בלאט 5 פון 17
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 05, 2014 8:28 pm
דורך לטב עביד
פיצי קעפעלע האט געשריבן:איך האב גערעדט מיט כ"ק מוהרז "ל שליט"א איבער די דעוועלעפמענט. די רבי האט מיר געזאגט אז ער האט געזאגט פאר די די עסקנים אז אויב וועט זיך פארמירען א גרופע סאטמאר 'ע אינגעלייט וואס וועלן אהין גיין, איז ער גרייט ארויסצוהעלפען מיט מוסדות אין אנדערע קהל'ישע ענינים.
האב'ן מיר אפילו א קלארע עד אחד
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 1:15 am
דורך לעיקוואד
לטב עביד האט געשריבן:היינט געהערט קראנט אז סאטמערע יונגעלייט פון ווילימסבורג דערווייל בערך 15 - 20 האבן שוין געסיינט קאנטראקט אין לייקוואד! עס רעדט זיך פון הערליכע הייזער אריבער 4000 סקווער פוס אינקלודעט א סעמי בעסמענט אויפגעפיקסט פאר א טענענט פלאס א רויע עריק,
דאס אלעס פאר אונטער 400,000, מיט א צוזאג פון סאטמער צו בויען מוסדות,
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין!!!
Just to clarify, i dont think its under 400K, also are you sure they are getting a raw attic? i didn't saw it in the plans
Sorry for writing in english, dont have yiddish now
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 2:04 am
דורך געוואלדיק
לטב עביד האט געשריבן:היינט געהערט קראנט אז סאטמערע יונגעלייט פון ווילימסבורג דערווייל בערך 15 - 20 האבן שוין געסיינט קאנטראקט אין לייקוואד! עס רעדט זיך פון הערליכע הייזער אריבער 4000 סקווער פוס אינקלודעט א סעמי בעסמענט אויפגעפיקסט פאר א טענענט פלאס א רויע עריק,
דאס אלעס פאר אונטער 400,000, מיט א צוזאג פון סאטמער צו בויען מוסדות,
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין!!!
חסדי השם
דאס וועט זיכער געבן א שטופ די וואס ווילן אויפטאן צו נידערן פרייזן אין ק"י און אדער כאטש געבן קאראש פאר עטליכע צו גיין נעבן ק"י וואו סאיז שוין דא מוסדות און מיט דעם וועט מען זיכער פארטראסקען די פרייזן פון דירות אין ק"י
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 2:05 am
דורך געוואלדיק
אגב וויפיל איז דער דאון פענימענט?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 2:13 am
דורך לאמפ
לעיקוואד האט געשריבן:לטב עביד האט געשריבן:היינט געהערט קראנט אז סאטמערע יונגעלייט פון ווילימסבורג דערווייל בערך 15 - 20 האבן שוין געסיינט קאנטראקט אין לייקוואד! עס רעדט זיך פון הערליכע הייזער אריבער 4000 סקווער פוס אינקלודעט א סעמי בעסמענט אויפגעפיקסט פאר א טענענט פלאס א רויע עריק,
דאס אלעס פאר אונטער 400,000, מיט א צוזאג פון סאטמער צו בויען מוסדות,
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין!!!
Just to clarify, i dont think its under 400K, also are you sure they are getting a raw attic? i didn't saw it in the plans
Sorry for writing in english, dont have yiddish now
די פרייז איז 399 פאר א הויז, און 420 פאר א קארנער הויז מיט פענסטער אויף דריי זייטן.
די ערשטע שטאק איז א דריי בעדרום רענטעל אפט, צווייטע שטאק האט א דיינינג רום, ליווינג רום, ספרים שטוב, פעמילי רום, קאך, פסח קאך, דיינעט און איין טוילעט, די דריטע שטאק האט פינף שיינע סייז בעדרום'ס מיט צוויי טוילעטס און א וואש רום, און דער בוידעם איז נישט פארענדיגט.
מען קען באקומען בערך ניינציג פראצענט פיינענסינג, און דער דעוועלאפער איז גרייט צו בארגן די 40 טויזענט דאללער פאר די דאון פעימענט פאר א צייט פון פינעף יאר פאר די ערשטע צוואנציג אפליקאנטן.
לויט ווי איך פארשטיי זענען דא בערך א מנין אידן וואס האבן זיך קאמיטעד צו קומען 'אבער' מען האט נאך פון קיינעם נישט גענומען קיין דעפאזיט'ס.
איך האב די פלענס אין מיין באזיץ און וועל אי"ה סקענען מארגן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 2:18 am
דורך לאמפ
וויכטיג צו באטאנען אז די לעיאוט איז הערליך שיין און פאר די פרייז באקומט מען א קאמפלעט פארטיגע הויז מיט אלע צוגעהערן, אריינגערעכנט אפפלייענסעס און קלאזעט שעלוו'ס וכדומה.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 2:21 am
דורך דמתה לתמר
ווארטען מיר אויף די לעיאיט, נישט ווייל איך האב א הוה אמינא נאר כ'האב ליב צו זעהן ווי אידען באקימען שיינע דירות, זאל דער בורא אונז אלע העלפען.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 2:25 am
דורך כאפצעם
אויב כהאב גוט פארשטאנען איז דעס די זעלבע דעוועלאפער פון די בעלזא דעוועלאפמענט,
איז עס די זעלבע דיזיין/פרייזן ווי דארט?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 2:26 am
דורך לאמפ
דער דעוועלאפער איז די זעלבע אבער די לעיאוט און פרייזן זענען נישט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 2:34 am
דורך כאפצעם
כהאב פארשטאנען ס'וועט קאסטן מער ווייל מ'האט דאך אים געאפערט א בעסערן פרייז,
כפרעג דיטעילס,
וויפיל מער, מיט וואס אנדערש?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 3:20 am
דורך לאמפ
איך האב נישט די לעיאוט'ס פארנט פון מיר אבער לויט ווי איך געדענק האט דער בעלזער פראיעקט איין שטוב ווייניגער אויף יעדע שטאק (עס האט נאר פיר בעדרום'ס אויבן און דער בעיסמענט רענטאל האט נאר צוויי בעדרום'ס א.א.וו.)
וועגן פרייז, אין בעלזא שלב א' איז א הויז מיט א בעיסמענט געגאנגען פאר 310 אקעגן דעם יעצטיגער סאטמארער פראיעקט וועלכער גייט פאר 399.
אט האט איר די פרייזן פון שלב א' און ב' פון בעלזא.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 8:24 am
דורך געלעגער
כ'פארשטיי נישט. ניינציג פארצענט פיינענסד מיינט אז מ'גייט דארפן אראפלייגן בערך פערציג/פיפציג טויזענט און פערציג איז די דעוועלעפאר גרייט צו בארגן? דאס מיינט א דירה פאר כמעט בחינם??
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 8:33 am
דורך מיסטעריעז
יא!
לאמפ האט געשריבן:און דער דעוועלאפער איז גרייט צו בארגן די 40 טויזענט דאללער פאר די דאון פעימענט פאר א צייט פון פינעף יאר פאר די ערשטע צוואנציג אפליקאנטן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 8:37 am
דורך געלעגער
Wow טו גוד טו בי טרו
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 8:37 am
דורך לאמפ
יאפ, אויב די ביזט פון די ערשטע צוואנציג און די ביסט אפראווד פאר ניינציג פראצענט פיינענס קענסטו קויפן דעם הויז אן ארויסנעמען א דיים פון טאש.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 8:40 am
דורך farshlufen
לאמפ, קלאוזינג קאסטן איז ווינציגער ווי א דיים?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 8:40 am
דורך לאמפ
די זאך איז נאר אז נישט יעדער קען באקומען א לאון פון ניינציג פראצענט, דאס ווענד זיך שוין אין יעדע מארדגעדש אפליקאציע באזונדער.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 8:44 am
דורך לאמפ
farshlufen האט געשריבן:לאמפ, קלאוזינג קאסטן איז ווינציגער ווי א דיים?
געטראכט פון דעם, אבער איבערקוקענדיג די נומערן וואס דער דעוועלאפער גיבט פון אלע עקפענסעס ביים קויפן, רעכענען זיי נישט אויס קיין קלאוזינג קאסט, קען זיין ס'איז אריינגערעכענט אין די לאון, איך בין נישט זיכער.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 9:01 am
דורך סמארט גאי
ווייסט איינער וואס די tax וועט זיין,
כידוע האט די ליבעראלע סטעיט א באזונדערן אפעטיט צו נוגן די homeowners טאש,
און דער איבערוואגיגער governor איז נישט קיין סאך ווערט געווען אין דעם הינזיכט אויסער פראדוצירן אפאר פאפולערא you tube קליפס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 9:05 am
דורך לאמפ
לאמפ האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:לאמפ, קלאוזינג קאסטן איז ווינציגער ווי א דיים?
געטראכט פון דעם, אבער איבערקוקענדיג די נומערן וואס דער דעוועלאפער גיבט פון אלע עקפענסעס ביים קויפן, רעכענען זיי נישט אויס קיין קלאוזינג קאסט, קען זיין ס'איז אריינגערעכענט אין די לאון, איך בין נישט זיכער.
איך האב נאכאמאל איבער געקוקט און יעצט באמערקט די קליינע אומלעזבארע ווערטער ווי זיי שרייבן אז די קלאוזינג קאסט איז נישט אריינגערעכנט אין די חשבונות וואס זיי געבן.
במילא סטעפ איך אראפ פון וואס איך האב פריער געשריבן, ווייל מען דארף יא אראפלייגן א שיינע פאר אלפים פאר 'קלאזינג קאסט' און ארום.
יעצט גיימער שנעל איבערליינען אלע איבריגע קליינע אותיות ווייל ווער ווייסט וואס נאך דארט שטייט..
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 9:06 am
דורך לאמפ
סמארט גאי האט געשריבן:ווייסט איינער וואס די tax וועט זיין,
כידוע האט די ליבעראלע סטעיט א באזונדערן אפעטיט צו נוגן די homeowners טאש,
און דער איבערוואגיגער governor איז נישט קיין סאך ווערט געווען אין דעם הינזיכט אויסער פראדוצירן אפאר פאפולערא you tube קליפס
צווישן זעקס און אכט טויזענט א יאר, ווענד זיך אין די הויז סייז וכדומה.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 9:13 am
דורך לאמפ
לויט דעם דעוועלאפער באטרעפט די קלאוזינג קאסט בערך צען אלפים (אין ניו יארק קאסט עס היבש מער).
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 9:17 am
דורך לאמפ
געלעגער האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט. ניינציג פארצענט פיינענסד מיינט אז מ'גייט דארפן אראפלייגן בערך פערציג/פיפציג טויזענט און פערציג איז די דעוועלעפאר גרייט צו בארגן? דאס מיינט א דירה פאר כמעט בחינם??
נישט ממש בחינם, בערך צען אלפים פאר 'קלאזינג קאסט'.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 9:25 am
דורך סראלי
סמארט גאי האט געשריבן:ווייסט איינער וואס די tax וועט זיין,
כידוע האט די ליבעראלע סטעיט א באזונדערן אפעטיט צו נוגן די homeowners טאש,
און דער איבערוואגיגער governor איז נישט קיין סאך ווערט געווען אין דעם הינזיכט אויסער פראדוצירן אפאר פאפולערא you tube קליפס
קארגע אכט טויזנט דאלאר.
(געזען אויף זייער׳ס אן עד וואס גיבט א ברעיקדאון פון די חודש׳ליכע קאסטן).
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 9:34 am
דורך כרם
סראלי האט געשריבן:סמארט גאי האט געשריבן:ווייסט איינער וואס די tax וועט זיין,
כידוע האט די ליבעראלע סטעיט א באזונדערן אפעטיט צו נוגן די homeowners טאש,
און דער איבערוואגיגער governor איז נישט קיין סאך ווערט געווען אין דעם הינזיכט אויסער פראדוצירן אפאר פאפולערא you tube קליפס
קארגע אכט טויזנט דאלאר.
(געזען אויף זייער׳ס אן עד וואס גיבט א ברעיקדאון פון די חודש׳ליכע קאסטן).
דאס מיינט אז צו ווערן עפראווט פאר א מארטגעדש דארפסטו פארדינען אן ערך פון פינף און זיבעציג - אכציג אלפים?