נייע גאנציעריגע ישוב אין מאנטיסעלא

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

בר דעת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » מאנטאג אוגוסט 01, 2016 12:29 am

לאו דוקא האט געשריבן:איז איינער באקאנט וועכע גאס/גאסן ס'איז שוין דא אפאר דירות וואס געהערן פאר אידן?


האב איך מיר א ביסל אינטערסירט (און אויך אריבער פאר א שטיקל באזוך) פאלגענד זענען די נעמען פון עטליכע גאסן:

Fraser, Hammond, Fiske, Greenview, Starr, Griffen, Rupp, Nelshore, Pleasantview.

yid
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:37 pm

תגובהדורך yid » מאנטאג אוגוסט 01, 2016 10:12 am

לגבי פרנסה זענען דא אסאך וואס זיכן אידן זאלן מענדזשן דזשאב סייטס אדער באנגעלויס דורכן יאר

משגיח תמידי
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 2:45 pm

תגובהדורך משגיח תמידי » מאנטאג אוגוסט 01, 2016 10:32 am

וויפיל געז קאסט דארט א חודש? וויפיל קאסט tax א יאהר? וויפיל רענט קען מען באקומען א חודש?

yid
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:37 pm

תגובהדורך yid » פרייטאג אוגוסט 05, 2016 2:10 am

tax is 3.500 - 4.500 a year
צוגעלייגטע
monti.JPG

לאו דוקא
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 18, 2012 12:11 pm

תגובהדורך לאו דוקא » דאנארשטאג אוגוסט 11, 2016 12:18 pm

בר דעת האט געשריבן:
לאו דוקא האט געשריבן:איז איינער באקאנט וועכע גאס/גאסן ס'איז שוין דא אפאר דירות וואס געהערן פאר אידן?


האב איך מיר א ביסל אינטערסירט (און אויך אריבער פאר א שטיקל באזוך) פאלגענד זענען די נעמען פון עטליכע גאסן:

Fraser, Hammond, Fiske, Greenview, Starr, Griffen, Rupp, Nelshore, Pleasantview.


ס'איז דא יעצט א שארט סעיל פאר גאר ביליג אויף Nelshore

און כ'בין עס געגאנגען קוקן ס'זעט נישט אויס דערווייל קיין זכר פון קיין איד דארט, איין דירה זע איך בויעט מען יעצט איבער, מעגליך אז פאר א איד, די ווייסט זיכער אז ס'איז שוין דארט דירות וואס געהערן פאר אידן?
ווי וייט איז די נענט'סטע גאנצ יעריגע ביהמ"ד?

נאך איין שאלה, איז א שווערע זאך צו האבן א גאנץ יעריגע טענענט אין דעי געגנט?

ברוקלינער יונגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 763
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » דאנארשטאג אוגוסט 11, 2016 12:44 pm

רוב נעלשאר הייזער ווערן געאוינט ביי אידן, פרעג אן ביי הרב גאלדשטיין די רב דארט

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3008
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » דאנארשטאג אוגוסט 11, 2016 12:54 pm

די אידן וואוינען (קען זיין מען וואוינט שוין נאך פלעצער) אין די געגענט פון Hammond St / Fishke Ave / Greenview Ave / Starr Ave
זעה מאפע


די גרויסע ביהמ"ד (אפן א גאנצע יאר) אין מאנטיסעלא איז אויף
18 Landfield Ave
Monticello, NY 12701
אזוי אויך הער איך אז עס איז שוין דא א מנין שבת אין איינע פון די הייזער (א מקוה ווערט אויך געבויעט דארט)
צוגעלייגטע
Map.JPG
אידישע געגענט
Map to Shul.JPG
וועג צו די גרויסע שול
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3008
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » דאנארשטאג אוגוסט 11, 2016 12:56 pm

אראפ גענומען פון גוגל מעפס בילדער פון הייזער מיט עירוב ארום
צוגעלייגטע
House 2.JPG
House.JPG
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

ברוקלינער יונגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 763
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » דאנארשטאג אוגוסט 11, 2016 1:03 pm

נישט פון דעם רעדט מען דא

דא רעדט מען פון אביסל אהינציר, די שול איז אויף נעלשאר דר.
די אנדערע שול אויף לענדפיעלד איז די שטאטישע / חב"ד שול וואס די אידן דארט ניצן נישט ווייל זיי זענען נישט אזוי פרענדלי געווען אין אנפאנג

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3008
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » דאנארשטאג אוגוסט 11, 2016 1:09 pm

ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:נישט פון דעם רעדט מען דא

דא רעדט מען פון אביסל אהינציר, די שול איז אויף נעלשאר דר.
די אנדערע שול אויף לענדפיעלד איז די שטאטישע / חב"ד שול וואס די אידן דארט ניצן נישט ווייל זיי זענען נישט אזוי פרענדלי געווען אין אנפאנג

איך בין שוין דארט געווען אפאר מאל אויף שבת (נישט ממש לעצטענס) און געדאווענט אין די גרויסע שטאטישע שול!
נאר ביינאכט & שלש סעודות, ווייל שבת צופרי דאווענט מען אין די גרויסע היכל ווי ס'איז נישט דא קיין געהעריגע מחיצה,
די רב האט מיר שיין אויפגענומען & אזוי אויך געלאזט ניצן די מקוה
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

ברוקלינער יונגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 763
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » דאנארשטאג אוגוסט 11, 2016 1:14 pm

איך בין דארט געווען די אנפאנג יאר, כ'האב נאר געזאגט פאר די חלק שמונה אידן אז איך וויל גיין צופרי צו די גרויסע שול זיי האבן מיר געוואלט צורייסן (קען זיין כ'האב אויסגעפעלט פאר מנין) זיי האבן מיר דערציילט וואספארא צרות ער פלעגט זיי אויסטיילן

ב.ד.וו.
איז די רב פון די גרויסע שול הרב חאנויוויץ געקומען פארלערנען פרק אין די נעלשאר שול אפאר וואכן צוריק

אוועטאר
געב_מיר_כח
שר חמש מאות
תגובות: 799
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 07, 2015 10:11 pm

תגובהדורך געב_מיר_כח » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 10:17 am

נייע ביהמ"ד געפענט
צוגעלייגטע
photo_2016-09-23_10-12-24.jpg
photo_2016-09-23_10-12-13.jpg
photo_2016-09-23_10-12-20.jpg
רבש"ע גיב מיר אביסעלע כח (קרעדיט דודי קאליש)

עבודת_הבורא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך עבודת_הבורא » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 5:11 pm

ווי האלט דער ישוב עפעס פאזעטיווע אנטוויקלונגען

קלוגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 10:39 pm

ס'ווערט ערענסט, מ'רוקט זיך שוין ארויף אויף מאנטיסעלאו אויכעט,

שמעו לי
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 26, 2016 8:18 pm

כמה מעלות טובות אין מאנטיסעלא

תגובהדורך שמעו לי » דאנארשטאג אוקטובער 27, 2016 11:58 am

1) עס איז די ביליגסטע פין אלע (נייע אין אלטע) געגענטער ביז יעצט, פאר בערך $100.000 קען מען לעבן דארטן מיט גרויס הרחבה מיט הרחבת הדעת ($10,000 דאן פעימענט),
2) עס איז שוין דא בתי מדרשים וואס איז אפען,
3) גראסערי וואס איז אפען,
4) די מאנטענס בכלל איז א אויפגעבויטע פלאטץ פאר אידישע צרכים
5) עס ווערט נישט געפירט פין קיין שום פארטיי (אנדערש ווי רוב אנדערע נייע געגענטער) יעדער ערליכע איד קען זיך טרעפן דארטן דאס פלאטץ,
6) מוסדות, דערווייל שיקט מען קיין וויזניץ מיט די צייט וועט מען עפענן א נייע ערליכע מוסד אן קיין שום פארטייעשע חשבונות, ווי יעדער ערליכע איד, הירא את דבר ה', וועט זיך קענען געפינן דאס פלאטץ דארטן.
7) שבתים אין ימים טובים איז בכלל דא אסאך אידן וואס קימען ארויס דארטן פין די סיטי אזוי ווי אין אנדערע געגענטער אין די מאנטענס

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 962
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

תגובהדורך verveist » דאנארשטאג אוקטובער 27, 2016 12:14 pm

װאס קען מען באקומען דארט פאר 100,000?

דריידל
שר האלף
תגובות: 1065
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג אוקטובער 27, 2016 12:19 pm

ווי איז דא א גראסערי דארט א גאנץ יאר?

שמעו לי
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 26, 2016 8:18 pm

תגובהדורך שמעו לי » דאנארשטאג אוקטובער 27, 2016 12:21 pm

verveist האט געשריבן:װאס קען מען באקומען דארט פאר 100,000?


אפילו א 1 family הויז

שמעו לי
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 26, 2016 8:18 pm

תגובהדורך שמעו לי » דאנארשטאג אוקטובער 27, 2016 8:25 pm

דריידל האט געשריבן:ווי איז דא א גראסערי דארט א גאנץ יאר?

אנטשולדיג, איך האב געמיינט by rite אין וואדרידש איז אויפען 6 מנוט פין מאנטיסעלא

גליטשעדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 462
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

תגובהדורך גליטשעדיג » דאנארשטאג אוקטובער 27, 2016 8:31 pm

אין קרית וויזניץ קען מען גיין איינקויפן

שמעו לי
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 26, 2016 8:18 pm

תגובהדורך שמעו לי » דאנארשטאג אוקטובער 27, 2016 9:15 pm

"עס איז דא א ערליכע עולם וואס וואלטן געמאפט, וואס זיי זענען נישט אזוי אנגעוויזען אין פארהאקט מיט די סיטי סאסייעטי,
נאר זיי זענען נישט מאוחד, אין אליינס ארויסצימופען איז זייער א שווערע זאך, עס דארף זיין עסקנים וואס זאלן לשם שמים מאחד זיין די עולם"

אוועטאר
יום אחד
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 09, 2014 11:17 am

תגובהדורך יום אחד » דאנארשטאג אוקטובער 27, 2016 10:16 pm

געווען א יושב דארט דעם זומער,ס'איז באמת באטעם'ט, א שיינע הויז נאכען איבערבויען איז מסתם מער ווי 100K ס'קוקט אויס ווי מאנסי 40 יאר צירוק.
יעצט סוכות איז געווען אפען 2 בתי מדרשים.
אי אפשר שתקרא עבודת עבד, אלא כשגוף הדבר זר בעיניו. :שם משמואל

דריידל
שר האלף
תגובות: 1065
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג אוקטובער 27, 2016 11:11 pm

שמעו לי האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:ווי איז דא א גראסערי דארט א גאנץ יאר?

אנטשולדיג, איך האב געמיינט by rite אין וואדרידש איז אויפען 6 מנוט פין מאנטיסעלא


אינטערעסאנט וואס די זאגסט ווייל גוגל מעפס זאגט מיר אז ס'איז א מהלך פון 11 מייל און ס'געדויערט 17 מינוט. פאר די געלט קענסטי שוין באלד פארן קיין בלומינגבורג וואס געדויערט א נישטיגע 20-25 מינוט

לאמיך דיר עפעס זאגן. די האסט געברענגט אפאר גוטע פונקטן איבער די מעלות פון מאנטיסעלא אבער מגזם זיין און שרייבן אז ס'איז דא דארט א גראסערי אפען און נאכדעם זאגן אז ס'איז 6 מינוט אוועק פון וואדריזש, איז א בחינה פון כל המוסיף גורע.

פאטעטא קוגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 13, 2014 5:18 pm

תגובהדורך פאטעטא קוגל » דאנארשטאג אוקטובער 27, 2016 11:49 pm

דריידל האט געשריבן:
שמעו לי האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:ווי איז דא א גראסערי דארט א גאנץ יאר?

אנטשולדיג, איך האב געמיינט by rite אין וואדרידש איז אויפען 6 מנוט פין מאנטיסעלא


אינטערעסאנט וואס די זאגסט ווייל גוגל מעפס זאגט מיר אז ס'איז א מהלך פון 11 מייל און ס'געדויערט 17 מינוט. פאר די געלט קענסטי שוין באלד פארן קיין בלומינגבורג וואס געדויערט א נישטיגע 20-25 מינוט

לאמיך דיר עפעס זאגן. די האסט געברענגט אפאר גוטע פונקטן איבער די מעלות פון מאנטיסעלא אבער מגזם זיין און שרייבן אז ס'איז דא דארט א גראסערי אפען און נאכדעם זאגן אז ס'איז 6 מינוט אוועק פון וואדריזש, איז א בחינה פון כל המוסיף גורע.

גליטשעדיג האט געשריבן:אין קרית וויזניץ קען מען גיין איינקויפן

קיין קרית וויזניץ א גאנץ יאר (אויסער זומער) דויערט בערך 7 מינוט.
https://www.google.com/maps/dir/41.6596 ... authuser=0
אין מאנטיסעלא ממש ביי די געגענט איז דא א נישט אידישע גראסערי וואס פארקויפט כשרס א גאנץ יאר
Walmart, Shop rite, is walking distance

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » פרייטאג אוקטובער 28, 2016 12:07 am

ס'דא ראגעלך געשעפט וואס איז אביסל נענטער ווי וואלמארט. כ'מיין ס'איז אפען א גאנץ יאר.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט