חסידישע דעוועלאפמענטס אין לעיקוואודער אומגעגנט

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

לעיקוואד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » מאנטאג ינואר 07, 2019 3:42 pm

בערל, רעכנען בעיסמענט אינקאם איז אזוי ווי רעכענען א באנוס וואס די באקומסט געווענליך יעדע יאר וואס די קענסט פונקט אזוי פארלירן, אדער א סעלף אימפלויד וואס רעכנט אן עווערעדזש און האפט אויף סיעתא דשמיא.
איך ארבעט נישט פאר קיין איין דעוועלעפאר אויב עפעס האבן איינע פון די גרויסע פריוואט געהאט עפעס טענות אויף מיר וואס דא איז נישט די פלאץ צי שרייבן דערפון, אבער זיי צי בלעימען אז זיי נערן אפ מיט די בעיסמענט דאס איז שקר.
דער עולם, - בעיקר די ישיבהישע, יארן צוריק - האט געוואלט אז די בויער זאל צישטעלן פאר נאך 40-50 טויזענט א פינישט בעיסמענט ווייל אזוי גייט עס אריין אין מארגעדזש.
אויב די ווילסט האבן א טענה איז נאר אויף די בראקערס. אבער ווי איך האב שוין געשריבן אויבן אז די בייער איז אויך עפעס שולדיג, ווייל עס קומט נישט צו קויפן א הויז פאר מען האט פרובירט די שטאט פאר עטליכע יאר, איבערהויפט ווען עס איז אזא טויש ווי פון וויליאמסבורג צי לעיקוואד. און אזאך וואס איז גוט פאר איין פרוי מיינט נישט אז עס וועט זיין גוט פאר דיין ווייב פאר זי פרובירט עס אויס. נאכן קויפן איז שוין זייער שווער צוריק צוציען און דעמאלטס האט מען טענות אויף יעדעם חוץ אויף זיך.
די בעיסמענט פרייזן דא אין לעיקוואד פאר רענט ווערט נישט געמאסטן ווי טיך עס איז אין דער ערד, עס גייט מער לויט די געגענט און אויך ווען די שטעלסט עס ארויס, למשל פאר אלול קענסטו באקומען מער ווי אייר/סיון אדער אינמיטן ווינטער. לעיקוואד איז בכלל אנדערש ווי אנדערע היימישע געגענטער.
איך וויל דיר געבן א קליינע דוגמא, איך גלייב נישט אז בארא פארק האט 2000 משפחות וואס מופן א יאר לאקעל. און אויך האט נישט בארא פארק 500 משפחות א יאר וואס מופן צו אנדערע שטעט איבער ד' כנפי הארץ איבער אמעריקע. לעיקוואד האט עס יא.

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3463
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג ינואר 07, 2019 4:59 pm

שוין, איך גלייב נישט אז די עסקנים און דעוועלאפערס נישט פון סאטמאר נישט פון בעלז אדווייזן דעם עולם קומט דינגען און נאכדעם באשליסט אויב איר ווילט קויפן, גראדע דזש.ס. האט יא עפעס אזוי געשריבן ווייל דארט איז כלל נישטא קיין דעוועלאפערס (הגם איך טענה ס'טויג נישט, אבער איך קען נישט איבעראל זיין גערעכט, ערגעץ מוז איך איינגעבן)
למעשה האב איך שוין צוועלף - פופצן יאר צוריק געהערט פון עסקנים זויגערופענע ישוב-פלאנירער אז צו דינגען איז אלץ דא אסאך אסאך א קלענערע אפרוף ווי אויף צו קויפן, פארוואס האבן זיי מסביר געווען מיט סייעקאלעדזשי וואס כ'האב שוין ב"ה פארגעסן.
גענוג גע'טענה'ט, לאמיך האבן דאס לעצטע ווארט און שוין (דזשאסט קידינג)
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3408
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » מאנטאג ינואר 07, 2019 5:21 pm

הייליגער בערל, איך ווייס נישט וואס דו גלויבסט יא אדער נישט.

איך בין א עסקן אין סאטמער לעיקוואד, נישט קיין ברויקער, און איך האב נעכטן אוועק געגיבן א האלבע טאג פאר עטליכע אידן וואס זענען אין א קריזיס אין דער שטאט און שטארק צוגערעדט צו "רענטן" נישט קויפן, היינט האט מיין ב"ב אוועק געגיבן צייט פאר צוויי משפחות און שטארק צו גערעדט צו רענטן קודם, און נישט קויפן

לעניית דעתי, וואס איך האב אוועק געגיבן זייער זייער אסאך צייט פאר דעם ישוב און פאקטיש פרזענליך גערעדט מיט הינדערטער מענטשן נאך ווען א טאוין הויז האט געקאסט 449 שוין נאכן בעיסמענט, און איך זאג אייך אז אפילו מען זאל טיילן דירות אומזיסט, וועט עס נישט טוישן געם מצב קיין כי היא זה

אנהויב פונעם פריעקט האב איך פארפירט אז מען זאל מאכן כאטש איין דעוועלאפמענט קאנדאס אזוי ווי וועסט געיט, פאר צוויי פיפציג א דירה, היינט בין איך מסופק צו אזא פראדוקט קען אפילו פארקויפט ווערן

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3463
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג ינואר 07, 2019 5:29 pm

הערליך האט געשריבן:הייליגער בערל, איך ווייס נישט וואס דו גלויבסט יא אדער נישט.

איך בין א עסקן אין סאטמער לעיקוואד, נישט קיין ברויקער, און איך האב נעכטן אוועק געגיבן א האלבע טאג פאר עטליכע אידן וואס זענען אין א קריזיס אין דער שטאט און שטארק צוגערעדט צו "רענטן" נישט קויפן, היינט האט מיין ב"ב אוועק געגיבן צייט פאר צוויי משפחות און שטארק צו גערעדט צו רענטן קודם, און נישט קויפן

לעניית דעתי, וואס איך האב אוועק געגיבן זייער זייער אסאך צייט פאר דעם ישוב און פאקטיש פרזענליך גערעדט מיט הינדערטער מענטשן נאך ווען א טאוין הויז האט געקאסט 449 שוין נאכן בעיסמענט, און איך זאג אייך אז אפילו מען זאל טיילן דירות אומזיסט, וועט עס נישט טוישן געם מצב קיין כי היא זה

אנהויב פונעם פריעקט האב איך פארפירט אז מען זאל מאכן כאטש איין דעוועלאפמענט קאנדאס אזוי ווי וועסט געיט, פאר צוויי פיפציג א דירה, היינט בין איך מסופק צו אזא פראדוקט קען אפילו פארקויפט ווערן


עניוועי, ביזט א עסקן, זאלסטו זיין געבענטשט אשרי לך ואשרי חלקך!
דו סאונדסט אביסל פראסטרעיטעד, און סאיז דא פארוואס אבער למעשה האט מען מצליח געווען צו ברעכן דעם "דירות קריזיס" און געבליבן מיטן "מאמעס פארטוך קריזיס" יעדער וואס האט א חלק אין ברעכן דעם דירות קריזיס וועט פארשריבן ווערן מיט גאלדענע אותיות אין דברי הימים בקורות גלות ישראל.
דער מאמעס פארטוך קריזיס קען זיך איבערדרייען אין איין סעקונדע, סאיז דאך נאר דמיון - און יעדער יחיד/יחידה קען אליין זיך וועלן צו ס'זאל אים נוגע זיין
אשרי לך!!!!!!!!!!!!!!!!!!
אז מ'לעבט דערלעבט מען

לעיקוואד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » מאנטאג ינואר 07, 2019 6:30 pm

בערל איך לאז דיר האבן די לעצטע ווארט לגבי רענטלס.
לגבי מאמעס פארטוך קריזיס, איך האב פאר דיר נייעס עס איז קיינמאל נישט געווען קיין דירות קריזיס, איינער וואס האט נישט געהאט קיין פראבלעם מיט מאמעס פארטוך האט געקענט מופן פאר 10 יאר צוריק אויך.

oh vei
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:30 pm

תגובהדורך oh vei » דינסטאג ינואר 08, 2019 2:03 am

לעיקוואד האט געשריבן:עס איז נישט דא אזא זאך אין די טריי סטעיט ווי א נייע הויז ווי מען בויט אין לעיקוואד פאר ביליגער ווי די פרייזן.
א גענוצטע הויז קענסטו האבן דא פאר סאך ביליגער.
די סיבה פארוואס עס איז נישט דא קיין מאסן אויסוואנדערונג איז פשוט, סאטמאר שטיצט נישט קיינעם צו גיין אין אנדערע דעוועלעפמענטס.
און דאס וואס עס איז גרייט איז occupied.
לויט וואס איך ווייס איז נישטא קיין סאך ליידיגע דירות.

עס איז נישט דא אזא זאך און די טריי סטעיט ?
פליז טוה מיר א טובה אני הצעיר בויעט און געגנטער וואס זענען נענטער צו מאנהעטען א דאפלעיקס קאסט און די הויעכע צווייערס,ווער רעדט נאך פון אושעין קאונטי וואס איז א גאר א שוואך אקעגען די העכערע קאונטיס קענסט טרעפן סינגעל נאו קאנסטראשעין פאר די הויעכע דרייערס.

באריכט
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 09, 2018 11:41 am

תגובהדורך באריכט » דינסטאג ינואר 08, 2019 9:17 am

oh vei האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:עס איז נישט דא אזא זאך אין די טריי סטעיט ווי א נייע הויז ווי מען בויט אין לעיקוואד פאר ביליגער ווי די פרייזן.
א גענוצטע הויז קענסטו האבן דא פאר סאך ביליגער.
די סיבה פארוואס עס איז נישט דא קיין מאסן אויסוואנדערונג איז פשוט, סאטמאר שטיצט נישט קיינעם צו גיין אין אנדערע דעוועלעפמענטס.
און דאס וואס עס איז גרייט איז occupied.
לויט וואס איך ווייס איז נישטא קיין סאך ליידיגע דירות.

עס איז נישט דא אזא זאך און די טריי סטעיט ?
פליז טוה מיר א טובה אני הצעיר בויעט און געגנטער וואס זענען נענטער צו מאנהעטען א דאפלעיקס קאסט און די הויעכע צווייערס,ווער רעדט נאך פון אושעין קאונטי וואס איז א גאר א שוואך אקעגען די העכערע קאונטיס קענסט טרעפן סינגעל נאו קאנסטראשעין פאר די הויעכע דרייערס.


הויעכע דרייערס? 3000sq ft?? פינעף בעדרומס 3.5 ביה"כ פלוס פינישוד בעס.. וואו איז דא אזעלעכע פרייזען סינגעל נוי קאנסטראקטאן??
וואו גרויס זענען דופלעקסעס וואס די בויסט??

לעיקוואד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » דינסטאג ינואר 08, 2019 9:52 am

אדרבה ברענג א דעוועלעפמענט לינק, א שעה פון בארא פארק פאר אונטער 300 פאר די סייז דופלעקס?
קאנסטראקשען אליינס ווי אזוי מען בויעט אין לעיקוואד אן פענסי אפגרעידס קאסט בערך 300 טויזענט, ווי אזוי קענסטו האבן נייע הייזער פאר אונטער 300?
אגב קאנסטראקשען קאסט ביליגער אין לעיקוואד ווי אין מאנסי אדער ק"י.

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3463
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג ינואר 08, 2019 3:47 pm

לעיקוואד האט געשריבן:בערל איך לאז דיר האבן די לעצטע ווארט לגבי רענטלס.
לגבי מאמעס פארטוך קריזיס, איך האב פאר דיר נייעס עס איז קיינמאל נישט געווען קיין דירות קריזיס, איינער וואס האט נישט געהאט קיין פראבלעם מיט מאמעס פארטוך האט געקענט מופן פאר 10 יאר צוריק אויך.

נישט פונקט אזוי
און געהער נישט אין לעיקוואד אשכול
ווען מיין טאכטער האט געמופט פון בארא פארק קיין קרית יואל 9 יאר צוריק האט מען איר מיט מיר אנגעקוקט כמעט שלא מן הישוב, זוך אויף מיינע תגובות פון דעמאלטס, און מיין איידעם האט זיך געפילט אין קרית יואל ווי א יון אין די סוכה (כמעט) היינט פרעגן אלע מיין טאכטער וואס וואוינט נאך דא (און מיר אויך אסאך מאל) פארוואס מופסטו נישט? דאס איז דער חילוק.
אויך האב איך נישט געהאט קיין סאלושען פאר ווער ס'איז נישט אין קהלת מהר"א און וויל נישט גיין צו א מער מאדערענע פלאץ, (מאנסי מהרח"י האט כמעט נישט אריין גענומען צוליב מאנגל אין פלאץ) היינט איז א נייע וועלט.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » דינסטאג ינואר 08, 2019 6:34 pm

lebediger berel האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:בערל איך לאז דיר האבן די לעצטע ווארט לגבי רענטלס.
לגבי מאמעס פארטוך קריזיס, איך האב פאר דיר נייעס עס איז קיינמאל נישט געווען קיין דירות קריזיס, איינער וואס האט נישט געהאט קיין פראבלעם מיט מאמעס פארטוך האט געקענט מופן פאר 10 יאר צוריק אויך.

נישט פונקט אזוי
און געהער נישט אין לעיקוואד אשכול
ווען מיין טאכטער האט געמופט פון בארא פארק קיין קרית יואל 9 יאר צוריק האט מען איר מיט מיר אנגעקוקט כמעט שלא מן הישוב, זוך אויף מיינע תגובות פון דעמאלטס, און מיין איידעם האט זיך געפילט אין קרית יואל ווי א יון אין די סוכה (כמעט) היינט פרעגן אלע מיין טאכטער וואס וואוינט נאך דא (און מיר אויך אסאך מאל) פארוואס מופסטו נישט? דאס איז דער חילוק.
אויך האב איך נישט געהאט קיין סאלושען פאר ווער ס'איז נישט אין קהלת מהר"א און וויל נישט גיין צו א מער מאדערענע פלאץ, (מאנסי מהרח"י האט כמעט נישט אריין גענומען צוליב מאנגל אין פלאץ) היינט איז א נייע וועלט.


אין די דירה איז ווערט מיט א 2 מאות מער אדער נאכמער

זייער טיף און שארף ! פאקטן קען מען נישט לייקענען , אבער נאכאלס זיצט דער עולם אין לעכער פאר נאו ריזעזאן

אוועטאר
צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דינסטאג ינואר 08, 2019 9:20 pm

איך בין איינשטימיג מיט @לעיקוואד לגבי דאס דינגען בעפארן קויפן, לכה"פ פאר א האלב יאר, און מער אזוי איבער דעם פאקט אז די פרייזן זענען במציאות דאס ביליגסטע וואס איז מעגליך אין א פרייע מארקעט.

כ'וואלט צוגעלייגט צוויי נקודות

1) הגם כ'גלייך זייער ביליגע הייזער, איז נאר קאמען סענס צו קאמפעירן עפל טו עפל, און דאס וואס א דירה אין לעיקוואד שטעלט צו - 5 גרויסע שלאף צימערן, הערליכע נייע טאפ נאטש קאך, ריזיגע דיינונג רום, ספרים צימער און שפיל צימער, 2 פול און איין 1/2 באדע צימער, + א בעיסמענט וואס (ממה נפשך - איז עס צום פארדינגען, איז עס נאך 850 א חודש. איז עס צום וואוינען) איז עס נאך 3 שלאף צימערן, נאך א גרויסע צימער, נאך א שיינע (פסח) קאך. דאס, צו קריגן אין סיי וועלכע אידישע ישוב אין ניו יארק אדער ניו דזשערסי, איז נישט בנמצא אונטער 750 אלפים, און איז דא אין לעיקוואד פאר אונטער 6, בריוח. אויך איז נאך דא א שיין ביסל אזוינע הייזער פאר אונטער 5 מאות אין סאטמאר און אין בעלזא.

2) צו דינגען איז נישטא אזוינע פרייזן אין ערגעץ נישט, ניטא. אין לעיקוואד איז דערווייל יא דא ב"ה, כה יעזור ה' להלאה. פאר אונטער 2 אלפים (5 ב"ר דופלעקס) אדער אונטער אנ'אלף (3 ב"ר בעיסמענט)
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » דינסטאג ינואר 08, 2019 9:37 pm

למעשה אין קרית יואל האט מען יארן פארקויפט דריי בעדרום דירות 1500 סקווער פיס פאר בערך 300 טויזענט, דאס איז דירות וואס יונגעלייט דארפן

א יונגערמאנטשיקעל דארף נישט קיין ריזיגע הויז ,איך רעדט פון דורעכשניטלעכער פארדינערס, נאך יעצט אין קרית יואל קויפן יונגעלייט 3 בעדרום דירות אין גרויסן פאר בערך 350 , אפגערעדט טאמער זיי האבן דעם אכטער ענדיגן זיי דעם חודש אינטער 2000 , א ריזיגע שיינע הויז פריוואט אויף א עיקער קענסטו אויך האבן אין וואדבערי זשאנקשען פאר 550 אדער דאס איז נישט השוא לכל נפש אין זיכער נישט פאר מיטעל קלאס פארדינערס לכתחילה

וועגן דעם פארקויפן זיך הונדערטער דירות אין שכונות ויואל משה וועגן עס איז ביליג

די פוינט איז אן קיין פיינענשעלס עדווייזער מיט פשעטליך איז א שווערע אינטערנומונג פאר סתם א יונגערמאן א הויז פאר 550

לעיקוואד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » מיטוואך ינואר 09, 2019 4:45 am

רעסטאראנט האט געשריבן:למעשה אין קרית יואל האט מען יארן פארקויפט דריי בעדרום דירות 1500 סקווער פיס פאר בערך 300 טויזענט, דאס איז דירות וואס יונגעלייט דארפן

א יונגערמאנטשיקעל דארף נישט קיין ריזיגע הויז ,איך רעדט פון דורעכשניטלעכער פארדינערס, נאך יעצט אין קרית יואל קויפן יונגעלייט 3 בעדרום דירות אין גרויסן פאר בערך 350 , אפגערעדט טאמער זיי האבן דעם אכטער ענדיגן זיי דעם חודש אינטער 2000 , א ריזיגע שיינע הויז פריוואט אויף א עיקער קענסטו אויך האבן אין וואדבערי זשאנקשען פאר 550 אדער דאס איז נישט השוא לכל נפש אין זיכער נישט פאר מיטעל קלאס פארדינערס לכתחילה

וועגן דעם פארקויפן זיך הונדערטער דירות אין שכונות ויואל משה וועגן עס איז ביליג

די פוינט איז אן קיין פיינענשעלס עדווייזער מיט פשעטליך איז א שווערע אינטערנומונג פאר סתם א יונגערמאן א הויז פאר 550


ווי בויעט מען יעצט פאר 350 אין ק"י?
פונקטליך וויפיל קאסט א הויז אין שכונת ויואל משה וואס דאס איז יעצט די ביליגסטע אין ק"י?
איך בין בכלל נישט דא אראפצורייסן סיי וועלכע געגענט, אבער ווען די קומסט מיט ליגענט אראפצורייסן לעיקוואד, דאס איז שוין א חוצפה.

איך האב פאר דיר נייעס, אז אין לעיקוואד איז דא הייזער פאר אונטער 300 3 בעדרוםס אין זייער גוטע קאנדישאן, די סיבה פארוואס מען בויעט נישט צי סאך נייע פון די סארט דעוועלעפמענטס ווייל עס איז נישט געווען קיין קאסטומערס, אין ווי אויך איז די מציאות אז די חסידישע עולם וויל עווענטשולי גרויסע שיינע הייזער.
יעצט שטעל דיך פאר סאטמאר אלץ א קהילה בויעט אזאנס ווי קאווענטרי און נאך 10 יאר מופט דער עולם? פארשטייסט אליינס אז אן אפגעזונדערטע קהילה ווי סאטמאר קען זיך נישט ערלויבן אזאנס צי טוען און די קהילה זאל פארלירן געלט. אגב איינע פון די סיבות פארוואס די אלטע סאטמאר שול אין לעיקוואד איז אזוי שטארק אויסגעשפילט איז אז אמאל פלעגט מען דארט וואוינען אין קלענערע הייזער פאר זייער ביליג אבער מיט די צייט האט דער עולם געמאפט צי שיינע גרויסע הייזער אוועק פון די צענטער.
לכאורה קען איך אפילו זען א מציאות ווי די ראקוועל עולם וועט ארויסמופן צו שיינע גרעסערע הייזער, די אפעטיט קומט מיט די צייט
אבער א אינגערמאן אלץ אינדיווידיעול קענסט קויפן אין די ליטווישע דעוועלעפמענט נעקסט צי סאטמאר פאר זייער ביליג, און אויב באלאנגסטו צי צד מהר"א קענסטו קויפן אין קאווענטרי וואס עס איז נאנט צום שול און לכשירחיב וועסטו קויפן א שיינע הויז.
נאך א פוינט דער אזוי גערופענע אינגערמאנטשיקל אין ק"י וואס די נעמסט זיך אן פאר אים קומט נישט אז ער זאל קויפן א הויז א יאר צוויי נאך זיין חתונה ווען ער איז נאכנישט מסודר פיינענשלי, חוץ אויב ער האט א רייכע שווער וכדו'.
ער קען דינגען פאר אונטער 1000 א חודש, ווייז מיר א הויז פאר חתן כלה פאר אונטער 1000 אין ק"י, וואס די עלטערן דארפן נישט קויפן קיין שום אפלייענסעס.
אגב דאס איז נאך א חילוק לעיקוואד און אנדערע געגענטער, מען באקומט פאר די פרייז די הויז גרייט.

לעיקוואד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » מיטוואך ינואר 09, 2019 4:53 am

רעסטאראנט,
ווי עס קוקט אויס באלאנגסטו צי קהילת מהר"א, און וועגן דעם פילסטו א חוב אראפצורייסן לעיקוואד בנוגע צי ק"י.
פאר די טוסט עס און די מיינסט אז דאס איז די רצון פון רבין, פרעג דיך נאך וואס ער האלט בנוגע לעיקוואד.
ער האלט זייער שטארק פון די עפפארדעביליטי פון לעיקוואד און די שיינקייט פון די שטאט.
ער האט עס מיר אליינס געזאגט שוין, און זיך עס אנגערופן אמאל אין פראנט פון א שיינע מספר אידן נאך פאר ראקוועל איז געווארן אפילו א חלום. דאס איז וואס איך אליין האב מיטגעהאלטן אבער איך גלייב אז עס געווען מער מאל.

משה בעלז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2017 2:26 pm

תגובהדורך משה בעלז » פרייטאג ינואר 11, 2019 9:39 am

Screenshot_20190111-093616-01.jpeg
Screenshot_20190111-093616-01.jpeg (129.69 KiB) געזעהן 1604 מאל

משה בעלז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2017 2:26 pm

תגובהדורך משה בעלז » מאנטאג ינואר 14, 2019 9:49 am

IMG_20190114_094656_01-01.jpeg
IMG_20190114_094656_01-01.jpeg (543.11 KiB) געזעהן 1488 מאל

משה בעלז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2017 2:26 pm

תגובהדורך משה בעלז » דינסטאג ינואר 15, 2019 2:34 pm

24394-01.jpeg
24394-01.jpeg (164.23 KiB) געזעהן 1374 מאל

משה בעלז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2017 2:26 pm

תגובהדורך משה בעלז » דאנארשטאג ינואר 17, 2019 10:31 am

24884-01.jpeg
24884-01.jpeg (86.53 KiB) געזעהן 1290 מאל

משה בעלז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2017 2:26 pm

תגובהדורך משה בעלז » דאנארשטאג ינואר 17, 2019 4:28 pm

Screenshot_20190117-155534-01.jpeg
Screenshot_20190117-155534-01.jpeg (587.19 KiB) געזעהן 1230 מאל

משה בעלז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2017 2:26 pm

תגובהדורך משה בעלז » דינסטאג ינואר 22, 2019 10:53 am

Screenshot_20190122-105028-02.jpeg
Screenshot_20190122-105028-02.jpeg (59.52 KiB) געזעהן 1114 מאל

אוועטאר
בדרך אפשר
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

תגובהדורך בדרך אפשר » דינסטאג ינואר 22, 2019 2:54 pm


אזוי וויל איך
שר חמש מאות
תגובות: 953
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

תגובהדורך אזוי וויל איך » מיטוואך ינואר 23, 2019 4:39 pm

Satmar Lakewood האט געשריבן:ווי נאר מ׳באקומט פערמעטס. די פלענער זענען שוין אין די טאונשיפ ס׳קען נעמען א שיינע פאר חדשים. די יעצטיגע שול איז זייער פול ס׳ממש נישט דא קיין פלאץ און מ׳מוז שוין אוועק גיין. זאל די רבש״ע העלפן

Lakewood planning board approved plans for new Bhm"d which will also have a hall for small Simchas.

משה בעלז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2017 2:26 pm

תגובהדורך משה בעלז » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 10:44 am

אזוי וויל איך האט געשריבן:
Satmar Lakewood האט געשריבן:ווי נאר מ׳באקומט פערמעטס. די פלענער זענען שוין אין די טאונשיפ ס׳קען נעמען א שיינע פאר חדשים. די יעצטיגע שול איז זייער פול ס׳ממש נישט דא קיין פלאץ און מ׳מוז שוין אוועק גיין. זאל די רבש״ע העלפן

Lakewood planning board approved plans for new Bhm"d which will also have a hall for small Simchas.
צוגעלייגטע
0d309624c53a45b6811f9602492ede4a-02.jpeg
0d309624c53a45b6811f9602492ede4a-02.jpeg (84.36 KiB) געזעהן 827 מאל

סקאטש
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 14, 2014 7:46 am

תגובהדורך סקאטש » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 10:54 am

משה בעלז האט געשריבן:
אזוי וויל איך האט געשריבן:
Satmar Lakewood האט געשריבן:ווי נאר מ׳באקומט פערמעטס. די פלענער זענען שוין אין די טאונשיפ ס׳קען נעמען א שיינע פאר חדשים. די יעצטיגע שול איז זייער פול ס׳ממש נישט דא קיין פלאץ און מ׳מוז שוין אוועק גיין. זאל די רבש״ע העלפן

Lakewood planning board approved plans for new Bhm"d which will also have a hall for small Simchas.
צוגעלייגטע
BD2F4730-C5F9-4F21-9266-9E5B2B3B2920.jpeg
BD2F4730-C5F9-4F21-9266-9E5B2B3B2920.jpeg (184.34 KiB) געזעהן 816 מאל

משה בעלז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2017 2:26 pm

קרית צאנז לעיקוואד

תגובהדורך משה בעלז » פרייטאג מארטש 08, 2019 10:01 am

ביהמ"ד צאנז קלויזענבורג ווערט אויפגעשטעלט אין סענטער פון אויק ענד וויין.
צוגעלייגטע
unnamed (1).jpg
unnamed (1).jpg (40.33 KiB) געזעהן 375 מאל
unnamed (2).jpg
unnamed (2).jpg (41.84 KiB) געזעהן 375 מאל


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט