בלאט 6 פון 22

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 10, 2013 12:00 pm
דורך לכאורה
גראדע האב איך ליב צו ליינען דעם דעבאטע, און יא, מענטשן רעדן מיט הארץ און געפיל, ווייל דאס איז זייער א פארווייטאגטע ענין פון אלע צדדים.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 10, 2013 12:02 pm
דורך מאנ-יימער
הערליך האט געשריבן:
טאגליכט האט געשריבן:ניין די 20 אינגעלייט זענען נאר א סעמפעל. און יעצט ווארט מען צו זעהן צו דער עולם איז אינטעסירט צו קויפן די סחורה.

האסטו נישט פריער געזאגט: ווער ברויך מער ווי 20? עס געוואלדיג גוט אזוי?

דאס אז ער איז צופרידן מיט צוואנציג איז זיין מיינונג און געפיל, דאס אז די 20 אינגעלייט איז א סעמפל איז א פאקט, כאפטשא?

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 10, 2013 12:05 pm
דורך הערליך
נישט געכאפט געהעריג, עני וועי, דער לאקשעלדריקער איז ברוגז אויפן הרחבת הדעתער, לאמיר צוריק גיין צום טאפיק, וואס הערט זיך מיטן נייעם יישוב?

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 10, 2013 12:16 pm
דורך zibala
אלס אן אוטסיידער צו דעם גאנצען דעבאטע פון לאק שעלדריק - שפיר איך אז די ארפרייסערס וואס סעקירען די דברים של אמת פון טאגליכט זענען פשוט מענטשען וואס דער זויערער אמת שמייסט זיי אין פנים אריין, זוכן כל מיני פוילע תירוצים פארוואס די ווילאסבארגע כאריין איז אלס בעסער פון אלע אפציעס,

סך הכל האסטע ברירות פאר ביליגע דירות - יא סיז ווייט, נישט באקוועם, גאגעל מעפס בלא בלא בלא.... אלע תירוצים צו דזשאסטיפייען פארוואס צו וואונען אין א פארסרוכטע דירה צאלן הימלישע פרייזען, בלייב דא געזונטערהייט אבער וויין נישט - ווייל סיז דא ברירות,

אויב ווארסטע אויף א רעפליקע "ווילאמסבארג" פאר ביליגער, פרוביר בעדשינג ווייל דא אין אמעריקע איז נישטא נאך א ניו יארק סיטי - מיט איר מעלות און חסרונות, ווארט נישט אויף קיין הבטחות פון עסקנים ווייל גרעסערע און שטערקערע וועלט מאכטן פרובירן שוין יארען נאכצוכאפירן ניו יארק סיטי - אבער אן ערפאלג,

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 10, 2013 12:26 pm
דורך שנאפס
zibala האט געשריבן:אלס אן אוטסיידער צו דעם גאנצען דעבאטע פון לאק שעלדריק - שפיר איך אז די ארפרייסערס וואס סעקירען די דברים של אמת פון טאגליכט זענען פשוט מענטשען וואס דער זויערער אמת שמייסט זיי אין פנים אריין, זוכן כל מיני פוילע תירוצים פארוואס די ווילאסבארגע כאריין איז אלס בעסער פון אלע אפציעס,

סך הכל האסטע ברירות פאר ביליגע דירות - יא סיז ווייט, נישט באקוועם, גאגעל מעפס בלא בלא בלא.... אלע תירוצים צו דזשאסטיפייען פארוואס צו וואונען אין א פארסרוכטע דירה צאלן הימלישע פרייזען, בלייב דא געזונטערהייט אבער וויין נישט - ווייל סיז דא ברירות,

זייער גוט געזאגט

zibala האט געשריבן:
אויב ווארסטע אויף א רעפליקע "ווילאמסבארג" פאר ביליגער, פרוביר בעדשינג ווייל דא אין אמעריקע איז נישטא נאך א ניו יארק סיטי - מיט איר מעלות און חסרונות, ווארט נישט אויף קיין הבטחות פון עסקנים ווייל גרעסערע און שטערקערע וועלט מאכטן פרובירן שוין יארען נאכצוכאפירן ניו יארק סיטי - אבער אן ערפאלג,

אייזן!

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 10, 2013 1:20 pm
דורך משזר
zibala האט געשריבן:אלס אן אוטסיידער צו דעם גאנצען דעבאטע פון לאק שעלדריק - שפיר איך אז די ארפרייסערס וואס סעקירען די דברים של אמת פון טאגליכט זענען פשוט מענטשען וואס דער זויערער אמת שמייסט זיי אין פנים אריין, זוכן כל מיני פוילע תירוצים פארוואס די ווילאסבארגע כאריין איז אלס בעסער פון אלע אפציעס,

סך הכל האסטע ברירות פאר ביליגע דירות - יא סיז ווייט, נישט באקוועם, גאגעל מעפס בלא בלא בלא.... אלע תירוצים צו דזשאסטיפייען פארוואס צו וואונען אין א פארסרוכטע דירה צאלן הימלישע פרייזען, בלייב דא געזונטערהייט אבער וויין נישט - ווייל סיז דא ברירות,

אויב ווארסטע אויף א רעפליקע "ווילאמסבארג" פאר ביליגער, פרוביר בעדשינג ווייל דא אין אמעריקע איז נישטא נאך א ניו יארק סיטי - מיט איר מעלות און חסרונות, ווארט נישט אויף קיין הבטחות פון עסקנים ווייל גרעסערע און שטערקערע וועלט מאכטן פרובירן שוין יארען נאכצוכאפירן ניו יארק סיטי - אבער אן ערפאלג,

די רופסט לאק שעלדריק א אפציע? גוד לאק..

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 10, 2013 1:21 pm
דורך למעלה משבעים
משזר האט געשריבן:

די רופסט וויליאמסבורג א אפציע? גוד לאק..

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 10, 2013 1:22 pm

אמער? זעהסט דאך אז געוויסע האבן עס שוין געניצט פאר אן אפציע.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 10, 2013 1:36 pm
דורך פליגל
שאינו יודע, יישר כח פארן גיבן אן איידיע די חברה צי שרייען.

דער עולם האט ארויס ראנג דעם שאינו יודע, סך הכל זאגט ער נאר וואס איז די שורש פונעם פראבלעם אז למעשה פלאפן אלע חלומות.

פרעג ארום העט עטס זען, איינעם שטערט דאס און א צווייטן שטערט יענס.

דער אויבערשטער זאל אפהיטן וואס קען מאכן דעם עולם זאל זיך אויפהויבן און גיין, קען זיין אז רעדן און מאלן וואסער פאר א שטיק צייט אזוי וועט עפעס ווערן דערפון האט מען כאטש עפעס געהאט דערפון. קראון הייטס וכדו' יוכיח. כ'וויל נישט אז ס'אל חלילה זיין עפעס בייז, אבער גיט א קוק למשל נאכן קריג, האט איינער געקוקט א געגענט מיט שבע בדיקות? מ'זעט אז מענטשן זענען אנגעקומען אלל-אווער, צעביסלעך איז מען אדער אנגעקומען קיין וומ"ס/ב"פ אדער זענען זיי געבליבן שטעקן דארט.

געגאנגען; ווער פארט?

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 10, 2013 1:53 pm
דורך מייקראסאפט
טאג ליכט צי וועם דארף מען זיך מעלדן פאר א פרייע הייזקע? איך טראכט ערענסט דערפין...

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 10, 2013 2:35 pm
דורך פאטאקי08
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
דאס איז פאר טאגליכט
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
דאס איז פאר שאינו יודע

פ. ס. ווען דו וואלסט נישט ריטוויטעט הערליכס תגובה וואלסטו אויך געקריגן 5 שטיק

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 10, 2013 3:08 pm
דורך ר' יצחק
אויף עמוד #10 פון דעם ביכל, שטייט דאך קלאר אז אונטער די קרית הרחבת הדעת, שטייען חסידים פון סאטמאר מהרי"י, קען זיין אז עס נישט שמילאוויטש ?

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 10, 2013 3:18 pm
דורך ר' יצחק
די ווערטער אויסטויש פון די לעצטע צוויי בלעטער צווישן טאגליכט מיט שאינו יודע, לדעתי איז טאגליכט על פי רוב גערעכט, אויסער מיט די נקודה וויפיל משפחות עס האבן געוואוינט ספינקא זעלבסט, אבער בעצם צושטעל פון די דערפער פארן קריג איז ער גערעכט, כאטש צווישן די צוויי קריגן האבן די אידן זיך אוועק געצויגן פון די קליינטשיגע דערפער אין אלע מדינות (אונגארן,פוילן, ראמעניא, ליטא, רוסלאנד - אוקריינא אויך) די סיבה דערצו איז געווען פון עטליכע טעמים, סכנת החיים כפשוטו פון די אנטיסמעטיזם, אזוי אויך וועגן פרנסה.

נ"ב, לגבי וויפיל אידן עס האבן געוואוינט אין ספינקא, קענט איר פרעגן ר' גרשון פאגעל זז"ג פון ב"פ, ער פארציילט אז עס האבן געוואוינט בערך צוויי הונדערט משפחות, עס זענען געווען דריי בתי מדרשים, קיין גוי האט נישט געוואוינט אין שטעטל נאר אויף די ארומיגע בערג.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 10, 2013 3:20 pm
דורך פאמיליעמירעלס
טאגליכט איך בין דיר מעריץ! אין דיין שטארקקייט צו פארקוקן אויף געוויסע באקוועמליכקייטן.
איך גיי דיר נאר נישט נאכטון ווייל איך בין ב"ה צופרידן וואו איך וואוין.
און וויפיל ס'קאסט וועט דער אייבערשטער צושטעלן.

איין הערה וואס איינער האט געזאגט דא, אז פאר צוואנציג מענטשן איז גרינגער פרנסה ווי טויזנט.
די סברה איז ממש להיפך, וואו גרעסער א עולם ווערט אלץ מער פרנסה איז דא צווישן זיך אליינס, לכו והתפרנסו זה מזה, וואו גרעסער א שטאט וואקסט אלץ מער דארף מען נישט ארבעטן א פרעמד ופשוט הוא. און אזוי איז געווען אין קרית יואל אויך. וויפיל אידן פארן נאך היינט אריין פון קר"י? אין די בראשית יארן איז רוב שטאט אריינגעפארן.
חוץ מזה וואס פרנסה איז אזאך וואס דער אייבערשטער גיבט בכל מקום ובכל זמן פאר אלע אידן [ובריות] זינט בריאת העולם, און ניין שרייטס נישט, ס'איז נישט קיין מילי דחסידותא ס'איז דברים ברורים ופשוטים פאר יעדע אידיש קינד.
איך פארשטיי א זאך ווי א מקום פרנסה, דאס איז דאך א פארשטענדליכע זאך אז ס'דארף זיין בדרך הטבע, אבער טאגליכט טענה'ט דאך זייער גוט מיט די אלע ביישפילן וואס ער ברענגט פון ביזנעסער אין די געגנט. ס'איז נישט קיין מדבר שממה.
אף תכון תבל בל תמוט.

נאר ווי מ'ווייסמער פון צדיקים הקדושים איז דער ענין פון מקומות וואו אידן זאלן וואוינען מדברים שכיבשם עתיק יומין, ולאו כל מוחא סביל דא, יעדער איד מיט זיין שורש נשמה דארף מתקן זיין זיינע ניצוצות, און אנקומען צו א פלאץ וואס איז לתיקון נשמתו, אזוי אויך בכלליות איז דא פלעצער וואו אידן האבן געוואוינט און שפעטער איז געווארן וינצלו את מצרים כמצולה שאין בה דגים, דער בו"ע פירט אונז ארום, זאל דער אייבערשטער אונז ווייטער פירן על מי מנוחות, ובנאות דשא ירביצנו.
לאמיר האפן ס'זאל מקוים ווערן בקרוב וואס צדיקים האבן געזאגט אז די לעצטע סטאנציע וועט זיין דא אין אמעריקא, אין משיח זאל נתגלה ווערן בב"א.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 10, 2013 3:26 pm
דורך פאטאקי08
ר' יצחק האט געשריבן:אויף עמוד #10 פון דעם ביכל, שטייט דאך קלאר אז אונטער די קרית הרחבת הדעת, שטייען חסידים פון סאטמאר מהרי"י, קען זיין אז עס נישט שמילאוויטש ?

וואס איז דיין פשעטיל??
פון וועלכע שורה נעמסטו די קלאר ארויסגעשריבען?

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 10, 2013 3:45 pm
דורך ר' יצחק
קען זיין טעיתי, אבער אזוי איז געווען פאר מיר פארשטאנדיג פון דעם פאראגראף וועלכע הייבט זיך אן: אזוי ווי עס שטעלט זיך צוזאם א חבורה פון היימישע סאטמארער יונגעלייט פון אלע קהילות,

פארעפענטליכט: שבת מאי 11, 2013 9:56 pm
דורך הבדלה וויין
חלומות...

וויפיל אינגעלייט פון וויליאמסבורג מופן קיין מאנסי, ק"י אדער לעיקוואוד?

אין קרית הרחבת הדעת, גייט איינער דארפן צושטעלן די אינפראסטרוקטשור אויפאיינמאל און עס איז אוממעגליך און צוילב דעם וועט זיך עס נישט אויסארבעטען, ווייל יעדער וועט קומען מיט אנדערע תירוצים וואס ער האט נישט דארט, איינער דארף א גראסערי מיט פרישע מילך יעדע טאג, איינער דארף א דאקטאר וואלקינג דיסטענס, איינער וויל זיינע קינדער זאלן נאר לערנען מיט אנדערע קינדער וואס זאלן זיין זיין לעוועל, נישט פרומער און נישט פארקערט, וכהנה וכהנה תירוצים, אבי נישט אוועקצוגיין פון די מאמע און די שוועסטער'ס.
אין לעיקוואוד איז דא דעוועלעפמענטס פון דריי בעדרום דירות מיט א גרויסע קאך און דיינונג רום און א ספרים שטוב אנגעהויבן פון $159000, פארוואס גייען נישט אהין קיין אינגעלייט פון וויליאמסבורג? אלא מאי יעדער האט זיך זיין תירוץ.

דאס איז די גרויסע חילוק פון די חסידישע וועלט און די ליטווישע און מאדערנע, ביי זיי האט א אינגערמאן חתונה אן קיין שום באקוועמליכקייט און וואס ער דארף ברויך ער זיך אליינס צושטעלן, קוקט ער אויף זיין בודזשעט, און אפילו זיין חבר וואס האט א רייכע שווער אדער טאטע האט יא שיינע פורניטשער אדער א שיינע דיינונג רום סעט, מיינט עס נאכנישט אז ער דארף עס אויך האבן, ממילא ווען עס קומט צי נעמען א דירה קוקט ער אויף זיין טאש וואס ער קען זיך ערלויבן, אויטאמאטיש האט עס אן עפפעקט אויף די בילדערס אז זיי קענען נישט רעכענען אין די וועלט אריין און אזוי מוזן זיי צושטעלן גרעסערע און באקוועמערע דירות, און מען באקומט דארט מער פאר די געלט.
און ווען עס געשעט א ריעל עסטעיט קראך אין אמעריקע וועט עס געשען ביי זיי אויך און נישט אזוי ווי אין ווילי טאון אדער ק"י וואס עס האט כמעט נישט געקראכט.
די עיקר פראבלעם איז אז מען וויל זיין גלייך מיט יענעם און מען האט נישט קיין סעלף קאנפידענס אין זיך און אויב זאלן די רבנים און עסקנים וועלן עפעס אויפטוען וועלן זיי גראד ציקומען צי די מסקנה אז דאס איז די שורש פון די פראבלעם און אויך פון די טייערע חתונות און בר מצות וכדו'
ויותר מה שכתבתי.......

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 12, 2013 9:50 am
דורך פריילאך
געזעהן בילדער פון אן לג בעומר הדלקה אין קרית חסידים סאוט פאלסבורג.

עני איידיע וואס דאס איז?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 12, 2013 10:45 am
דורך דער תהילים איד
יואל שווארטץ האט געשריבן:איך פארשטיי טאגליכט'ן זייער גוט.
ער איז אויפגעברויזט ווייל ער איז יא א קלוגער איד און ער האט זיך יא אויפגעהויבן און געגאנגען קיין לאק שעלדרעיק (וואס איך וואלט אויך געטון ווען נישט וואס איך דארף איבערזאגן מיין פריערדיגע דרשה פאר מיין ווייב...), ער איז טאקע געווען אביסל אומבאקוועם אבער יעצט קומט ער אונז דערציילן אז ער האט נישט קיין חרטה, ער איז זייער צופרידן דארט.
און איר אלע זענט אויסן אים אוועקצומאכן.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 12, 2013 1:37 pm
דורך שטארק זיך
תרגום יונתן האט געשריבן:כשנאפס וכיואל, א איד מיט שכל הישר, קראכטס אלע...

שאינו יודע ודעמיה, א פיצינקע טובה בעט איך אייך...
דערמאנט מיר ביטע, נישט רחמנות צו האבן אויף אייך ווען מען וועט (היל״ת) מאכן פאר אייך געלט אקציעס ביים חתונה מאכן ס׳צווייטע קינד...

חלילה וחס, כאף אז מיט די צייט וועט איר קלוגער ווערען, און נישט מורא האבן צו קוקן דעם אמת אין פנים אריין; זאגענדיג ״אבל אשמים אנחנו״, עס איז דא א לעזונג, איך האלט נאר נישט ביי דערביי.

במקוה להבחנה...

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 12, 2013 1:53 pm
דורך יהיה כן
איך בין נישט אזוי מקנא 'טאגליכט' וואס פארא דירה ער האט,
כ'בין עם מער מקנא ווי גוט ער האט חתונה געהאט......

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 12, 2013 2:08 pm
דורך זאל ער קומען
אביסל צו בארואיגן דעם מצב פון די טענעריי דא, אן נעמען א שטעלונג איז אזוי:

דאס וואס דערעולם מופט נישט ארויס אין די מאסן איז ווייל ביז ארום 10 יאר צוריק האט מען אין ניי וויליאמסבורג געקענט קויפן א דירה פון דריי בעדרומס פאר 200K און ארויף מ'האט נישט געדארפט גיין קיין לעקוואד פאר דעם, און איך האב טאקע געקויפט פאר דעם פרייז, און דער עולם האט זיך און די לעצטע 10 יאר זייער צושפרייט, אסאך מער ווי מ'האט זיך געראכטן, נייע וויליאמסבורג דארף זיך לכאורה נישט שעמען פון אלט וויליאמסבורג.

דאס איז א באווייז אז דער עולם טוט גארנישט מ'לאזט אנדערע שפרינגען און ווען מ'האט נישט קיין ברירה לויפט מען, ווען איך בין געשפרינגען קיין ניי-שטאט האט מען אויך געלאכט און איך בין געווען פון די נחשונים, אבער באין ברירה איז דער עולם געקומען צו לויפן און יעצט איז שוין אבער דער פראבלעם די זעלבע דארט.

סא דער גאנצער פראבלעם הייבט זיך ערשט יעצט אן, און קיינער ערווארט נישט קיין מאסן ארויסוואנדערונג, נייע ווילי איז אויך געגאנגען בהדרגה, עטליכע נחשונים גייען און די אנדערע קומען שיין נאך.

אבער רוב עולם איז נישט קיין שפרינגערס אפילו זיי ווייסן אז דאס איז וואס מ'דארף טון, סא וואס איז דא זיך צו טענ'ן רוב עולם גייט נישט שפרינגען, אויב וועט געלונגען צו ברענגען אפאר גוטע נחשונים וועט דער עולם במילא נאכקומען, קיין ב"פ מאנרא מאנסי לעקוואד האט אויך גענומען יארן ביז דעם עולם איז אינגאנצן ארויס, און נאך ביז היינט מופן מענטשען צו די אלע פלעצער.

לאק שעלדריק קומט דא בכלל נישט אריין, ווער עס וויל קען אהין מופן, אבער פאר רוב שטאטישע מענטשן ווערט עס נישט אנגערופן קיין אפציע, אפגעזען צו זיי זענען גערעכט אדער נישט.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 12, 2013 3:03 pm
דורך הערליך
ווער וויל קומען לערנען? זאגט די הייליגע משנה מסכת קידושין, האומר לאישה, התקדשי לי בכוס זה של יין ונמצא של דבש, של דבש ונמצא של יין, בדינר של כסף ונמצא של זהב, של זהב ונמצא של כסף, על מנת שאני כהן ונמצא לוי, לוי ונמצא כהן, נתין ונמצא ממזר, ממזר ונמצא נתין, "בן עיר ונמצא בן כרך, בן כרך ונמצא בן עיר" על מנת שאני עשיר ונמצא עני, עני ונמצא עשיר, על מנת שביתי קרוב למרחץ ונמצא רחוק, רחוק ונמצא קרוב, על מנת שיש לי בת או שפחה גודלת או אופה ואין לו, על מנת שאין לו ויש לו, על מנת שיש לי אישה ובנים ואין לו, על מנת שאין לו ויש לו--בכל אלו והדומין להן, אינה מקודשת; וכן, היא שהטעתו, ובכולם--אף על פי שאמרה בליבי היה להתקדש לו, אף על פי שהטעני ואין הדבר כמו שאמר, וכן אם אמר הוא בליבי היה לקדשה, אף על פי שהטעתני--אינה מקודשת: דברים שבלב, אינם דברים.
איר הערט ווערטער? אינה מקודשת!!!!!!!!!!!
ווי קען בכלל די אלע פלעצער, ווי מאנרא, מאנסי, לעקוואד, פאלסבורג לאק שעלדריק, סוואן לעק, וכו' וכו' וכו' ווערן אנגערופן א אפציע פאר יודן וואס זענען שוין 3 דורות שטאטישע מענטשן.
איך פארלאנג נישט קיין נוי יארק סיטי, אבער א וואלד אליינס קענען מיר נישט גיין, אפילו צוזאמען מיט צוואנציג יוגעלייט, אין איר טייערע הייליגע מסירת נפש יודן וואס זענען געגאנגען קיין שעלדריק צוליב זייטיגע סיבות, (דער 8טער אי. טי. סי.) פארקויפט מיר נישט דעם וואשינגטאן בריק, אני הקטן קאן פערזענליך עטליכע פון אייערע שכינים, איך הער פון זייערע ב"ב ומשפחות גענוג, זיי וואלטן (אין גייען) אנטלאפן פון דארט אין דער מינוט וואס זיי קענען.

גענוג געזאגט, ברענג מיך נישט צו רעדן מער.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 12, 2013 3:05 pm
דורך ווינקל
חחחח.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 12, 2013 3:20 pm
דורך דער תהילים איד
רב הערליך, וואס קוועטשט אייך?

דו ווילסט נישט בשום אופן פארלאזן דיין 'כרך'? ארלעדיגט, בלייב דארט. שרייי נישט.