Advertisement

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער
שרייב א תגובה

מאנטאג מאי 20, 2013 3:08 pm

ווינקל האט געשריבן:ע"פ רוב.




וואס הייסט על פי רוב?

און וואס הייסט ביליגער? וויפיל איז בעיס פרייז?

Advertisement

מאנטאג מאי 20, 2013 3:10 pm

ווינקל האט געשריבן:ע"פ רוב.


פרעג דיך זיי מוחל אביסל בעסער נאך..

מאנטאג מאי 20, 2013 3:20 pm

יהיה כן האט געשריבן:איך בין נישט אזוי מקנא 'טאגליכט' וואס פארא דירה ער האט,
כ'בין עם מער מקנא ווי גוט ער האט חתונה געהאט......


ערשט קלאסיג. טויזענט לייקס!!!
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

מאנטאג מאי 20, 2013 3:21 pm

הורוויץ האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן:ע"פ רוב.


פרעג דיך זיי מוחל אביסל בעסער נאך..

א דאנק פאר די רעקאצאנדעישן, שוין געטאן און ס'שטימט.

מאנטאג מאי 20, 2013 3:28 pm

שאינו יודע האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן:ע"פ רוב.




וואס הייסט על פי רוב?

און וואס הייסט ביליגער? וויפיל איז בעיס פרייז?

מאנטאג מאי 20, 2013 5:11 pm

אקעי, נאכן פארברענען א שעה צוויי אפצוליינען די לעצטע זיבן אכט בלעטער אין דעם אשכול, זעה איך אז מען האט שוין לאנג פארגעסן פון קרית הרחבת הדעת, לאמיך זיך אלזא אויך צושטעלן צו די דעבאטע און זעהן ווי איך וועל אנקומען מיט דעם.

דיסקלעימער: אני הקטן, בין געווען גרייט ביז פאר א פאר יאר צוריק ארויסצומופן פון דעם היימישן געגענט ווי איך וואוין, און גיין סיי ווי אין אמעריקא ווי עס גיין נאך צוויי פרומע אידן. יא, מיין אידענע איז אויך געווען גרייט. אבער עס האט זיך נישט אויסגעארבעט, כהיום איז דער אפציע נישט אפן פאר מיר, צוליב סיבות וואס דער מסבב כל הסיבות האט מסבב געווען. און איך בין מקבל זיין הנהגה אויף מיר, צו עס שמעקט מיר יא צו נישט, און כרגע בין איך דא, כאטש איך מוטשע זיך שטארק, ביז ער וועט מיר העלפן, אויף וועלכן אופן ער וועט זעהן פאר ריכטיג.

און אצינד צום ענין.

עס דארף זייער קלאר ווערן אראפגעשטעלט דער דיפערענץ צווישן עפעס וואס מען קען נישט און איז נישט מעגליך, צו עפעס וואס איך וויל נישט טון ווייל עס איז שווער און נישט באקוועם.

ווען דער משגיח אין ישיבה בעט א בחור ער זאל אנהייבן אויפשטיין פארטאגס, אדער אנהייבן קומען אין צייט (דער בחור איז שוין זיבעצן און גייט שוין אן במנהגו פאר גאנצע פיר יאר, דער משגיח איז נארוואס אריינגעקומען און טרייט צו מאכן טשעינדשעס), וועט דער בחור שרייען: איך קען נישט, שוין יארן וואס איך טוה אזוי, איך קען נישט אויפשטיין פרי, צו קומען אין צייט צו וואטעווער. איז אבער דער משגיח א קלוגער איד און אפפערט דעם בחור א דאללער פאר יעדעס מאל וואס ער קומט אין צייט (אדער פארטאגס...), אבער דער בחור שרייט, וואס? א דאללער? איך קען נישט, דער משגיח פארשטייט נישט, "איך קען נישט". פינטל.

דער משגיח ווארט נאך אוואך און קומט צוריק צו אים און אפערט אים פינף טאללער פאר יעדעס מאל קומען אין צייט. אבער, והוא באחד, "איך קען נישט". דער משגיח האלט אין איין העכערן, ווען ער האלט ערגעץ ביי פערציג פופציג דאללער, האט דער בחור זיך געבראכן און אנגעהויבן קומען פארטאגס. ס'האט אפגעקאסט אן אפותיקי, ווייל פאר פיר וואכן האט מען דעם בחור באצאלט טבין ותקילין, אבער נאך דעם האט מען אויפגעהערט צאלן, און דער בחור האט געמוזט ווייטער קומען, ווייל ער האט באוויזן אז ער קען.

ווען דער משגיח בעט אים ער זאל ארויפפליען אין די לופטן צוואנציג פוס, בלייבן דארט פאר איין מינוט און דערנאך צוריק אראפקומען (אן קיין הילף, סתם אזוי אליינס) קען עס דער בחור נישט באווייזן אפילו פאר צען טויזענט דאללער. איר ווייסט פארוואס? "ווייל ער קען נישט". פינטל.

דער הסבר איז זייער קלאר, גיין וואוינען צו די לבנה קען מען נישט, גיין קיין לעיקוואוד, לאק שעלדריק, סוואן לעיק, מאנסי, הרחבת הדעת, דיטרויט, נייעגרע פאללס וגו' וכו', קען מען יא, אבער עס איז זייער שווער, און מען וועט עס נאר טוען פאר דעם ריכטיגען פרייז.

יעצט דארף מען פארשטיין, אז ביי יעדעם איינעם איז דער ריכטיגער פרייז עפעס אנדערש. ביי איינעם איז עס צען גראסעריס, ביי איינעם א בית מדרש מיט קאווע און א מקוה (אן א דרייעדיגע געיט), ביי איינעם א שפיטאל, ביי איינעם זיין מאמע שוועסטער שוואגער און שוועגרין אין די ד' אמות. בקיצור, איר פארשטייט וואס איך מיין. אבער עס זענען אויך דא אזעלכע ביי וועמען א הויז פאר פופציג אלפים איז שוין גענוג.

דער היימישער ציבור באשטייט קע"ה פון צענדליגער טויזענטער משפחות, פון אלע עידשעס, פון אלע בעקגראונדס. אוודאי זענען דא אסאך וועלכע וועלן נישט אוועק מופן פון ניו יארק, פאר טויזענט סיבות, אבער עס זענען זיכער דא גענוג און נאך היימישע אידן וועלכע קענען און וואלטן געמופט ערגעץ אנדערש, פאר דעם ריכטיגן פרייז, וואס צומאל איז דאס נישט מער ווי דער פלעינער אפטייטש, א פרייז פון פופציג (צו זיבעציג אכציג) אלפים פאר א מענטשליכע הויז.

רוב היימישע אידן ווילן דווקא א געגענט מיט אסאאאך היימישע אידן, אזוי זענען זיי אויפגעוואקסן און דאס ווילן זיי האבן, עטליכע בתי מדרשים, בתי חינוך, גראסעריס און אנדערע געשעפטן, דאקטוירים און ארבעטס מעגליכקייטן. און יא, רוב ציבור איז נישט קיין עסקנים און נישט קיין נחשונים, דאס איז דער מציאות, זיי זענען פאלאוערס, אזוי איז עס אלעמאל געווען, דאס איז די נאטור פון די מענטשהייט. איי אמאל האט מען יא אזוי געוואוינט (מיין פעטער וועלכער איז געבוירן און אויפגעוואקסן אין ראצפערט, האט מיר אמאל געזאגט אז ראצפערט איז געווען א ריזן שטאט, פרעג איך אים, וויפיל אידן האבן דארט געוואוינט, זאגט ער מיר אז די לעצטע פאר יאר פארן קריג האבן שוין געוואוינט דארט בערך דריי הונדערט און פופציג משפחות... און אן אנדערן אלטן איד וועלכער איז געפארן צו ר' מיילעך טאהש'ער האט מיר פארציילט אז אין טאהש האבן געוואוינט פערציג אידישע משפחות) אמאל איז דאס געווען דער סדר העולם און היינט נישט.

ממילא איז אזוי, איך גיב די פולע קרעדיט פאר די תושבי לאק שעלדריק, איך בין זיי אפילו מקנא, הלוואי וואלט איך אויך געקענט וואוינען דארט. און איך בין זיכער אין דעם, אז אויב וועלן זיי בלייבן דארט מיט עקשנות (און מאכן אביסעלע מער פי אר) וועלן זיי אנקומען, צוביסלעך וועט צוקומען נאך איינער און נאך איינער און עס וועט ווערן א ישוב.

רוב אידן אבער זענען פשוט נישט גרייט צו גיין צו אזא פלאץ, נישט ווייל מען קען נישט, און נישט ווייל עס איז נישט קיין אפציע, נאר ווייל עס איז נישט גענוג באקוועם, דער פרייז איז צו הויך, מ'דארף אויפגעבן אויף צופיל באקוועמליכקייט. אבער אין א מקום מיט א מעגליכקייט פאר אפאר הונדערט משפחות וואלטן זיי שוין ענדערש געגאנגען, און א מקום מיט אפאר טויזענט, וואלטן נאך מער מענטשן געגאנגען.

יעצט לגבי די אלע פלענער פון נייע ישובים ביז היינט.

לפי ידיעתי, האט מען אלע פלענער ביז היינט גערעדט נאר פון בויען נייע געגענטער, נייע הייזער. דאס איז זייער שווער צוליב כמה סיבות. מען דארף האבן דעם שטח, מען דארף באקומען פערמיטס צו בויען, און פאר א אידישע ישוב איז דאס זייער זייער זייער שווער (ביודעי ומכירי קאמינא), און ווען דו האסט דאס שוין יא, דארפסטו נאך עטליכע צענדליגער מיליאנען צו בויען, און נאך דעם ערשט קענסטו קויפן א הויז. און צו בויען א הויז קאסט געלט, און מען קען נישט היינט בויען נייע הייזער און פאקויפן פאר עכט ביליג, ווייל מען קען נישט פארקויפן פאר ביליגער ווי עס קאסט צו בויען, אויסער אויב מען איז גרייט צו גיין באנקראט.

ווידער די היינטיגע מצב אין אמעריקא איז פונקט גוט צו זיין א ישועה פאר כלל ישראל. עס זענען דא צענדליגער שטעט און ישובים וועלכע זענען אוועילעבל צו קויפן, פאר אסאך אסאך אסאך ביליגער ווי עס קאסט צו בויען. מען דארף נישט קיין פערמיטס, מען דארף נישט קייין אינוועסטארס, מען דארף גארנישט, נאר מענטשן וועלכע זענען גרייט צו קומען. אפילו מוסדות אויפשטעלן דארט איז פיל גרינגער, ווייל מען קען באקומען בניינים פאר די מוסדות פאר כמעט בחינם.

איי וועסטו פרעגן אויב עס איז אזוי ביליג פארוואס קויפט עס קיינער נישט? גוטע קשיא, און דא ליגט דער סוד באגראבן. די עקאנאמיע. פלעצער ווי די עקאנאמיע פאלט, און די גוים האבן נישט קיין ארבעט דארט, מופן זיי אוועק, און די פרייז פון הייזער פאלן, אסאך מאל צו אזעלכע נידריגע ציפערן אז דו מיינסט אז מען רעדט פון א דאג האוס אדער שפילצייג הייזער פאר די דאליס פון דיינע קינדער.

אויב אזוי שטעלט זיך דאך די פראגע, אז עס איז נישט דא קיין עקאנאמיע פון ווי וועלן אונזערע אידעלעך לעבן. און אויף דעם איז דער תירוץ "צאי לך בעקבי הצאן" "שאל אביך ויגדך, זקנך ויאמרו לך". מיר זענען געוואוינט דא אין אמעריקא צו א נייעם מין לעבן אין די היסטאריע פון דעם גלות, לאמיר אבער געבן א קוק אויף דעם אמאל, אויף וויאזוי אידן האבן געלעבט פאר צוויי טויזענט יאר אין גלות פאר מען איז אנגעקומען קיין אמעריקא (און גראדע איז מען טאקע פונקט אזוי אנגעקומען קייין אמעריקא אויך).

און דער בילד שטעלט זיך ארויס זייער קלאר. אידן זענען געגאנגען וואוינען דארט ווי מען האט זיי געלאזט, דארט ווי עס איז געווען אוועילעבל דירות פאר זיי. און אינטערעסאנט איז, אז די סיבה פארוואס זיי זענען אנגעקומעןן אין נייע פלעצער, איז כמעט אלעמאל געווען, ווייל די לאקאלע הערשער האבן געוואלט האבן אידן דארט, וויסנדיג אז אידן בויען אויף א עקאנאמיע. אידן ברענגען א שפע צו א געגענט.

מיין פוינט איז, אז פאר אידן צו האבן דשאבס דארף נישט מעיסיס אדער האום דיפאו פארדינען אסאך געלט, אידן ברענגען מיט דשאבס מיט זיך. וואס מען מוז געדענקען איז, אז א פלאץ ווי הייזער איז ביליג, איז קאממערשל ספעיס אויך ביליג, א איד וואס האט א ביזנעס איז ניו יארק (יא, איך מיין נישט סיי וועמען, איך מיין די וואס קענען מופן די ביזנעס), און ער קען זיך שפארן זיבעציג אדער אכציג פראצענט אויף רענט פאר זיין ביזנעס, אדער אויב דאס פלאץ איז זיינס, קען ער אינוועסטירן דאס געלט וואס בלייבט אים איבער אין טאש פון פארקויפן, אזא איד וועט זייער מעגליך זיך מאכן דעם חשבון איינס פלאס איינס, און אויב ער האט אן אנדערן מקום ווי עס איז דא א געהעריגער אידישער ישוב, וועט ער זיך אהינציען און שפארן אסאך געלט.

אמת, דאס ארבעט נישט פאר יעדן איינעם, איינער וואס דארף ניין אזייגער אריינפאנטשן אין בי ענד עיטש, קען נאך נישט מופן יעצט (אפשר וועט בי ענד עיטש באקומען דארט א גוטע דיעל פאר זייער וועירהאוז און עס אהין מופן) אבער דער ציבור איז גענוג גרויס, אז אפאר הונדערט אינגעלייט, די וועלכע קענען יא, זאלן אריינשפרונגען דערין, און איינמאל עס איז שוין דא צוויי הונדערט משפחות מיט די בעסיק אינפראסטרוקטור, קומען שוין נאך, די צווייטע צוויי הונדערט וועלן קומען אסאך גרינגער.

נאך א נקודה. לגבי זיין ווייט פון ניו יארק

מיין מיינונג איז, אז ווייט פון ניו יארק איז דוקא א טובה. אויב מופט מען ערגעץ נאנט צו ניו יארק, פילט מען אלס אז מען איז נאך געבליבן מיט איין פוס אין ניו יארק. אויף אזא אופן איז שווער פאר א פלאץ זיך צו בויען. דוקא ווען מען מופט אוועק, אזוי אז מען זאל נישט קענען קומען צו פארן צו יעדן וואך נאכט, דוקא דעמאלס בויעט זיך דער ישוב, ווייל מען ווייסט אז דאס איז עס, איך האב זיך אפגעשניטן פון ניו יארק (רח"ל מאי דעתא...) און דא בין איך, און איך דארף טון אלעס וואס איך קען צו בויען דעם ישוב.

איי משפחה? פרעג איך צוריק, וואס טוט זיך מיט דיין משפחה, דיין פרוי, דיינע קינדער. געדענק, צען פופצן יאר נאך די חתונה, ווען מען האט שוין אן אייגענעם געזונדל, לויפט מען שוין נישט יעדן טאג צו די עלטערן, מען באגענוגענט זיך מיט רעדן אויפן טעלעפאן (לפי ידיעתי גייט זיין דער סערוויס אין קרית הרחבת הדעת). וואס יא, די עלטערן ווערן עלטער, און נאך אפאר יאר, וועלן זיי פארקויפן זייער מיליאן דאללארדיגן הייזקע אין ברוקלין, און קומען וואוינען אין א פערטל מיליאן דאלארדיגען פאלאץ אין דעם נייעם שטעטל, סיי ווי עס זאל נאר זיין (איך האף אז עס וועט זיין מער ווי איין קרית הרחבת הדעת), און דאן וועט איר ווידער האבן די עלטערן מיט די מאמעס פארטוך לעבן זיך. (עס קאסט מיר א לאך צו טראכטן ווי אין צוואנציג יאר ארום וועט מען זיך טענה'ן דא אין אייוועלט בערך אזוי: משוגע? אוועקמופן פון הרחבת הדעת קיין וויליאמסבורג? ביסט משוגע געווארן?...)

און ביז דאן וועט מען זיך באגענוגן מיט באזוכן איינס צוויי מאל א יאר, און מען וועט באמת הנאה האבן און אפרישיעיטן דאס קומען. און נאך א זאך, ווען אייער נאנטער חבר אדער קאזין וועט חתונה מאכן און איר וועט קומען צו פארן אפאר שעה פון דעם ניייעם ישוב, וועט ער עס אויך באמת אפרישיעיטן, עס וועט זיין ביי אים א חשיבות (ווער ווייסט, אפשר וועסטו נאך באקומען עפעס א כיבוד...), אנדערש ווי ביז היינט, ווען מען קומט צו פארן א שעה אהאלב פון מאנסי ק"י קיין ברוקלין און פארקערט, און מען טוט עס אפילו נישט אפרישיעיטן.

א נקודה וועגן גיין צו עקזיסטירנדע ישובים

איז אזוי, קודם בכלליות, אסאך מאל איז גרינגער פאר א מענטש, און בפרט ווען מען רעדט פון א גרופע מענטשן, צו גיין צו א נייע מקום ווי צו גיין צו א עקזיסטירנדע מקום וואס האט שוין איר קולטור, אויסשטעל און געדאנקען גאנג.

איך וואלט ענדערש געגאנגען צו א קרית הרחבת הדעת ווי צו לעיקוואוד אדער באלטימאור. בפרט ווען מען רעדט פון א גרויסע חסיד'ישע געמיינדע וואס וויל זיך ציען.

און בפרטיות איז אזוי, מאנסי איז דאס מערסטע געאייגעענט פאר א חסיד'ישער איד, און א סאטמאר'ער חסיד האט קרית יואל אויך, און דער אמת איז אז אסאאאך משפחות ציען זיך טאקע ארויס יאר יערליך, אבער למעשה איז דארט אויך נישט ביליג, און אין מאנסי איז דא א גרויסע פראבלעם מיט מוסדות. לעיקוואוד ווידער איז נישט עכט חסיד'יש (איך רעד פאר א וויליאמסבורגער איד), און עס איז נישט דא קיין מוסד פאר זיינע קינדער, ווידער עליזאבעט, פאסעיק, טינעק און נאך צענדליגער אזעלכע ישובים איז אויך נישט קיין אפציע, פאר כמה סיבות, איינס, עס איז פשוט נישט דא דארט אזוי פיל הייזער פאר א גרויסער ציבור, ווידער פאר איינצעלנע איז גאר שווער, ווייל עס איז גאר אן אנדער פאלק, ליטוואקעס, מאדערן ארטאדאקס וכדו', און אויך איז טעקסעס זייער זייער הויך, און סיי ווי איר וועט גיין אין געגענט פון ניו יארק סיטי (אינדרויסן פון די סיטי רעד איך) איז טעקסעס זייער הויך, ממש א צווייטער מארטגעדש.

קומט אויס אז פארמירן א נייער ישוב איז נאך אלץ דער בעסטער לייזונג צו דעם הימל שרייענדן פראבלעם.

אלזא, איך האב שוין נישט קיין נערוון צו שרייבן אזוי לאנג, וויל איך פרעגן דעם פותח האשכול, לפי ידיעתך, וואס טוט זיך דערווייל מיט קרית הרחבת הדעת?

מיר האבן שוין דא אנגעפולט צען זייטן מיט גאר וויכטיגע הימל שרייענדע וויכוחים, ווי האלט איר, איר רוקט זיך עפעס?


נ.ב. איך ציטער צו איך האב נישט עובר געווען אויף גילוי מיט דעם ארטיקל

מאנטאג מאי 20, 2013 5:21 pm

גילוי? יא! האסט אנטדעקט אלעמען אז דו ביסט א זיסער שרייבער און א גוטער טראכטער!

יעזור השם...

מאנטאג מאי 20, 2013 5:23 pm

מורא'דיג שיין ארויסגעברענגט!

מאנטאג מאי 20, 2013 5:26 pm

יואל שווארטץ האט געשריבן:מורא'דיג שיין ארויסגעברענגט!

מאנטאג מאי 20, 2013 5:30 pm

WOW

לכתחילה האט דא א ערנסטער קאמפעטישאן, דער טהור מיינט אז דא איז די פעיר טעקס אשכול...


ידיד האט געשריבן:
יואל שווארטץ האט געשריבן:מורא'דיג שיין ארויסגעברענגט!

מאנטאג מאי 20, 2013 5:38 pm

געוואלדיג גוט,

מאנטאג מאי 20, 2013 5:50 pm

געוואלדיג טהור. די תגובה פונעם אשכול!!

מאנטאג מאי 20, 2013 5:51 pm

מידער האט געשריבן:געוואלדיג טהור. די תגובה פונעם אשכול!!

מאנטאג מאי 20, 2013 6:28 pm

אראפ מיט די הוטן פאר טהור'ל.

מאנטאג מאי 20, 2013 7:47 pm

געוואלדיג טהור, דאס מיינט 'די וועלט שטייט אויף שלום און בויט זיך אויף מחלוקת', ווען נישט די טענה'ריי פריער וואלטן מיר נישט באקומען אזא תגובה..

מאנטאג מאי 20, 2013 10:11 pm

א גרויסען דאנקע ערעב טהור, זייער שיין ארויסגעברענגט....

האסטו חותם געווען מיט א פראגע, ווי עס האלט מיט די דירות.

איך האב היינט אריינגעשיקט מיין אפלעקאציע, און איך האב זיי אנגעפרעגט ווי פיל אפלעקאציעס זיי האבן שוין אריינבאקומען.

זאגן זיי אז עס האלט ביי 53 , אין די לעצטע צוויי וואכן.

דינסטאג מאי 21, 2013 8:18 am

יישר כח טהור.

זייער שיין.

צו די זאך.

און קוקט אויס אז אמת אויך.

דינסטאג מאי 21, 2013 1:33 pm

אט הייסט געשריבן!

דינסטאג מאי 21, 2013 3:45 pm

WOWOW
טהור
יעדער באדאנקט זיך מיט אן אנדערען נוסח
איך קען נישט קיין נוסח, אבער איך האב א גרינע באטטאן אין די זייט וואס מען קען דריקן וויפיל מאל מען האלט עס קומט זיך
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

דינסטאג מאי 21, 2013 3:52 pm

טהור צו דער זאך ;l;p-

דינסטאג מאי 21, 2013 5:58 pm

טהור נאדיר ;l;p-

דינסטאג מאי 21, 2013 7:06 pm

טהור, ;l;p-
איך האב עס געליינט ענד איי קענט עגרי מאר!

מיין פערזענדליכע מיינונג,
א יעדער נארמאלע אין באזעסענער מענטש וואס וואוינט אין שטאט דארף זעהן צו מחזק זיין די וואס ווילען אדער קענען מופען.. אפו' איך פערזענדליך האלט אז איך קען נישט מופען אבער מחזק זיין אנדערע איז א זאך וואס איך קען אין וועל אי"ה טוהן.
חבירי וידידי, האב איך ווען א בעסערען פעדער אין מער צייט וואלט איך ווען געקענט שרייבען א גאנצען אשכול פין פראבלעמען וואס מענטשען מאכען מיט מיט זייערע דירות אין שטאט, אין א ריזיגען חלק וואלט ווען געקענט פארמיטען ווערן מיט א נייע קרי'.

ובשם השם נעשה ונצליח!

מיטוואך מאי 22, 2013 10:58 am

איך האב יעצט אראפ געלייגט מיט איינע פון די הויפט עסקנים. ער זאגט אז ב"ה סאיז שוין אריינגעקומען איבער 70 אפליקעישן'ס.(נעכטן אליין איבער 20. נאכן לייגן 150 פון די בראשור'ס און וומס''ג) און די טעלעפאן איז כסדר ביזי מיט אריינרופער. (וועגן דעם קען נעמען אביסל ביז מ'ריפט צירוק.)

מ'האט געמאכט 10,000 קאפי'ס פון די בראשור צי לייגן אין די בתי מדרשים.

די עסקנים זיצן מיט פראפעישעל'ס / עסקנים פאר די סוקסעס. ער זאגט אז איינמאל ס'קומט אריין 300 אפליקעישן'ס וועט מען ארויסקומען מיט די נעמען פון די עסקנים און מיט מער דיטעילס.

מיטוואך מאי 22, 2013 11:16 am

סיז געשטיגן צו 71... כאב נארוואס אריין געשיקט מיין אפליקאציע.

טהור, הערליך גוט אראפ געלייגט איז נישט דאס ווארט.

מיטוואך מאי 22, 2013 12:50 pm

טהור-עיניים האט געשריבן:אקעי, נאכן פארברענען א שעה צוויי אפצוליינען די לעצטע זיבן אכט בלעטער אין דעם אשכול, זעה איך אז מען האט שוין לאנג פארגעסן פון קרית הרחבת הדעת, לאמיך זיך אלזא אויך צושטעלן צו די דעבאטע און זעהן ווי איך וועל אנקומען מיט דעם.

ממילא איז אזוי, איך גיב די פולע קרעדיט פאר די תושבי לאק שעלדריק, איך בין זיי אפילו מקנא, הלוואי וואלט איך אויך געקענט וואוינען דארט. און איך בין זיכער אין דעם, אז אויב וועלן זיי בלייבן דארט מיט עקשנות (און מאכן אביסעלע מער פי אר) וועלן זיי אנקומען, צוביסלעך וועט צוקומען נאך איינער און נאך איינער און עס וועט ווערן א ישוב.


לשם יחוד קודשא בריך הוא... הנני מוכן ומזומן לקיים דברי טהור עיניים לעשות פי אר...

קודם כל א גרויסן יישר כח און א שיינעם דאנק פאר אזא קלארן און לעכטיגן תגובה!!! ;l;p-
פראגע: וואו קען איך ארויסקעשן די קרעדיט וואס דו געבסט מיר מיט אזא ברייט האנט...??

פאקטן:
1. איך וואוין שוין דא אין לאק שעלדרעיק ב"ה בלע"ה א יאר און פיהר חדשים, זאל דער אייבישטער העלפן ווייטער, איך דאנק אים אויפן טאג וואס ער האט מיר דא ארויסגעברענגט.
2. איך האב נישט קיין סעק. 8, איך האב ארויסגעמופט מיט מיין אייגענעם רצון.
3. עס איז הערליך שיין דא, ברוחניות ובגשמיות...!!! (נישט צום באשרייבן...)
4. עס איז דא 4 היימישע גראסערי'ס אפען אלל ייער ראונד מיט די בעסטע און שענסטע.
5. צווישן גיבערס, פאללסבורג און לאק שעלדרעיק, גראסערי, וואלמארט, שאפרייט, האום דיפאט, ACE הארדוועיר, אא"וו איז רוב סערוויסעס ב"ה דא צו באקומען גרינג.
6. און וואס נישט, מאכט מען א טריפ קיין קרית יואל יעדע שטיק צייט.
7. JOB'S איז קלאר יא דא, איך אליין האב שוין אפגעזאגט א גוטע 10 שטיק....
8. נעכטן האט זיך ב"ה ארויסגעצויגן אהער נאך א משפחה מיט 6 קינדער בלע"ה.
9. עס איז נאכנישט דא קיין העלטה פוד סטאר מיט הונדערטער וויטאמינען צו מאכן די קינדער איינזיצן, צו מאכן עלטערן רואיג בלייבן ביים זינען, קינדער זאלן וואקסן, א.א.וו. וויל ב"ה דא פעלט עס נישט אויס.....!
שרייב א תגובה

Advertisement