בלאט 4 פון 17
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 08, 2013 2:38 pm
דורך green
אנטשולדיגט איך האב קיינמאל נישט גערעדט פון דאקומענטן. אדרבה אויב דו האסט ביטע מיטטיילן
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 08, 2013 2:48 pm
דורך green
הרב שנאפס
וואס איז דיין מיינונג איבער די גאנצע זאך?
ווילסט קומען זיין מיין שכן?
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 08, 2013 2:56 pm
דורך שנאפס
אוואדע וויל איך
איך דארף אבער נישט קיין ריזיגע דריי אדער פיר טויזנט סקווער פוס הויז פאר דריי הונדערט אלפים, מיר איז גענוג 2000 סקווער פוס פאר 150 אלפים
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 08, 2013 3:19 pm
דורך green
עמער זיך צוטיילן
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 08, 2013 4:54 pm
דורך לעיקוואד
הרב שנאפס
אויב די דארפסט א דירה פון 2 טויזענט סקווער פיס פאר $150000 איז דא צובאקומען אין א געגענט וואס הייסט COVENTRY און דארט לויפט די פרייז בערך $150000 און $200000, אבער זיי גערישט צו וואוינען צווישן ליטווישע אדער גוים און האבן אן אלטע הויז.
עס איז געווען א דעוועלעפמענט (נישט ווייט פון די נייע שכונה, דאכט זיך מיר אז עס גרעניצט זיך אפילו) פאר בע' $219000 און מען האט דארט גערעדט פון א נייע טאון הויז פון 1500 סק' פיס מיט א בעיסמענט פון 750 סק' פיס און א רויע בוידעם, אבער עס איז למעשה געווארן פארקויפט פאר ליטווישע, קען זיין עס איז נאך דא עטליכע עוועילעיבל.
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 08, 2013 5:32 pm
דורך שנאפס
בינעך נישט אינטערעסירט
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 08, 2013 6:10 pm
דורך געלעגער
פארמאגן מיר נישט א באזונדערע אשכול פארן לעיקוואד שטעטל? עפעס אזוי ליגט מיר אין קאפ
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 09, 2013 11:31 am
דורך ווינקל
יא, זע אויבן 2'טע תגובה.
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 09, 2013 12:22 pm
דורך green
שנאפס האט געשריבן:אוואדע וויל איך
איך דארף אבער נישט קיין ריזיגע דריי אדער פיר טויזנט סקווער פוס הויז פאר דריי הונדערט אלפים, מיר איז גענוג 2000 סקווער פוס פאר 150 אלפים
איך העל דיר זאגן דעם אמתת איך וואלט אויך ענדערשט געגאנגן פאר א 2000 סק פיס דירה פאר 150000 אבער אז סאיז נאר דא גרעסער (ווייל די זאננינג איז יעצט אזוי) פאר מער וואלט איך עס אויך קאנסידערט, און פאקט געבן זיי אפציעס פאר קלענער למשל מקען אויפגעבן די בעיסמענט און מצאלט נאר 250000
ווי אויך האב איך באקומען א טוויט פון זיי אז די רענטל פרייזן גיייען זיין די אויבערשטע דירה פון צוויי שטאקן 2600 ס"פ פאר 1675.00 און די אונטערשטע 1300 ס"פ פאר 900.00 דאס מיינט און אידיש אז א יונגערמאן מיט 3-4 קינדער קען קויפן גארטן און פארדינגן די אויבערשטע און וואוינען אונטען אזוי קאסט עס אים א חודש נישט מער ווי 600-700..
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 09, 2013 4:46 pm
דורך lebediger berel
אפשר קען מען צוזאמשטעלן די אשכולות?
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 09, 2013 5:04 pm
דורך געלעגער
צוזאמגעשטעלט.
~
מען קען שוין באלד מאכן א סוב פארום פון אלע נייע שטעטלעך...
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 09, 2013 5:20 pm
דורך לכאורה
א שאד צו מאכן א סאב פארום, אין די זעלבע צייט קען מען שוין מאכן א סאב שטעטל...
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 09, 2013 5:26 pm
דורך בעל דעת
דאס איז זיכער אז עפעס מיז דא געשען דראסטיש אויב מיר וועלן ח"ו נישט זוכה זיין לתקן עולם במלכות שד-י
לאמיר האפען כאטש איין חלום זאל פארוויקליכט ווערן
כשאני לעצמי זיעט מיר דיעס אויס דע מערסטע אויסגעהאלטען מער ווי אלע אנדערע פלענער (איך וויל נישט ח"ו קיינעם אוועקמאכן)
א אויפגעבויטע שטאט מיט קהלות און מוסדות אזוי אויך מיט אלע עלריי געשעפטען
חוץ מזה רעדט מען דאך פין אזעלכע וואס ווילן נישט קיין "קרית יואל" נאר מער א ברייטערע ציבור מיט פארשידענע פראקצייעס ,ווייל ווען יא וואלט ער שוין לאנג געמאופט אהין
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 11, 2013 9:51 am
דורך פאטאקי08
געלעגער האט געשריבן:צוזאמגעשטעלט.
~
מען קען שוין באלד מאכן א סוב פארום פון אלע נייע שטעטלעך...
אבער יעדע אשכול אין יענע פארום ווערט צום סוף אריבערגעפירט אין זכור ימות עולם פארום
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 11, 2013 11:03 am
דורך משה קארנפעלד
איך בין אלל די ווועי פאר א סוב פארום, אבער עס ברויך האבן פארקינג פאר מיין מאביל, אניש איז נישט דא וואס צו רעדן.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 11, 2013 11:06 am
דורך פליגל
משה, אויף א פארטעבל קענסטו נישט רעדן? דייקא נאר מיט א מאביל?
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 11, 2013 11:09 am
דורך משה קארנפעלד
אין אזא פאל גיי איך שוין ענדערש פאר דיספאזיבל.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 12, 2013 9:57 pm
דורך פיצי קעפעלע
איך האב גערעדט מיט כ"ק מוהרז "ל שליט"א איבער די דעוועלעפמענט. די רבי האט מיר געזאגט אז ער האט געזאגט פאר די די עסקנים אז אויב וועט זיך פארמירען א גרופע סאטמאר 'ע אינגעלייט וואס וועלן אהין גיין, איז ער גרייט ארויסצוהעלפען מיט מוסדות אין אנדערע קהל'ישע ענינים.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 23, 2014 10:38 pm
דורך היימישער איד
מ'שמועסט אז די פרוייקט ריקט זיך שנעל פארויס ב"ה, ווער עס האט קראנטע אינפארמאציע ביטע אינפארמירן דעם ציבור דא. יישר כח
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 4:46 pm
דורך babaganush
נעכטען איז געווען די אבן הפינה
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 4:49 pm
דורך babaganush
'
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 4:51 pm
דורך דער תהילים איד
אבן הפינה פאר? ביהמ"ד?
וואס איז שוין דא דארט, וויפיל אידן וואוינען שוין, ווער קען באריכטן.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 4:55 pm
דורך לכתחילה אריבער
דער תהילים איד האט געשריבן:אבן הפינה פאר? ביהמ"ד?
וואס איז שוין דא דארט, וויפיל אידן וואוינען שוין, ווער קען באריכטן.
עס איז דא א גאנצע שמועס אין אמ"ג, קוקט אויס ווי א סוקסעס. געבויט דורך בעלזא, אבער נישט עקסלוסיוו חסידי בעלז, זיי ווילן דווקא אנדערע אויך לויט ווי די חברה אין אמ"ג שרייבן. שוין דא אסאך משפחות דארט.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 4:58 pm
דורך babaganush
אבן הפינה פאר די שטעטל. בעלז ציעט זיך ארויס די ערשטע.
סאטמער ישוב אין לעיקוואד א מציאות!!!
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 05, 2014 7:59 pm
דורך לטב עביד
היינט געהערט קראנט אז סאטמערע יונגעלייט פון ווילימסבורג דערווייל בערך 15 - 20 האבן שוין געסיינט קאנטראקט אין לייקוואד! עס רעדט זיך פון הערליכע הייזער אריבער 4000 סקווער פוס אינקלודעט א סעמי בעסמענט אויפגעפיקסט פאר א טענענט פלאס א רויע עריק,
דאס אלעס פאר אונטער 400,000, מיט א צוזאג פון סאטמער צו בויען מוסדות,
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין!!!