בלאט 2 פון 22
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 11:37 am
דורך דער תהילים איד
הקיצור, צום ענין:
איז דערוילעם גרייט צו נעמען די פעק'ן'זעק אויף א באס פאר א וועג פון 3 שעה, פאר בלויז 40 אלפים?
שטארקע פראגע. (איך ווייס נישט קיין תשובה).
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 11:37 am
דורך פריי זיך
אויב ווילסטע אנכאפן אן אומגעגענט פון א גרעסערע שטאט נוץ ענדערש ראטשעסטער וואס איז צווישן סירעקיוז און באפעלאו
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 11:38 am
דורך פליגל
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:פליגל האט געשריבן:סירעקיאז איז א שטאט אין די אומגעגענט פון באפעלא.
איז דאס נישט שמילאוויטש'עס?
ניין, ס'איז א מהלך פון א גוטע צוויי דריי שעה פון סערקיוז ביז באפעלאו.
עכ"פ נישט דא לאקעל, און אויך א שיינע פאר שעה פארן, מער ווי 3.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 11:38 am
דורך ק.נ.א. וועטער
יעצט געטשעקט ביי גוגל, ס'איז א מהלך פון 2 שעה און 23 מינוט.
https://www.google.com/#hl=en&sclient=p ... 52&bih=706
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 11:41 am
דורך ק.נ.א. וועטער
איך הייב אן צו קלערן אז אולי איז די רעדע פון BINGHAMTON.
https://www.google.com/#hl=en&sclient=p ... 52&bih=706
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 11:42 am
דורך הערליך
טייערע עסקנים לש"ש, פליז וועיסט נישט אונזער און אייער צייט, בעפאר אלעם מוזט איר ארויסלייגן די נעמען, ווער שטייט אונטער דעם? אז נישט וועט דער עולם נישט טראסטן, און עס וועט האבן א סוף (סוף האב איך געזאגט? א אנפאנג) ווי אלע אנדערע וואס ווואקסן ווי שוואמען נאך א רעגן.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 11:43 am
דורך פליגל
דער תהילים איד האט געשריבן:הקיצור, צום ענין:
איז דערוילעם גרייט צו נעמען די פעק'ן'זעק אויף א באס פאר א וועג פון 3 שעה, פאר בלויז 40 אלפים?
שטארקע פראגע. (איך ווייס נישט קיין תשובה).
ביסט צעדרייט? אז כ'ברויך א בעיבי סיטטער ווייל כ'ברויך גיין שאפינג וועט מיין קליינע שוועסטער נישט קענען אריבערקומען,
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 11:46 am
דורך מאנ-יימער
טראנספארט האט געשריבן:הייסט איך דארף זיין גרייט צו געבן פערציג אלפים אן וויסן וואו דאס הויז געפינט זיך? אפשר איז עס א לבנה קאלאני?
מען גיבט נאכנישט קיין דיפאזיט, זיי שרייבן אז די דיפאזיט גייט מען גיבן נאך א צוזאמקום פון אלע אפליקאנטן מיט די עסקנים.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 11:48 am
דורך ק.נ.א. וועטער
אחרי שובי נחמתי, די עוורידזש פרייז דארט איז ארום 141 אלפים
http://www.trulia.com/real_estate/Binghamton-New_York
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 11:52 am
דורך שמעלקא טויב
אני הקטן שמעלקא טויב וואלט געלאפן אויף אזא מקום!
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 12:00 pm
דורך בעל דעת
שמעלקא טויב האט געשריבן:אני הקטן שמעלקא טויב וואלט געלאפן אויף אזא מקום!
אפשר שרייבסטי אויך וואס די פארלאנגסט צידיעם?
וואספרא סארט עולם, וויפיל פראצענט פום דיין קרייז אד"ג
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 12:00 pm
דורך עקבי הצאן
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:לויט די
בילדער און לויט די סימנים אז ס'איז 3 שעה פון ווילי, איז עס לכאורה נישט אין ניו יארק סטעיט...
וואספארא נפקא מינא אונטער וועלכן גאווערנער צו וואוינען
דער עיקר וויפיל טיילט מען אין יענע סטעיט/קאונטי, דעיט קאונטס
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 12:01 pm
דורך derech eretz
וואס גייט דא פאר? א רבי שפילט מיט קינדער א געים 'מ'גייט ערגעץ גיין, ווער קען געסן וואו'?
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 12:10 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
עקבי הצאן האט געשריבן:ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:לויט די
בילדער און לויט די סימנים אז ס'איז 3 שעה פון ווילי, איז עס לכאורה נישט אין ניו יארק סטעיט...
וואספארא נפקא מינא אונטער וועלכן גאווערנער צו וואוינען
דער עיקר וויפיל טיילט מען אין יענע סטעיט/קאונטי, דעיט קאונטס
איך האב געזאגט אז ס'איז א נפק"מ? איך פרוביר נאר צוצוטרעפן ווי דאס איז.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 12:11 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
עוורידזש היים פרייזן אין די יונייטעד סטעיטס
http://www.trulia.com/home_prices
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 1:55 pm
דורך שנאפס
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:עקבי הצאן האט געשריבן:ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:לויט די
בילדער און לויט די סימנים אז ס'איז 3 שעה פון ווילי, איז עס לכאורה נישט אין ניו יארק סטעיט...
וואספארא נפקא מינא אונטער וועלכן גאווערנער צו וואוינען
דער עיקר וויפיל טיילט מען אין יענע סטעיט/קאונטי, דעיט קאונטס
איך האב געזאגט אז ס'איז א נפק"מ? איך פרוביר נאר צוצוטרעפן ווי דאס איז.
Chenango County איז 4 שעה פון ברוקלין, און האט היפש נידריגע פרייזן, אבער קוקט נישט אויס ווי קיין סיטי-סטייל
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 2:19 pm
דורך שמעלקא טויב
בעל דעת האט געשריבן:שמעלקא טויב האט געשריבן:אני הקטן שמעלקא טויב וואלט געלאפן אויף אזא מקום!
אפשר שרייבסטי אויך וואס די פארלאנגסט צידיעם?
וואספרא סארט עולם, וויפיל פראצענט פום דיין קרייז אד"ג
אלץ א בעל דעת וואלסטו געמעגט בעסער וויסן...
איך פארלאנג נישט גארנישט, ס'דארף זיין כשר'ס צו עסן, א מקוה כשרה למהדרין, א ביהמ"ד פון חסידישע היימישע אידן, א תלמוד תורה ווי מ'קען שיקן די קינדער, מוז נישט זיין טויזענט פראצענט חסידות ווי אין מיין היימשטאט, ווייל דארט גייען אויך קינדער וואס זענען נישט איינשטימיג... דער עיקר איז וואס מ'לייגט אריין אין שטוב, נישט זיין צו ווייט פון ניו יארק, ובעיקר, לעבן רואיג אן א יאגעניש!
וואוינען מיט נאך מענטשן פון א אנדערע קרייז איז נאר א מעלה, אזוי מוז מען זיך האלטן צוזאם ווייל מ'איז א קליינער עולם, והבן.
די וועג וויאזוי מ'וואוינט היינט אין גרויסע פעקעדזשעס, און אזוי איז אויך ביי די גרעסרע חסידישע הויפן, לאזט ארויס אסאך נושרים וכו', אסאך זוכן דעם פראבלעם, איך האב מורא צו זאגן הויך, ס'איז מעגליך ווייל מ'לעבט אין ריזיגע קאמיוניטיס ווי קיינער באמערקט נישט אז די עקזעסטירט!
טראכט אריין דערין
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 2:35 pm
דורך הערליך
שמעלקע, איך בין מיט דיר אלל די וועי.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 2:53 pm
דורך בעל דעת
שמעלקא טויב האט געשריבן
ס'דארף זיין כשר'ס צו עסן, א מקוה כשרה למהדרין, א ביהמ"ד פון חסידישע היימישע אידן, א תלמוד תורה ווי מ'קען שיקן די קינדער,
ווייסט די האסט גיזאגט אזאך וואס האט 1000 מדריגות וואס הייסט היימיש
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 3:28 pm
דורך פארשטייטציך
דער תהילים איד האט געשריבן:הקיצור, צום ענין:
איז דערוילעם גרייט צו נעמען די פעק'ן'זעק אויף א באס פאר א וועג פון 3 שעה, פאר בלויז 40 אלפים?
שטארקע פראגע. (איך ווייס נישט קיין תשובה).
דערוילעם איז נישט גרייט צו נעמען די פעק'ן'זעק פאר 40000 דאלער40000 דאלער ווייניגער ווי מען צאלט און אונזערע געגענטער. אבער פאר 385000 ווייניגער פון מאנרא און פון ווילי 725000 קען זין וועט דערוילעם יא מסכום זיין
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 3:31 pm
דורך פאטאקי08
צו קויפן 40K פאר א דירה פאר 8 נפשות פלאס הרחבת הדעת קען מען אפשר טרעפן אין פאקיסטאן נישט אין אמעריקע. פינטל
א חוץ אז עס איז געבויעט פון פאפען דעקל... אדער אז ער רעדט פון דינגען
2) אויב איז דער בילד א אמתער בילד (מוז נישט זיין אז סאיז) קען מען דאך גרינג געוואר ווערן וואו אויפן כדור העולם דאס איז
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 3:41 pm
דורך פאטאקי08
שמעלקא טויב האט געשריבן:אני הקטן שמעלקא טויב וואלט געלאפן אויף אזא מקום!
אפשר איז מאנטריאל גוט פאר דיר?
איך ווייס נישט די דירות פרייזן דארט
אבער עס האט אלע אנדערע מעלות וואס דו האסט אויסגערעכנט
א רייזע פון מאנטריאל קיין נוי יארק וואלט איך געזאגט איז ביליגער ווי פון סיראקיוז ביז נוי יארק אפילו סאיז לענגער אין שטח
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 3:42 pm
דורך שנאפס
פארוואס איז עס ביליגער? געז איז ביליגער אין מאנטריאל?
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 3:49 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
איך וואלט נישט געגאנגען קיין מאנטריאל בעיקר צוליב די שטארקע אנטיסעמיטיזם וואס הערשט דארט.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 3:51 pm
דורך שמעלקא טויב
איך זיך נישט צו מופן סתם אזוי, כ'מיין צו זאגן אז ס'איז גאנץ באטעמ'ט דאס שטעטעליש לעבן, און פאר א גוטע דירה וואלט איך זיך געצויגן אויף אזא פלאץ!