בלאט 4 פון 10

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 17, 2012 1:50 pm
דורך derech eretz
lets go

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 17, 2012 2:04 pm
דורך מאנ-יימער
כ'האב דורכגעליינט אלע תגובות, קען מיר איינער קלאר מאכן פון וואס די רעדע איז? מאנטיסעלאו אדער לאק שעלדריק אדער וואודרידש? איז עס נאר פאר די שמויניקעס אדער לכל מאן דבעי? איז עס רענטעלס אדער פארקויפט מען דארט הייזער? איז עס א נייע דעוועלאופמענט אדער איז עס לייבי'ס קאנטרי? אויב איז עס טאקע TOWN N COUNTRY וואס גייט לייבי טון זימער? וואס מיינט דאס אז די ערשטע יאר איז עס אימזינסט, נאר פאר די חלק שמויניקעס(ווייל ער מאכט באקומט געלט פון דעם) אדער בכלל האט ער ליב צו טיילן הייזער? איז די פלאן צו זיצן דארט נאר ביז מ'קען אריבערפירן די אכטער צום אייגענעם נעסט אדער דארט בלייבט שוין זייער נעסט?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 17, 2012 2:07 pm
דורך צולייגער
נאך אביסל און די 'סאפא' און 'פיפא' געזעצן וועלן אריינברענגען מעכל'ס ארבעטערס דא אין קרעטשמע.

חכמים הזהרו!

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 17, 2012 4:27 pm
דורך lebediger berel
derech eretz האט געשריבן:lets go

דרך ארץ פליז

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 17, 2012 5:01 pm
דורך leiby
ס'איז די קאנטרי אין לאק שעלדריק, זיי באקומען נאר אפאר יוניטס וואס מ'האט איבערגעבויט פאר זיי, סנאך דא געניג פארן זומער,
ער געט עס פאר איין יאר, די ריזען איז אויך ווייל יעצט גייען נאר יונגע חברה וואס דארפן נאכנישט קיין סקול פאר די קינדער.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 3:57 pm
דורך פארשריבן
ווויפל יודן וואוינען דארט לע"ע? שוין דא מנין?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 4:11 pm
דורך lebediger berel
leiby האט געשריבן:ווי אויך געוויסע אפהאלטונגען..

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 4:20 pm
דורך געלינקטער
derech eretz האט געשריבן:מיין שכן מופט יעצט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 19, 2012 10:38 am
דורך lebediger berel
געלינקטער האט געשריבן:
derech eretz האט געשריבן:מיין שכן מופט יעצט

דאס איז געווען בדרך סגי נהור, ער האט געלייגט א בילד פון GETTY וואו א גוי מופט מיט א יו-על טראק.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 19, 2012 11:52 am
דורך derech eretz
lebediger berel האט געשריבן:
געלינקטער האט געשריבן:
derech eretz האט געשריבן:מיין שכן מופט יעצט

דאס איז געווען בדרך סגי נהור, ער האט געלייגט א בילד פון GETTY וואו א גוי מופט מיט א יו-על טראק.


פארוואס זאגסטו אלעס אויס?...
אבער מיין שכן האט טאקע געמופט דעמאלס! כ'האב געגאגלט פאר א בילד... האסט געוואלט זען דוקא יענע דעליווערי גוים?...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 19, 2012 12:39 pm
דורך lebediger berel
אוי-וויי דיין גויאישער שכן האט געמופט קיין מאנטיסעלאו?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 19, 2012 2:21 pm
דורך פארשריבן
איך בין שוין אינגאנצן צומישט.

איינער אויף גוגל-טאק שרייבט מיר אז עס וואוינען שוין פיר יודן דארט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 19, 2012 5:32 pm
דורך lebediger berel
פארשריבן האט געשריבן:איך בין שוין אינגאנצן צומישט.

איינער אויף גוגל-טאק שרייבט מיר אז עס וואוינען שוין פיר יודן דארט.


פערציג טויזענט אידן, ניין וואכן.

אז די מומחים דא [לייבי וכת דיליה] שרייבן אז ס'איז נאך דא טעכנישע פראבלעבמען וועלן מיר ווארטן ביז ס'סעטעלט זיך. און דער עולם וועט דערנאך מופן "אין גרויסן"

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 23, 2012 7:22 pm
דורך פארשריבן
ווייל לייבי וויילט דארט "זומער", ווייסט ער "יעצט" בעסער וואס דארט טוט זיך?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 23, 2012 7:25 pm
דורך leiby
ס'דא א מעגליכקייט אויף די וואך, די טאון האט פארלאנגט פון יעדעם א עקסטערע וואסער מיטער, ביז יעצט איז עס געגאנגען אויפן שטאטישן חשבון, לאמיר האפן ס'זאל נישט אינטערקומען נאך פראבלעמען.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 24, 2012 2:55 pm
דורך פארשריבן
א דאנק אייך הרב לייבל פארן אונז האלטן אינפארמירט.
ביטע האלט עס אן!

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 25, 2012 10:22 am
דורך שאינו יודע
מיין מיינונג (פאר ווער עס איז אינטערעסירט עס צו הערן) איז: אז איינער וואס וויל זיך אוועקציען פון די שטאט וועגן די טייערע פרייזן, דער וואוינט שוין היינט, אדער קען גיין וואוינען אין אפסטעיט, די אלע וואס באקראצן זיך נישט ארויסצומופן אין אפסטעיט משום איזה סיבה שהוא, ווייזט עס אז ער האלט נישט ביים אויפגעבן די ריינע סאבוועי ליפט פון די סיטי פאר קיין שום פרייז, און דאס וואס ער רעדט פון גיין וואוינען אין די מאונטענס, איז סתם כדי שלא ישאר הנייר חלק

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 25, 2012 10:52 am
דורך leiby
דא רעדט מען נישט פון בלייבן וואוינען, דאס איז נאר פאר אינגעלייט'ליך מיט גאר קליינע קינדער, נאר פאר איין יאר.

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 27, 2012 11:27 am
דורך ניק ניק
שאינו יודע האט געשריבן:מיין מיינונג (פאר ווער עס איז אינטערעסירט עס צו הערן) איז: אז איינער וואס וויל זיך אוועקציען פון די שטאט וועגן די טייערע פרייזן, דער וואוינט שוין היינט, אדער קען גיין וואוינען אין אפסטעיט, די אלע וואס באקראצן זיך נישט ארויסצומופן אין אפסטעיט משום איזה סיבה שהוא, ווייזט עס אז ער האלט נישט ביים אויפגעבן די ריינע סאבוועי ליפט פון די סיטי פאר קיין שום פרייז, און דאס וואס ער רעדט פון גיין וואוינען אין די מאונטענס, איז סתם כדי שלא ישאר הנייר חלק

און מיין מיינונג וואס איך האב שוין ערווענט צענדליגע מאל, אז איינער וואס וויל זיך אוועקציען פון די שטאט וועגן די טייערע פרייזן, מיינט נאך נישט אז ער קען זיך אוועקציען.

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 27, 2012 11:48 am
דורך שנאפס
if there is a will

there is a way

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 27, 2012 11:49 am
דורך שמערי בערי
ניק ניק, קענסט די ווארט? מיין רבי האט מיר געוואלט שלאגן, פון וואו ווייס איך? ווייל ער האט מיר געשלאגן.........

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 27, 2012 12:01 pm
דורך שנאפס
אינטערעסאנט..

מיין רבי האט אייביג געזאגט אז ער וויל נישט שלאגן אפילו ער שלאגט..

צוריק צום ענין: איך זעה נאך די אינגעלייט אין ביהמ"ד..

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 27, 2012 12:56 pm
דורך ניק ניק
שנאפס האט געשריבן:if there is a will

there is a way

do you have a will to be rich?

are you?
-------------
next
שמערי בערי האט געשריבן:ניק ניק, קענסט די ווארט? מיין רבי האט מיר געוואלט שלאגן, פון וואו ווייס איך? ווייל ער האט מיר געשלאגן.........


יא איך קען אויך די ווארט אז, מיין רבי האט מיך געוואלט שלאגן אבער ער האט נישט געקענט ווייל ס'איז געווען אינספעקטערס.
און איך קען אויך די ווארט, שעפעלע טייערע מ'קען נישט טוהן וואס מ'וויל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 02, 2012 12:46 pm
דורך lebediger berel
כ'האב היינט געהערט אין בית מדרש אז מ'מופט ארויס אויף שבת קען עס איינער אפשר קאנפירמען?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 02, 2012 1:11 pm
דורך פארשריבן
ר' איד, מען וואוינט שוין דארט!