אלעס איבער נייע היימישע געגנטער
זונטאג מאי 19, 2013 1:15 pm
אפשר איז יענער סתם איבערגעטריבן?
Advertisement
זונטאג מאי 19, 2013 1:15 pm
שטארק זיך
ביסט אפשר דא אין די געגענט?
זונטאג מאי 19, 2013 1:26 pm
איך האב געקוקט נאך דירות וואס זענען טאקע געווען ביליגער פון דעם, אבער אויסרעכענדיג די פעינט און סקרעיפען און שאר ירקות, צוטיילענדיג פאר דריי יאר איז אויך אויסגעקומען צווישן $2200 און $2400, און איין חסרון האבן די אלע געהאט אז עס איז נישט געווען קיין נייע.
זונטאג מאי 19, 2013 2:20 pm
הבדלה וויין האט געשריבן:איך בין געגאנגען קוקן א נייע דירה וואס איז געווען גרייט אריינצומופן און לכתחילה האט ער געדארפט $2600, אבער ווייל איך האב די אכטע האט ער געקענט באשטיין צי האנדלען. איך זאג נישט עס איז געווען א שיינע סייז דירה מיט סענטראל A/C און נאך עטליכע LUXURY'S, אבער איך גלייב אז אזא סייז דירה אן די מותרות מער אין צענטער פון שטעטל וואלט געקאסט די זעלבע פרייז.
און איך בין געגאנגען קוקן א אכט רומ'יגע דירה אן א בוידעם.
פאר דעם געלט איז שוין ליבערשט צו קויפן און צאלן א 30 יאר מארגידזש וואס קען אויסקומען ביליגער ווי רענט, ועל כולם צאלסטו נישט פאר יענעם נאר פאר דיר אליין להנאתך ולטובתך.
זונטאג מאי 19, 2013 2:28 pm
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:פאר דעם געלט איז שוין ליבערשט צו קויפן און צאלן א 30 יאר מארגידזש וואס קען אויסקומען ביליגער ווי רענט, ועל כולם צאלסטו נישט פאר יענעם נאר פאר דיר אליין להנאתך ולטובתך.
מיינסט פארן באנק. + טעקסעס, מענטענענס, בילדינג ווייעלעשנס, וכו' און ס'בלייבט פאר די יורשים
זונטאג מאי 19, 2013 2:36 pm
הבדלה, איך מיין אזא דירה קען מען האבן אין קרית יואל פאר 18, 19 הונדערט, און יא אין בעסטן געגענט (אויב עס מיינט ביי יעדעם די זעלבע.)
-
אבער איבער די רעדע דא פון יא נייע געגנט אדער נישט, יא אויסארבעטן אדער נישט, שמעקט מיר דא היפש עפעס אנדערש.
פון די פאוסט'ס דא זעהט מיר אויס אז די קרית יואל'ע זענען אויף איין זייט, און די וויליאמסבורג'ע אויף די אנדערע זייט.
האב איך רעכט?
זונטאג מאי 19, 2013 2:55 pm
ניין, איך בין א וויליאמסבורגער...
זונטאג מאי 19, 2013 3:31 pm
הבדלה וויין האט געשריבן:פאטאקי08 האט געשריבן:וואס קאסט היינט א אכט רומיגע דירה אין מאנרא צו דינגען?
בערך $2500, חוץ אויב מען דארף אריינלייגן געלט אדער עס איז אן אלטע דירה.
איך צאל פאר א גרויסע אכט רומיגע, נייע, נישט בעיסמענט\וואלק-אין, אונטער 17 מיט אכטער שטייצעך..
איך ווייס ס'איז אביסל ביליג, מ'רעדט פון א קאנטרעקט פון זעקס יאר צוריק.
אבער איך מיין ס'האלט היינט אזא דירה ביי צוויי אלפים בערך.
זונטאג מאי 19, 2013 3:55 pm
שאינו יודע האט געשריבן:לאמיר קודם זאגן די פאקטן וואס יעדער איז מסכים.
1)מען מוז עפעס טון, די מצב איז געפערליך.
2)וויליאמסבורג איז שוין אויסגעוואקסן, מען מוז זיך אוועקציען ערגעץ אנדערש.
3)עס איז שוין געווען אסאך פלענער פון אפסטעיט.
4)עס איז אלע דורכגעפאלן, אויסער לאק שאלדרעיק.
5)לאק שאלדרעיק וואוינען בלויז 27 משפחות, וואס האבן זיך ארויסגעצויגען צוליב דעם אכטער.
6)עס איז געבליבן טויזענטער אינגעלייט אין וויליאמסבורג וואס זוכן א לעזונג.
איך האף אז קיינער איז נישט מחולק מיט די אלע פאקטן.
יעצט ליינט שטאטעלעך, כאפס א טיפען אטעם, לייגטס אראפ דעם רימען בעפאר און הערטס מיט קאפ.
איך האף אז איך בין גענוג קלאר, ווער עס פארשטייט נישט קען איבערפרעגן, און דער וואס וויל נישט פארשטיין קען שרייען.
אביסל מוסיף זיין אויף די פאקטן
1)
דו אינגערמאן דארפסט עפעס טון פון מ''' העטסטו גאנישט האבן
6))עס איז געבליבן טויזענטער אינגעלייט אין וויליאמסבורג וואס ווילן אז "יענער "זאל זיי זוכן א לעזונג.
-------
יעצט אביסל הסברה די פאקט איז א יונגערמאן וואס זוכט באמת א לעזונג האט געטראפן ,צו אין קר''י צו אין מאנסי אדער גאר אין לעקוואד
איי פ'וו איז די מצב געפערליך
דיין מצב איז געפערליך דו ווילסט אז מ'זאל דיר צושטעלן דיינע אייגנגעמאכטע געברויכן אין אויב ס'נישט פוקנט גענוי באקוועם ווי די האסטיך
צוגעוואוינט /פארגעשטעלט העסטו האבן שיליען תירוצים מאנרא איז א דארף ס'פאליטיק מאנסי וואוינען דאך דאך בלויז משוגעים אין לעקוואד איז דאך נישט דא קיין "חסידים" אין צו
קויפן שווארצע גלעזער די ווארטסט אז עסקנים זאלן טון יענער דער (מ'גייט בויען שטעטלעך די היסטאריע פון "חסידישע שטעטלעך "האבן באוויזן אז ס'האט זיך אויסגעפעלט צו בויען
מיטן כח פון א רב/רבי פונעם פריעדיגן דור צום ביישפיל קרית יואל- סקווער-טאהש-קאשוי-ועוד)אלזא
פאק פעק און טראג זיך אפ פון די אנגעצויגענע נארמאלע וויליאמסבורג אין ווער א רוהיגע משוגענע איינוואינער פון מאנרא מאנסי לעקוואד
א טאטע פאר דיינע קידערלעך אין א מאן פאר דיין פרוי והמבין יבין
זונטאג מאי 19, 2013 4:11 pm
בלעטל האט געשריבן:הבדלה וויין האט געשריבן:פאטאקי08 האט געשריבן:וואס קאסט היינט א אכט רומיגע דירה אין מאנרא צו דינגען?
בערך $2500, חוץ אויב מען דארף אריינלייגן געלט אדער עס איז אן אלטע דירה.
איך צאל פאר א גרויסע אכט רומיגע, נייע, נישט בעיסמענט\וואלק-אין, אונטער 17 מיט אכטער שטייצעך..
איך ווייס ס'איז אביסל ביליג, מ'רעדט פון א קאנטרעקט פון זעקס יאר צוריק.
אבער איך מיין ס'האלט היינט אזא דירה ביי צוויי אלפים בערך.
פארן אכטער צאלט דער פעטער היבש ווינציגער אין אפסטעיט ווי אין די סיטי
זונטאג מאי 19, 2013 4:25 pm
נאך אלץ ביליגער מיין איך.
זונטאג מאי 19, 2013 4:51 pm
סתם צו האבן אביסל קלארער די בילד: וואס טוט זיך מיט הילף פאר שכ"ל? איז עס דא אין אפסטעיט אזוי ווי אין NYC?
זונטאג מאי 19, 2013 4:55 pm
הורוויץ האט געשריבן:סתם צו האבן אביסל קלארער די בילד: וואס טוט זיך מיט הילף פאר שכ"ל? איז עס דא אין אפסטעיט אזוי ווי אין NYC?
ניין, ס'יז נישטא
זונטאג מאי 19, 2013 5:02 pm
דאס מיינט אז נישט פאר יעדן איז ביליגער צו וואוינען אין מאנסי/מאנרא ווי ברוקלין, ודו"ק.
זונטאג מאי 19, 2013 5:17 pm
הורוויץ האט געשריבן:דאס מיינט אז נישט פאר יעדן איז ביליגער צו וואוינען אין מאנסי/מאנרא ווי ברוקלין, ודו"ק.
אין הכי טאקע...
זונטאג מאי 19, 2013 6:48 pm
והמבין, זייער גוט געזאגט און טאקע ווען איך בין געקומען צי די מסקנא אז עס וועט גארנישט געשען פון "מע" האב איך מיך אליינס גענומען אין די האנט אריין און געמאכט פליטה פון די וויליאמסבורגע ירושלים.
אלץ איינער וואס איז געווען פון די ערשטע וואס האבן זיך אינטערסירט אין די אלע נייע געגענטער וואס זענען ארויסגעקומען נאכ'ן ריעל עסטעיט קראך ווי שוועמעל נאך א רעגן, און זייענדיג בקשר מיט עטליכע בארימטע עסקנים, ווייס איך אביסל פון אינעווייניג, קען איך זאגן בפה מלא אז די וואס זענען מושל בכיפה וויל'ן אז דער עולם זאל בלייבן אין ווילי טאון, חוץ אויב זיי קענען האבן א בענעפיט פון ארויסשיקן אינגעלייט צי "מיין" פלאץ. אבער אויב ווילסטו מופן אויף א פלאץ וואס "איך" וועל נישט בענעפיטירן, וועט מען דיר נאר אראפרייסן.
די גרעסטע ראי' קענסטו נעמען פון דעם וואס וויפיל "סאטמארע" (ברענג מיר נישט פאפא, קלויזענבורג, באבוב אדער סתם אויפגעקלערטע) אינגעלייט האבן געמופט קיין מאנסי (נישט עירמאנט) די לעצטע 10 יאר? איך ווייס אז א שיינע עולם האט געמופט, אבער וויפיל מער וואלטן ווען געקענט מופן, און אויף מאנסי קען מען נישט זאגן די אלע תירוצים וואס מען זאגט אויף לעיקוואוד, און אפילו לעיקוואוד איז געווען א שטיק צייט א רעדע, אבער ח"ו נאר אין די דעוועלאפמענט וואס איך וועל דיר צושטעלן, איי די קענסט האבן באקוועמער און פאר ביליגער אין אן אנדערע דעוועלעפמאנט דאס שוין נישט, און אז זיי מיינען זיך, דארף איך מיינען "מיך"
איך האלט קלאר אז יעדער האט א רעכט צי בעטן וויפיל ער וויל, אבער איך האב אויך א רעכט צי טוען וואס איך וויל.
לגבי שכר לימוד, דארף מען געדענקען אז די גמ' זאגט שוין כל מזונותיו... חוץ מהוצאת בניו וכו' אבער די גמ' פילט נישט פאר וויכטיג צי זאגן חוץ מהוצאת וואוינען מיט'ן מאמע אדער שוועסטער.
זונטאג מאי 19, 2013 7:06 pm
לאמיך ענק עפעס זאגן.
צוויי זאכן האב איך אין מיין קורצן לעבן זיך געשוואוירן. 1) אז איך וועל קיין מאנרא נישט חתונה האבן. 2) אז איך גיי קיינמאל נישט גיין אליינס אין ביזנעס. (כ׳זאג אייביג אז נאכדעם האב איך געשוואוירן אז מער שווער איך נישט, ווייל נאר די שבועות ווערן מיר מקוים…)
וואס איך וויל ארויסברענגען איז, אלס וויליאמסבורגער געבוירענער האב איך נישט געקענט מיך זען וואוינען אין מאנרא, איך האב שטענדיג פיינט געהאט דאס פלאץ און אלעס און יעדער וואס האט נאר א שייכות דערמיט. מה עשה הקב״ה? ער האט מיר אראפגעשליידערט אהער מיט א זעץ.
מיינסט אז איך זיץ און וויין? געווענליך נישט. איך האב זיך צוגעוואוינט און פארטיג, איך וואלט יעצט נישט צוריקגעמופט קיין שטאט.
איטס נאט דעט בעד.
הער כאטש אויס די איידיע פון מופן, מיט די צייט וועסטו זען אז ס׳נישט אזוי שרעקליך.
און אין דער צווישנצייט, לאז כאטש א צווייטן טראכטן געהעריג פון מופן. מאך עס נישט סתם אזוי אוועק.
זונטאג מאי 19, 2013 7:50 pm
יהיה כן האט געשריבן:הורוויץ האט געשריבן:דאס מיינט אז נישט פאר יעדן איז ביליגער צו וואוינען אין מאנסי/מאנרא ווי ברוקלין, ודו"ק.
אין הכי טאקע...
בנוסף אויב מען ארבעט אין די שטאט, און מען רעכנט אריין די קאסט פון טראספאטעישאן.
מאנטאג מאי 20, 2013 12:02 pm
והמבין יבין האט געשריבן:שאינו יודע האט געשריבן:לאמיר קודם זאגן די פאקטן וואס יעדער איז מסכים.
1)מען מוז עפעס טון, די מצב איז געפערליך.
2)וויליאמסבורג איז שוין אויסגעוואקסן, מען מוז זיך אוועקציען ערגעץ אנדערש.
3)עס איז שוין געווען אסאך פלענער פון אפסטעיט.
4)עס איז אלע דורכגעפאלן, אויסער לאק שאלדרעיק.
5)לאק שאלדרעיק וואוינען בלויז 27 משפחות, וואס האבן זיך ארויסגעצויגען צוליב דעם אכטער.
6)עס איז געבליבן טויזענטער אינגעלייט אין וויליאמסבורג וואס זוכן א לעזונג.
איך האף אז קיינער איז נישט מחולק מיט די אלע פאקטן.
יעצט ליינט שטאטעלעך, כאפס א טיפען אטעם, לייגטס אראפ דעם רימען בעפאר און הערטס מיט קאפ.
איך האף אז איך בין גענוג קלאר, ווער עס פארשטייט נישט קען איבערפרעגן, און דער וואס וויל נישט פארשטיין קען שרייען.
אביסל מוסיף זיין אויף די פאקטן
1)
דו אינגערמאן דארפסט עפעס טון פון מ''' העטסטו גאנישט האבן
6))עס איז געבליבן טויזענטער אינגעלייט אין וויליאמסבורג וואס ווילן אז "יענער "זאל זיי זוכן א לעזונג.
הונדרעט פראצענט, האסט עפעס א לעזונג וואס מען קען טון?
מאנטאג מאי 20, 2013 2:33 pm
שאינו יודע האט געשריבן:והמבין יבין האט געשריבן:שאינו יודע האט געשריבן:לאמיר קודם זאגן די פאקטן וואס יעדער איז מסכים.
1)מען מוז עפעס טון, די מצב איז געפערליך.
2)וויליאמסבורג איז שוין אויסגעוואקסן, מען מוז זיך אוועקציען ערגעץ אנדערש.
3)עס איז שוין געווען אסאך פלענער פון אפסטעיט.
4)עס איז אלע דורכגעפאלן, אויסער לאק שאלדרעיק.
5)לאק שאלדרעיק וואוינען בלויז 27 משפחות, וואס האבן זיך ארויסגעצויגען צוליב דעם אכטער.
6)עס איז געבליבן טויזענטער אינגעלייט אין וויליאמסבורג וואס זוכן א לעזונג.
איך האף אז קיינער איז נישט מחולק מיט די אלע פאקטן.
יעצט ליינט שטאטעלעך, כאפס א טיפען אטעם, לייגטס אראפ דעם רימען בעפאר און הערטס מיט קאפ.
איך האף אז איך בין גענוג קלאר, ווער עס פארשטייט נישט קען איבערפרעגן, און דער וואס וויל נישט פארשטיין קען שרייען.
אביסל מוסיף זיין אויף די פאקטן
1)
דו אינגערמאן דארפסט עפעס טון פון מ''' העטסטו גאנישט האבן
6))עס איז געבליבן טויזענטער אינגעלייט אין וויליאמסבורג וואס ווילן אז "יענער "זאל זיי זוכן א לעזונג.
הונדרעט פראצענט, האסט עפעס א לעזונג וואס מען קען טון?
מען קען טון ??! העסטו ווארטן נאך ווייסעך ווי לאנג ,
די קענסט טון פאר דיר טו וואס יואל שווארטץ-הבדלה וויין -והמבין יבין האט געטון אין נאך פילע אנדערע משפחות האבן געטון
שרייטס אלע איך גיי<<<איך גיי
מאנטאג מאי 20, 2013 2:44 pm
יהיה כן האט געשריבן:הורוויץ האט געשריבן:דאס מיינט אז נישט פאר יעדן איז ביליגער צו וואוינען אין מאנסי/מאנרא ווי ברוקלין, ודו"ק.
אין הכי טאקע...
מאנטאג מאי 20, 2013 2:47 pm
די שכ"ל ביליגער, ברויך מען נישט די הילף פונם פעטער....
מאנטאג מאי 20, 2013 2:57 pm
ווינקל האט געשריבן:די שכ"ל ביליגער, ברויך מען נישט די הילף פונם פעטער....
סי'ז דען ביליגער???
מאנטאג מאי 20, 2013 3:02 pm
ע"פ רוב.
מאנטאג מאי 20, 2013 3:04 pm
הערליך האט געשריבן:טהור-עיניים האט געשריבן:אבער פאר דעם דארפסטו גרייט זיין צו וואוינען אין אפריקע, ווייל דאס איז בערך וואס דעטרויט איז היינט, א הפקר'דיגע דריטע וועלט לאנד
טהור זייער גוט געזאגט בעצם, אבער בנוגע די סטעיטמענט, דערמאנן זיך וויאזוי ניו יארק האט אויסגעקוקט עטליכע יאר צוריק.
ניו יארק האט קיינמאל נישט אויסגעקוקט נאנט צו וויאזוי דעטרויט קוקט היינט אויס. איר מיינט אוודאי אז איך מאך א גוזמא, ווייל עס גלייבט זיך פשוט נישט אז אין אמעריקא קען אזאנס פארקומען, אבער דאס איז דער מציאות, דיטרויט (איך רעד פון די איסט סייט און וועסט סייד פון די סיטי, נישט דאונטאון און נישט די ארומיגע שטעטלעך) איז א געהעריגע דריטע וועלט לאנד, וואו עס הערשט פולשטענדיגע הפקרות און אנארכיע. און נאך ערגער איז, אז די שטאט טאטעס ווילן עס נישט באמת פיקסן, ווייל יעדע סארט פאריכטונג קומט מיט אריינברענגען נייע מענטשן (לייען: ווייסע) מענטשן אין שטאט. און איינס פון די זאכן מיט וואס די היינטיגע דעטרויטער זענען זייער שטאלץ איז, אז עס איז א ריין שווארצע שטאט, און זיי ווילן ענדערש בלייבן אזוי, אבער שווארץ זאל עס זיין, ווי איידער וואוינען אין א נארמאלע ציוויליזירטע שטאט מיט ווייסע.
אנטשולדיגט פארן פארפארן פון דעם ענין.
און עס איז זיכער דא בעסערע געגענטער און עס קען זיין אז אפילו דארט קען מען עס מאכן, אבער ביז אהין איז נאך דא גענוג און נאך ווי מען קען גיין: קליוולאנד, העריסבורג, בינגהאטאן, סיראקיוז ועוד ועוד.