען?
די דירות וואס איז יעצט פאר פריי, וואס איז דער חשבון ווילאנג איז עס פאר פריי?
תודה מראש על התשובות.
שרייב א תגובה

Advertisement