בלאט 2 פון 8
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 08, 2012 7:28 pm
דורך לכתחילה אריבער
שמן זית האט געשריבן:האב איך געטראכט צו מיר, פארוואס האט סאטמאר רבי געדארפט בויען די אידישקייט אין ניו יארק סיטי? ער וואלט פונקט אזוי זיך געקענט באזעצן אין ניו העמפשיר
סאטמאר רבי האט נישט געקענט טאן א קליגערע זאך דעמאלטס, נישט פארגעסען, בערך 50 יאר האבן אידן געהאט פרנסה, אין און ארום מאנהעטען, היינט איז אבער אנדערשט, היינט האט עס כמעט נישט מיט לאקעשאן.
נאך איין נקודה, אפי' עס איז נישט למעשה, כאטש למחשבה.
לאמיר נעמען א פירמע ווי בי. ענד. עטש., עס ארבייטען ביי אים הונדערטער אידן אין די נעווי יארד, נא אז ער נעמט די גאנצע נעווי יארד בילדינג, און ער טראגט עס אריבער ערגעץ ווי, אזוי ווי עס שטייט און גייט, און נעמט מיט די ארבייטער, און ווער עס קען נישט קומען, נעמט מען נייע ארבייטער, איז אים דעם אנדערשט ווי דא? פעד עקס און יו. פי. עס., קומען דארט פונקט ווי דא!, נאך מער מיט דעם געט ער פאר יעדעם אן אוטאמאטישען רעיז, ווייל די לעבן איז פי כמה ביליגער פון דא! און דאס איז שוין א ביזנעס וואס מען דארף יא וויאנען נעבן די ארבייט.
עס איז זייער שווער צי טאן אזא זאך אין פראקטישען (מעגליך, אבער שווער), אבער אויף ארויס צו ברענגען די נקודה, איז עס גוט.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 08, 2012 8:08 pm
דורך לכל זמן
שוועמל האט געשריבן:פעטער שמואל איז עפעס שלעכט?
דארט קאסט די לעבן ביליגער איז אוטאמאטיש וועט ס'רוב קלעקן.
פעטער שמואל געט לויט די געגנט וואו מען וואוינט ודו"ק.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 08, 2012 8:11 pm
דורך ווער בין איך?
אין קאליפארניע איז די לעבן פיל טייערער ווי דא אין נ"י
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 08, 2012 10:04 pm
דורך משה קארנפעלד
געשטימט אויף יא, מאכט אויס פאר איינעם פאר עפעס, קיינער האלט דאך עניוועיס נישט ביים גיין אפילט מען שטימט און מען זאגט יא, אלעס איבעריג איז בלויז חזרה.
איין קליין קבוצה וואס האט געהאלטן ביים גיין זענען די חברה דארט אין די דערנעבענדיגע אשכול, וועלכע ווי עס קוקט יעצט אויס ציען זיך ארויס אן אלע קליפערלעך.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 08, 2012 10:15 pm
דורך אלס פארשטייער
געשטימט אויף יא, יעצט דארף מען נאר איינשפאנען מר. פאטאשאפ און זאכן וועלן זיך רוקן בעזהשי"ת.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 08, 2012 10:34 pm
דורך צים פינטעל
איך האב געשטימט פאר "ניין"
נישט ווייל איך בין זייער העפי פון ניו יארק נאר די שאלה איז געווען "זענט איר גרייט"
איך בין נייגעריג צו די אלע וואס האבן גשטימט פאר "יא" צו אויב מארגן קומט ארויס איינער מיט א פלאן מיט אפילו "פופציג" משפחות
צו ער וואלט אפילו אריינגעקלערט צו מופן
עס זאגט זיך זייער גרינג "יא דארט איז אסאך בעסער" אבער ווען עס קומט למעשה מופט מען נישט
מען הייבט אן צו קלערען ווי גיי איך שיקן די קינדער לערנען?
די מיידלעך?
און בכלל ווען מען וועט האבן עני פראבלעים (סדא אסאך פארשלאפענע אנטעסעמיטיזים) ה"י איז דא אפילו א "מקורב למלכות" דארט, עני לעיזאן וכדו'??
עס איז נישט אזוי ווי מען טראכט אז "דארט" איז די גאלד גרוב.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 08, 2012 11:09 pm
דורך לכתחילה אריבער
צים פינטעל האט געשריבן:און בכלל ווען מען וועט האבן עני פראבלעים (סדא אסאך פארשלאפענע אנטעסעמיטיזים) ה"י איז דא אפילו א "מקורב למלכות" דארט, עני לעיזאן וכדו'??
יו, די זעלבע סיבה, פארוואס מיר זענען מקורב למלכות דא, איז פי כמה מער, און א ווייניגער אנגעפילטע געגנט, וק"י מוכיח, אפי' ס'איז דא דריי גרופעס, לויפט מען נאך אלע דריי, מיט כמעט די זעלבע מאס אימפעט, מיר וואטען מער וויינגער אין א בלאק, אדער און צוויי בלאק'ס, און אזוי אויך מיינען זיי טאקע נעבעך אז "די אידן האבן די געלט", וק"ל ודו"ק ואכמ"ל !
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 12:48 am
דורך שוועמל
אפשר צוריק קיין אייראפע?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 1:27 am
דורך לכתחילה אריבער
שוועמל האט געשריבן:אפשר צוריק קיין אייראפע?
ח"ו, צדיקים האבן געזאגט אז עס איז דורך געזאפט מיט הייליג אידיש בלוט, און געוויסע האבן אפי' נישט געלאזט פארן אהין, אפי' אויף קברי צדיקים, זיי האבן געזאגט אז עס איז א סכנה.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 1:29 am
דורך שוועמל
לכתחילה אריבער האט געשריבן:שוועמל האט געשריבן:אפשר צוריק קיין אייראפע?
ח"ו, צדיקים האבן געזאגט אז עס איז דורך געזאפט מיט הייליג אידיש בלוט, און געוויסע האבן אפי' נישט געלאזט פארן אהין, אפי' אויף קברי צדיקים, זיי האבן געזאגט אז עס איז א סכנה.
כאב געמיינט אלס וויץ.
אגב, וואס איז די מקור צו דיין מימרא, האבן דען נישט גאר אסאך פון אונזערע זיידעס געוואוינט אין אייראפע נאכן קריג?
(נאר צוליב קומיניזם געמוזט אויסוואנדערן קיין אמעריקע כידוע)
און אויב וועגן בלוט, איז דען ארץ ישראל ווייניגער דורכגעווייקט מיט אידיש בלוט. נבוזראדן, נבוכדנאצר, אנטיוכוס, טיטוס ועוד האבן נישט געהרג'ט קיין זעקס מיליון אידן הי"ד?
וניקיתי דמם לא ניקיתי
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 10:07 am
דורך אלף בית
כ'זעה אז 32 אידן זענען שוין גרייט!
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 11:17 am
דורך ווינקל
געשטימט אויף ניין. מיר איז זייער גוט דא אין קרית יואל און כ'נישט גרייט צו גיין וואוינען אין אנאנדער סטעיט. סארי.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 12:01 pm
דורך קרעמער
איך האב ארויסגענומען פון צום פינטל'ס תגובה אין א צווייטע אשכול אז ער האט שטארק חשק צו מופן קיין אלאסקע
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 12:18 pm
דורך שנאפס
לייג עס שוין צוריק!
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 12:31 pm
דורך לכתחילה אריבער
שוועמל האט געשריבן:לכתחילה אריבער האט געשריבן:שוועמל האט געשריבן:אפשר צוריק קיין אייראפע?
ח"ו, צדיקים האבן געזאגט אז עס איז דורך געזאפט מיט הייליג אידיש בלוט, און געוויסע האבן אפי' נישט געלאזט פארן אהין, אפי' אויף קברי צדיקים, זיי האבן געזאגט אז עס איז א סכנה.
כאב געמיינט אלס וויץ.
אגב, וואס איז די מקור צו דיין מימרא, האבן דען נישט גאר אסאך פון אונזערע זיידעס געוואוינט אין אייראפע נאכן קריג?
(נאר צוליב קומיניזם געמוזט אויסוואנדערן קיין אמעריקע כידוע)
און אויב וועגן בלוט, איז דען ארץ ישראל ווייניגער דורכגעווייקט מיט אידיש בלוט. נבוזראדן, נבוכדנאצר, אנטיוכוס, טיטוס ועוד האבן נישט געהרג'ט קיין זעקס מיליון אידן הי"ד?
וניקיתי דמם לא ניקיתי
ווען מען האט דא אין קרעטשמע געשמוסט פון דייטשע פראדוקטען, האט מיר איינער געשיקט אין אישי, אז קאשוי רב זצ"ל פלעגט זאגן מען זאל נישט פארן אפי' אויף קברי צדיקים, ווייל עס איז א סכנה, א פלאץ ווי עס איז געווען מאסן הריגות דרייען זיך נשמות, עפעס אזוי, כ'פארשטיי נישט פונקטליך צו די אלע שרעקעדיגע זאכן.
דאס אז מען איז געבליבן איז נישט קיין קשיא, מ'רעד נישט פון שב ואל תעשה, מ'רעד פון קום ועשה.
און וועגן ארץ ישראל, איז נישט קיין קשיא בכלל, ווייל ארץ ישראל, איז העכער ווי די גשמיותדי'גע ענינים, אזוי ווי מען טרעפט אז מען קען צווינגען צו גיין וויאונען דארט, אפי' עיר שרובה עכו"ם. (פארשטייט זיך, אז דאס אז די רשעים האבן דארט געבויט א לאנד, טוישט אסאך און רביה"ק מסאטמער, האלט אז היינט קען מען נישט צווינגען, ואין כאן מקומו)
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 12:32 pm
דורך צים פינטעל
קרעמער האט געשריבן:איך האב ארויסגענומען פון צום פינטל'ס תגובה אין א צווייטע אשכול אז ער האט שטארק חשק צו מופן קיין אלאסקע

מהאט מיר געפאקט
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 1:31 pm
דורך צייטליך
כ'מזל איך וואוין נישט אין ניו יארק. געמיינט האב איך ביז היינט אז דער עולם דארט איז אזוי צופרידן, א הערליך רייכער לעבן און אלעס צו די האנט, איך האב זיך געשפירט דא אביסל צוריקגעשטאנען. אדרבא, קומט'ס אלע אהער וואוינען. דא אין סאון דיעגא קאליפארניע איז די לעבן זייער רואיג, הערליכע וועטערס, כשר'ע געשעפטן, שוהל'ן און תלמוד תורה'ס און נישט אזוי טייער רענט.
ווער איז אין?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 1:41 pm
דורך צים פינטעל
הערליכע וועטער'ס כער זאגן
אין ווינטער יא!
לאמיר רעדן זומער, מקען נישט ארויס אויף די גאס
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 1:58 pm
דורך דארפסמאן
לכתחילה אריבער האט געשריבן:לאמיר נעמען א פירמע ווי בי. ענד. עטש., עס ארבייטען ביי אים הונדערטער אידן אין די נעווי יארד, נא אז ער נעמט די גאנצע נעווי יארד בילדינג, און ער טראגט עס אריבער ערגעץ ווי, אזוי ווי עס שטייט און גייט, און נעמט מיט די ארבייטער, און ווער עס קען נישט קומען, נעמט מען נייע ארבייטער, איז אים דעם אנדערשט ווי דא? פעד עקס און יו. פי. עס., קומען דארט פונקט ווי דא!, נאך מער מיט דעם געט ער פאר יעדעם אן אוטאמאטישען רעיז, ווייל די לעבן איז פי כמה ביליגער פון דא! און דאס איז שוין א ביזנעס וואס מען דארף יא וויאנען נעבן די ארבייט.
עס איז זייער שווער צי טאן אזא זאך אין פראקטישען (מעגליך, אבער שווער), אבער אויף ארויס צו ברענגען די נקודה, איז עס גוט.
זייערא גיטע משל, ווייל עסקנים זענען שוין געווען ביי זיי און די בעה"ב האבען שוין אונגעהויבען צו טיען און דעס ענין, אבער עס האט זיך ארויסגעשטעלט אסאך שווערע ווי מען מיינט, למשל UPS פארט אוועק פון די ווערהויז נאך 6:00 און אויב מען איז און אפסטעט מיזען זיי אוועק פארען 4:30 כדי צו זיין צייטליך און ערעפארט
למשל אדאראמא האט געעפענט א ווערהויז און נאוארק NJ כדי צו זיין נאנט צום עראפארט, כדי איינער וואס באשטעלט עפעס 6:00 זאל עס נאך האבען די נעקסטע צפרי
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 2:07 pm
דורך לכתחילה אריבער
דארפסמאן האט געשריבן:לכתחילה אריבער האט געשריבן:לאמיר נעמען א פירמע ווי בי. ענד. עטש., עס ארבייטען ביי אים הונדערטער אידן אין די נעווי יארד, נא אז ער נעמט די גאנצע נעווי יארד בילדינג, און ער טראגט עס אריבער ערגעץ ווי, אזוי ווי עס שטייט און גייט, און נעמט מיט די ארבייטער, און ווער עס קען נישט קומען, נעמט מען נייע ארבייטער, איז אים דעם אנדערשט ווי דא? פעד עקס און יו. פי. עס., קומען דארט פונקט ווי דא!, נאך מער מיט דעם געט ער פאר יעדעם אן אוטאמאטישען רעיז, ווייל די לעבן איז פי כמה ביליגער פון דא! און דאס איז שוין א ביזנעס וואס מען דארף יא וויאנען נעבן די ארבייט.
עס איז זייער שווער צי טאן אזא זאך אין פראקטישען (מעגליך, אבער שווער), אבער אויף ארויס צו ברענגען די נקודה, איז עס גוט.
זייערא גיטע משל, ווייל עסקנים זענען שוין געווען ביי זיי און די בעה"ב האבען שוין אונגעהויבען צו טיען און דעס ענין, אבער עס האט זיך ארויסגעשטעלט אסאך שווערע ווי מען מיינט, למשל UPS פארט אוועק פון די ווערהויז נאך 6:00 און אויב מען איז און אפסטעט מיזען זיי אוועק פארען 4:30 כדי צו זיין צייטליך און ערעפארט
למשל אדאראמא האט געעפענט א ווערהויז און נאוארק NJ כדי צו זיין נאנט צום עראפארט, כדי איינער וואס באשטעלט עפעס 6:00 זאל עס נאך האבען די נעקסטע צפרי
ווען מען מאכט א נייע געגענט, איז איינע פון די זאכען וואס מען דארף פארשטייט זיך קיקען איז עס זאל זיין נעבן (נישט "לעבן", אריין אין אידיש אשכול!) א עירפארט, דאס איז פשוט זייער א וויכטיגע זאך פאר א ישוב, איבערהויפט אז עס איז ווייט פון ניו יארק, און מען דארף פליען, נא קען עס דאך זיין נעבן א עירפארט, ווי יו. פי. עס. האט א "האב"!
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 2:28 pm
דורך שנאפס
אפשר קעמען ערלעדיגן יו פי עס אדער פעדעקס זאל בויען א האב נעבן דעם ישוב? עס קען ברענגען אסאך פרנסות פאר היימישע אידן
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 2:44 pm
דורך קענטעלאופ
סאיז דא 2 וועגען סזאל געלונגען
א גרויסע רבי פארט ארויס מיט 100 חסידים אזוי איז מאנרא סקווער געלונגען
אדער א געטרייע גרופע פריינד צוזאמען פארען אין אפילי סאיז שווער איז מן זיך מחזק אינאינעם
אפשר זאל אינזער קרעטשמע זיין דו וואס זאלען עס טין צוזאמען?
נאך א זאך סמיז זיין אין א שטאט נישט א דארף ווי דו קעטסקילס
וועגען דע וועטער אליינס דארף מען נישט אוועקפארען ווייל אויכעט דא און ניו יארק ווערט שוין ווארעמער גלאבאל ווארעמינג
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 2:50 pm
דורך אפשר
ווער וויל אפקויפען מיין דירה ?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 2:57 pm
דורך צים פינטעל
רבותי!!
סקומט א "איי וועלט באבל קראך" אין די הויז מארקעט
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 3:05 pm
דורך צולייגער
פינטי, גוט, גיי אריין צום מנהל און בעט אים א גרינע אין מיין נאמען, אויב לאזט ער נישט נעמען אויף בארג, זאג עם אז עזר [כנגדו] לימאזין וועט עס באצאלען