בלאט 13 פון 17

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 07, 2014 10:58 am
דורך מגיה
אין טריביון שטייט אז "היינט איז שוין דא קנאפע 3,000 שטריימלעך אין לעיקוואד". ווייסט איינער צי דער נומער איז אמת?
כ'וואלט נישט געטראכט אז א מאגאזין זאל סתם שיסן א נומער אין דער וועלט אריין, אבער וויבאלד עס איז געשריבן אויף א וועג וואס איז קלאר ארויס פון דעם מויל פון א פירמע וואס האט באצאלט פאר יעדעס ווארט, און יענע פירמע האט א שטארקע נגיעה און עס איז אייגנטליך דער ציל פון זייער ביזנעס צו שלעפן מענטשן אהין, מוז איך פרעגן צי איינער קען באשטעטיגן דעם נומער?
פינף שורות פריער שרייבן זיי אז לעיקוואד גרייכט שוין צו איבער צוועלף טויזנט משפחות. קומט לויט דעם אויס, אז איינס פון פיר מענטשן אין לעיקוואד טראגן א שטריימל שבת!
דאס לייגט זיך אויפ'ן שכל?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 07, 2014 12:13 pm
דורך בלושטיין
סמארט גאי האט געשריבן:
AHA האט געשריבן:אין וויליאמסבורג "ווי איך האב מיך געדרייט" די וואך האט דער עולם שטארק אוועקגעמאכט לעיקוואד מיט'ן (אויסרייד?) תירוץ אז חסידישע יודען פון וויליאמסבורג מיט'ן ליטווישען לעיקוואד איז "אין בעסטענס פאהל" נישט קיין שידוך.

קען זיין, אבער נאך אלץ מער שכלדיג ווי מופן אין א מדבר אוועק פון די שטאט


עס איז לכאורה דא א קלייענטעל סיי פארן מדבר אין סיי פארן שטאט ליטא..
איי געס אז יעדער האט זייערע פרייאריטי'ס וואס זיי לייגן פאראויס,
איינער זיכט גלייך פין אנהייב צי זיין אין א עסטעבלישט פלאץ,אין האפן אז די פלאץ וועט זיך מער חסידישייזן מיט די צייט,
אין אנדערע ווילן זיין זיכער ביי זיך אז זייערע קינדער וועלן אנהייבן אין גוטע סטאביליזירטע מוסדות אין ק"י, אין האפן אז מיט די צייט וועט זיך עפענען נאך א פאר סטארס,און מיט א מאל 7 מיניט אוועק, און מיט א וועלט פין אנליין ארדערס, האפן זיי אז ס'וועט
זיי נישט אזוי שווער זיין..

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 07, 2014 1:49 pm
דורך קענטעלאופ
דער בראקער פאר סאטמאר ר' יערמיאיש זאגט מיר אז אלע בראקערס אין שטאט זענען פעדאפ פון די ליטוואקעס און ווילען דילען מיט וואס מער חסידים, סיי זיי צאלען בעסער און סיי זיי דרייען נישט דעם קאפ אזויפיהל
זיי שאצען אז בקרוב גייט זיין אין לעיקוואד מער חסידים ווי ליטאים

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 07, 2014 1:52 pm
דורך סביב העולם
מגיה האט געשריבן:אין טריביון שטייט אז "היינט איז שוין דא קנאפע 3,000 שטריימלעך אין לעיקוואד". ווייסט איינער צי דער נומער איז אמת?
כ'וואלט נישט געטראכט אז א מאגאזין זאל סתם שיסן א נומער אין דער וועלט אריין, אבער וויבאלד עס איז געשריבן אויף א וועג וואס איז קלאר ארויס פון דעם מויל פון א פירמע וואס האט באצאלט פאר יעדעס ווארט, און יענע פירמע האט א שטארקע נגיעה און עס איז אייגנטליך דער ציל פון זייער ביזנעס צו שלעפן מענטשן אהין, מוז איך פרעגן צי איינער קען באשטעטיגן דעם נומער?
פינף שורות פריער שרייבן זיי אז לעיקוואד גרייכט שוין צו איבער צוועלף טויזנט משפחות. קומט לויט דעם אויס, אז איינס פון פיר מענטשן אין לעיקוואד טראגן א שטריימל שבת!
דאס לייגט זיך אויפ'ן שכל?

קלאר נישט אמת גאר שטארק איבערגעטריבן
פון א פאקט ווייס איך אזוי

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 07, 2014 1:54 pm
דורך סביב העולם
קענטעלאופ האט געשריבן:דער בראקער פאר סאטמאר ר' יערמיאיש זאגט מיר אז אלע בראקערס אין שטאט זענען פעדאפ פון די ליטוואקעס און ווילען דילען מיט וואס מער חסידים, סיי זיי צאלען בעסער און סיי זיי דרייען נישט דעם קאפ אזויפיהל
זיי שאצען אז בקרוב גייט זיין אין לעיקוואד מער חסידים ווי ליטאים

איר ברויכט פארשטיין אז די ליטאים האבן די אויבערהאנט דארט און זיי זענען די שטאט ראט אא"וו
זיי וועלן נישט צולאזן אז די חסידים זאלן זיך צושטארק צווואקסן
זיי זענען די וועלכע גיבן און מאכן אפ די זאונינג דארט נישט די בראוקערס און דעוועלעפארס

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 07, 2014 1:57 pm
דורך א איד אין גלות
אזוי ווי איינמאל דערמאנט, ווי עס שיינט בויעט מען היינט אינגאנצן אנדערש ווי די אריגינעלא לעיקוואוד, פאר נישט צולאנג צוריק איז געווען סעמי אטעטשט די נארם, כהיום ווען די בילדערס שטיפן צוזאם די דעוועלאפמענטס, אוודאי זענען זיי פעדאפ.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 07, 2014 2:11 pm
דורך מיסטעריעז
kyshtiper האט געשריבן:
שטארקע חסיד האט געשריבן:די בלאט שרייבט דערפון די וואך

בילד

וואס איז געבליבן מיט די אויספירליכע באריכט, ס'האט אמאל נאכגעפאלגט?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 07, 2014 2:18 pm
דורך לעיקוואד
די ציפער 3000 איז איבערגעטריבן, חוץ אויב ער מיינט היימיש.

ווער נעמט די אחריות צי שרייבן די אלע קוואוטס פון דער בראקער אדער סיי ווער, ענק זענען שוין פונקט אזאנע ... ווי דער בלאט מיט זייער בריוו עטליכע וואכן צוריק.
יעדער איינער דא וויל לעבן גוט מיט יעדעם, און מען דארף צוקומען איינער צום אנדערען, און סאטמאר מהר"א האט אויך געדארפט צוקומען צום טאונשיפ, צי שרייבן אזאלכע ווערטער אין אן אפיציעלע צייטונג איז געווען אום אחריות'דיג און טיפשות

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 07, 2014 2:39 pm
דורך בלושטיין
די לעיקוואדע געשעפטן פארמוגען א פולע ליין פין חסידושע מענער/ פרויען/ קינדער מלבישים?
אדער מ'דארף ווייטער ציקומען צי חוץ לארץ?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 07, 2014 2:53 pm
דורך כאפצעם
-חסידישע 'מענער מלבושים', איז פארהאן דאכצעך ברענטשעס סיי פון G&G און סיי פון GB.

-חסידישע 'קינדער קליידונג'? דארף מען פארשטיין וואס דאס איז (אפשר מיינסטו פלעסטיק גלעזער.. איז דאך עס שוין היינט צוטאגס ביי זיי אויך אין סטייל..).

-יעצט, חסידישע 'פרויען קליידונג' וועט מען אייביג סייווי גיין קויפן אין 'חוץ לארץ' וד"ל.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 07, 2014 3:37 pm
דורך ניק ניק
מגיה האט געשריבן:אין טריביון שטייט אז "היינט איז שוין דא קנאפע 3,000 שטריימלעך אין לעיקוואד". ווייסט איינער צי דער נומער איז אמת?
כ'וואלט נישט געטראכט אז א מאגאזין זאל סתם שיסן א נומער אין דער וועלט אריין, אבער וויבאלד עס איז געשריבן אויף א וועג וואס איז קלאר ארויס פון דעם מויל פון א פירמע וואס האט באצאלט פאר יעדעס ווארט, און יענע פירמע האט א שטארקע נגיעה און עס איז אייגנטליך דער ציל פון זייער ביזנעס צו שלעפן מענטשן אהין, מוז איך פרעגן צי איינער קען באשטעטיגן דעם נומער?
פינף שורות פריער שרייבן זיי אז לעיקוואד גרייכט שוין צו איבער צוועלף טויזנט משפחות. קומט לויט דעם אויס, אז איינס פון פיר מענטשן אין לעיקוואד טראגן א שטריימל שבת!
דאס לייגט זיך אויפ'ן שכל?

אפילו אויב ס'איז דא דארט 3000 שטריימלעך איז עס אזאלעכע אידן וואס זייער חסידישקייט באשטייט פון א "שטריימל" וד"ל (אזוי ווי עטליכע חסידים וואס איך קען דארט), חסידים האט א טיפערע באדייט פון א שטריימל שבת.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 07, 2014 3:44 pm
דורך בלושטיין
[quote="כאפצעם"]-חסידישע 'מענער מלבושים', איז פארהאן דאכצעך ברענטשעס סיי פון G&G און סיי פון GB.

-חסידישע 'קינדער קליידונג'? דארף מען פארשטיין וואס דאס איז (אפשר מיינסטו פלעסטיק גלעזער.. איז דאך עס שוין היינט צוטאגס ביי זיי אויך אין סטייל..).

-יעצט, חסידישע 'פרויען קליידונג' וועט מען אייביג סייווי גיין קויפן אין 'חוץ לארץ' וד"ל.[/quote]

לויט ווי איך פארשטיי האנדלט זיך עס פארן היימישן סאטמרן ציבור.

מענער-לכאורה ארלעדיגט

קינדער- גראדע מיין איך אז די ליטואים האלטן נאך ביי אייזענע גלעזער א שטייגער ווי זייערע אלטע שעווי מאליבו'ס

(גראדע דארפן קינדער/בחורים חסידישע העמעדער/ שיך/היטן )

פרויען- דארפן לכאורה יא ציקומען צי חסידושע געשעפטן פאר צניעותדיגע סקירט'ס/העטס/ טיכל/שפיצל/ פאלמ טייץ אא"וו
אין בכלל איז דא פרויען וואס קויפן די קליידונג נאר ביי היימישע געשעפטן!

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 07, 2014 4:28 pm
דורך בלושטיין
אחוץ אויב מיר וועלן זיך מיטכאפן מיטן טריביון אז עס וואינען שוין אין לעיקוואד 3000 חסידושע משפחות כ"י,
קען אפשר אויך זיין אז עס געפונט זיך דארט א חסידושע מאל פון:
ביקל'ס/ טאיבערס/טיכלעך-ענד-מאר/גרינס שיך סטאר/רייט-סייד, ווער ווייסט?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 07, 2014 4:55 pm
דורך Ayer Shpaiz
ניק ניק גירעכט
חסידיש מיינט איידל רעדען מיט יעדען איד אפילו ווען ער האט א אנדערע מיינונג
By the way...
ווי לאנג וועט דוירען פאר א אינגערמאן צו עפענען א חסידישע געשעפט
Think about it.
What a great opportunity for a yingerman to open some geshmake stores.
Do you know what Boro Park looked like in 1970? Well in 1980 it was Chassidish.


Enough said.
וד״ל

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 07, 2014 5:04 pm
דורך ניק ניק
יעצט כאפ איך אזוי חסידיש ווי בארא פארק איז, איז אפשר לעיקוואד אויך.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 07, 2014 6:27 pm
דורך מגיה
לעיקוואד האט געשריבן:די ציפער 3000 איז איבערגעטריבן, חוץ אויב ער מיינט היימיש.

ווער נעמט די אחריות צי שרייבן די אלע קוואוטס פון דער בראקער אדער סיי ווער, ענק זענען שוין פונקט אזאנע ... ווי דער בלאט מיט זייער בריוו עטליכע וואכן צוריק.
יעדער איינער דא וויל לעבן גוט מיט יעדעם, און מען דארף צוקומען איינער צום אנדערען, און סאטמאר מהר"א האט אויך געדארפט צוקומען צום טאונשיפ, צי שרייבן אזאלכע ווערטער אין אן אפיציעלע צייטונג איז געווען אום אחריות'דיג און טיפשות


ער האט נישט געשריבן "היימיש", וואס מ'וואלט געקענט פארטייטשן אויף צען וועגן, נאר טאקע דריי טויזנט "שטריימלעך". און אויב איז דאס נישט אמת, קען איך דאך גארנישט גלייבן וואס ער שרייבט דארט.
אויב מ'קען פארקוקן א שוואכע שריפט און הינקעדיגע גראמאטיק, איז עס זיכער א פרעכע זאך צו פיטערן ליינער מיט פשוט פאלשע ציפערן.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 07, 2014 6:44 pm
דורך קענטעלאופ
מר. מגיה
קום כאטש אריין מיט א אנדערע ניק

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 07, 2014 6:50 pm
דורך AHA
קענטעלאופ האט געשריבן:מר. מגיה
קום כאטש אריין מיט א אנדערע ניק

וכן למר

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 07, 2014 7:07 pm
דורך מגיה
קענטעלאפ
כ'פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו מיינסט צו זאגן?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 07, 2014 9:15 pm
דורך בלושטיין
Ayer Shpaiz האט געשריבן:ניק ניק גירעכט
חסידיש מיינט איידל רעדען מיט יעדען איד אפילו ווען ער האט א אנדערע מיינונג
By the way...
ווי לאנג וועט דוירען פאר א אינגערמאן צו עפענען א חסידישע געשעפט
Think about it.
What a great opportunity for a yingerman to open some geshmake stores.
Do you know what Boro Park looked like in 1970? Well in 1980 it was Chassidish.


Enough said.
וד״ל


דאנט טעיק מי ראנג,
לעיקוואד האט זיך אירע שטארקע מעלות, אין עס איז זיכער ווערד די מיה אין פלאג עס צי פרובירן אהערצישטעלן.
כ'מיין נאר צי זאגן אז ווען מ'רעדט אז לעיקוואד איז אן עסטעבלישט שטאט אין עס איז זירא סטראגל איז עס געזאגט געווארן פארן סעמי חסידישן עולם,
אבער פארן סאטמרען אלטרא-חסידושן עולם וואס דארפן ציקומען צי חסידושע געשעפטן איז דער ענין בכלל נישט אזוי ראזי,
ווען די נענסטע חסידושע ישוב איז א שעה אין 20 מיניטס ,
(אנדערש ווי דשערסי סיטי / בלומנגבערג וואס זענען 30 מיניטס עוועי)

נאר וואס דען?
יעדע נייע פלאץ האט זיינע מעלות אין זיינע טשעלענשעס...

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 12, 2014 11:07 am
דורך קענטעלאופ
לעיקוואד VS מאנסי
לעיקוואד איז זייער הייס זומער און מדארף צאלען עקסטער פאר א קאנטרי, דעס שפאהרט מען זיך אין מאנסי

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 12, 2014 11:13 am
דורך הערליך
שוין עטליכע זומערס וואס איך דריי זיך גאנץ אפט אין לעקוואד אויף שבתים, דעם טעמפוראטור האב איך נישט אנגעמאסטן, אבער רוב מענטשן דארט פארן ׳נישט׳ אין קאנטרי, סוי דיינע ווערטער אז ׳מען דארף צאלן עקסטער פאר קאנטרי׳ איז ווי מען רופט עס ״אבי גערעדט״

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 12, 2014 11:38 am
דורך בלושטיין
דאס נישט גיין אין קאנטרי קען האבן צי טאן מיט די קולטור פין די מענטשן אדער גאר צי קענען אויסהאלטן די תעירהדיגע מענער,
אין מוז נישט האבן ציטאן מיט די וועטער..

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 12, 2014 12:46 pm
דורך בלושטיין
אפשר איז די יומידוטי דאך לייכטער אין דשערסי ווי אין די סיטי..

מ'דארף מאכן די ריסערדש.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 21, 2014 8:51 am
דורך אַבּערוואַס
בלושטיין האט געשריבן:דאס נישט גיין אין קאנטרי קען האבן צי טאן מיט די קולטור פין די מענטשן אדער גאר צי קענען אויסהאלטן די תעירהדיגע מענער,
אין מוז נישט האבן ציטאן מיט די וועטער..

אדער ווייל... אן די הוט און רעקל מיט א קליינע (קאטענע) טלית קטן און אן קיין פראבלעמען מיט שמירת עיניים וכו', איז פשוט גרינגער צו פארטראגן די היץ...

אנטשולדיגט פאר'ן ארויפברענגען.