בלאט 14 פון 17

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 21, 2014 8:56 am
דורך א איד אין גלות
גוט אז איר האט עס ארויפגעברענגט, שמעתי ממקור מסמוך, די לעיקוואוד פלאן פאר סאטמארע אידן איז בטל כעפרא דארעא.

נ.ב. איך האב נישט קיין אינטערעסע אין קיין שום אנדערע פראיעקט.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 21, 2014 9:26 am
דורך מיסטעריעז
א איד אין גלות האט געשריבן:שמעתי ממקור מסמוך, די לעיקוואוד פלאן פאר סאטמארע אידן איז בטל כעפרא דארעא.

פארוואס?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 21, 2014 9:30 am
דורך סקאטש
מיסטעריעז האט געשריבן:
א איד אין גלות האט געשריבן:שמעתי ממקור מסמוך, די לעיקוואוד פלאן פאר סאטמארע אידן איז בטל כעפרא דארעא.

פארוואס?


דאכט זיך אז ס׳איז קיינמאל נישט געווען ערנסט מיט סאטמאר.
אויסער דא אויף איי וועלט האט מען נישט געוויסט צו זאגן דערוועגן

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 21, 2014 9:40 am
דורך אט אזוי
What's going on

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 21, 2014 10:02 am
דורך green
א איד אין גלות האט געשריבן:גוט אז איר האט עס ארויפגעברענגט, שמעתי ממקור מסמוך, די לעיקוואוד פלאן פאר סאטמארע אידן איז בטל כעפרא דארעא.

נ.ב. איך האב נישט קיין אינטערעסע אין קיין שום אנדערע פראיעקט.


שמעתי ממקור מוסמך אז אייער מקור איז ניט קראנט.....

ערענסט גערעדט, די מקור איז ווער?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 21, 2014 11:03 am
דורך א איד אין גלות
דער מקור זאגט אז גאר ווייניג פאראינטערעסירטע זענען אריינגעקומען לעת עתה, און די דעוועלאפערס זוכען אנדערע גליקן.

אדרבא, מיר וואלטן געקענט באשטיין צו הערן אנדערש, הרב גרין טיילטס אונז מיט אייער ידיעות.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 21, 2014 12:06 pm
דורך יצחק דע באנקיר
זייט בלומינגבורג וועט שוין סאטמאר נישט אזוי שנעל אנאנסירען א נייער מקום ווילאנג עס וועט נישט זיין מער ממשות'דיג.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 21, 2014 12:07 pm
דורך סקאטש
די רוח דא אויף איי וועלט אנהויב ווינטער אז סאטמאר גייט קיין לעיקוואד האט אויסגעקוקט אזוי עכט אז אט אט גייט געבראכן ווערן די נייעס אויף די גאס, אז דער בלאט איז שנעל געלאפן און געמאכט העדליינס דערפון, זיי זאלן קענען האבן געמאלדן די נייעס בעפאר דער איד... וויפיל מ׳זעט כסדר אז אפילו שמועות מיט קראנטע נעמען זענען הוילע שקרים אדער פריצייטיגע נייעס ווערט מען נאך אלץ באאיינפלוסט פון שיינע זיסע געשרייבעכצער וואס קוקט אויס אמת.

כ׳ווייס אבער נישט צו ס׳איז געווען אפילו א ערנסטע הוא אמינא דערוועגן

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 21, 2014 1:49 pm
דורך געלעגער
לפי וואס איך ווייס איז געווען און ס'איז נאך אלס. נאר מ'זוכט נישט צו רעדן פאר די צייט... די בלאט איז א פרשה פאר זיך

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 21, 2014 2:38 pm
דורך יעקב צוקערמאן
ניק ניק האט געשריבן:יעצט כאפ איך אזוי חסידיש ווי בארא פארק איז, איז אפשר לעיקוואד אויך.

;l;p- ;l;p- ;l;p-

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 21, 2014 2:48 pm
דורך green
געלעגער האט געשריבן:לפי וואס איך ווייס איז געווען און ס'איז נאך אלס. נאר מ'זוכט נישט צו רעדן פאר די צייט... די בלאט איז א פרשה פאר זיך


געלעגער
רט

מילי בסלע שתיקא בתרין

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 21, 2014 2:59 pm
דורך סקאטש
די סטראטעגיע פון ׳מילי בסלע׳ קען מען נישט זינגען צו לאנג...

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 21, 2014 3:00 pm
דורך יצחק דע באנקיר
די רעדן פון בלומינגבורג האט דאך אויך נישט צופיל אויפגעטון, נו וואס קען מען שאדן האבן פון שווייגען

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 21, 2014 3:09 pm
דורך אלד וויליאמסבורג
סקאטש, ממש א שאד, די כח וואס די לייגסט אריין אוועקצומאכען לעיקוואד וואלסטו געקענט ווען נוצען צו העלפן בויען בלומיגבורג, סאיז דא געניג אידען אין וומ"ס פאר ביידע, עס פעלט נישט אויס צו זיין בבחינת כשזה קם זה נופל.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 21, 2014 3:11 pm
דורך סקאטש
איך מאך נישט אוועק קיינעם ח״ו

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 21, 2014 3:12 pm
דורך יצחק דע באנקיר
בלומינגבורג ווערט געבויעט מיט יעדע רעדע פון א נייע פראיעקט, גענוי ווי מאנסי און קרית יואל האט צובאקומען אן א שיעור איינוואוינער זייט די רעדע פון בלומינגבורג איז געווארען ערנסט.
איינמאל ס'דא א מאוומענט אז מען גייט און מען פארלאזט די סיטי באקומען אלע אפסטעיט פלענער מער קאסטומער'ס.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 21, 2014 3:14 pm
דורך סקאטש
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:סקאטש, ממש א שאד, די כח וואס די לייגסט אריין אוועקצומאכען לעיקוואד וואלסטו געקענט ווען נוצען צו העלפן בויען בלומיגבורג, סאיז דא געניג אידען אין וומ"ס פאר ביידע, עס פעלט נישט אויס צו זיין בבחינת כשזה קם זה נופל.



ווער איז ״קם״ יעצט?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 21, 2014 3:29 pm
דורך כאפצעם
גערעדט דעם שבת צו א סאטמארער פון לעיקוואוד א שכן מיט הרב 'פארהאנד' פונעם פראיעקט; ווי פארהאנד האט אים לעצטע וואך געזאגט האט ער שוין דרייסיג אפליקאציעס (אלע פון וויליאמסבורג [מער-ווייניגער מצד מהרז"ל]) און אלעס אראפגעלייגטע דאון פעימענטס.

לכתחילה האט ער געמאכט א דעדליין ביז ווען ער מוז באקומען ארום 50 אפליקאציעס פון סאטמאר כדאי ווייטער צו גיין מיט דעם פראיעקט, אבער למעשה אפילו נאכן אריבערגיין דעם דעדליין -אן דעם נומבער- האלט ער דערווייל ביים ווייטער גיין מיט דעם פראיעקט ווי געפלאנט.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 21, 2014 3:35 pm
דורך סקאטש
כאפצעם האט געשריבן:גערעדט דעם שבת צו א סאטמארער פון לעיקוואוד א שכן מיט הרב 'פארהאנד' פונעם פראיעקט; ווי פארהאנד האט אים לעצטע וואך געזאגט האט ער שוין דרייסיג אפליקאציעס (אלע פון וויליאמסבורג [מער-ווייניגער מצד מהרז"ל]) און אלעס אראפגעלייגטע דאון פעימענטס.

לכתחילה האט ער געמאכט א דעדליין ביז ווען ער מוז באקומען ארום 50 אפליקאציעס פון סאטמאר כדאי ווייטער צו גיין מיט דעם פראיעקט, אבער למעשה אפילו נאכן אריבערגיין דעם דעדליין -אן דעם נומבער- האלט ער דערווייל ביים ווייטער גיין מיט דעם פראיעקט ווי געפלאנט.


איבער מוסדות ווייסט ער עפעס מער?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 21, 2014 4:06 pm
דורך הערליך
צו דערמאנען אלע טייערע חבירים דאהי, ביי דעם איז געזאגטט געווארן די כלל, ווער סווייסט רעדט נישט, און ווער סרעדט ווייסט נישט, לעיקוואד איז נאך נישט גרייט צו גיין פאבליק דערמיט, זהו, אלעס איז צווייפהאפטיגע שמועות מיט גאר ווייניג אמת דערינען

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 21, 2014 4:21 pm
דורך א איד אין גלות
אקעי גערעכט, עס גייט פאר אונטער די פירהאנג פיבערהאפטיגע פלענער, און דער וואס רעדט ווייסט נישט.. אלע קינדער זאלן שיין ווארטן.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 21, 2014 4:38 pm
דורך סקאטש
כאפצעם האט געשריבן:גערעדט דעם שבת צו א סאטמארער פון לעיקוואוד א שכן מיט הרב 'פארהאנד' פונעם פראיעקט; ווי פארהאנד האט אים לעצטע וואך געזאגט האט ער שוין דרייסיג אפליקאציעס (אלע פון וויליאמסבורג [מער-ווייניגער מצד מהרז"ל]) און אלעס אראפגעלייגטע דאון פעימענטס.

לכתחילה האט ער געמאכט א דעדליין ביז ווען ער מוז באקומען ארום 50 אפליקאציעס פון סאטמאר כדאי ווייטער צו גיין מיט דעם פראיעקט, אבער למעשה אפילו נאכן אריבערגיין דעם דעדליין -אן דעם נומבער- האלט ער דערווייל ביים ווייטער גיין מיט דעם פראיעקט ווי געפלאנט.


גערעדט צו הרב יערמיאש פאריגע וואך, ער איז זייער אפטומיסטיש עס אויסצושוויצן, אבער איבער די דיפאזיטס האט ער מיר געזאגט אז מ׳האפט אנצוהייבן נעמען דיפאזיטס אין די קומענדיגע וואכן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 25, 2014 8:41 am
דורך כרם
איך האב גערעדט נעכטן מיט איינע פון די עסקנים זאגט ער מיר ער איז אביסל דיסעפוינטעט ווייל די דיוועלעפער האט געטוישט די פלענער און די בעסמענט גייט זיין טיפער אין די ערד ווי געפלאנט אנפאנג

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 25, 2014 9:13 am
דורך green
ס'נישט דא עפעס מער צו שוויצן ווי ביז יעצט, יעדע נייע ישוב קומט מיט טשעלענדשעס, און ער האט עס געוויסט פאר ער איז אריינגעטאנצן דערין.

צו ווערן דיסעפוינטעט פון די בעיסמענט איז אביסל איבערגעטריבן, איך בין געווען אין די בעלזא ישוב אין א בעיסמענט - יענץ איז טיף אין דער ערד- און סאיז בכלל נישט אזוי שלעכט, נאך שנער און בעסער פון וויליאמסבורג קעלערס און פון היבש מאנראער אויך (איך אליין האב געוואוינט אין א מאנרא בעיסמענט גראד נאך די חתונה)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 25, 2014 11:04 am
דורך כרם
די שאלה איז לגבי פארדינגען, אויב מ'גייט עס צוכאפן פאר די פרייז וואס די רישטיך אויף