בלאט 2 פון 17
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 08, 2013 10:50 pm
דורך פריי זיך
טהור-עיניים האט געשריבן:פריי זיך האט געשריבן:לעיקוואד איז ריזיג אין שטח, ס'א ריזן טאון. א 5 מינוט דרייוו קען דיר נישט ארויסנעמען פון לעיקוואוד.
דאס האב איך געמיינט צו זאגן
אמת, נאר מחזק געווען דיינע ווערטער.
מאנכע מיינען אז 'לעיקוואד' איז אזוי ווי ווען מ'רעדט פון וויליאמסבורג אדער בארא פארק.. לעיקוואוד איז מער א 'ברוקלין'.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 08, 2013 11:03 pm
דורך לכאורה
פער בריסטאו האט געשריבן:קיין שטעטל וועט נישט פאסירן דעס זענען שמילאאויטש׳עס מעשיות,
(אויב עס וועט יא געשען וועל איך טוישן מיינד)
צפון קארעא וועט נישט אנהייבן קיין מלחמה
(אויב יא, ציה איך צוריק)
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 09, 2013 9:56 am
דורך צייטליך
למעשה איז דא עפעס דאקומענטן אונטער צו שטיצן די תגיבות דא? אדער איז דאס ווייטער בלויז חלומות?
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 09, 2013 10:22 am
דורך ים רויבער
מיר זעהט אויס אז ס'איז לויטער דמיונות עכ"פ משה פר"מ בויט זיכער נישט, א צווייטער קען זיין אז יא וועל מיר מוזען ווארטען אויף די דאקומענטען פון בעל דעת
אגב הער באריסטו, משה שמילאוויטש'ס שטעטעל איז שוין קרוב צו א פאקט
אין דעתי העני אז ס'האט גרויסע טשאנסען פאר הצלחה
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 09, 2013 10:27 am
דורך משה יענקל
ים רויבער האט געשריבן:מיר זעהט אויס אז ס'איז לויטער דמיונות עכ"פ משה פר"מ בויט זיכער נישט, א צווייטער קען זיין אז יא וועל מיר מוזען ווארטען אויף די דאקומענטען פון בעל דעת
אגב הער באריסטו, משה שמילאוויטש'ס שטעטעל איז שוין קרוב צו א פאקט
אין דעתי העני אז ס'האט גרויסע טשאנסען פאר הצלחה
פון ווי ווייסטו אז עס איז שוין כמעט א פאקט??????
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 09, 2013 10:47 am
דורך ידיד
ים רויבער האט געשריבן:מיר זעהט אויס אז ס'איז לויטער דמיונות עכ"פ משה פר"מ בויט זיכער נישט
מעגליך אן אנדערער משה פריעדמאן, כמה משה פר"מס איכא בשוקא.
מער איינצלהייטן איבער'ן נייעם געגנט אין לעיקוואד
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 09, 2013 11:06 am
דורך מירונער
מער איינצלהייטן איבער'ן נייעם געגנט אין לעיקוואד:
די דירות וועלן זיין בערך 2600 הונדערט סקווער פוס. פלאס א בעיסמענט פון 1300 סקווער פוס, וואס מ'וועט קענען אויפפיקסן פאר א טענענט אדער אייגענע געברויכן.
די ערשטע פאזע וועט ענטהאלטן עטוואס מער ווי 350 דירות.
די מעלות דערפון:
א פריוואטער הויז פון באלד 4 טויזנט סקווער-פוס
א הערליכע שטילע געגנט מיט פרישע איינוואוינער
לעיקוואד איז אן אויסגעבויטער עיר ואם בישראל מיט אלע אידישע געברויכן, געשעפטן, בתי מדרשים מקוואות, וכדומה (חוץ די ריזיגע גוי'שע געשעפטן 5 מינוט פון די שטאט)
איר קענט ארויסגיין אינאינעם מיט ידידים, משפחה מיטגלידער, שכנים, קרובים, און אריבערברענגען דעם היימישן וויליאמסבורגער אטמאספער (צו וואס יעדער וויליאמסבורגער תושב איז צוגעבינדן, מאיזה סיבה שיהי')
דער דעוועלאופער נעמט זיך אונטער אויפצובויען א גרויסע סאטמארער ביהמ"ד (אויב סאטמאר וועט ארויסברענגען ס'רוב פון די נייע תושבים)
פון מוסדות האב איך נאכנישט געהערט קיין ערנסטער פלאן.
מער דעטאלן וועלן נאכפאלגן ב"ה
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 09, 2013 11:11 am
דורך ים רויבער
משה יענקל האט געשריבן:ים רויבער האט געשריבן:מיר זעהט אויס אז ס'איז לויטער דמיונות עכ"פ משה פר"מ בויט זיכער נישט, א צווייטער קען זיין אז יא וועל מיר מוזען ווארטען אויף די דאקומענטען פון בעל דעת
אגב הער באריסטו, משה שמילאוויטש'ס שטעטעל איז שוין קרוב צו א פאקט
אין דעתי העני אז ס'האט גרויסע טשאנסען פאר הצלחה
פון ווי ווייסטו אז עס איז שוין כמעט א פאקט??????
אזוי זאגען די יודעי דבר
ווי אויך זאגען זיי אז ס'איז אין די גלילות פון עקזיט 115
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 09, 2013 11:17 am
דורך Good
מירונער האט געשריבן:דער דעוועלאופער נעמט זיך אונטער אויפצובויען א גרויסע סאטמארער ביהמ"ד (אויב סאטמאר וועט ארויסברענגען ס'רוב פון די נייע תושבים)
פון מוסדות האב איך נאכנישט געהערט קיין ערנסטער פלאן.
מער דעטאלן וועלן נאכפאלגן ב"ה
וועלכע סאטמאר, מהר''א אדער מהרז''ל ?
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 09, 2013 11:19 am
דורך משה יענקל
מהרז"ל
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 09, 2013 11:41 am
דורך משה יענקל
נא!!! תכלית!!!
דאקומענטען, באווייזען, איבער איינע פון די צוויי שטעטלאך?????????
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:14 pm
דורך שאינו יודע
עקזיט 115 איז זייער ווייט פון קרית יואל, נענטער צו נעפענעק.
אגב, איינער האט אן אנונג וויפיל אזוינע אשכולות עס האבן זיך שוין געעפענט?
עס בלייבט מיטן אשכול אנעם שטעטל, ווי יענער מיטן שטריימל אנעם ווייב.
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:17 pm
דורך משה יענקל
אדער בלייבט עס ביי...............
כמעט פערטיג............
פרטים זענען אויפן וועג...........
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:30 pm
דורך בעל דעת
קודם
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:38 pm
דורך שנאפס
איך דערקען די דירות!
זיי שטייען שוין ביי עקזיט 115 אין נעפענעק נעבן די גרינע לאנטש רום, ווי אויך זעט מען די רויטע קאר פונעם שכן
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:55 pm
דורך בעל דעת
[url][/url]נאך איינס
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:57 pm
דורך בעל דעת
נאך איינס
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:07 pm
דורך משה יענקל
געהערט פון איינעם אז עס מיז נישט זיין אמת
עס קען גאר זיין אז די רומערס איז נאר אז אפשר וועט דעיס אויפדעקן עפעס מער פרטים איבער ר' משה שמילאוויטש'ס שטעטל
קען יינער קאנפירמען פארקערט?
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:36 pm
דורך שנאפס
די בילדער וואס בעל דעת ברענגט זענען פון די חברה
http://www.danielsportfolio.com/home_2/index_1.htmlגארנישט מיט משה גבאי, עס קען זיין אז זיי זענען געקומען אנטראגן פאר משה גבאי אז סאטמארע אידן זאלן קויפן און זיי וועלן צושטעלן די קהלישע געברויכן, אבער איך גלייב נישט אז עס איז טאקע אזוי
למשל די לעצטע בילד וואס בעל דעת האט געברענגט איז אויף זייער וועבסייט
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:43 pm
דורך משה יענקל
דרך אגב ביידע בילדער זענען די זעלבע איינס פון אויבען אין די צווייטע פון די זייט
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:57 pm
דורך מירונער
יעצט באשטעטיגט מיט עמיצן וואס איז פארמישט אינעם פראיעקט
די פרייז פון א דירה איז גאר צוגענגליך נישט מער ווי 325 טויזנט דאלאר (מעגליך אפילו ביליגער, געוואנדן וויפיל מענטשן ס'וועלן זיין אינעם ערשטן פאזע)
און מ'קען נאך דערצו האבן דעם בעיסמענט פאר א זייטיגער אינקאם
א מציאה רבה
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 09, 2013 2:05 pm
דורך Good
אפשר ביסטו מסביר וואס דא גייט פאר?
ס'האט ציטון מיט סאטמר אדער נישט?
סתם אזוי ביניך נישט אין די מאאד פון זיך אויפהייבן גיין קונה שביתה זיין אין לעיקוואד
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 09, 2013 2:13 pm
דורך SPUSMN
איך אויך! פארקויפען די יעצטיגע הייזקעלע; קויפען א נייע; און לעבען פון דער דיפערענץ!
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 09, 2013 2:41 pm
דורך קענטעלאופ
אפשר זאל ר' משה זיך טאקע אריינלייגען און אהערשטעלען א ישוב?
איך גלייב אז ער קען עס אהערשטעלען ער האט עקסעס צו געלט און פאוער
ער וועט געדענקט ווערען מיט גאלדענע אותיות אויב ער טוט דאס
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 09, 2013 2:48 pm
דורך צדיקל
שנאפס האט געשריבן:די בילדער וואס בעל דעת ברענגט זענען פון די חברה
http://www.danielsportfolio.com/home_2/index_1.htmlגארנישט מיט משה גבאי, עס קען זיין אז זיי זענען געקומען אנטראגן פאר משה גבאי אז סאטמארע אידן זאלן קויפן און זיי וועלן צושטעלן די קהלישע געברויכן, אבער איך גלייב נישט אז עס איז טאקע אזוי
למשל די לעצטע בילד וואס בעל דעת האט געברענגט איז אויף זייער וועבסייט
לויט ווי זיי שרייבן אויף זייער וועבסייט רעדט מען נאר פון 68 דירות