בלאט 8 פון 22

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 13, 2013 12:01 pm
דורך שאינו יודע
יואל שווארטץ האט געשריבן:יעצט בין איך באמת צומישט.
וואו שטייסטו איין, ניק ניק?

2) אגב, א איד האט רחמנות אויך ווען יענער איז נישט גערעכט.
חז"ל זאגן שוין, על שוטה אסור לרחם.


לא חרבה ירושלים אלא על שהעמידו דבריהם על דין תורה, עי' במדרש בהר, ווער עס זאגט אויף איינעם וואס ארבייט נישט, גיי ארבייט, זאגט השי"ת איך האב דיר געמאכט פאר א עושר און יענעם פאר אן עני, און איך קען מאכן פארקערט, חכמים הזהרו בדבריכם.


3) אונזערע זיידעס אין לאגער...
דאס איז שוין זייער אן אלטער דשאוק, און ניטאמאל דאס ווען מ'רעדט יא פון לוקסוס וואס מ'קען האבן מער פון וואס די זיידעס האבן געהאט. און יעדער מעג וועלן זיך באקוועם מאכן.
וואו ס'קלאפט אויס איז ווען איינער וויל טאקע (למשל) האבן א גראסערי ביים קארנער אבער ער האט נישט אזא פראבלעם מיט א דאקטאר וואקינג דיסטענס. צו צוויי אנדערע "פראבלעמען" וואס איינס גייט אים יא אן און איינס נישט. אבער ווען ס'קומט צו רעדן פון נייע ישובים ווערט יעדער פלוצלינג באזארגט פאר "אלע" באקוועמליכקייטן וואס מ'וויל אים אוועקנעמען.

מען דארף נישט אלע, עס איז א קאמבינעישאן פון אלע אויף איין מאל

און מיט דעם איז הבדלה וויין יא זייער גערעכט.
מיר זענען פארוואנדלט געווארן אין אזאנע אנדיסיידעד אידיאטן, און מיר פרובירן שוין אזוי ווייט נישט צו מאכן דעסיזשענס אז ווען ס'קומט דערצו אז מ'דארף מאכן א סיריעס דעסיזשען ווערט א בהלה. נמנו וגמרו אז מ'גייט קוקן וואס יעדער טוט, מ'גייט מיטשרייען מיט יעדעם, און אפי' אויב דער "יעדער" איז נישט גערעכט, סאו בי איט. כ'האב שוין געטון גענוג, איך קען מיך שוין לעקן די וואונדן אויפן כשר'ן וועג, ב"ה פאר דעם.
דאס איז געשען פון די פלארייד אין די וואסער...

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 13, 2013 12:08 pm
דורך יואל שווארטץ
נו גיב א שאנס פאר ירושלים ד'אמעריקע אויך...
(אויפן זעלבן לעוול ווי די פלאורייד דשאוק...)

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 13, 2013 12:09 pm
דורך ניק ניק
תשובה ליואל

1) דערמאנט מיך א מעשה, מ'האט געפרעגט א איד וואס טוסטו פאר פרנסה? זאגט ער פשוט, איך זעץ מיך אריין אין קאר איך טו נישט אן די סיעט בעלט שוין פארדינט 80$ נאכדעם פאר איך דורך א רויט לייט נאך 200$ וכו' הנמשל מובן

2) אכמ"ל

3) ווי האט מען צוגעשטעלט די וויכטיגסטע וואס הכל מודים אז ס'איז וויכטיג?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 13, 2013 12:17 pm
דורך יואל שווארטץ
ניק ניק האט געשריבן:תשובה ליואל

1) דערמאנט מיך א מעשה, מ'האט געפרעגט א איד וואס טוסטו פאר פרנסה? זאגט ער פשוט, איך זעץ מיך אריין אין קאר איך טו נישט אן די סיעט בעלט שוין פארדינט 80$ נאכדעם פאר איך דורך א רויט לייט נאך 200$ וכו' הנמשל מובן

איפכא מסתברא.
דער איד, אפי' ער רעדט זיך איין אז ער מאכט פרנסה, האט אבער נאך אלץ די קאפוויי און עגמת נפש וואס קומט מיט אזא פרנסה. וואס דו כאפסט אבער נישט איז, ביי די אלע שטעטלעך פאלט אוועק היבש פון דעם. דארפסט נישט קאווערן אזויפיל.
אויסער דעם, דער עולם דארט דארף זיך נישט אזוי אהערשטעלן ווי די שטאטישע.

ניק ניק האט געשריבן:3) ווי האט מען צוגעשטעלט די וויכטיגסטע וואס הכל מודים אז ס'איז וויכטיג?

לאמיך זען. אדרבה, מאך אליינס אפ וואס דיר פעלט יא אויס און וואס נישט, און טוה צו דער זאך. לאז ביטע אפ די הכל מודים פאר אביסל...

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 13, 2013 2:25 pm
דורך שאינו יודע
לשון המדרש


ד"א "רש" זה שהוא רש בנכסים "ואיש תככים" זה שהוא עושה בפעולה עמד רש עם איש תככים אמר לו תן לי מצוה ונתן לו מאיר עיני שניהם ה' זה קנה חיי שעה וזה קנה חיי העוה"ב "עשיר ורש" עשיר זה שעשיר בנכסים ורש זה שרש בנכסים עמד רש עם העשיר אמר לו תן לי מצוה ולא נתן לו עושה כולם ה' מי שעשה זה עני יכול לעשותו עשיר ומי שעשה לזה עשיר יכול לעשותו עני אמר העשיר לאותו העני לית את אזיל לעי ונגים חמי שקיין חמי כרעין חמי כרסוון חמי קפרן א"ל הקדוש ברוך הוא לא דייך שלא נתת לו משלך מאומה אלא במה שנתתי לו אתה מכניס לו עין רעה לפיכך (קהלת ה, יג): "והוליד בן ואין בידו מאומה" מן כל מה דהות ליה לא ישבוק לבריה ונסיב מומא לנפשיה לפיכך משה מזהיר את ישראל "וכי ימוך אחיך":

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 13, 2013 3:09 pm
דורך יואל שווארטץ
קיינער טענה'ט זיך נישט מיט דער מדרש און נישט מיט דיר, ווען דו רעדסט פונעם מדרש.

בעיסיקלי תמצית פונעם גאנצן שמועס איז, שטארק זיך האט געזאגט, בדרך הלצה פורתא, אז די שטאטישע אידן גייען מיטן קאפ אין וואנט אריין, ווייל שוין אזוי ווי ס'איז יעצט, דארף מען זייער אסאך צוקומען צום טיי אווענט. אלזא, עפנט זיך די אויגן און פוצט אפ בעוד מועד, זעהט איין אז ס'איז געהעריג דא א לעזונג פאר דער צודרוקעניש.

דיין תירוץ: המברך יתברך.
פיין, דער אייבערשטער זאל אים העלפן ער זאל זיך אויך עפענען די אויגן. אמן כיה"ר.

ניק ניק האט צוגעלייגט: אז מ'דארף יא רחמנות האבן אויף די אידן, אפי' זיי טוען גארנישט זיך ארויסצוזען פונעם פראבלעם.

האב איך געשריבן "על שוטה אסור לרחם".

האסטו געברענגט א מדרש אין בהר אז אפי' זיי זענען שוטים, זיי טוען גארנישט זיך צו העלפן, טאר מען זיי נאכנישט זאגן אז איך גיי דיר נישט העלפן, ווייל דער באשעפער האט מיר געלייגט אין מאנרא און אים אין וויליאמסבורג, און ער קען אונז ארומטוישן.
אינעם זעלבן תגובה האסטו ציטירט מיינע ווערטער, וואס גלייב מיר אז איך האב זיי געשריבן מיטן גאנצן הארץ און געפיל - פונקט ווי דו האסט געשריבן דיינע, און עס אוועקגעמאכט מיט די זעלבע גע'באקס'קייט ווי איך האב ארויסגעברענגט.

האב איך דיר אויך געענטפערט אויפן זעלבן וועג, כ'האב אוועקגעמאכט דיינע ווערטער מיטן פראבלעם וואס דו אליינס האסט ארויסגעברענגט.

מיר האבן גארנישט פון נאך מדרשים. האסט נאכנישט געזאגט אדער געברענגט א מדרש וואס זאגט אז מ'טאר נישט אוועקמופן פון שטאט, אויך נישט אז מ'טאר נישט אויס'שגץ'ן די אידן וואס שטעלן זיך אויף נארישקייטן, און נישט אז מ'דארף האבן עטוואס מיטלייד. נאר אויב זיי דארפן הילף זאל מען זיי געבן.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 13, 2013 3:28 pm
דורך שאינו יודע
עס איז נישט נאך א מדרש, פאר אינטערעסאנטקייט האב איך אראפגעברענגט דעם לשון המדרש, אנטשולדיגט פארן נישט זיין קלאר.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 13, 2013 4:00 pm
דורך יואל שווארטץ
דאן אנטשולדיגט מיר פארן זיין צו קלאר...

מיר וועלן נאך איין טאג זיין גוט...

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 13, 2013 10:57 pm
דורך לוי יצחק
איך בין דיזי...

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 14, 2013 10:59 am
דורך שנאפס
דו וואוינסט אין די סיטי, רייט?

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 14, 2013 3:27 pm
דורך שטארק זיך
יואל שווארטץ האט געשריבן:קיינער טענה'ט זיך נישט מיט דער מדרש און נישט מיט דיר, ווען דו רעדסט פונעם מדרש.

בעיסיקלי תמצית פונעם גאנצן שמועס איז, שטארק זיך האט געזאגט, בדרך הלצה פורתא, אז די שטאטישע אידן גייען מיטן קאפ אין וואנט אריין, ווייל שוין אזוי ווי ס'איז יעצט, דארף מען זייער אסאך צוקומען צום טיי אווענט. אלזא, עפנט זיך די אויגן און פוצט אפ בעוד מועד, זעהט איין אז ס'איז געהעריג דא א לעזונג פאר דער צודרוקעניש.

דיין תירוץ: המברך יתברך.
פיין, דער אייבערשטער זאל אים העלפן ער זאל זיך אויך עפענען די אויגן. אמן כיה"ר.

ניק ניק האט צוגעלייגט: אז מ'דארף יא רחמנות האבן אויף די אידן, אפי' זיי טוען גארנישט זיך ארויסצוזען פונעם פראבלעם.

האב איך געשריבן "על שוטה אסור לרחם".


שכוח יואל פארן ארויסברענגן אז איך האב געמיינט בדרך הלצה...
אבער לדעתי קומט נישט אריין ׳שוטה אסור לרחם עליו׳, ווארום לאחר מעשה - ווען יענער קען זיך שוין נישט העלפן, ברויך מען זיך אוודאי מרחם זיין אויף יענעם.

איך האב נאר געשריבן מיין פונקט, כדי מדגיש זיין די נקודה, אז מיר זענען ביכולת עס אויסצומיידן בעזר השם דורך דאס זיין גרייט אויפצוגעבן אונזער קושיית עורף אויף לי עוועניו...

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 14, 2013 3:54 pm
דורך יואל שווארטץ
ס׳דאך נאכנישט לאחר מעשה, מ׳קען דאך נאך מופן קיין קרית הייליגע קינדער אדער וואס. לפי זיי איז דאך נישט פארהאן קיין מעשה בכלל.
לאחר יאוש איז שוין אפשר יא.

אגב, לאמיר דיך שוין ענטפערן. ניין, סי-נישט-נארמאל.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 17, 2013 9:00 am
דורך קל_וחומר
לויט מיין אפשאצונג, רעדט מען דא פון אמסטערדאם ניו יארק. Amsterdam NY
אידישקייט אין אמעריקע/דער גאלוועסטאן פלאן

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 17, 2013 9:05 am
דורך שאינו יודע
נישט אזוי ביליג, אבער קרוב צו דעם

http://www.trulia.com/real_estate/Amsterdam-New_York/

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 17, 2013 9:22 am
דורך קל_וחומר
נאט אייך א לינק צו די לעצטערע פארקויף פרייזען אין די City of Amsterdam NY

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 19, 2013 1:45 am
דורך הבדלה וויין
רעדענדיג מיט א ריעל עסטעיט דעוועלאופער פון לעיקוואוד זאגט ער מיר אז עס איז דא א גרויסע דעוועלאפמענט ווי עס וואוינען שוין עטליכע חסיד'ישע אידן און איז א גרויסע פראדזשעקט פון איבער 800 דירות און עס איז וואלקינג דיסטענס צי היימישע סטאר'ס.
ער האט שיינע גרויסע דירות פון פיר אדער פינף בעדרומ'ס פאר אונטער $1500 רענט, עס קומט מיט אלע אפלייענסעס גרייט אריינצומופן, בקיצור אזוי ווי א הויז וואס מען פארדינגט פאר גוים, וויפיל חסיד'ישע אידן וואלטן זיך ווען ארויסגעצויגן אהין? אויב מאכט זיך א גרופע פון 10 - 20 היימישע חסיד'ישע אידן קענען זיי עס אויסשטעלן אז מען זאל זיין אינאיינעם, געדענקט די פראדזשעקט איז אזאך וואס שטייט שוין, עס איז שוין דא דארט אלע וויכטיגע באדערפעניש'ן וואס א חסידישע איד דארף.


אזויפיל קען איך יא זאגן קלאר, עס איז לכאורה נישט אינטערסאנט פאר איינער וואס האט שוין גרויסע קינדער פון העכער כיתה ב' אדער SECOND GRADE אין סקול, צוליב דעם וואס עס איז זייער שווער מיט מוסדות דארט, אבער אויב איינער האט קליינע קינדער וואס קענען אנפאנגען מיט די דארטיגע סיסטעם, קען זיך עס זייער שטארק אויסארבעטען, וווייל עס האט זיך לעצטענס געעפנט עטליכע נייע חסידישע מוסדות, און זיי האבן דערווייל נאר פאר קליינע קינדער, און זיי נעמען גרינגער אן קינדער, ביזדערווייל.

די מעלות פון די פראדזשעקט איז אז עס איז געאייגענט פאר א אינגערמאן פון וויליאמסבורג וואס קען זיך נישט צאמקראצען צי קויפן א הויז, און ער וויל עס אויספרובירן צי זען צי עס איז אינטערסאנט פאר אים אהינצומופן.

עס איז טאקע טייערער פון קרית הרחבת הדעת, אבער פאר די געלט באקומט ער שוין אלעס ציגעשטעלט דארט אויפ'ן פלאץ, און עס איז נישט בלויז חלומות נאר א פאקט וואס עס שטייט און ער זאגט מיר אז מען קען אריינמופן שוין פון נעכטען.

ער האט מיר אויך געזאגט אז עס איז דא קלענער דירות פאר בע' $1000, אבער ער איז נישט געווען זיכער אין דעם און ער האט מיר געזאגט אז ער וועט עס זיכערמאכן און צוריקקומען צי מיר.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 19, 2013 7:01 am
דורך געלעגער
הבדלה, וואס איז די אדרעס פון די געגענט?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 19, 2013 7:30 am
דורך בארבער
ווי אזוי פלעגט מיין שווער זאגן
די קענסט גיין אבער זי בלייבט דא......

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 19, 2013 12:15 pm
דורך דער תהילים איד
הבדלה וויין האט געשריבן:רעדענדיג מיט א ריעל עסטעיט דעוועלאופער פון לעיקוואוד זאגט ער מיר אז עס איז דא א גרויסע דעוועלאפמענט ווי עס וואוינען שוין עטליכע חסיד'ישע אידן און איז א גרויסע פראדזשעקט פון איבער 800 דירות און עס איז וואלקינג דיסטענס צי היימישע סטאר'ס.
ער האט שיינע גרויסע דירות פון פיר אדער פינף בעדרומ'ס פאר אונטער $1500 רענט,

נישט גענוג ביליג צו קענען דערפאר משנה זיין סדרי בראשית.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 19, 2013 12:45 pm
דורך פאטאקי08
וואס קאסט היינט א אכט רומיגע דירה אין מאנרא צו דינגען?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 19, 2013 12:48 pm
דורך תרנגול
געלעגער האט געשריבן:הבדלה, וואס איז די אדרעס פון די געגענט?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 19, 2013 12:53 pm
דורך הבדלה וויין
דער תהילים איד האט געשריבן:
הבדלה וויין האט געשריבן:רעדענדיג מיט א ריעל עסטעיט דעוועלאופער פון לעיקוואוד זאגט ער מיר אז עס איז דא א גרויסע דעוועלאפמענט ווי עס וואוינען שוין עטליכע חסיד'ישע אידן און איז א גרויסע פראדזשעקט פון איבער 800 דירות און עס איז וואלקינג דיסטענס צי היימישע סטאר'ס.
ער האט שיינע גרויסע דירות פון פיר אדער פינף בעדרומ'ס פאר אונטער $1500 רענט,

נישט גענוג ביליג צו קענען דערפאר משנה זיין סדרי בראשית.


אויב די קענסט האבן אזא סייז דירה אין וויליאמסבורג פאר אונטער $4000 וואלסטו ווען געווען גערעכט, אין ק"י איז אזא סייז דירה - מיט אפלייענסעס שוין גרייט אריינצומופן, דארפסט אפילו נישט פעינטען - נישט דא צובאקומען פאר אונטער $2500.
ממילא אויב איינער טראכט פון אוועקמופן פון ווילי און ער דארף דורכגיין די גאנצע טשעינדזש לוינט זיך עס שוין יא צינעמען אין באטראכט.

איין זאך האב איך פארגעסן צי זאגן אז די פינף בעדרומ'ס איז די אויבערשטע חלק פון די דירה, חוץ דעם איז נאך דא א פלעי רום און ספרים שטוב, פארשטייט זיך אז חוץ די דיינונג רום און קאך.

געדענקט איך האב גארנישט מיט די גאנצע זאך איך מאך נישט דערויף קיין איין דאלער.

די דעוועלאפמענט הייסט WESTGATE און מען קען אליינס אויפזיכן די נאמבער פון זיי, איך האב עס נישט ביי מיר.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 19, 2013 12:56 pm
דורך הבדלה וויין
פאטאקי08 האט געשריבן:וואס קאסט היינט א אכט רומיגע דירה אין מאנרא צו דינגען?


בערך $2500, חוץ אויב מען דארף אריינלייגן געלט אדער עס איז אן אלטע דירה.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 19, 2013 1:02 pm
דורך פאטאקי08
איך קען האבן פרוף פאר דעם?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 19, 2013 1:10 pm
דורך הבדלה וויין
פאטאקי08 האט געשריבן:איך קען האבן פרוף פאר דעם?


יא, ווייל איך האב געזוכט א דירה. און איך בין געגאנגען קוקן א נייע דירה וואס איז געווען גרייט אריינצומופן און לכתחילה האט ער געדארפט $2600, אבער ווייל איך האב די אכטע האט ער געקענט באשטיין צי האנדלען. איך זאג נישט עס איז געווען א שיינע סייז דירה מיט סענטראל A/C און נאך עטליכע LUXURY'S, אבער איך גלייב אז אזא סייז דירה אן די מותרות מער אין צענטער פון שטעטל וואלט געקאסט די זעלבע פרייז.
און איך בין געגאנגען קוקן א אכט רומ'יגע דירה אן א בוידעם.