בלאט 3 פון 17

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 09, 2013 5:29 pm
דורך פארשטייטציך
לויט מיין INFO איז LAKEWOOD אפען וועג צו ווערן היימיש מיט א גרויסע היימישע עולם אווי MONSEY פאר %55 די פרייז
פארוואס בלייבן אינדערויסן און באוויינען די פארגאנגענהייט

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 09, 2013 5:49 pm
דורך בעאבאכטער
לעיקוואוד האט היינט צו טאג גאנצע געגנטן וואס זענען עכט היימיש חסידיש.
ווען אייינער זאגט נעבן לעיקוואד, איז פונק ווי פארשעי אדער קאנקארד איז נעבן מאנסי...
וואס איז נישט אין לעקוואד "נעבן לעיקוואוד"?...

א שטיקעלע אפדיעט

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 25, 2013 2:10 pm
דורך בעל דעת
פארגאגנע וואך איז געווען א סוקסעספאלער מיטונג
דע דעוולאפערס זענען ספעיציעל אראפ געקימען זיך צי טרעפען מיט דע ציקאמפטיגע קונים, עס איז געעו זייער א אפענע מיטונג מען האט ארויס געברענגט אלע קשיות און פראבליעמען וואס קען זיך מאכן ביי אזא פראיעקט, ביים סוף האבען איבער 20 אינגעלייט אויסגעפילט אפלעקעשיען'ס איך האב אין מיין באזיץ דע ליסטע פין דע באטייליגטע דארטן מען קען זאגען אלע איינס ביי איינס ערענסטע פיינע אינגעלייט מיט עכט גיטע שטיבער

א שטיקעל איבערזיכט פינען פראיעקאט
דע ערשטע פאזע וועט זיין 75 הייזער יעדע הויז וועט זיין 2650 סקוווער פיס, חוץ מזה קימט מיט יעדע הויז א אויפגעפיקסטע וואלק אין פין 1350 סקווער פיס דירה צי פארדינגען
ווי אויך וועט עס ענהאלטען א הערליכע בהמ"ד וואס וועט געגעבען פין דע דעוולאפערס
דע פרייז פין ערשטע פאזע איז 359,000$ (אויב מען דארף נישט דען דירה אינטען אויפגעפיקסט גייט אראפ 40,000$ )
דע נעקסטע פאזע וועט זיין נאך 412 הייזער (פלאס א טענעט) דאס אויס כמעט 850 משפחות קע"ה
פאר ערשטע פאזע דארף מען נישט אראפ לייגן מער פין 10% דאס הייסט 35,000$ פאר דע איבריגע געט ער א פרייוועט מארגיזש
דע רענטעל פרייז פין פין דע אינטערשטע דירה איז צווישען 800-900
אזוי אויך האט מען געמאלדען אז א נדבן איז קעגען געקימען פאר א בנין פאר א תלמוד תורה וואס עס וועט אויך ענהאלטען א חתונה זאל

אויב איך וועל האבן מער אינפארמאציע וועל איך לאזן וויסען

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 25, 2013 2:25 pm
דורך משמש
איך האב געהערט אז עס איז געווען א מיטינג פאריגע וואך אין די גארדיען בילדינג.
וואס דארף איך טוען אויב בין איך אינטערעסירט אין די געשעפט?

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 25, 2013 2:32 pm
דורך מחותן
אביסל מער פרטים,

מען גראבט שוין? מען בויעט שוין? אדער עס איז נאך אלץ נאר און די פלענער פאזע?

וויפול פערצענט פון די באטייליגטע האבן אויסגעפילט די אפלעקעשיען'ס?

ווער גארענטירט אז עס גייט זיין א צווייטע פאזע?

וואס איז די מעלה און חסרון פון א פרייוועט מארגיזש?

ווער האט מחליט געווען די רענטעל פרייז פון די אינטערשטע דירה? און ווי אזוי גייט מען עס קאנטראלירען?

די אלע הבטחות פון א ביהמ"ד און א ת"ת איז אריינגעשריבען אינעם קאנטראקט?

ווער גיט א פערסענעל גאראנטי אויף די 10% דאון פעמעינט?

האבן די דעוועלעפערס א שייכות מיט סאטמער? אדער האבן זיי א שייכות מיט עסקנות אז זענענן גרייט צו שוויצען אפילו עס וועט נישט גיין ווי געפלאנט? אדער זיי וועלן ארויסשפרינגען נאכען ערשטען פאזע אויב עס וועט נישט גיין צו גרינג?

איז דא א פאון נומבער אדער א אימעיל ווי איינער וואס איז נישט געווען ביי די אסיפה קען זיך פאראינטערסירען צו הערן מער פרטים און מעגליך אויספילען א אפליקעשעין?

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 25, 2013 3:09 pm
דורך בעל דעת
לאמיר קלאר מאכן איך האב גארנישט מיט דע גאנצע זאך אזוי פיל איך קיק שטארק ארויס אויף דע הצלחה פינעם פראיעקט פאר דיעם ענטפער איך

מען גראבט שוין? מען בויעט שוין? אדער עס איז נאך אלץ נאר און די פלענער פאזע?

לע"ע איז שוין דא דע אפראוועלס לכאורה וועט מען און דע קימעדיגע טעיג אנהייבען גראבען
איך האף צי האלטען דיעם עולם אפדיעטעט

וויפול פערצענט פון די באטייליגטע האבן אויסגעפילט די אפלעקעשיען'ס?

מען נאר גענימען פין ווער עס איז 100% אינטערסירט יעצט האלט עס כמעט 20
ווער גארענטירט אז עס גייט זיין א צווייטע פאזע?

דאס איז זיכער דער דעוולאפער האט דע שטחים איינמאל סאיז דא 150 משפחות האלט יעדער וועט דע אנדערע 450 זיין זייער גרינג
נאך אזאך דארף מען וויסען דא שטייט בראש א איד א שטארקער סאטמערער בעה"ב מיט א גרויס פארמעגען ער וויל פאר יעדע פרייז צי זיען דע הצלחה פינען פראיעקט
וואס איז די מעלה און חסרון פון א פרייוועט מארגיזש?

אין היינטיגע צייטען וואס זייער שווער צי באקימען א מארגעזש איז עס א מורא'דיגע מעלה
מען קען באקימען פין דע באנק אויך נאר דע דיפרענס צווישען 10% און וואס דע באנק געט איז ער גרייט צי געבען
ווער האט מחליט געווען די רענטעל פרייז פון די אינטערשטע דירה? און ווי אזוי גייט מען עס קאנטראלירען?

נישטא קיין קאנטראל דאס איז דע מארקעט פרייז און ליעקוואד
די אלע הבטחות פון א ביהמ"ד און א ת"ת איז אריינגעשריבען אינעם קאנטראקט?
א בהמ"ד מיז ער געבען לעגאל (קאמינעטי רום) א ת"ת הייבט מען אן צי בויען ציזאמען מיטן גאצען פראיעקט
ווער גיט א פערסענעל גאראנטי אויף די 10% דאון פעמעינט?

איך פארשטיי נישט דע קשיא
האבן די דעוועלעפערס א שייכות מיט סאטמער? אדער האבן זיי א שייכות מיט עסקנות אז זענענן גרייט צו שוויצען אפילו עס וועט נישט גיין ווי געפלאנט? אדער זיי וועלן ארויסשפרינגען נאכען ערשטען פאזע אויב עס וועט נישט גיין צו גרינג?

יא ווי איך האב פריער געזאגט א סאטמארער איד וואס וויל בכל מחיר אז דאס זאל זיין
פארשטייט זי מען ברויך סייעתא דשמיא
איז דא א פאון נומבער אדער א אימעיל ווי איינער וואס איז נישט געווען ביי די אסיפה קען זיך פאראינטערסירען צו הערן מער פרטים און מעגליך אויספילען א אפליקעשעין

דא האט איר א אימיעל אדרעס
wtolakewood@gmail.com

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 25, 2013 3:19 pm
דורך green
i would like to sign up where can I got an Application

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 25, 2013 3:27 pm
דורך green
יז שוין דא עפעס א דיין אדער רב וואס איז אין פאר איט?

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 25, 2013 4:11 pm
דורך דער תהילים איד
בעל דעת האט געשריבן:נאך אזאך דארף מען וויסען דא שטייט בראש א איד א שטארקער סאטמערער בעה"ב מיט א גרויס פארמעגען

מיהוא זה?

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 25, 2013 4:21 pm
דורך green
===

פארגעסען צי שרייבן

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 25, 2013 4:38 pm
דורך בעל דעת
ער פלאנט צי עפענען א כולל פאר אינזערע אינגעלייט פאר 250$ א וואך וואס נפשם חשקה בתורה

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 25, 2013 4:41 pm
דורך מחותן
ייש"כ פאר דיינע ענטפערס און פאר האלטן אינפערמירט דעם ציבור.

בעל דעת האט געשריבן:
וויפול פערצענט פון די באטייליגטע האבן אויסגעפילט די אפלעקעשיען'ס?
מען נאר גענימען פין ווער עס איז 100% אינטערסירט יעצט האלט עס כמעט 20

נאכאמאל, סתם פאר נייעגריקייט וויפול פערצענט פון די באטייליגטע האבן אויסגעפילט די אפלעקעשיען'ס? איז עס געווען 20 פון 100? אדער 20 פון 50? אדער 20 פון 200?


בעל דעת האט געשריבן:
ווער גיט א פערסענעל גאראנטי אויף די 10% דאון פעמעינט?
איך פארשטיי נישט דע קשיא

דא פעלט אויס א פערסענעל גאראנטי אויף די 10% פערצענט דאון פעמעינט, ווייל אפילו אין קר"י אדער אין וומסב"ג מאכט זיך אויך פון צייט צו צייט ערענסטע אישוס מיט מענטשן וואס האבן געגעבן א דיפאזיט און מחמת איזה סיבה שיהא נישט געקלויזט, דא וויבאלד עס איז א נייע זאך קען אויך אינטערקימען ערענסטע שוועריקייטען, און די 20 מענטשן דארפן האבן א גאראנטי אז זיי גייען צוריק זען זייער געלט און פאל עס ארבייט זיך נישט אויס לויט מען האט געזאגט בעפאר.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 25, 2013 4:54 pm
דורך בעל דעת
עס איז געווען( 25 אינגעלייט געווען פרויען אויך מיט מחיצות פארשטייט זיך ) 20 בערך האבען אינטער געשריבען
גראדע זענען געווען מער מענטשען מען האט נאר געריפען ווער עס איז געווען 100% אינטערסירט
דע 10% לייגט מען אריין אין עסקרא דאס ווערט נישט געניצט דורכן דעוולאפער( ווי ביי אינז און וויליאמסבורג)

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 25, 2013 4:59 pm
דורך מחותן
ייש"כ, חפץ השם בידם יצליח.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 25, 2013 5:39 pm
דורך green
איינער האט מיר אריינגעשיקט א לינק צום אפליקאציע פאר ווער ס'ברויך עס
http://goo.gl/yNE0a

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 26, 2013 2:35 pm
דורך בעל דעת
יעצט הער איך אז דע קימעדיגע אנהייב וואך פארן ארויס נאך א גרופע אינגעלייט צי באקיקען דיעם פלאץ

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 26, 2013 2:58 pm
דורך מחותן
בעל דעת. א יא און ניין שאלה, לויט עס האלט יעצט איז שייך פאר איינעם וואס א חסיד מובהק פינעם ברידער זיך צו פאראינטערסירען דערויף? ווי אזוי איז די לופט לגבי די ענין?

איך פרעג לענין, ביטע נישט פארקריכען.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 26, 2013 3:33 pm
דורך בעל דעת
איך ווייס נישט וואס די פרעגסט דע אלע זענען חסידים פינעם ברידער
זשאסט קידינג :smile: :smile:

ב"ה דער עולם איז זייער נארמאלע עולם און דע סיבה פארוואס זיי האבן אויסקעלויבט דעים פלאץ ווייל זיי גלייכען א מער ברייטערע ציבור
אדרבא די ביסט זייער וועלקאם
(חוץ מזה איז נישט גיט נאר איין מיינונג מען מיז דאך האבען מיט וועם זיך צי דינגען אויך פארן שלימות)

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 26, 2013 3:37 pm
דורך green
וועלכע טאג נעקסטע וואך?

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 02, 2013 4:56 pm
דורך בעל דעת
Phone number 347-770-0206

for twiter Update @Satmar_Lakewood

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 03, 2013 11:15 am
דורך green
היינט באקומען אין TWITTER
here is a brochure from a similar development to the satmar development, we are working on our own brochure we'll have it in the coming weeks iy"h  
01:08
http://www.imperialnj.com/new-construct ... mony-park/

שיכון ויואל משה ד'לעיקוואד

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 08, 2013 2:12 pm
דורך green
שיכון ויואל משה ד'לעיקוואד

ווי באקאנט האבען זיך לעצטענס גראפירט עטליכע אינגעלייט בראשות הנגיד ר' מרדכי פארהאנד צי אויפבויען א שיכון פאר'ן סאטאמארן עולם און דיעם עיר התורה ליעקוואד

אזוי ווי איך פרעזענליך קיק זייער שטארק ארויס אויף דע הצלחה פין דע זאך, וויל איך אביסעל מיטיילען מיטן עולם מיט דע אינפארמאציע וואס איך ווייס

איין זאך וויל איך קלאר מאכן איך בין נישט קיין אגענט פאר זיי איך ארבערט נישט פאר זיי, דע איינציגטע זאך איז אז בתוך עמי אני יושבת, און דע שטאט וויליאמסבורג מיט פיצקעלע ד' על ד' מיט קינדער געבענשטע פאמיליע ב"ה, וואס איך מיז מיך ארויס זיען פין דא ווי אימשנעלעסטן, דא און וויליאמסבורג זע איך נישט לע"ע קיין שום אויסוועג פאר מיר, יעדע ריר דארף איך האבען גרייט לכה"פ 250,000$ אזאך וואך האב ליידער נישט לע"ע

איך פראביר צי פארשאפען אינפארמאציע און איך וואלט בעטען ווער עס וויסט עפעס מער אינפארמאציע זאל עס מיט טיילען

ווי אויך וואלט איך געקענט באשטיין צירוק צי הערן די מיינונוג פינען עולם בין לטוב בין למוטב

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 08, 2013 2:16 pm
דורך בעל דעת

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 08, 2013 2:33 pm
דורך green
דא איז זיין טוויטער אדרעסס
https://twitter.com/@Satmar_Lakewood

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 08, 2013 2:33 pm
דורך שנאפס
בעל דעת און גרין, מיר ווארטן אויף די דאקומענטן וואס איר האט דערווישט. א דאנק