נייע גאנציעריגע ישוב אין מאנטיסעלא

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

לחיים ולשלום
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 7:15 pm

תגובהדורך לחיים ולשלום » דאנארשטאג ינואר 19, 2017 8:33 pm

פארוואס נישט האט געשריבן:ב"ה מאנטיסעלא איז א מציאות כהיום וואוינען שוין דארט 12 - 13 משפחות, רב איז הר"ר אליעזר חיים גאלדשטיין שליט"א זוהן פון סקאליא רבי פון ב"פ, יעדן טאג קומט פאר מנחה מעריב ביים שקיעה, מוצאי שבת איז דא "אבות ובנים" בקיצור ס'לעבט.....

אזוי ווי א מקוה איז נישט דא (חוץ עפעס א האלבע פראוויזארישע) האט מען יעצט אונטער גענומען א קאמפיין פאר א מקוה מ'דארף שאפן 150 טויזענט דאלאר, צו קענען אנפאנגען מיט די ארבעט.

דא איז בילדער פון די בראשור.

דער פראבלעם איז אבער אז רוב פון די משפחות וואוינען נאר דארט צייטווייליג, מחמת סיבות שונות, און נאך א יאר ציען זיי זיך צוריק קיין ברוקלין, און דער ישוב שרימפט איין. דאס מיינט אז ס'וועט נישט אזוי שנעל ווערן א געהעריגער עיר ואם בישראל.

אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

תגובהדורך פארוואס נישט » דאנארשטאג ינואר 19, 2017 8:37 pm

אבי געהאקט ....
וויפול מענטשען זענען די "רוב" ?
מ'רעדט פון א קליינע קרעמל אוודאי גייען אויך אוועק אבער מאך עס נישט ערגער ווי ס'איז.

משה פערל
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 23, 2016 11:44 am

תגובהדורך משה פערל » דינסטאג פאברואר 21, 2017 1:51 pm

ווייסט איינער פון איינער משה גרינהויט וואס פארקויפט הייזער אין מאנטיסעלא?

דאכצמיר אז ער איז א בילדער אויך

משה פערל
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 23, 2016 11:44 am

תגובהדורך משה פערל » מיטוואך פאברואר 22, 2017 10:22 am

משה פערל האט געשריבן:ווייסט איינער פון איינער משה גרינהויט וואס פארקויפט הייזער אין מאנטיסעלא?

דאכצמיר אז ער איז א בילדער אויך

איינער קען אים & האט זיין נומבער איך דארף עס וויכטיג!

היסטאריע
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

תגובהדורך היסטאריע » מיטוואך מאי 03, 2017 12:41 am

ווייסט איינער מער אינפארמאציע איבער דעם שטעטל?
עס רעדט צו מיר זייער שטארק.

1) די פרייזן דארט איז גאר ביליג. כמעט יעדער כולל יונגערמאן קען זיך דאס ערלויבן. דאס רעדט אפילו צו אזעלכע וואס קענען זיך נישט ערלויבן מאנסי, בלומענבערג, אדער אפילו זשערסי סיטי.
2) דער געגענט האט שוין בתי מדרשים, מוסדות (קעמפ'ס), מקוואות, וכו', וואס קען גרינג און ביליג ווערן אויפגעהאלטן אויך פאר א גאנץ יאר.
3) אביסל א פארמעגליכער קען דארט אראפלייגן א דאונפעימענט פאר דירות פאר אלע קינדער.
4) דעוועלאפארס קענען נישט ארויפטרייבן דעם פרייז אזוי שנעל, עס איז דא דארט שטחים על גבי שטחים.
5) פון פסח ביז סוכות איז דא דארט פיל אידן. - (אויסער די קאנטרי חדשים, שוין אביסל צופיל...).
6) אידישע ישובים ארום און ארום: סאוט פאלסבערג מיט די ישיבה, וויזניץ גיבערס, בלומענבערג. ווי אויך הונדערטער - מסתמא איבער טויזנט - ווינטערייזט הייזער, אין וועלכע אידן קומען אויף שבתים.

אפשר טאקע?

בר דעת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » מיטוואך מאי 03, 2017 12:57 am

לויט ווי איך האב געהערט מאכט די שטעטל גאר שטארקע פארשריט. עס איז שוין דא א שיינע צאל משפחות וואס האבן זיך אהינגעצויגען.

היסטאריע
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

תגובהדורך היסטאריע » מיטוואך מאי 03, 2017 4:48 pm

https://www.zillow.com/homes/for_sale/M ... ect/13_zm/
וואו ווייט איז דאס פון דעם נייעם ישוב? איז דאס נאנט צו א קאנטרי קעמפ?

איפה פייביש
שר חמש מאות
תגובות: 639
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

תגובהדורך איפה פייביש » מיטוואך מאי 03, 2017 6:19 pm

עס איז זייער ווייט פון די נייע געגענט מן הסתם א שעה צו וואקען עס איז נענטער צו איחוד קאנטרי.
דאס איז די בית מדרש ביי די נייע געגענט
50 Nelshore Drive, Monticello, NY

דריידל
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך מאי 03, 2017 6:58 pm

20 מינוט צו וואקן צום שטאטישע שול (חב"ד)
צוגעלייגטע
Screenshot_2017-05-03-18-59-09-1.png
Screenshot_2017-05-03-18-59-09-1.png (205.01 KiB) געזעהן 3634 מאל

איפה פייביש
שר חמש מאות
תגובות: 639
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

תגובהדורך איפה פייביש » דאנארשטאג מאי 04, 2017 8:27 am

אמת צום חב"ד שול איז עס 20 מינוט אבער צי די חסידישע שול איז עס 41 מינוט און צי איחוד קאנטרי איז אויך 20 מינוט.

לאו דוקא
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 18, 2012 12:11 pm

תגובהדורך לאו דוקא » זונטאג יוני 11, 2017 2:05 pm

ווי ווייט איז דאס פון די היימישע דירות-חסידישע שוהל ?
28 York Ave,
Monticello

https://www.zillow.com/homes/for_sale/2 ... ageTab=buy

איפה פייביש
שר חמש מאות
תגובות: 639
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

תגובהדורך איפה פייביש » מאנטאג יוני 12, 2017 8:33 am

בערך א האלבע שעה וואק
Screenshot_20170612-083154.png
Screenshot_20170612-083154.png (281.45 KiB) געזעהן 2960 מאל

נחום וואהלינער
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » זונטאג יוני 25, 2017 5:11 pm

נאכן באקומען דעם אכטען חלק.... ציען זיך אריבער עטליכע היימישע משפחות אין קומענדיגע וואכן, מיטן פלאן צו בלייבן בס"ד אויב אלע פרטים ארבעטן זיך אויס.
ביודעי ובמכירי קאמינא.

שמעו לי
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 26, 2016 8:18 pm

תגובהדורך שמעו לי » מאנטאג יוני 26, 2017 9:04 pm

נחום וואהלינער האט געשריבן:נאכן באקומען דעם אכטען חלק.... ציען זיך אריבער עטליכע היימישע משפחות אין קומענדיגע וואכן, מיטן פלאן צו בלייבן בס"ד אויב אלע פרטים ארבעטן זיך אויס.
ביודעי ובמכירי קאמינא.

די אויבישטער זאל העלפן אז עס זאל זיין מיט הצלחה, אין עס זאל שוין ווערן אוועק געשטעלט די ערשטע נייע, פרומע, חרדישע, "נוטראלע" ישוב

אוועטאר
Kosher Travel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מאנטאג יוני 26, 2017 9:55 pm

עס וואינען דארטן אידן פון מאנסי אויך כלי קודש וואס קומען איעדן טאג מיט איין קאר פון שיכון וויזשניץ קייעמישע לעיק.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~

Greater Monsey, NY Jewish and Kosher Directory
Minyan | Kosher Restaurants | Supermarkets | Retail Shopping
http://www.monseyguide.com

אוועטאר
Kosher Travel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » זונטאג יולי 30, 2017 7:20 pm

היסטאריע האט געשריבן:ווייסט איינער מער אינפארמאציע איבער דעם שטעטל?
עס רעדט צו מיר זייער שטארק.

1) די פרייזן דארט איז גאר ביליג. כמעט יעדער כולל יונגערמאן קען זיך דאס ערלויבן. דאס רעדט אפילו צו אזעלכע וואס קענען זיך נישט ערלויבן מאנסי, בלומענבערג, אדער אפילו זשערסי סיטי.
2) דער געגענט האט שוין בתי מדרשים, מוסדות (קעמפ'ס), מקוואות, וכו', וואס קען גרינג און ביליג ווערן אויפגעהאלטן אויך פאר א גאנץ יאר.
3) אביסל א פארמעגליכער קען דארט אראפלייגן א דאונפעימענט פאר דירות פאר אלע קינדער.
4) דעוועלאפארס קענען נישט ארויפטרייבן דעם פרייז אזוי שנעל, עס איז דא דארט שטחים על גבי שטחים.
5) פון פסח ביז סוכות איז דא דארט פיל אידן. - (אויסער די קאנטרי חדשים, שוין אביסל צופיל...).
6) אידישע ישובים ארום און ארום: סאוט פאלסבערג מיט די ישיבה, וויזניץ גיבערס, בלומענבערג. ווי אויך הונדערטער - מסתמא איבער טויזנט - ווינטערייזט הייזער, אין וועלכע אידן קומען אויף שבתים.

אפשר טאקע?

איהר שרייבט זייער צו זאך און טרעפליך.

עס איז א פראגע פון צייט ביז א בעל הבית וועט וואס האט געקויפט הויזער פאר די ערשטער פאר קינדער אין מאנסי אדער קרית יואל, ער וועט איינזעהן אז ער קען שוין נישט קויפן הייזער פאר אלע איבריגע קינדער, און ער וועט זיך קויפן אויף א שיינער דעד ענד ראוד א הערליכע הויז מיט א פאר הייזער פאר די קינדער. ער וועט האבן זיין אייגן קליינע מלוכה'לע. ער וועט אויך האבן שכל און מופן זיין ביזנעס פון נוארק, עליזעבעט, הילסייד, דזשערסיסיטי, ניו דזשערסי, קיין מידעלטאון אדער ליבערטי ניו, יארק. מען וועט וויילען דארט א גאנץ יאהר און האקן א לעבן... יא... מען וועט נישט האבן די בעסטע טעיק אוט (for now...), אבער מען וועט לעבען ווי נארמאלע מענטשען. מען וועט נישט וועיסטען 4 שעה א טאג אין טראפיק.

איך גיי פאר א mid winter שבת weekend דא און דארט אין די קאנטרי. איך האב פשוט חברים וואס האבן winterized הייזער אין די ישובים ווי Lake Forest, וכו'. מען טרעפט זיך מיט גאנץ יעריגע אידן וואס ווייסן נישט בעסערס. איך האב מיך געטראפן מיט א ישיבה מאן פון סאוט פולסבורג. איהר ווייסט די טייפ מענטש? א נעקטיי איבער אויסגעריבענעם קאלער... אריינגעטוהן אינעם גמרא טאג אין נאכט. ער ווייסט נישט מער פון די triangle: זיין הויז, ישיבה זכרון משה, יגדיל גראסערי... נישט קיין חילוק שבת, יום טוב, פורים, פסח, תשעה באב אדער יום כיפור. איך ווייס נישט אויב איך האב שוין אמאהל געזעהן א מענטש מיט מער שמחות החיים ווי דער ישיבה מאן...

פרייטיג און זונטאג דאווענט מען געווענדליך אין שיכון וויזניץ, פיינע מקווה, מנינים זונטאג לרוב.

עס איד דא גאנץ יעריגע ישיבים און בתי מדרשים אין קייעמישע לעיק (שיכון וויזניץ), מאנטיסעלא, סאוט פאלסבורג, וואודרידש (הרב לעבאוויטש + א שטאטישע שוהל), אביסל מער צו מזרח אין עלענוויל איז דא די איבער 100 יעריגע קהלה
Ezrath Israel
בקיצור... איך בין נישט דער איינציגסטער וואס גלייבט איז די קעטסקילס איז די נעקסטע סטאפ פון גלות אמעריקע. אין אונגארן איז אזוי געוועהן. א שיינע קהילה האט געציילט 100 משפחות מיט אפאר הונדרעדט נפשות. מען איז געוועהן זייער אויסגעשפרייט אין שטעטלעך אין גלילות. למשל, ארום דעברעצין איז געוועהן צענדליגע קלענערע שטעטעלך און דערפלעך אונטערגעווארפן צום בית דין פון דעבריצין. אבער די אלע ישובים'ליך האבן געהאט אן אייגן רב, שוחט און צומאהל אפילו חזן ומוהל. ווי אויך על פי רוב א בית החיים.
גאר בקרוב וועט אזוי זיין. צווישן קרית יואל און מאנטיסעלוי וועלען זיין צענדליגע ישובים!
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~

Greater Monsey, NY Jewish and Kosher Directory
Minyan | Kosher Restaurants | Supermarkets | Retail Shopping
http://www.monseyguide.com

לאו דוקא
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 18, 2012 12:11 pm

תגובהדורך לאו דוקא » מאנטאג יולי 31, 2017 12:22 pm

איך וואלט זייער געזיכט אזא זאך אויב ס'איז דא צו קויפן פאר ביליג

איך קען זיך נאר נישט אויס וועכע געיגנט ס'איז די אידישע געיגענט אין מאנטיסעלאו און אין וואדרידש

אדרבה אויב ווייסט איינער גוטע דיעל'ס פון די היימישע געיגענטער לייג עס דא ארויף און איך גלייב אז ס'וועט זיין ווער ס'וועט זיך צוכאפן דערצו, אפשר טאקע קודם נאר פאר זימער און שבתים

ולמצוה גדולה יחשב

נחום וואהלינער
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מיטוואך אוגוסט 02, 2017 10:08 pm

ליידער צוליב די קעסינא"ס זעהט נישט אויס אז מאנטיסעלוי זאל האבן צו א גוטער עתיד
מ'בויעט שוין פעסט, אפציעל זענען די ראוד"ס ארום פארשפארט אבער מ'קען ארויף וואקען פון joyland rd און אלעס זעהן.

אבער אנדרע ישובים אין די מאונטענס וואלטען זיכער געווען א גוטע עצה.

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 1:17 pm

מיין קליינע מיינונג איז אז די קאסינאס וועט זיך ענדיגן מיט א גרויסע דורכפאל, אזוי איז געווען אין אטלאנטיק סיטי און אין נאך פלעצער, כ'האב געפרעגט גאר גרויסע עקספערטס אין ריעל עסטעיט, קיינער גלייבט נישט ערנסט אז ס'קען זיך גוט אויסארבעטן, די געלט וואס מ'נוצט צום בויען איז אלטע צוגעזאגטע געלט פון ריזיגע אינוועסטמענט גרופעס וואס האבן געמאכט א אומאויסגערעכנטע באשלוס, דער כבוד און פרעסטיזש צו האלטן די קאמיטמענט איז זיי וויכטיגער ווי צו ראטעווען דאס געלט וואס איז ביי זיי א פיצעלע חלק פון עסעטס, זיי האפן אז נאך א צוזאמפאל וועלן זיי ראטעווען זיבעציג אכציג פראצענט פונעם געלט.
כ'האב עס געהערט פון מענטשן וואס זענען זייער נאנט אינוואלווד מיט זיי.
אפילו די לאקאלע רעגירונג האלט שוין אויך היינט צו טאגס אז די שאנסן אז קאסינאס זאל זיין א נעט ריוח פאר די קאמיוניטי און ס'זאל זיך גוט אויסארבעטן איז כמעט נול, נאר אז מ'טרענקט זיך כאפט מען זיך אן אין שטרוי.
לבסוף מיין איך וועט אלעס צוריק קומען צו אחינו בני ישראל ומלאך רע בעל כרחו יענה אמן
אז מ'לעבט דערלעבט מען

נחום וואהלינער
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » פרייטאג אוגוסט 04, 2017 11:53 am

קיינער האלט נישט אז ס'איז א טובה פאר די קאמיוניטי, עס ברענגט נאר קריים.
זיי בויען דארט פעסט, בנינים אין גאסן, ס'איז שווער צו גלייבן אז עס וועט שנעל צוזאמפאלן

אוועטאר
Kosher Travel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » פרייטאג אוגוסט 04, 2017 12:04 pm

lebediger berel האט געשריבן:מיין קליינע מיינונג איז אז די קאסינאס וועט זיך ענדיגן מיט א גרויסע דורכפאל, אזוי איז געווען אין אטלאנטיק סיטי און אין נאך פלעצער, כ'האב געפרעגט גאר גרויסע עקספערטס אין ריעל עסטעיט, קיינער גלייבט נישט ערנסט אז ס'קען זיך גוט אויסארבעטן, די געלט וואס מ'נוצט צום בויען איז אלטע צוגעזאגטע געלט פון ריזיגע אינוועסטמענט גרופעס וואס האבן געמאכט א אומאויסגערעכנטע באשלוס, דער כבוד און פרעסטיזש צו האלטן די קאמיטמענט איז זיי וויכטיגער ווי צו ראטעווען דאס געלט וואס איז ביי זיי א פיצעלע חלק פון עסעטס, זיי האפן אז נאך א צוזאמפאל וועלן זיי ראטעווען זיבעציג אכציג פראצענט פונעם געלט.
כ'האב עס געהערט פון מענטשן וואס זענען זייער נאנט אינוואלווד מיט זיי.
אפילו די לאקאלע רעגירונג האלט שוין אויך היינט צו טאגס אז די שאנסן אז קאסינאס זאל זיין א נעט ריוח פאר די קאמיוניטי און ס'זאל זיך גוט אויסארבעטן איז כמעט נול, נאר אז מ'טרענקט זיך כאפט מען זיך אן אין שטרוי.
לבסוף מיין איך וועט אלעס צוריק קומען צו אחינו בני ישראל ומלאך רע בעל כרחו יענה אמן

גם אני מצטרף...
Atlantic City איז אויך א רעזארט (עס איז אויפן ים), ממילא אין די זומער קומט מען "אויך" צו די האטעלס. בנוסף איז עס ארומעגנומען פון אלע זייטן מיט גרעסער מעטראפאליטען געגענגטער within א שעה. משא"כ מאנטיסעלוי האט נישט מער די האטעלן אין וואקאציע אינדוסטרי. די בארשט בעלט איז טויט. עס האט לאקאלע rednecks וואס האבן א הויכע פראצענט פון ארבייטסלאזיקייט.

עס איז שווער צו גלייבן אז פארמעגליכע געמבלערס פון ניו יארק סיטי אדער אלבאני וועלן גיין קיין מאנטיעלוי. פון נוי יארק קען מען פארן קיין אטלאנטיק סיטי אדער קיין קאנעקטיקוט צו די אינדיאנע שבטים.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~

Greater Monsey, NY Jewish and Kosher Directory
Minyan | Kosher Restaurants | Supermarkets | Retail Shopping
http://www.monseyguide.com

אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

תגובהדורך פיצי קעפעלע » זונטאג אוגוסט 06, 2017 9:34 pm

א גרויסע גוי׳שע קאנטרעקטאר פון געגענט האט מיר געזאגט.

״These casinos have no chance of success in the long run, you wanna know why they are building ? So that a Yeshiva will buy it from them one day..."
Mindenható! Mutasd meg a kegyelmet, hogy én is megértem

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 11:19 am

נחום וואהלינער האט געשריבן:קיינער האלט נישט אז ס'איז א טובה פאר די קאמיוניטי, עס ברענגט נאר קריים.
זיי בויען דארט פעסט, בנינים אין גאסן, ס'איז שווער צו גלייבן אז עס וועט שנעל צוזאמפאלן

די בנינים און גאסן גייען נישט צוזאמפאלן, עס האט אבער נישט קיין שום שאנסן אז דער "ביזנעס" דארט זאל אנהאלטן, קענסט גויים וואס גייען געמבלען אין די וויקענדס? פרעג זיי צו זיי וואלטן געפארן אויף די קעטסקילס צוויי אהאלב שעה, ס'האט נישט קיין ביטש, ס'האט נישט נאך עפעס אינטערעסאנט פארן נידריגן גוי, קוק אן אפילו אטלאנטיק סיטי מיטן ביטש אינאיינעם איז צופאלן, מקען פארן 45 מינוט קיין קאנעטיקוט מיט א דירעקט טרעין פון מאנהעטן, און זיי מוטשען זיך אויך.
קיין איין ביזנעס מומחה פארשטייט זיי נישט און ווי פיציקעפעלע האט געשריבן, ס'גייט זיין א פארמעסט צווישן די חסידות'ן און ישיבות ווער ס'גייט עס כאפן,
ראו הזהרתם, מיר האבן אייך געווארענט באצייטנס (נאר א ווערטל)
אז מ'לעבט דערלעבט מען

נחום וואהלינער
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 7:00 pm

איר זאגט שטארקע סברות
פון אייער קי באורד צו ג-ט'ס אויערן [כביכול]

moneyMINDED
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

תגובהדורך moneyMINDED » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 7:08 pm

איך געב עס מערסטענס צוויי יאר פון די טאג וואס די קאסינא ווערט געפענט אז עס זאל גיין באנקראט ,איך האלט אין א יאר , אזא האטעל פון דערלייגן מיליאנען איין יאר איז נישט מעגליך אנצוגיין , אפשר נאכן באנקראט וועט עס איינער איבערנעמען ,א צוויי דריי יאר און סאיז אינטער יודישע הענט

אין אטלענטיק סיטי איז געבויט געווארן אפאר יאר צוריק א מאדארנעזירטיר האטעל מיט די נייעסטע טייערסטע זאכן און אין ווייניגער פון א יאר איז עס געווען באנקראט און זייט דעמאלס איז 4 האטעלען /קאסינאס געגאנגען שלאפען

סאיז נישדא בדרך הטבע א וועג אז מענטשן זאלן קומען אהין אויסער יודן וואס וועלען ניצן דעם האטעל פאר וועקעשעין אין א נייע האטעל פאר 50 דאלאר נאכט


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט